תחנון

תחנון איז א תחינה וואס מען זאגט יעדן טאג אין דער וואכן נאך דער הויכע שמונה עשרה ביי שחרית און מנחה.

חסידים און רוב ספרדים זאגן שלש עשרה מדות פאר תחנון. דער עיקר תחינה וואס מען זאגט איז קאפיטל ו' פון תהלים לויט די אשכנזים אדער קאפיטל כ"ה לויט די ספרדים.

די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון:

אויך זאגט מען נישט קיין תחנון ווען מען דאווענט מיט א חתן, א פאטער פון א קינד וואס האט א ברית דעם טאג, א סנדק אדער א מוהל

תחנון ביי מנחה פאר א טאג ווען מען זאגט נישט תחנון

היינט איז אנגענומען נישט צו זאגן תחנון ביי מנחה ווען דעם נעקסטן טאג זאגט מען נישט קיין תחנון. דערפאר זאגט מען קיינמאל נישט תחנון ביי מנחה פרייטיק (ווייל שבת זאגט מען נישט תחנון).

ס׳איז פאראן א פאר אויסנאמען ווען מען זאגט יא תחנון צו מנחה כאטש דעם נעקסטן טאג זאגט מען נישט תחנון: מנחה א טאג פאר ערב ראש השנה און א טאג פאר ערב יום כיפור. דאס הייסט אז כאטש בערב ראש השנה (כ"ט אלול) זאגט מען נישט תחנון א גאנצן טאג, אבער מנחה דעם פריערדיגן טאג (ד״ה מנחה אום כ"ח אלול) זאגט מען יא תחנון. איין טעם איז ווייל מען גייט זאגן סליחות נאך דער תפילת מנחה (ערב ראש השנה נאך חצות, אדער פארטאגס) ווען מען וועט זאגן תחנון. דאס איז נישט אויסגעהאלטן פאר אשכנזים, וואס זאגן נישט תחנון ביי די סליחות ערב יום כיפור. דערפאר קען מען זאגן אן אנדער טעם, ווייל דאס נישט זאגן תחנון ערב יום כיפור נעמט זיך פון יום כיפור, אבער עס ציט זיך נישט צום פריערדיקן טאג. ביי רוב אשכנזים זאגט מען נישט תחנון פסח שני, אבער א טאג פריער זאגט מען יא תחנון צו מנחה; אויך דא קען מען זאגן אז דער שמחה פון פסח שני איז נאר בייטאג, און נישט דעם אוונט, במילא איז די פריערדיקע מנחה ווייט פונעם נעקסטן ״טאג״. אין טייל קהילות אין מערב אשכנז איז דער מנהג אז ט"ו בשבט, ל"ג בעומר און ט"ו באב, זאגט מען נישט תחנון, אבער דעם טאג פריער זאגט מען יא תחנון צו מנחה.‏[1]

רבי דוד אבודרהם שרייבט וועגן דעם מנהג אין שפאניע אין זיינע צייטן:

ובערבי ראשי חדשים וחנוכה נוהגין שלא ליפול על פניהם בערביהם וביום מוצאיהם בין בשחרית בין במנחה. והוא הדין בערב פורים, אלא שביום מוצאו אין נופלים על פניהם בין בשחרית בין במנחה, מפני שהוא פורים שושן.
-- רבי דוד אבודרהם, סדר תפילות שבת

רעפערענצן

  1. מדריך למנהג אשכנז המובהק, עמ' 25.
אסרו חג

אסרו חג ווערט אנגערופן דער טאג וואס איז נאך די שלש רגלים: פסח, שבועות, סוכות.

ביי אידן איז דאס א שטיקל יום טוב, אין תלמוד ירושלמי שטייט אז אידן זענען זיך צוזאמען געקומען דעם פיר און צוואנציגסטן טאג אין חודש תשרי צו מאכן א פאסט טאג און עוסק זיין אין תשובה אויף די זינד. (נחמיה ט, א) פרעגט דער ירושלמי (עבודה זרה פ"א סוף ה"ב) פארוואס נישט אין דעם דריי און צוואנציגסטן טאג, ענטפערט דער ירושלמי משום חגא דמועדא, מען האט נישט געווואלט פאסטן אין דריי און צוואנציגסטן טאג פון תשרי צוליב אסרו חג.

