תלמוד בבלי

דער תלמוד, באקאנט צווישן ארטאדאקסישע אידן אלס גְמָרא, איז א זאמלונג פֿון ערקלערונגען אויף דער משנה פֿון די רבנים און תלמידי חכמים וואס זענען באקאנט אלס אַמורָאים. עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. לויט דער טראדיציע האבן רבינא און רב אשי רעדאקטירט דעם תלמוד בבלי. זיי האבן געלעבט אין דעם פֿינפֿטן יאָרהונדערט אין פערסיע. דער תלמוד ירושלמי איז צוזאמענגעשטלט געווארן דורך רבי יוחנן און זיינע קאלעגען, וואס האבן געלעבט אים פֿערט'ן יאָרהונדערט אין ארץ ישראל.

צייטליך פֿאנגט די פעריאדע פֿון דעם תלמוד אָן מיט דעם שרייבען פֿון דער משנה, אומגעפֿער אין יאר 200 למנינם. פֿון דאן אָן הייסן די גרעסטע רעליגיעזע לערער נישט מער תנאים נאר אמוראים.

חאטשע די תלמודים זענען געווארן רעדאקטירט דורך רבינא און רב אשי איינערזייטס, און רבי יוחנן מיט זיינע קאלעגען אנדערזייטס, האט דער תלמוד דאן נאך נישט געהאט די היינטיגע פֿארם. בעזאנדערס דער באבילאָנישער תלמוד איז געווארן ווייטער פֿארארבעטעט דורך די רבנן סבוראי, די אנאָנימע אנפֿירער פֿון דעם זעקסטן יאָהרהונדערט.

Gmara Book
צוויי גמרות

(אַרױסגערעדט: געמאָראַ) דאָס װאָרט „גמרא“ שטאַמט פֿון אַראַמיִש, דער טײַטש איז „לערנען“, און דערמיט װערט אױך באַצײכנט דער פירוש און צוגאַב צו דער משנה װאָס איז באַקאַנט אַלס „גמרא“. װעגן דעם צוזאַמענשטעל פֿון גמרא, צײַט פֿון דער רעדאַקציע און איר אינהאַלט געבן מיר בײַם זוכװאָרט "תּלמוד".

יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם

איבעיא

עס איז די אפטייטש פון א "שאלה" אין אראמיש. מיר געפונען זייער אסאך אין גמרא "איבעיא להו" וואס דער רבי אין חדר פלעגט טייטשן "האבן די בני ישיבות א בעיא געפרעגט.

ווען בן יהודה האט ערפינדען דער שפראך עברית האט ער אויף דעם יסוד איבערגעטייטשט דאס ווארט פראבלעם אויף "בעיה". ווייל א שאלה מיט א פראבלעם זענען אינעם זעלבן גאנג.

די מפרשים זאגן אז ווען עס שטייט אין גמרא "תיקו" נאך אן איבעיא איז דאס די ראשי תיבות פון תשבי יתרץ קושיות ואבעיות. תשבי איז נאך א נאמען פאר אליהו הנביא וואס על פי חז"ל גייט זיך אנטפלעקן פאר משיח קומט, און פארענטפערן אלע שווערע ספיקות.

וועבלינקען

22סטן פעברואר

דעם 22סטן פעברואר איז דער 53סטער טאג פון יאר אין דער אכטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 312 טעג (313 אין אן עיבור־יאר).

אדם הראשון

אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש אויפן ערד קוגל.‏ די ערשטע פרוי אויפ'ן ערד קוגל איז געווען אדם הראשון'ס ווייב מיטן נאמען חווה. ווען גאט האט געזעהן אז פאר אדם הראשון פעלט א פּאָר האט ער גענומען איינע פון אדם'ס ריפּן און מיט איר באשאפן זיין ווײַב, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה: וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹהִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם (בראשית א, כו-כז)

אדם מיט חווה האבן געהאט צום ווייניגסטן דריי קינדער: קין, הבל און שת.

אדם הראשון האט געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, אין תלמוד בבלי שטייט אז אדם הראשון האט אוועקגעגבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך.

אראמיש

אראמיש איז א סעמיטישע שפראך וואס ווערט שוין גערעדט טויזנטער יארן. עס איז געווען א ברייט באניצטע שפראך אין מיטל מזרח אין די פריערדיגע תקופות, בעיקר אין די לענדער: אשור, איראק, סיריע און ארץ ישראל.

