ISBN

ISBN איי.עס.בי.ען. איז די ראשי תיבות פון אינטערנאציאנאלער סטאנדארט בוך נומער International Standard Book Number, דאס איז א גלאבאלער אנערקענטער קאד איבער די וועלט, צו אינדענטיפיצירן יעדעס איינציגע בוך מיט איר אייגענארטיגער נומער. געווענליך וועט מען דאס טרעפן ארויפגעפרינט אויפן אונטערשטען דעקל פון ספר, דאס קומט אין פארעם פון א באר קאוד מיט נומבערס, אזוי ארום קען דאס געליינט ווערן סיי דורך א מענטש און סיי דורך א מאשין א קאמפיוטער סקענער. יעדע דרוק אדער אויפלאגע האט א באזונדערע אייגענארטיגער נומער, די דאזיגע קאודס דינען די אינטערעסע פון די פארשידענע קאטעלאגס פון ביזנעסער פון מוכר ספרים, און אויך סתם פאר סדר אין די ביבליאטעקן.

דער שיטה פון איי.עס.בי.ען. איז ערשט אויפגעקומען אין בריטאניע אין יאר 1966 דורך א ביכער טשעין סטאר נעץ מיטן נאמען "WH Smith". קודם איז דאס געווארן אנגערופן SBN) Standard Book Number). דער צוגאנג איז דערנאך געווארן אויפגענומען דורך די גאנצע וועלט אין יאר 1970 א ענדליכע קאוד איז אויך דא פאר זשורנאלן אין אויסגאבעס ווי צייטונגן וואס הייסט ISSN) International Standard Serial Number).


אין די ערשטע פערציג יאר האט דאס אנטהאלטן בלויז צעהן ציפערן, אבער אנפאנג פון יאנואר 1 2007 איז דאס פארגרעסערט געווארן צו 13 ציפערן.

EAN-13-ISBN-13
אן איי.עס.בי.ען. באר-קאד
אזאט

אַזאט אדער שטיקשטאף איז א נישט-מעטאלישער כעמישער עלעמענט, מיטן סימבאל N (לאטייניש: nitrogenium) און אטאמישן נומער 7. זיינער סטאבילע יאדערס אנטהאלטן 14 נוקלעאנען (7 פראטאנען און 7 נייטראנען). ער האט 5 עלעקטראנען אין דער אויסערוועניגסטער שאל.

לופט איז כולל בערך 78% אַזאט און 22% זויערשטאף.

אַזאט איז נישט גיפטיג. מען קען אטעמען אים אין דער לופט, אבער מען קען נישט אטעמען לויטערן אַזאט, ווייל ער האט נישט דעם זויערשטאף וואס איז נייטיק פאר אונז צו לעבן.

דניאל ראדערפארד האט דערפֿינדן אַזאט אום 1772.

ביי אטמאספערישן דרוק טוט אזאט קאנדענסירן (ווערן פליסיג) מיט א טעמפעראטור פון ‎77 K (-195.8) °C און ווערט פארפרוירן מיט ‎63 K −210.0) °C).

איראק

איראק (אראביש: العراق al-‘Irāq; קורדיש: عێراق ‎ Eraq), אפיציעל די רעפובליק פון איראק, איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופן בבל. איראק גרענעצט זיך מיט איראן פון איין זייט, מיט טערקיי פון דער קורדישער זייט און מיט סיריע און סאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איז באַגדאַד. די הויפט עטנישע גרופעס זענען אראבער און קורדן; אנדערע זענען כולל אסירישער, טורקמען, שאבאקיס, יאזידיס, ארמענער, מאנדעאנער, צירקאסער און קאווליא.

איראק האט א בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ אויפן צפון זייט פונעם פערסישן איינגאס. צוויי הויפט טייכן, די חידקל און פרת, פליסן קיין דרום אדורך איראק און אריין אין שאט אל-אראב נאנט צום פערסישן איינגאס. די טייכן פארזארגן איראק מיט א היבש כמות פון פרוכעפערן לאנד.

