תורה

תורה (תּוֹרָה) א לשון קודש ווארט וואס מיינט "לערנען", "אנווייזונגען" אדער "געזעצין". עס איז דער צענטראלער און די מערסטע וויכטיגסטע דאקומענט פון אידישקייט פארהייליגט דורכאויס אלע דורות. עס איז געשריבן אין לשון הקודש. אויך באדייט די ווארט "תורה" אלע געזעצין ווי אזוי א רעליגיעזער איד דארף זיך אויפפירן, אריינגערעכנט, משנה, תלמוד, מדרש און הלכה.

תורה איז א טייל פון תנ"ך.

יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם

היסטאריע

לויט די חז"ל איז די תורה געשריבן געווארן דורך משה רבינו דיקטאטירט פון גאט'ס מויל.

עס איז דא א מיינונגפארשידנהייט אין חז"ל, צו די תורה איז געשריבן געווארן באזונדערווייז, בעת עס האט זיך אנטוויקלט די אלע פאסירונגען, אדער אלעס אויפאיינמאל די טאג וואס משה רבינו איז געשטארבן.

תרי"ג מצוות

דער גרונד פון די תורה איז די געזעצין און באפעלן ווי אזוי א איד דארף זיך אויפירן, עס האט 365 עבירות, און 248 מצוות

טראפ

די אנגענומענע ניגונים וואס מען ניצט ביים לייענען תורה און נביאים הייסן "טראפ". די פארשידענע קהילות (אשכנזים, ספרדים, תימנים) האבן זייער אייגענעם טראפ.

פרשות השבוע

(זעט באזונדער ארטיקל חומש) (ווער האט דאס איינגעטיילט)

ארץ ישראל

ארץ ישראל איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח וואו יידן האבן געוואוינט אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש. ארץ ישראל איז כולל די היינטיקע לענדער מדינת ישראל, א גרויסער טייל פון יארדאניע און לבנון, און א טייל פון סיריע.

לויט דער תורה זענען פארן מצוות התלויות בארץ, דאס הייסט, געוויסע מצוות וואס מען האלט נאר אין ארץ ישראל.

חרדים

חרדים אדער חרדישע יידן איז א שטרעמונג ביים יידישן פאלק וואס ענטהאלט סיי ליטווישע און סיי חסידים. רוב פון זיי גייען מיט שווארצע היט און רעקל. זיי גייען נישט אין קאלעזש, און זענען נאר אקטיוו רוב בדרך כלל אין ביזנעס וואס איז נישט קיין פראפעשנאל און מען דארף נישט האבן קיין גוי'שען חינוך. פארשטייט זיך אז עס דא אויסנאמען.

חרדים זיינען רעליגיעזע אידן וואס האבן די פאלגנדע כאראקטעריסטן:

פירן זיך שטריינג לויט דער הלכה.

שטעלן תורה אלס א הויפט ראלע אין זייער לעבן.

הערן צו דעם פסק פון די רבנים.

אפט גייען זיי אנגעטאן מיט א ווייסע בלוסקע א שווארצע רעקל מיט א היט.

לייקענען אָפּ דער ציוניסטישע אידיאל.

אלע פרומע תורה ארטאדאקסישע אידן וואס גייען אנגעטאן מיט א קאפל ווערן גערופן פרומע אידן, אדער ארטאדאקסישע אידן.

אין קאנטראסט צו די פרומע אידן וואס גייען נישט היט בארד און פיאות.

ט' תשרי

ערב יום כיפור - מען טאר נישט פאסטן, און עס איז א מצוה פון דער תורה צו עסן.

י"ח כסלו

דער אכצנטער טאג פונעם ניינטן חודש (לויט דער ציילונג פון דער תורה).

יום טוב

יום טוב ביי יידן איז א טאג וואס די תורה האט געהייסן א "מקרא קודש" ווען מען טאר נישט טון געוויסע מלאכות, און מען פרייט זיך מיט א פליישיגער סעודה און וויין, און מיט נייע קליידער.

די מלאכות וואס מען טאר נישט טון איז אזוי ווי שבת, אבער א מלאכה פון "אוכל נפש", למשל, קאכן און מאכן גרעסער א פייער, מעג מען יא, ווי אויך טראגן.

עס איז א גוטער טאג, וואס איז א יומא דפגרא. מ'מאכט גרויסע סעודות. און מען איז פרייליך און גוטמוטיג, געווענליך איז דאס אויך א רוה טאג דורכן אפפייערן.

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען יעדן יום טוב מקריב געווען ספעציעלע קרבנות אויפן מזבח.

ביי דער תורה טערמענאלאגיע איז דאס אנגערופן חג לה', איז געקומען די גמרא אין געזאגט חציו לה' וחציו לכם, אבער היינט הייסט א חג וואס איז גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא.

ייד

דער ארטיקל דיסקוטירט א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק. טאמער זוכט איר דעם אות י, זעט י.ייד (אויך איד אדער יוד); ביי א פרוי יידענע (אויך אידענע אדער יודענע), איז א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק.

יידישקייט

ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט.

יידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג, וואס לויטן רמב״ם ווערט גערעכנט אויף 13 פרינציפן. איינער פון די יסודות איז די תורה, געגעבן דורך משה רבינו, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער 14.5 מיליאן יידן.

ישיבה

א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".