רש"י ברענגט, אז אברהם אבינו האט גערעדט אראמיש, אלס זיין שפראך, און לשון קודש אויף צו דאווענען.[מקור פארלאנגט]די עולי בבל ביים בויען דאס צווייטע בית המקדש האבן מיטגעבראכט מיט זיך די דאזיגע שפראך, וואס איז דאן געווען די אפיציעלע שפראך פון דער פערסישע אימפעריע. דיאלעקטן פון אראמיש זענען אויך באניצט געווארן אין אידישע ספרי קודש, ווי ספר עזרא און דניאל, תרגום אונקלוס, די תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי און זוהר.

אראמיש אלס א הויפט אומגאנגס שפראך פון די געגנט, האט אנגעהויבן אונטערגיין נאכדעם וואס די פערסישע אימפעריע איז באזיגט געווארן דורך די גריכן, און די העלעניסטישע מלוכות האבן גענוצט גריכיש אלס הויפט שפראך פון זייערע קעניגרייכן. פונדעסטוועגן, האט אראמיש געדינט אלס לאקאלע שפראך פאר רוב פעלעקר אין די געגנט יארן שפעטער, שוין נאכן אנקום פון די רוימישע אימפעריע, וואס האט נישט ארויפגעצווינגען לאטייניש אויף די מיטל מזרח באפעלקערונג, גריכיש איז געווען די אפציעלע שפראך, און מינאריטעטן האבן פארגעזעצט רעדן אראמיש ביזן מוסלעמענער אקופאציע אין 7טער י"ה, ווען אראביש איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף די לאקאלע פעלקער.

עס איז א שפראך וואס די קריסטן אין לבנון און סיריע האבן גערעדט, ביז אינמיטן דער ניינצעטער יארהונדערט. היינט אויף דער וועלט זענען פאראן ארום פופצן מיליאן וואס באהערשן די שפראך, אבער בלויז א האלבער מיליאן רעדן זי אלס מאמע לשון.

צווישן די קורדישע אידן האט די שפראך געדינט אלס אומגאנג שפראך צווישן זיך, אנדערש ווי קורדיש פון זייערע שכנים. אין עטליכע ערטער אין מדינת ישראל קען מען הערן די שפראך, ספעציעל אין די שטעטל מבשרת ציון, א פארשטאט צו ירושלים וואו א גרויסע אידישע געמיינדע פון קורדישע אפשטאם געפונט זיך. דעם דיאלעקט וואס די אידן באניצן איז ענליך צו דער שפראך קענטליך אין מזרח, דאס הייסט אין געגנט פון בבל.

די שפראך וואס איז היינט באנוצט אין סיריע אדער לבנון, איז נענטער צום אראמישן דיאלעקט פון תלמוד ירושלמי.

היינט איז דא מענטשן וואס געבן זיך אפ מיט אויפפרישן די שפראך צווישן די קריסטן וואס זענען פון גרויס סיריע.

מסכת ברכות

מסכת ברכות איז די ערשטע מסכתא פון די ששה סדרי משנה. זי איז אריינגעלייגט אין סדר זרעים וויבאלד די מסכתא האנדלט זיך ארום הלכות ברכות וואס האט צו טון מיט עסן, כאטשיג עס האנדלט זיך נישט פון מצוות התלויות בארץ. דער רמב"ם פרעגט טאקע די שאלה און ענטפערט אז וויבאלד ברכות איז דער יסוד פון יידישקייט איז עס געשטעלט געווארן אלס די ערשטע מסכתא.

די מסכתא האט ניין פרקים, און זי איז די איינציגסטע מסכתא פון סדר זרעים וואס האט תלמוד בבלי.

זי האט 63 בלעטער אין תלמוד בבלי, און 68 בלעטער אין תלמוד ירושלמי.

מסכת חולין

מסכת חולין איז די דריטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום דיני בהמה וואס זענען נישט קרבנות (חולין).

זי האט 12 פרקים, און 142 דפים גמרא אין תלמוד בבלי.

מסכת יבמות

מסכת יבמות איז די ערשטע מסכתא אין סדר נשים (דער דריטער סדר אין משניות).

זי אנטהאלט 16 פרקים. די גמרא (תלמוד בבלי) פון יבמות ווערט גערעכנט אלס איינע פון די דריי שווערסטע מסכתות ("עני") אין ש"ס.

די מסכתא באהאנדלט די מצוות פון ייבום און חליצה.

מסכת נזיר

מסכת נזיר איז די פערטע מסכתא אין סדר נשים (דער דריטער סדר אין משניות).