דער געגנט צווישן די חידקל און פרת טייכן ווערט גערופן מעסאפאטאמיע, און איז געווען די היים פון נאכאנאנדיקע ציוויליזאציעס זייט אוראלטע צייטן. איראק איז געווען דער צענטער פון די אקאדישע, סומערישע, אסירישע און בבלי אימפעריעס. אויך איז ער געווען א טייל פון די מעדישע, אכעמענישע, העלעניסטישע, פארטישע, סאסאנידע, רוימישע, ראשידון, אומאיאד, אבאסישע, איובישע, מאנגאלישע, סאפאוויד, אפשאריד און אטאמאנישע אימפעריעס.

אסטראנאמיע

‫אַסטראָנאָמיע (פון גריכיש: ἀστρονομία) איז די נאטור-וויסנשאפט וואס באהאנדלט הימלישע אביעקטן און פֿענאמענען, און אַלעס װעגן אַנטװיקלונגען אַרום אונדזער װעלט ווי צ.ב. די זון מיט דער לבֿנה, שטערן און אַלע הימל געשעענישן.

אַסטראָנאָמיע װערט גערעכענט אַלס זײער אַן אַלטע װיסנשאַפֿט, װאָס עס איז דערקענט שױן צום װיינעגסטן ארום 6000 יאָר. סי טוט אנווענדן מאטעמאטיק, פיזיק און כעמיע בכדי אויפצוקלערן די היסטאריע פון די הימלישע אביעקטן, כולל פלאנעטן, לבנות, שטערן, נעפלען, גאלאקסיעס און קאמעטן; די פֿענאמענען שליסן איין סופערנאווע אויפרייסן, קוואסארן, בלאזארן, פולסארן און קאסמישע מיקראכוואליע הינטערגרונט שטראלונג. אין אלגעמיין געהערן אלע פֿענאמענען וואס שטאמען פון אינדרויסן דער ערד׳ס אטמאספער צו אסטראנאמיע. א צווייג פון אסטראנאמיע גערופן קאסמאלאגיע איז די שטודיע פונעם אוניווערס אינגאנצן.אַסטראָנאָמיע העלפֿט אונדז מיט אונדזער צײַט און נוצן זיך מיט דעם נײטיקן קאַלענדאַר װאָס פֿירט אונדזערע טעג, װאָכן, חדשים, און יאָרן אין זײער שטײגער, לױט די זון אָדער (לבֿנה). ‬

אין די אמאליגע צייטן איז אסטראנאמיע געווען די אבזערוואציעס און פארויסזאגען פון די באוועגונגען פון די הימלישע קערפער וואס מען קען זען מיט די אויגן. היינט ווערט אסטראנאמיע אפט גערעכנט כמעט די זעלבע ווי אסטראפיזיק.

באנק-מאנומענט סטאנציע

באַנק (Bank) און מאנומענט (Monument) זענען צוויי לאנדאנער אונטערגרונט און דאקלאנדס לייכטע באן סטאנציעס אין דער סיטי פון לאנדאן, וואס זענען אין אמתן איין סטאנציע מיט צוויי נעמען. באנק סטאנציע, וואס טראגט דעם נאמען פונעם באנק פון ענגלאנד, האט געעפנט אין 1900, און ווערט באדינט פון די צענטראלע, נארדערן און וואטערלו און סיטי ליניעס, און דער דאקלאנדס לייכטע באן. מאנומענט סטאנציע, וואס האט געעפנט אין 1884, נאכן מאנומענט צו דער גרויסער שריפה פון לאנדאן, געפינט זי אויף די דיסטריקט און קרייז ליניעס.

מען האט פארבונדן די צוויי סטאנציעס אין 1933. די פארבודענע סטאנציע איז די אכטע מערסטע באשעפטיקסטע אין דער לאנדאנער אונטערגרונט נעצווערק, און איז אין טראוולקארט זאנע 1.

באסטאן

באסטאן איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין דעם אמעריקאנער שטאַט מאסאטשוסעטס און אין גאנץ ניי ענגלאנד. די שטאט איז די 24סטע גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט א באפעלקערונג (געשאצט) פון 645,966 אין יאר 2013. איינוואוינער פון באסטאן הייסן "באסטאנער" (ענגליש: Bostonians).

אין 1630 קאלאניסטן פון ענגלאנד האבן מייסד געווען די שטאט אויפן שאוומוט האלבאינזל.