אשרי יושבי ביתך

אשרי יושבי ביתך איז דער אויסדערוועלטער קאפיטל (קמ"ה) פון תהילים וואס מען זינגט צו הקב"ה לויט די א ב.

ברכות השחר

ברכות השחר זענען די ברכות וואס א ייד זאגט יעדן טאג אינדערפרי ווען ער שטייט אויף אדער ביים אנהייב פון דאווענען. דאס איז א סדר פון 15 קורצע ברכות וואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן פאר זיין גוטקייט וואס ער טוט מיט מענטשן.

די ערשטע ברכה איז : "ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם, אשר נתן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה".

לויט נוסח אשכנז, זאגט מען דערנאך דריי ברכות וואס דאנקען פאר האבן די מצוות פון א ייד : שלא עשני גוי/גויה, שלא עשני עבד/שפחה, שלא עשני אשה/שעשני כרצונו. נאך דעם קומען די ברכות מלביש ערומים, פוקח עורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים, רוקע הארץ על המים, המכין מצעדי גבר, שעשה לי כל צרכי, אוזר ישראל בגבורה, עוטר ישראל בתפארה, הנותן ליעף כח, המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי.

די עדות המזרח זאגן די ברכות אויפן פאלגנדן סדר : פוקח עוורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים, מלביש ערומים, הנותן ליעף כח, רוקע הארץ על המים, המכין מצעדי גבר, שעשה לי כל צרכי, אוזר ישראל בגבורה, עוטר ישראל בתפארה, שלא עשני גוי, שלא עשני עבד, שלא עשני אשה, המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי.

די לעצטע ברכה ווערט פארגעזעצט "אל תביאנו לידי ניסיון ולא לידי ביזיון... ברוך אתה ד' הגומל חסדים טובים לעמו ישראל".

נאך די ברכות השחר זאגט מען די פרשת עקידה און פרשת הקרבנות

ד' סיון

ד' סיון איז דער פֿערטער טאג פונעם דריטן חודש.

אכט און פערציג טעג אין דעם עומר

דער צווייטער טאג פון די שלשת ימי הגבלה

מען זאגט נישט קיין תחנון

ט"ו בשבט

ט"ו בשבט אדער חמשה עשר בשבט איז דער ראש השנה לאילנות, איינע פון די פיר ראש השנה'ס וואס זענען דערמאנט אין מסכת ראש השנה. היינטיגע צייטן איז דער טאג א שטיקל יו"ט.

יום העצמאות

יום העצמאות (יידיש: אומאפהענגיקייט טאג) איז דער יארטאג פון ישראלס אומאפהענגיקייט. דער טאג איז א פייערטאג וואס ווערט געפייערט יערליך ה' אייר צום אנדענק פון דעם זעלבטשטענדיגקייט פונעם לאנד אין יאר ה'תש"ח.

ל"ג בעומר

ל"ג בעומר איז א יידישער פייערטאג וואס מען פייערט דעם 33 סטן טאג פון עומר-ציילונג צום אנדענק פון רבי שמעון בר יוחאי'ס יארצייט.

מען זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען (אין מערסטע קהילות זאגט מען אויך נישט ביי מנחה דעם פריערדיגן טאג). ביי אשכנזים איז מען זיך נוהג אז מען מעג זיך שערן און חתונה האבן ל"ג בעומר.

ווען ל"ג בעומר געפאלט זונטאג שערט מען זיך דעם פריערדיגן ערב שבת.

די חדר יינגלעך האבן דעם טאג א יומא דפגרא. מען איז געוואוינט צו מאכן אויספלוגן פאר די קינדער.

מנחה

מיינט איר קרבן מנחה?

מנחה איז די תפילה וואס אידן דאווענען פאר-נאכטס.