כ"ב תשרי

שמיני עצרת

אין ארץ ישראל - שמחת תורה

כ"ג תשרי

אין ארץ ישראל — אסרו חג

אין חוץ לארץ — שמחת תורה

מאנטיק

מאָנטיק איז דער צווייטער טאָג פֿון דער וואָך צווישן זונטיק און דינסטיק.

עס הייסט אַזוי ווייל דעם טאָג האָט מען געדינט די עבודה זרה די לבנה (מאָן אין ענגליש). אין שפּאַניש און אין פֿראַנצויזיש הייסט די לבנה אויך מאָן.

לויטן סדר פון די זיבן כוכבי־לכת חל"ם כצנ"ש, הייבט אן דער טאג פון מאנטיק מיט ל=לבנה.‏אין אַמעריקע און אין נאָך מאָדערענע לענדער, איז מאָנטיק דער ערשטער טאָג פֿון דער וואָך וואָס דער עולם גייט אַרבעטן, ווייל זונטיק איז אָפּרוה.

ביי אידן ליינט מען די תורה מאָנטיק און דאָנערשטיק.

קינד

א קינד (בלשון רבים: קינדער, קינדערלעך) איז א יונגער מענטש. מען רופט אזוי עמיצן וואס איז נאכנישט דערוואקסן און יונג אין יארן. אבער אפילו עמיצער וואס איז קליין-געבליבן מיטן שכל קען מען רופן: "געבליבן א קינד".

קינד איז אויך דאס וואס ערפילט און דערגענצט דאס באדייט פון עלטערן. אן א קינד קען מען נישט ווערן קיין עלטערן; אויך דערוואקסענע מענטשן בלייבן אייביג קינדער פון זייערע עלטערן. לדוגמא "שלמה, 46 יאר אלט, איז א קינד פון דוד, 76 יאר אלט".

א קינד, איידער ער הייבט אן צו גיין אין שולע, שפילט אין דער היים אדער מיט אנדערע קינדער מיט שפילכלעך. אויך יונגע קינדער ווען זיי קומען אהיים פון דער שולע שפילן זיי מיט שפילכלעך.

רב

א רב (לשון רבים: רבנים) איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהל'ישע ענינים לטובת דעם ציבור.

שבת

שבת (ארויסגערעדט שאַבעס) איז דער נאמען פונעם רוהטאג וואס דער אייבערשטער האט געבענטש און געהייליגט, און דאס געגעבן אלס געשאנק פאר זיינע יידישע קינדער, וועלכער איז א צייכען צווישן דעם אייבערשטן און די יידישע קינדער אז השם האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם זיבעטן טאג, און ווערט גענוצט אלס נאמען פונעם זיבעטן טאָג פון דער וואָך.

ס'איז מערקווירדיג אז דאס ווארט שבת האט נישט קיין איבערזעצונג אין אנדערע שפראכען, וואס צייגט אויף זיין אייניגקייט מיט דאס יידישע פאלק.

די מצוה שבת ערקלערט דער רמב"ם אין יד החזקה, ענטהאלט פינף מצות, צוויי מצות עשה און דריי מצות לא תעשה.

רוהען אום שבת

נישט טוהן קיין מלאכה (ארבעט) אום שבת

נישט שטראפן אום שבת

נישט ארויס גיין אויסער דעם גרעניץ אום שבת

הייליגן דעם שבת דורך דערמאנונגהיטן שבת איז פון די שטרענגסטע מצוות אין דער תורה. ווען א ייד איז מחלל שבת (איז עובר איינע פון די 39 מלאכות פון שבת) במזיד און עדים האבן אים געווארנט קומט אים דער טויט שטראף פון סקילה, וואס איז דער הארבסטער שטראף פון די פיר מיתות בית דין, אדער קומט אים כרת טאמער ס׳איז נישט געווען קיין עדים.

שמיטה

שמיטה איז דער נאמען פונעם זיבעטן יאר, וואס די אידן זענען מחויב צו לאזן פריי די פעלדער אין ארץ ישראל. ס'איז אויך דא נאך צוויי מצוות מיט א שייכות צום שמיטה יאר, דהיינו שמיטת כספים און הקהל.

די מסכתא וואס באהנדלט די דינים פון שמיטה איז מסכת שביעית אין משניות און תלמוד ירושלמי. דער רמב"ם ברענגט די הלכות פון שמיטה אין ספר זרעים, אין דער ערשטער העלפט פון הלכות שמיטה ויובל.

מן התורה פארצווייגט זיך די מצוה פון שמיטה אויף פיר צווייגן:

מ'טאר נישט ארבעטן די ערד

די תבואה וואס וואקסט אינעם שמיטה יאר איז הפקר

די תבואה האט א קדושה (קדושת שביעית)

די מצוה פון ביעורמדרבנן איז דא נאך א דין ("ספיחים"):

אלע ירקות וואס הייבן אן צו וואקסן אינעם שמיטה יאר, אפילו פון זיך אליין, זענען אסור צו עסן.

תלמוד תורה

תּלמוד תּורה אָדער חדר, איז אַ מוסד פאַר קינדער פון 3 ביז 13 יאָר אַלט, וואָס מען לערנט דאָרט כמעט אַ גאַנצן טאָג נאָר לימודי קודש, חומש משניות און גמרא - עיון און בקיאות.

די עלטערן ברויכן צו צאָלן שולע געלט. אַזעלכע עלטערן וואָס האָבן נישט צו צאָלן, צום מערסטנס, גיט מען זיי נאך, און מען לערנט זייערע קינדער אומזיסט.

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.