ווערנט דעם סוף פון דעם 18טן יארהונדערט האבן פאסירט אין באסטאן עטלעכע וויכטיגע פאסירונגען פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע, איינשליסנדיק די באסטאנער שחיטה און די באסטאנער טיי פארטי. נאך דער אמעריקאנער זעלבשטענדיגקייט איז באסטאן געווארן א הויפט פארט און צענטער פון פאבריצירן.

באסטאן האט געהאט דעם ערשטן סאבוויי סיסטעם אין די פאראייניקטע שטאטן.

באשיידנקייט

צניעות איז א עטישע און מאראלישע מדה וואס ווייזט אויף איידלקייט. יעדע באגריף אדער באשעפעניש וואס האט א סעקסואלער ציאונג קראפט, ווי למשל פרויען אדער געוויסע מאן'ס גלידער, אדער טעמעס וואס רייצן אן די הארמאנען פון א מענטש צו וועלן האבן סעקס, ווערט באהאלטן און דערשטיקט דורך איגנארירען.

צוליב איר שטארקע קראפט וואס א מענטש קען נישט קאנטראלירן איז נאר איגנארירען דער איינציגער אויסוועג פטור צו ווערן פון אירע ציאונגען. דאס איז דער ווייזונג אז א מענשט איז אפגעהיטן און הייליג און ער לאזט זיך נישט אריין אין נסיונות.

גאָר אסאך פארבאטונגן מצוות און מנהגים פון די אידשע טראדיציע ווערן אנגעגעבן אלס דער ציל און טעם אדער סיבא וועגן צניעות פאקטאר.

ביי חרדים איז דא ספעציעלע עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט האלטן די צניעות סטאנדארטן, און צוריק האלטן די דאזיקע געפאלנקייטן אויף ווי ווייט מעגליך, דורך באקעמפן די באטרעפענדע און צושטערן נידעריגע געשעענישן. - זיי הייסן געווענליך משמרת הצניעות און רופן ארויס א פחד ביי פורקי עול.

רבי משה פיינשטיין האט געפסקענט אז צניעות איז א באגריף וואס מ'קען נישט אין אלגעמיין אפטיטלען לויט אפאר פרומע קנאים נאר מוזן נאכגעפארשט ווערן וויאזוי איז דער מנהג המקום אויב איז דער סדר צו גיין.

ביין

ביינער זענען א טייל פון דעם סקעלעט פון באשעפענישן מיט א רוקנביין . זיי באַשיצן גלידער אין דעם קערפער.די ביינער זענען דער גערעם פון דעם קערפער . אָן זיי וואלטן מענטשן און בהמות נישט געקענט שטיין, און געבליבן אַ הויפן פון גלידער אויף דער ערד.

דעלהי

דעלהי, ארויסגערעדט אין אינדיע דילי (הינדוסטאני: दिल्ली , מוסטער:שפראך-pa, אורדו: دِلّی) אדער דעהלי (הינדוסטאני: देहली, מוסטער:שפראך-pa,מוסטער:שפראך-gu, אורדו: دہلی), אפיציעל נאציאנאלע הויפטשטאט טעריטאריע פון דעלהי (ענגליש: National Capital Territory of Delhi NCT), איז דער גרעסטער מעטראפאלין לויט שטח און דער צווייטער גרעסטער לויט באפעלקערונג אין אינדיע, נאך מומביי. ער איז דער אכטער גרעסטער מעטראפאלין אין דער וועלט לויט באפעלקערונג מיט 16,753,265 איינוואוינער אין דער טעריטאריע אינעם 2011 צענזוס.

די טעריטאריע פון דעלהי באדעקט א שטח פון 1,484 ק"מ2

דרום אמעריקע

דרום אַמעריקע איז אַ קאָנטינענט אין דעם מערבֿדיקן האלבקײַלעך, דרום פון צפון אמעריקע, אין דעם מערב האלבקיילעך; דער פאנאמא קאנאל צעשייד צווישן זיי. צו מזרח פון דרום אמעריקע געפינט זיך דער אטלאנטישער אקעאן און צו מערב דער פאציפישער אקעאן. דער עקוואטאר שניידט אדורך דעם צפון טייל פון דעם קאנטינענט, אזוי איז רוב פון זיין שטח אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד.