די מיטאג תפילה ווערט אזוי אנגערופן, דאס האט מתקן געווען יצחק אבינו. דער זמן איז פון א האלבע שעה נאך חצות (דאס ווערט גערופן מנחה גדולה ביזן זמן פון דאווענען מעריב וואס דאס ווענט זיך אינעם לענג פונעם טאג (שעות זמניות) זומער איז עס שפעטער ווינטער איז עס פריער. עס ווערט געברענגט א דיעה צו דאווענען אין דעם זמן פון מנחה קטנה, וואס הייבט אן צוויי און א האלב שעה'ן פארנאכט.

די תפילה איז איינגעטיילט אזוי:

קרבנות

אשרי

שמונה עשרה, און עלינו, ביי אסאך קהילות זאגט מען תחנון ביי מנחה פונקט ווי ביי שחרית.די מעלה פון מנחה

אין די הייליגע ספרים שטייט אז מנחה איז די גרעסטע תפילה פון טאג, אליהו הנביא ביים הר הכרמל איז נישט געענטפערט געווארן נאר ביז ווען עס איז געקומען דער זמן פון תפילת מנחה און ער האט דאן מתפלל געווען איז ער גענטפערט געווארן.

מעריב

מעריב (לשון הקודש: תפילת ערבית) איז די תפילה וואס אידן דאווענען ביי דער נאכט.

די תפילה האט דער ערשטער געדאווענט יעקב אבינו אויפן וועג ווען ער איז אנטלאפן פון עשו קיין פדן ארם, אינעם ארט בית אל, אזוי ווי דער פסוק זאגט אין פרשת ויצא, "וַיִפגַע בַּמָקוׁם", דרשענען חז"ל אז יעקב אבינו האט געדאווענט מעריב.

חז"ל זאגן אז די תפילות זענען קעגן די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש, ווייל אין די תפילות ווערן דערמאנט די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען יעדן טאג, און די פסוק זאגט וּנְשַלמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ, דאס מיינט מיר וועלן מקריב זיין שטירן מיט אונזערע לעפצין, און תפילות ערבית איז קעגן די געדערים אין פעטנס (חלבים און אימורים) פון די קרבנות וואס האט געברענט א גאנצע נאכט, ווייל קיין שום קרבן האט מען נישט געטארט מקריב זיין ביינאכט.

אויך זאגן חז"ל אז אט די תפילה איז א רשות, דאס מיינט אז נאר אויב מ'וויל קען מען דאס דאווענען, אנדערש ווי די תפילות שחרית און מנחה וואס איז א חובה.

אבער אין שולחן ערוך שטייט אז כלל ישראל האבן זיך עס מקבל געווען ווי א חובה, דעריבער מוז מען עס דאווענען.

סקווירא (הויף)

סקווירא, אוקריינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דארט האט געוואוינט רבי יצחק טווערסקי זצ"ל דער ערשטער סקווערער רבי פונעם סקווערער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק.

עשרה בטבת

עשׂרה בטבֿת איז א יידישער פאסט-טאג. כּלל ישׂראל פירן זיך אין דעם טאג צו פֿאַסטן פֿון עלות השחר ביז צאת הכּוכבֿים (אַרום 12 שטונדן). עשרה בטבת קען געפאלן זונטיג, דינסטיג, מיטוואך, דאנערשטיג און פרייטיג.

פסח שני

פסח שני געפאלט אום י"ד אייר, און איז דער טאג ווען די תורה האט געגעבן א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגען א קרבן פסח פאר די וואס האבן נישט געזשאנזעט צו ברענגען דעם קרבן י"ד ניסן (ערב פסח פון יענעם יאר), אדער ווייל זיי זענען געווען טמא אדער ווייל זיי זענען געווען ווייט פונעם מקום המקדש.

אין דער משנה חלה (פרק ד' משנה י"א) און ראש השנה (פרק א' משנה ג') ווערט דער טאג גערופן פסח קטן.

היינט איז דער מנהג אז פסח זאגט מען נישט קיין תחנון, אין רוב ערטער סיי ביי שחרית סיי ביי מנחה, אין טייל ערטער זאגט מען יא תחנון צו שחרית אבער נישט צו מנחה, וואס איז די צייט פון ברענגען דעם קרבן פסח.

