תרי עשר

תְּרֵי עשׂר איז איינער פון די פיר און צוואנציק ספרים אין תנ"ך. דער נאמען פונעם ספר (תְּרֵיסָר, צוועלף אין תרגום לשון) באדייט די צוועלף נביאים וואס זייערע קורצע נבואות זענען צוזאמגעשטעלט אין איין ספר כדי זיי זאלן נישט פארלוירן גיין (אין דעם לשון פון תלמוד בבלי מסכת בבא בתרא יד, ב: "איידי דזוטר מירכס" - א זאך וואס איז קורץ ווערט פארלוירן).

דער ספר קומט אין תנ"ך נאך ספר יחזקאל (אזוי האבן די בעלי המסוֹרָה אוועקגעשטעלט) און ווערט אריינגערעכנט אין דעם אפטייל נביאים אחרונים.

סדר פון די ספרים

לויט דער מסורה איז דער סדר פון די ספרים אין תרי עשר: הושע, יואל, עמוס, עובדיה, יונה, מיכה, נחום, חבקוק, צפניה, חגי, זכריה, מלאכי.

די ספרי נבואה אין תרי עשר קומען נישט אין דעם כראנאלאגישן סדר. די פאלגנדע נביאים זענען געווען אין דער צייט פון בית ראשון: עמוס, יונה, הושע און צפניה, און עמוס האט געלעבט פריער פאר הושע כאטש זיין ספר קומט נאך אים.

חגי, זכריה און מלאכי זענען געווען די גאר לעצטע נביאים און נאך זיי 'פסקה הנבואה' (בבא בתרא, יד ע"ב)—האט די נבואה אויפגעהערט. די דאזיקע נביאים זענען געווען אין דער תקופת ווען מען האט געבויט דעם בית שני.

אנשי כנסת הגדולה

אנשי כנסת הגדולה איז דער נאמען מיט וואס ס'ווערט אנגעריפן דער בית דין פון עזרא הסופר.

דברי הימים

ספר דברי הימים איז א ספר פון תנ"ך אין כתובים, וואס איז געשריבן געווארן אומגעפער 150 יאר נאך ספר מלכים. ספר דברי הימים איז א קעגנאיבערדיק ספר בראשית, ספר שמואל און ספר מלכים וואס בריינגט מיט אן אנדער אויסבליק די געשיכטע נאר פון מלכי יהודה, ספר דברי הימים איז מער עקסטרימיש געשריבן ווי ספר מלכים און דערפאר שרייבט ער נישט איבער די געשיכטע פון מלכי ישראל וואס האבן לויט זיין מיינונג געזינדיקט פאר גאט. נאך א אונטערשייד צווישן ספר מלכים מיט ספר דברי הימים איז, דאס וואס ספר מלכים גלויבט אין באלוינונג אויף דורות קעגן ספר דברי הימים וואס גלויבט אין פערזענליך באלוינונג.

כתובים

כתובים איז די דריטע אפטיילונג פון תנ"ך וואס אנטהאלט עלף ספרים: תהלים, משלי, איוב, שיר השירים, רות, איכה, קהלת, אסתר, דניאל, עזרא-נחמיה (איין ספר), דברי הימים (איין ספר). דאס איז דער סדר פון כתובים אין רוב דרוקן פון תנ"ך. די בעלי המסורה אין טבריה און די ספרדישע יידן האבן אן אנדער סדר פאר כתובים, און די גמרא אין מסכת בבא בתרא ברענגט א דריטן סדר.

צווישן די ספרים איז אויך פאראן די פאלגנדע אפטיילונגען:

ספרי אמ"ת: תהלים, משלי, איוב (לויט די ראשי תיבות פון די דריי ספרים). די ספרים זענען געשריבן ווי "פאעזיע", און צוליב דעם האבן זיי באזונדערע טראפ גערופן טעמי אמ"ת וואס מען געפינט נישט אין גאנץ תנ"ך, און אויך אין די כתבי ידות ווערן זיי געשריבן ווי א שירה.

חמש מגילות: שיר השירים, רות, איכה, קהלת, אסתר. די גרופע ליינט מען אין געוויסע צייטן, אויך נאר אויף די פינף ספרים פון כתובים איז דא א מדרש רבה.

די דריי ספרים דניאל, עזרא-נחמיה, און דברי הימים זענען נישט א באזונדערע גרופע, אבער אלע זענען געשריבן געווארן לויט דער מסורה אין א שפעטערע תקופה.עזרא איז א המשך פון דברי הימים. אין דניאל און עזרא-נחמיה זענען דא טיילן געשריבן אויף אראמיש און נישט לשון-קודש.

די 24 ספרים פון תנ"ך ווערן צעטיילט אויף תורה, נביאים (גמרא ב"ב י"ד, מדרש רבא שמ"ר מא, דב"ר י"ד). די דרגות אין די כתבי הקודש זענען: די תורה איז געגעבן מפי הגבורה (פון דעם אייבערשטן אליין), די ספרים פון נביאים זענען געזאגט מיט נבואה, און די כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

מגילת רות

מגילת רות איז די מגילה וואָס באַשרייבט דאָס לעבן פון דער גיורת רות, די עלטער־באָבע פון דוד המלך.