זיין שטח איז 17,840,000 קוואדראט קילאמעטער און ער איז דער פערט־גרעסטער קאנטינענט, נאך אזיע, אפריקע און צפון־אמעריקע. אין באפעלקערונג איז ער דער פינפט־גרעסטער קאנטינענט, נאך אזיע, אפריקע, אייראפע און צפון־אמעריקע.

דער קאנטינענט פון דרום־אמעריקע נעמט איין אויך נאך עטלעכע אינזלען, וואס מערסטנס געהערן זיי צו לענדער אינעם קאנטינענט. די קאראאיבישע טעריטאריעס, אחוז טרינידאד און טאבאגא, געהערן געאגראפיש צו צפון־אמעריקע.

די לענדער פון דרום־אמעריקע וואס גרענעצן דעם קאראאיבישן ים–דאס זענען די לענדער קאלאמביע, ווענעזוועלע, גייאנע, סורינאם און וגיאנה–ווערן אויך גערופן קאראאיבישע דרום־אמעריקע.

דער קאנטינענט ווערט צעטיילט אין עטלעכע טיילן וואס שליסן איין די גינעס, דעם דרום קאנוס (טשילע, ארגענטינע, אורוגוואי און בראזיל) און די אנדן־לענדער (פערו, באליוויע און עקוואדאר).

בראזיל איז דאס גרעסטע לאנד אין דרום־אמעריקע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג.

די בעלי חיים פון דרום אמעריקע זענען פילפאכיק, און שליסן איין פיל זגאלן וואס זענען עקסלוסיוו צו דעם קאנטינענט, ווי למשל: יאגואר, פומא, יאגוארונדי, זגאלן פון פארדעלן, גריווע-וואלף, וואלדהונט, זגאלן פונעם דרום-אמעריקע פוקס, קורץ-אויער פוקס, ברילן-בער, בארג-טאפיר, בראזיליאנער טאפיר, פאנאמא-טאפיר, פארשידענע הערשן ווי די זומף-הערש, פאמפאס-הערש, אנדן-הערש, שפינדל-הערש און פודו, לאמא, אלפאקא, גואנאקא, וויקוניע, סארטן פעקאריען, נאגערס אזוי ווי די קאפיבארא, מארא און שינשילא, נייוועלט מאלפעס, אלינגיטא, ראק-שאפ, קינקאזשו, מוראשקע-בער, פֿוילטיר, דער גרעסטער טייל פון זגאלן פון כלאמיפֿארידן, פלאטערלן, די פיראניא פיש, קיימאנער, און פויגלען ווי גרינבאק פאראקיט, קאריאמען, קאנדארן און נאנדו.

היסטאריע

היסטאריע (פון גריכיש ἱστορία , היסטאריא, טייטש ,נאכפרעגן״) אדער געשיכטע (אויף לשון קודש הייסט דאס דברי הימים) איז די שטודיע אדער סתם א דערציילונג איבער דעם מענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכטע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענע ביכער, צייטונגען און בריוו. די וואס שטודירן היסטאריע הייסן היסטאריקערס.

דער טערמין היסטאריע קען זיך אויך באציען צו די עפאכע אין די פארגאנגענהייט פון וועלכער מיר האבן רעקארדירטע שרייבונגען, אין קעגנזאץ צו די פרעהיסטארישע עפאכעס ווען די חכמה פון שרייבן איז נאך נישט געווען באקאנט.

אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג.

אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין די גייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין דער מאדערנער אקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין די סאציאל וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, איבערהויפט ווען דער פאקוס איז כראנאלאגיש.

געשיכטע קען אויך מיינען א מעשה וואס איז מער א דערציילונג פון אמאל אין די געשיכטע, ווי למשל מעשות וואס מען הערט וועגן פריערדיגע צייטן.