מסכת נזיר איז איינגעשלאסן אין סדר נשים כאטש זי איז נישט עוסק אין ענינים פון אישות. די גמרא (תלמוד בבלי) אין מסכת סוטה (דף ב עמוד א), ערקלערט אז מסכת נזיר געפינט זיך סדר נשים כדי זי זאל קומען גלייך נאך מסכת נדרים, ווייל נזירות איז א סארט נדר. מסכת נדרים געפינט זיך אין סדר נשים ווייל ס'איז דא אסאך דינים אין הלכות נדרים צווישן א פאטער און זיין טאכטער און צווישן א מאן און זיין ווייב. דער רמב"ם ברענגט דעם טעם אין זיין הקדמה צו פירוש המשניות.

מסכת סנהדרין

מסכת סנהדרין איז די פערטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות, די מסכתא רעדט בעיקר ארום פון די אידישע משפטים. זי האט 11 פרקים.

די מסכתא האט גמרא אין סיי תלמוד בבלי סיי תלמוד ירושלמי.

מסכת עירובין

מסכת עירובין איז די צווייטע מסכתא אין סדר מועד (דער צווייטער סדר אין משניות). די מסכתא האט צען פרקים, מיט 104 בלאט אין תלמוד בבלי און 65 בלאט אין תלמוד ירושלמי.

די מסכתא באהאנדלט ווי אזוי מאכט מען עירובי חצרות כדי צו קענען טראגן שבת אין א חצר אדער א פריוואט געסל.

מסכת תמורה

מסכת תמורה איז די זעקסטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום איינטוישן א קרבן.

די מסכתא האט א גמרא פון תלמוד בבלי (34 בלאט).

עקיבא אייגער

הרב עקיבא (גינז) אייגער (י"ד חשוון ה'תקכ"ב, אייזנשטאט - י"ג תשרי ה'תקצ"ח, פויזן). איז געווען א רב, ראש ישיבה, פוסק און א טיפער לערנער. זיינע מקורות אויף תלמוד מיטן נאמען גליון הש"ס זענען געדרוקט אין דעם "ווילנער תלמוד בבלי". אויך איז באוווסט זיין ספר תשובות ר' עקיבא איגר וואס מען לערנט היינט אין די ישיבות. ער האט א סך געקעמפט קעגן די משכילים און רעפארמער.

פון תקנ"א ביז תקע"ד איז ער געווען רב און אב"ד אין מארקיש פרידלאנד, מערב פרייסן, און פון תקע"ד ביז זיין פטירה אין תקצ"ח איז ער געווען רב און אב"ד אין פויזן.

רא"ש

רבינו אשר בן יחיאל (ה'י', 1250 - ט' חשוון ה'פ"ח, 1327), גערופן דער רא"ש, איז געווען פון די גרעסטע מפרשים פון די תלמוד בבלי און פוסקים און האט געהאט אן איבערוועגנדיגע השפעה אין אויספארמירן די הלכה אין יידישקייט.

רבי עקיבא

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען א תנא וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט פינף און דרייסיג מאל אין משניות

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען איינער פון די גרעסטע תנאים. ער האט געלעבט אין דער צייט פון חורבן בית שני, פון דעם דריטן דור פון תנאים, אין דער צייטן פון דער בר כוכבא רעוואלוציע. אין תלמוד ירושלמי איז זיין נאמען געשריבן רבי עקיבה.

ער איז איינער פון די פיר וואס זענען געשטארבן ביים עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר.רבי עקיבא איז געהרגעט געווארן על קידוש ה' ערב יום כיפור, אום ט' תשרי, בערך אין יאר ג'תתצ"ו, זיבעציג יאר נאכן חורבן.

רבי עקיבא האט געלייגט זיין סטעמפל אויף א ברייטער שיכטע פון אידישע ענינים. זיין נאמען דערשיינט בערך 1,500 מאל אין תלמוד בבלי. ער וורעט גערעכנט אלס א מוסטער פון מסירות נפש פאר תורה. ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות. די רוימען האבן אים געפייניגט ביז זיין טויט אלס שטראף ווייל ער האט געלערנט תורה ברבים.

זײַנע תלמידים זענען געווען: רבי מאיר, רבי יהודה ברבי אלעאי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אלעזר בן שמוע, רבי יוסי, רבי נחמיה און רבי יוחנן הסנדלר.