נביאים

דער ארטיקל דיסקוטירט די צווייטע אפטיילונג פון תנ"ך. טאמער זוכט איר מענטשן וואס האבן נבואה, זעט נביא.נביאים איז דער נאמען פון דער צווייטער אפטיילונג פון תנ"ך, וואס איז כולל די געשיכטע פון עם ישראל אין ארץ ישראל ביז צום חורבן בית המקדש און די נבואות פון די נביאים. א נביא הייסט איינער וואס הערט און גיט איבער דאס ווארט פונעם באשעפער.

מען לייענט די הפטרה פון נביאים בציבור שבת, יום טוב און תעניתים נאך קריאת התורה.

לויטן רמב"ם, ווערן די ספרים פון תנ"ך צעטיילט אויף דריי דרגות פון קדושה וואס ווענדט זיך ווי אזוי מ'האט זיי געשריבן. משה רבינו האט געשריבן די תורה על פי ד', די ספרים פון נביאים זענען געשריבן מיט נבואה, און די ספרים פון כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

די ספרים פון נביאים ווערן צעטיילט לויט זייער ענין:

נביאים ראשונים, וואס איז כולל ספר יהושע, ספר שופטים, ספר שמואל און ספר מלכים. די ספרים באשרייבן די היסטאריע.

נביאים אחרונים, וואס איז כולל ספר ישעיה, ספר ירמיה, ספר יחזקאל און תרי עשר. די ספרים אנהאלטן די נבואות וואס האבן א צוועק אויך פאר די שפעטער דורות. תרי עשר איז א ספר וואס איז כולל די נבואות פון די צוועלף נביאים: הושע, יואל, עמוס, עובדיה, יונה, מיכה, נחום, חבקוק, צפניה, חגי ,זכריה און מלאכי.

ספר איוב

ספר איוב איז איינע פון די דריי ספרי חכמה אמ"ת (איוב, משלי, תהילים) דער ספר באשרייבט איוב אלס א משל ווי א צדיק לייד יסורים און פון דעסוועגן טאר מען נישט פארשן די הנהגות פון גאט ווי אזוי ער פירט די וועלט.

אזעלכע זאגן אז משה רבינו האט געשריבן דער ספר.

היינט אין די יידישע שפראך איז באקאנט דער ווארט "יסורי איוב" ווען מען וויל פארשטעלן גאר שטארקע יסורים.

ספר דברים

דברים איז דער פינפטער ספר פון חומש.

ספר דניאל

ספר דניאל איז דער ספר אין כתובים מיט די איבערלעבענישן פון דניאל אין בבל נאכן חורבן בית ראשון.

אין ספר דניאל פארציילט ער די וואונדערליכע מראות וואס ער האט געזען, וואס מלאכים האבן אים געוויזן און ערקלערט איבערן צוקונפט פון אידישן פאלק, און איבער די אויפשטייג פון די וועלט גרויסמאכטן און זייערע מלחמות ביז משיח'ס טאג.

אויך פארציילט ער, צווישן אנדערע, וויאזוי מען האט אים יונגערהייט געברענגט צוזאמען מיט זיינע חברים צו דינען אין קעניגליכן פאלאץ אין בבל, די געשיכטע פון דניאל אינעם לייבן גרוב, די געשיכטע פונעם שריפט אויף דער וואנט אין פאלאץ פון בלשצר געשריבן דורך א מיסטעריעזער האנט, און ווי דניאל האט ערקלערט דאס באדייט דערפון. אויך איז דא דארט די תפילה וואס דניאל האט מתפלל געווען אז די אידן זאלן אויסגעלייזט ווערן און זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל.

א גרויס טייל פון ספר דניאל איז געשריבן אין אראמיש, א שפראך וואס די אידן האבן דעמאלט גענוצט.

ספר ויקרא

ספר ויקרא איז דאס דריטע ספר אין די חמשה חומשי תורה.

אין דעם ספר ערקלערט די תורה די פונקטליכע געזעצן פון די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אינעם משכן.

ספר יונה

ספר יונה איז איינע פון די ספרים פון תרי עשר אין נביאים. דאס ספר דערציילט ווי דער אייבישטער האט געהייסן יונה זאגן א נבואה פאר די איינוואוינער פון נינוה. יונה איז אנטלאפן אויף א שיף. עס האט אויפגעברויזט א שטורעם און די מאטראסן האבן געווארפן יונה אין ים. דארט האט א פיש אויפגעגעסן יונה ביז זיי זענען אנגעקומען אין נינוה וואו די פיש האט אים אויסגעשפיגן. דעמאלסט האט יונה געזאגט די איינוואוינער פון נינוה אז דער אייבישטער וועט זיי באשטראפן פאר זייערע עבירות. אבער זיי האבן תשובה געטאן און זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שטראף.