וואהלין

וואהלין (אוקראיניש: Волинь, פויליש: Wołyń, רוסיש: Волынь, ליטוויש: Volynė ) איז א היסטארישער פראווינץ אין היינטיקן מערב-אוקראינע צווישן דעם פריפעט טייך און דעם מערב בוג טייך, צו דער צפון זייט פון גאליציע און פאדאליע. אין דעם ראיאן איז פאראן פון די עלטסע סלאווישע יישובים אין אייראפע. טיילן פון דעם היסטארישן וואהלין שאפן די היינטיקן וואהלינער, ראוונער און אויך (טיילווייז) זשיטאמירער און טארנאפאלער גובערניעס, ווי אויך א חלק פון פוילן.

צווישן די חשובע שטעט אין וואהלין ווערן גערעכנט אויך לוצק, קאוואל, קרעמניץ און זווהיל. א סך יידישע שטעטלעך זענען געווען אינעם פראווינץ.

וויסנשאפט

װיסנשאַפֿט איז די שטודיע און וויסן פון נאטור, דעם אוניווערס און דעם מענטשלעכן קערפער דורך אן אנגענומענעם וועג פון לערנען.

אין אלגעמיין האט וויסנשאפט צו טאן מיט פארשן, ווייל דורכן פארשן דערוווסט מען זיך זאכן. דער וואס פארנעמט זיך מיט וויסנשאפט הייסט א וויסנשאפטלער, און דער וואס פארשט הייסט א "פארשער".

עס איז דא צוויי ערליי סיבות פארוואס א מענטש פארשט, איינע קומט פון א נאטירלעכע נייגעריקייט וואס א מענטש אינטרעסירט זיך צו פארשטיין און ארויס האבן ווי יעדע זאך איז צוזאמגעשטעלט, און נאך א סיבה, איז כדי צו אנטוויקלען און אויפצוטאן פאר דער וועלט אין אלערליי ענינים וו.צ.ב.ש. באשאפן נייע מעדיצינען א.א.וו..

עס איז א כסדר'דיגע טוישענדע וועלט און אלעס גייט קודם אויף טעאריעס געבויט אויף פאקטן, ביז עס ווערט אפגעוואנדען פון נייערע פאקטן.

למעשה, איז דאס אמאל געווען א טיטל וואס האט געפאסט בלויז פאר איינער וואס טוט אין וויסנשאפט, ווי די נאמען לויטעט, אבער היינט יעדער וואס גלייבט אין אן אידעע אדער אילוזיע און באשרייבט דאס אין אן עססעי מיט לאטיינישע אויסדרוקן יעדע דא און דארט, ווערט געשאנקן דורך די אקעדעמיקער מיטן צונאמען 'וויסנשאפטלער'.[פֿעלט אַ מקור]

טאנזאניע

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע (סוואהילי: Jamhuri ya Muungano wa Tanzania) איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרענעצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען. דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.פון זעלבשטענדיקייט ביז 1996 איז די בארטן שטאט דאר עס סאלאאם געווען די פאליטישע הויפטשטאט. היינט בלייבט דאר עס סאלאאם די פרינציפעלע קאמערציעלע שטאט פון טאנזאניע, און רוב רעגירונג אינסטיטוציעס זענען נאך דארטן. זי איז דער הויפט ים־פארט פארן לאנד און זיינע לאנד איינגעשלאסענע שכנים.

מאסקווע

מאָסקװע (רוסיש: Москвá )איז די הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט פֿון רוסלאַנד. 10 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין מאָסקװע. די שטאט איז א וויכטיקער פאליטישער, עקאנאמישער, קולטורעלער, וויסנשאפטלעכער, פינאנציעלער, רעליגיעזער און טראנספארטאציע צענטער פון רוסלאנד. מאסקווע איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט לויט באפעלקערונג.

מאסקווע ליגט אויפן מאסקווע טייך, און איז די מערסט באפעלקערטע אינלענדישע שטאָט אין דער וועלט. מאסקווע איז באקאנט פאר איר ארכיטעקטור. זי איז אויך די גרינסטע שטאט אין דער וועלט, און מער ווי פערציג פראצענט פון דער טעריטאריע פון דער שטאט איז באדעקט מיט גרין.

אין מאסקווע געפינט זיך דער קרעמלין, די אפיציעלע וואוינונג פון רוסלאנד׳ס פרעזידענט.

וואוינען אין מאסקווע איז זייער טייער; וועגן דעם טון טייל מענטשן פארדינגען זייערע מאסקווער דירות און זיי וואוינען אין א דאטשע.