שלמה לוריא

רבי שלמה לוריא (ה'רע"א לערך - י"ב כסלו ה'של"ד), באקאנט אלס מהרש"ל אדער רש"ל, איז געווען פון די גרויסע רבנים אין פוילן אינעם זעכצנטן יאר הונדערט.

ער האט מחבר געווען עטליכע ספרים, צווישן אנדערן דעם באוואוסטן ספר ים של שלמה. אין רוב ש"סן ווערן געדרוקט זיינע הגהות אויף תלמוד בבלי אונטערן נאמען חכמת שלמה.

תוספות

תוספות (יודיש טייטש: מער\פארמעהרן) איז דער נאמען פון פארשידענע חיבורים וואס ברענגען צוזאמען די קשיא'ס און תירוצים פון די "בעלי תוספות" אויף רוב מסכתות פון תלמוד בבלי, וואס פארברייטערן דעם פירוש רש"י. די תוספות זענען געשאפן פון ארום דריי הונדערט רבנים, במשך צוויי הונדערט יאהר, רוב תלמידים און אויך משפחה פון רש"י.

רוב האבן געלעבט אין פראנקרייך, און עטליכע אין דייטשלאנד, ענגלאנד און איטאליע.

עס זענען פאראן תוספות וואס זענען געדרוקט אין דער גמרא די אנדערע זייט פון פירוש רש"י אדער פירוש רשב"ם, אבער נישט אלע מסכתות האבן דעם זעלבן תוספות.

תוספות טוך

תוספות שאנץ

תוספות הרא"ש

תוספות רבנו פרץ

תוספות רי"ד

תוספות חד מקמאי

תוספות חכמי אנגליה

תלמוד

תלמוד (מער באוואוסט מיטן אראמישן נאמען גמרא) איז א זאמלונג פון די מאמרים און שקלא וטריא פון די אמוראים , ד"ה די חכמים ביי יידן פון דער תקופה גלייך נאכן פעסטשטעלן פון דער משנה (בערך 200 יאר נאכן צווייטן חורבן בית המקדש). די אמוראים שטעלן זיך אויף די ווערטער און סברות פון די תנאים אין דער משנה און ברייתות.

אין ציפורי און אין טבריה אין ארץ ישראל האט מען צוזאמענגעשטעלט דעם תלמוד ירושלמי. א הונדערט יאר שפעטער האט מען אין בבל צוזאמענגעשטעלט דעם תלמוד בבלי. מען לערנט דעם בבלי אסאך מער ווי דעם ירושלמי.

תלמוד ירושלמי

תלמוד ירושלמי (אדער ירושלמי) איז א זאמלונג פון מאמרים פון אמוראים אין ארץ ישראל (אין גליל) אויף דער משנה. ס'איז דא א ירושלמי אויף כמעט אלע מסכתות אין זרעים, מועד, נשים און נזיקין. אויף קדשים איז איבערהויפט נישט קיין ירושלמי, און אין טהרות נאר אויף מסכת נדה. די ירושלמי איז געשריבן, אנדערש ווי תלמוד בבלי אין דעם ארץ ישראל דיאלעקט פון אראמיש, און איז אסאך קורצער. אפטמאל איז נישט דא קיין שקלא וטריא אזוי ווי אין בבלי, נאר די גמרא פרעגט א קשיא און לאזט עס אן א תירוץ.

דער יסוד פון דעם ירושלמי איז אוועקגעשטעלט אין דעם בית המדרש פון רבי יוחנן.

ס'איז היינט דא נאר איין גאנצער כתב יד פון ירושלמי, דער "ליידן כתב יד", אין דער ביבליאטעק פונעם ליידן אוניווערסיטעט.

תרי עשר

תְּרֵי עשׂר איז איינער פון די פיר און צוואנציק ספרים אין תנ"ך. דער נאמען פונעם ספר (תְּרֵיסָר, צוועלף אין תרגום לשון) באדייט די צוועלף נביאים וואס זייערע קורצע נבואות זענען צוזאמגעשטעלט אין איין ספר כדי זיי זאלן נישט פארלוירן גיין (אין דעם לשון פון תלמוד בבלי מסכת בבא בתרא יד, ב: "איידי דזוטר מירכס" - א זאך וואס איז קורץ ווערט פארלוירן).

דער ספר קומט אין תנ"ך נאך ספר יחזקאל (אזוי האבן די בעלי המסוֹרָה אוועקגעשטעלט) און ווערט אריינגערעכנט אין דעם אפטייל נביאים אחרונים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.