מען איז מפטיר גאנץ ספר יונה יום כיפור ביי מנחה.

ספר ישעיה

ספר ישעיה איז דער ספר אין נביאים וואס ענטהאלט די נבואות פונעם נביא ישעיהו. אין גרעסטן טייל זענען די נבואות טרייסטונגען און חיזוק צום יידישן פאלק, זיי דערצייילן וויאזוי עס וועט אויסזען לעתיד לבא, די מעלות פון כלל ישראל, און איר גלאררייכן צוקונפט.

פון צווישן די ספרי הנביאים פארמאגט ספר ישעיה די מערסטע צאל נבואות.

ספר מלאכי

מיינט איר דער נביא מלאכי?

ספר מלאכי איז דער לעצטער ספר פון די תרי עשר סעקטע. דער ספר הייסט נאכן דער נביא מלאכי וואס געבט איבער די נבואות פונעם ספר.

ספר עזרא

ספר עזרא איז א ספר אין תנ"ך, איז דער צענטער באנד אין סדר כתובים, איר פלאץ איז נאך ספר דניאל און פאר ספר נחמיה.

לויט חז"ל (מסכת בבא בתרא) איז עזרא-נחמיה אלץ איין ספר.

ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים.

נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא (וואס האט געראטעוועט די יידן פון עגלון), יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא (בבא בתרא י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

ספר שמואל

ספר שמואל איז דאס דריטע ספר אין נביאים. דאס ספר דערציילט די געשיכטע פון כלל ישראל אין דער תקופה פון שמואל הנביא, שאול המלך, און דוד המלך. דער אנהויב פון ספר שמואל קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף דעם פערזענליכן לעבן פון שמואל, פון די געשיכטע פון זיינע עלטערן און זיין געבורט, און ווייטער זיין לעבן און שאפן דורכאויס זיינע יארן אלס שופט און מנהיג פון כלל ישראל.

ספר שמות

צי מיינט איר פרשת שמות?

שְׁמוֹת איז דער צווײטער חומש, וואָס הײבט זיך אָן מיט די ווערטער וְאֵלֶּה, שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, הַבָּאִים, מִצְרָיְמָה: אֵת יַעֲקֹב, אִישׁ וּבֵיתוֹ בָּאוּ (שמות א' א')

.

באַשטײט פֿון 40 קאַפיטלעך. עס ווערט אין חומש שמות דערצײלט דער ספור ווי די מצרײם האָבן געפײַניקט די ייִדן, נאַכער יציאת מצרים, דאָס געבן די תורה אויפֿן הר סיני, פֿאַרשײדענע געזעצן, דאָס מאַכן דעם משכן, די מעשה פֿון עגל (גאָלדענע קאַלב).

אין די אײראָפעאישע שפראַכן הײסט שמות „עקסאָדוס“ (דער אַרויסגאַנג, דאָס אַרויסגײן פֿון מצרים.

קהלת

קהלת איז איינע פון די ספרי כתובים. לויט די טראדיציע און לויט ווי עס שטייט אין קהלת איז דאס געשריבן געווארן דורך שלמה המלך, אבער לויט די תנכישע פארשער איז דאס געשריבן געווארן 400-500 יאר שפעטער, ווייל די שפראך אין קהלת איז געמישט מיט פערסיש אויך די געדאנקען אין ספר באלאנגט צו שפעטערע יארן פון שלמה המלך.

דער ספר פארנעמט זיך מיט וואס דארף זיין דער ציל פונעם מענטש'ן אויף דער וועלט, און צי דער מענטש האט בחירה צו טאן וואס עס גלוסט זיך אים צי נישט. כאטש וואס דער ספר איז קעגנזעץ די טראדיציאנאלע אמונה אין ידיעה ובחירה, האבן די חכמי ישראל אריינגערעכנט דעם ספר אין די הייליקע סעקטע. לויט די פארשער האבן די חכמי ישראל צוגעלייגט די לעצטע פּאָר פסוקים פון קהלת "סוף דבר הכל נשמע את האלהים ירא ואת מצוותיו שמור כי זה כל האדם".

שיר השירים

שיר השירים איז די "געזאַנג פון געזאַנגען", געשריבן דורך שלמה המלך. עס רעדט זיך וועגן א פארל וואס דרוקן אויס זייער טיפער בענקשאַפט און ליבשאפט איינער צום אנדערן אין פארשידענע סארט אומשטענדן, מיט שטארקע געפילנדיגע אויסדריקן און גראַפישע טערמינען.

לויט רש"י און דער אידישער טראדיציע איז יעדער פּסוק אַ משל אויף דער ליבשאַפט צווישן גאָט און זײן געליבטע פאָלק, די אידן; דעריבער ווערט דאָס פאַרעכענט ווי דאָס הייליגסטע ספר.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאָגן שיר השירים פאַר קבלת שבת.

ס'איז אויך א מנהג צו ליינען שיר השירים ביים סוף פונעם סדר, און אויך אין שול שבת חול המועד פסח.

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.