מאסקווע ווערט גערופן עטלעכע נעמען, למשל דער דריטער רוים (Третий Рим), דער ערשטער טראן (Первопрестольная), און די העלד שטאָט (город-герой). א באוואוינער פון מאסקווע רופט מען "москвич" (מאסקוויטש) פאר א זכר אדער "москвичка" (מאסקוויטשקאַ) פאר א נקיבה, אויף יידיש א מאסקווער.

ניו זילאנד

ניו זילאנד (ענגליש: New Zealand) איז אַן אינזל־לאַנד אין דעם דרום פאציפישן אקעאן, וואס אנטהאלט צוויי גרויסע אינזלען, צפון אינזל און דרום אינזל, מיט עטלעכע 600 קליינע אינזלען. 4,1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען דאָרט. זײַן הױפּטשטאָט איז װעלינגטאָן און די מערסט באפעלקערטע שטאט איז אויקלאנד. ניו זילאנד געפינט זיך 1500 ק"מ מזרח פון אויסטראליע, אריבער דעם טאסמאן ים, און 1000 ק״מ דרום פון די פאציפישע אינזלען ניי קאלעדאניע, פידזשי און טאנגא.

אין 1951 האבן זיך פאראייניגט אויסטראליע, ניו זילאנד און די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אינעם אנזוס זיכערהייט אפמאך.

פאלינעזער האבן זיך באזעצט אין די אינזלען וואס זענען היינט ניו זילאנד צווישן 1250 און 1300 און זיי האבן אנטוויקלט א באזונדערע מאארישע קולטור. אין 1642 איז דער האלענדישער אויספארשער אבעל טאסמאן געווארן דער ערשטער אייראפער צו זען ניו זילאנד.

ניו זילאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, און ראנגט הויך אין געזונג, בילדונג, עקאנאמישע פרייהייט און קוואליטעט פון לעבן.

דער עקסעקוטיוו פון לאנד איז דער קאבינעט, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער, וואס איז היינט דזשאסינדא ארדערן. דער ראש מלוכה איז די מלכה עליזאבעט די צווייטע, רעפרעזענטירט דורך א גובערנאטאר-גענעראל, היינט דאמע פאטסי רעדי. ניו זילאנד איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, די קאמאנוועלט, אנזוס, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, פאציפישע אינזלען פארום און אזיע-פאציפיש עקאנאמישע קאאפעראציע.

סיגעט

סיגעט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאריש: Máramarossziget), איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגעט Sziget איז טײַטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפֿט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפֿט.

פיזיק

פֿיזיק (פון אלטגריכיש:‏(φυσική (ἐπιστήμη, פיזיקע (עפיסטעמע), וויסן פון נאטור) איז די וויסנשאַפֿט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געוויינטלעך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס. דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך.

אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי "דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור, אדער, אין אנדער ווערטער, צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן".אסטראנאמיע, די עלטסטע וויסנשאפט, איז א טייל פון פיזיק. אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור-פילאסאפיע, צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנשאפט, ווי כעמיע און ביאלאגיע. בשעת דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע אין דעם 17טן יארהונדערט זענען די דאזיגע פעלדער געווארן באזונדער, און יעדע איינע איז געווארן אן אייגענער דיסציפלין.

פיזיק איז זייער וויכטיק אין דער אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס, ווי עראפלאנען, טעלעוויזיעס, קאמפיוטערס און יאדערישע וואפן. מעכאניק, א צווייג פון פיזיק, האט געהאלפן אנטוויקלען דאס מאטעמאטישע פעלד פון קאלקולוס.

מאדערנע פיזיק פארבינדט אידעען וועגן די פיר געזעצן פון סימעטריע מיט קאנסערוואציע פון ענערגיע, אימפעט, לאדונג, און פאריטעט.

פעטערבורג

פעטערבורג (רוסיש: Санкт-Петербу́рг סאַנקט-פיטירבורק) איז א שטאט אין רוסלאנד ביים נעווא טייך אויפן שפיץ פונעם איינגאס פון פינלאנד אויפן באלטישן ים. אנדערע נעמען פון דער שטאט זענען געווען פעטראגראַד (Петрогра́д, 1914–1924) און לענינגראַד (Ленингра́д, 1924–1991).