פרשת הקרבנות

ביים דאווענען זאגט מען די קרבנות אלס זכר צו די קרבנות וואס די כהנים פלעגן מקריב זיין אינעם בית המקדש.

מ'זאגט די קרבנות שחרית נאך די ברכות השחר און מנחה פאר אשרי.

די קרבנות זאגט מען אויפן פאלגנדן סדר:

פרשת הכיור

פרשת תרומת הדשן (נאר ביי שחרית)

פרשת התמיד

סדר הקטורת

סדר המערכה פון אביי (נאר ביי שחרית)

אנא בכח (די תפילה פון רבי נחוניא בן הקנה)

פרק "איזהו מקומן" אין מסכת זבחים (נאר ביי שחרית)

ברייתא דרבי ישמעאל (נאר ביי שחרית)

קידוש לבנה

קידוש לבנה איז א תפילה וואס יידן זאגן יעדן חודש ווען די לבנה איז געווארן גענוג גרויס כדי מ'קען האבן הנאה פֿון איר ליכט. דער מנהג איז לכתחילה צו זאגן קידוש לבנה שבתע־נאכט.

ס'זענען דא פֿארשידענע מנהגים ווען מ'קען אנהייבן „מחדש זײַן די לבנה", ד.ה. זאגן די תפילה „קידוש לבנה". אשכנזים און מאראקאנער יידן האלטן אז מען מעג שוין זאגן דרײַ טעג נאכ'ן מולד, לויטן חזון איש ווארטן מען פֿינף טעג. ספרדים און חסידים פירן זיך לויטן מחבר און ווארטן זיבן טעג. די לעצטע צײַט וואס מ'קען זאגן קידוש לבנה איז ממש אינמיטן דעם חודש, ד.ה. 14 טעג 18 שעה 22 מינוטן נאכ'ן מולד, ווען די לבנה הייבט אן צו ווערן קלענער. אויך נאך א ליקוי לבנה איז מען נישט מחדש די לבנה, ווייל דאס פאסירט ווען די לבנה איז פול.

אחוץ די ברכה (מסכת סנהדרין) איז אויך דער מנהג צו זאגן פארשידענע קאפיטלעך תהלים און אנדערע פסוקים וואס ווערן געברענגט אין מסכת סופרים.

שחרית

שחרית איז דער תפילה וואס אידן דאווענען אינדערפרי. דאס איז די לענגסטע פון די טאג-טעגלעכע תפילות. שחרית הייבט אן מיט ברכות און קרבנות, און דערנאך זאגט מען פסוקי דזמרה. נאכהער איז דער עיקר טייל פון דער תפילה, קריאת שמע מיט אירע ברכות און שמונה עשרה. נאכדעם זאגט מען תחנון און עטלעכע מזמורים און פסוקים.

מאנטאג, דאנערשטאג און שבת ליינט מען די תורה ביי שחרית.

די צייט פון שחרית איז די ערשטע פיר שעה'ן פון טאג; קריאת שמע מוז מען ענדיגן פריער, ביז דריי שעה'ן פון טאג. וותיקין דאווענען שחרית גאנץ פרי כדי אנצוהייבן די שמונה עשרה מיטן זונאויפֿגאַנג.

שמונה עשרה

שמונה עשרה איז דער עיקר דאווענען פון אלע 3 תפילות שחרית מנחה ערבית.

עס הייסט אזוי ווייל אמאל איז דאס געווען 18 ברכות מען האט צוגעלייגט דערנאך אבער די מינינם.

מען שטייט און צאמגעלייגט די פוס, און מ'דאווענט דאס שטיל.

תפילה

תפילה איז פונעם לשון קודש'דיגן ווארט "פילל - האפן און בעטן". אויך איז דאס א לשון פון באהעפטן, זיך אנהענגען אויפן אייבערשטן. אין (מזרח-) אידיש הייסט דאס דאַװנען אדער דאַווענען (אין מערב-יידיש הייסט דאס אָרען).

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.