געגרינדעט פונעם צאר פעטער דער ערשטער פון רוסלאנד אום 27סטן מיי, 1703, זי איז געווען די הויפטשטאט פון דער רוסלענדישער אימפעריע מער ווי צוויי הונדערט יאר (1713–1728, 1732–1918). פעטערבורג האט אויפגעהערט דינען ווי הויפטשטאט אום 1918 נאך דער רוסישער רעוואלוציע פון אקטאבער 1917. זי איז רוסלאנד'ס צווייטע גרעסטע און אייראפע'ס פערטע גרעסטע שטאט נאך מאסקווע, לאנדאן און סטאמבול. די שטאט האט 4.6 מיליאן איינוואוינערס, און מער ווי 6 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער סביבה. פעטערבורג איז א הויפט אייראפעישער קולטורעלער צענטער, און א וויכטיגער רוסישער פארט אויפן באלטישן ים.

צפון אמעריקע

צפון אמעריקע איז דער צפונדיקער קאנטינענט פון די אמעריקעס, פלאצירט אין דער ערד'ס צפון האלבקוגל און כמעט אינגאנצן אינעם מערב האלבקוגל. איר צפון גרענעץ איז ביים ארקטישן אקעאן, צו מזרח איז דער צפון אטלאנטישער אקעאן, צו דרום־מזרח דער קאראאיבישער ים, און צו מערב דער צפון פאציפישער אקעאן. דרום אמעריקע געפינט זיך צו דרום־מזרח. צפון אמעריקע באדעקט א שטח פון אומגעפֿער 24,709,000 קוואדראט ק"מ, בערך 16.5% פונעם ערד־פלאנעט׳ס שטח און בערך 4.8% פון זיין גאנצן אייבערפלאך. צפון אמעריקע איז דער דריטער גרעסטער קאנטינענט לויט שטח, נאך אזיע און אפריקע,‏ און דער פערטער לויט באפעלקערונג, נאך אזיע, אפריקע און אייראפע.‏ אין 2013, האט מען אפגעשאצט איר באפעלקערונג קרוב צו 579 מיליאן מענטשן אין 23 אומאפהענגיקע לענדער, ד״ה אומגעפער 7.5% פון דער וועלט׳ס באפעלקערונג, אויב מען שליסט איין די נאנטע אינזלען (ספעציעל די קאראאיבן) .

צפון אמעריקע איז רייך אין נאטירלעכע אוצרות, צווישן זיי נאפט, קויל, אייזן, קופער, צינק, בליי, גאלד, זילבער און אוראניום.

רוב איינוואוינער פון צפון אמעריקע רעדן ענגליש, שפאניש אדער פראנצויזיש.

שעדליץ

שעדליץ (פויליש: Siedlce, רוסיש: Седльце, סעדלעץ) איז א שטאט אין מזרח פוילן מיט 77,092 איינוואוינער ( אין 2005). זייט 1999 איז די שטאט פלאצירט אין דער מאזאוויער וואויוואדעשאפט; פריער איז ער געווען די הויפשטאט פון א באזונדערער שעדליצער וואויוואדעשאפט (1975–1998).

די באפעלקערונג פארלאזט שטעט אין מזרח פוילן און ציט זיך אריבער אין מערב. לעצטנס טוען 14 פראצענט פון ארבעט־געבער רעפארטירן א מאנגל פון ארבעטער.

די שטאט, וואס געהערט צום היסטארישן פראווינץ פון קליינפוילן, איז געגרינדעט פארן 15טן יארהונדערט און ווערט דערמאנט אין א דאקומענט פון 1448. אין 1503 האט דניאל שעדלעצקי געבויט א ניי דארף מיטן זעלבן

נאמען דערלעבן. אין 1547 איז די שטאט געשאפן פון די צוויי דערפער און האט באקומען מאגדעבורג רעכט פון קעניג זיגמונט דער אלטער.

אינעם צווייטן וועלט קריג זענען מער ווי העלפט פון די געביידעס אין דער שטאט פארניכטעט געווארן. די גאנצע יידישע באפעלקערונג זענען אומגעקומען אין דעם חורבן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.