שפאניע

קעניגרייך פון שפאַניע

Reino de España

פאן שפאניע
סימבאָל שפאניע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: "Marcha Real" קעניגלעכער מארש
אָרט פֿון שפאניע
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך שפאניש
הויפטשטאט מאדריד 40°26′N 3°42′W / 40.433°N 3.700°W
רעגירונג פארלאמענטארישע דעמאקראטיע

און קאנצטיטוצאנאלע מאנארכיע

קעניג
פרעמיער מיניסטער
הואַן קאַרלאס דער ערשטער
האזע זאַפאַטערא
גרינדונג דאטום
15טער יארהונדערט
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
504,030 קוואדראט ק"מ
51סט
1.04%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

45,989,016
27סט
91.2 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $1.360 טריליאן (14ט)
וואלוטע איירא
צייט זאנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאמען es.
טעלעפאן קאד 34+

שפּאַניע (שפאניש: España עספאַניאַ) איז א לאנד אין דרום־מערב אײראָפּע אויפן איבערישן האלבאינזל. צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפן מיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פון גיבראלטאר. פון צפון האט שפאניע א גרענעץ מיט פראנקרייך און אנדארע, און פון מערב מיט פארטוגאל און מיטן אטלאנטישן אקעאן. די טעריטאריע פון שפאניע נעמט איין די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים, לעבן דעם מזרח בארטן פונעם האלבאינזל, און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן, לעבן דעם בארטן פון אפריקע.

שפאניע איז אַ מיטגליד לאַנד פונעם אייראפעישן פארבאנד. איר הױפּטשטאָט איז מאַדריד. זייט 1975 איז שפאניע א קאנסטיטוציאנעל קעניגרייך, און איר קעניג איז כואן קארלאס דער ערשטער.

די הויפט שפראך איז שפאניש, אבער אין א טייל פונעם לאנד רעדט מען קאטאלאניש. די מערסטע פארשפרייטע רעליגיע איז קאטאליציזם.

שפאניע באדעקט א שטח פון 504,030 קוואדראט ק"מ, און איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין מערב אייראפע, נאך פראנקרייך. זי האט א באפעלקערונג פון 43 מיליאן מענטשן.

מיט בערך טויזנט יאר צוריק האט זי געהערט צו די מוסלעמענער, און עס האט דאן געהייסן אנדאלוזיע מיט קארדאווע אלס די הויפט-שטאט.

אין יאר ה'רנ"ב האט קעניג פערדינאנד פארטריבן אלע אידן פון שפאניע, און איינגעפירט די טרויעריגע בארימטע אינקוויזיציע.

שפאניע איז היינט א דעמאקראטיע, מיט דער 13טער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.

A Black and White Photo of the the Gran Vía in Madrid Spain.jpeg
גראַן וויאַ מאַדריד

היסטאריע

אין אוראלטע צייטן האבן געוואוינט אין היינטיקער שפאניע די איבערישע און די קעלטן. די פעניקער האבן געבויט דארט שטעט צו האנדלען מיט צין און זילבער. שפעטער האט די רוימישע אימפעריע געהערשט איבער שפאניע מער ווי 500 יאר. ווען די רוימישע אימפעריע איז איינגעפאלן, האבן פארשידענע גערמאנישע שבטים איבערגענומען דאס לאנד.

אין 711 האבן אראבער איבערגענומען די הערשאפט, און דערנאך האבן די מוירן פון צפון אפריקע געהערשט איבערן לאנד במשך 800 יאר. די ציוויליזאציע איז געווען פארגעשריטן אין ארכיטעקטור. זיי האבן געבויט שיינע געביידעס, א סך פון זיי שטייען נאך אין די שטעט סעווילא, גראנאדע און קארדאבע אין אנדאלוזיע.

שפאנישע אימפעריע

אין 1492 האט פערדינאנד דער מלך פון אראגאן און זיין ווייב איזאבעלא מלכה פון קאסטיל פארטריבן די לעצטע מורן און אזוי איבערגענומען גאנץ שפאניע. אין דעם זעלבן יאר האבן זיי געצוואונגען אלע יידן זיך צו שמדן אדער צו פארלאזן דאס לאנד. אויך אין דעם יאר האבן זיי געשיקט קריסטאפער קאלאמבוס אריבער דעם אטלאנטישן אקעאן, וואו ער האט געפונען די קאראאיבישע אינזלען.

Spanish Galleon
שפאנישע גאליאן שיף. געמעל פונעם 16טן יארהונדערט.

אין 1492 האט קאלאמבוס אנטפלעקט‏[1], די קאראיבישע אינזלען, און עטלעכע יאר נאכהער, אויך דעם קאנטינענט אמעריקע. חאזע טארדסיאס פון יאר 1494 האט צעטיילט די נייע וועלט צווישן שפאניע און פארטוגאל.

די אנטוויקלונגען, דאס פארטיגע ניצחון אויף די מוסולמענער אין דעם איבערישן האלבאינזל און אנטפלעקן אמעריקע, האבן געקערט שפאניע צו אן אייראפעאישע און אויך וועלטלעכע גרויסמאכט אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער, א תקופה באקאנט ווי די גאלדענע צייטן פון שפאניע.

די שפאנישע אימפעריע, וואס האט פארטיליקט די אינקא און אזטעק אימפעריעס, האט געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון דרום אמעריקע און צענטראל-אמעריקע, אויף א טייל פון די קאראיבישע אינזלען, און אויפן דרום טייל פון צפון אמעריקע. שפאניע האט פארשקלאפט די אריגינעלע באוואוינער פון אמעריקע, האט אויפגעשטעלט זידלונגען, און האט גענאסן פון א פליסנדיקן שטראם פון רוישטאף, בעיקר זילבער און גאלד.

געאגראפיע

שפאניע באדעקט א שטח פון 505,992 ק"מ2, און איז דאס 52סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. דער העכסטער שפיץ איז טעידע אין טענעריפע, וואס איז דער דריטער גרעסטער וואולקאן אין דער וועלט.

די שטאט ליוויע איז אינגאנצן ארומגענומען פון פראנקרייך.

אינזלען

שפאניע נעמט איין אויך די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן.


פאלגנד איז די באפעלקערונג פון די אינזלען:

  • 1. טענעריפע 899,833
  • 2. מאיארקא 862,397
  • 3. גראן קאנאריא 838,397
  • 4. לאנזאראטע 141,938
  • 5. איביזא 125,053
  • 6. פוערטעווענטורא 103,107
  • 7. מענארקא 92,434
  • 8. לא פאלמא 85,933
  • 9. לא גאמערא 22,259
  • 10. על היערא 10,558
  • 11. פארמענטערא 7,957
  • 12. אראזא 4,889
  • 13. לא גראציאזא 658
  • 14. טאבארקא 105
  • 15. אנז 61

טייכן

די הויפט טייכן אין שפאניע זענען די טאכא (1,038 ק"מ, טייל אין פארטוגאל), עברא, דוערא, גוואדיאנא און דער גוואדאלקיוויר (647 ק"מ).

קלימאט

שפאניע האט דריי קלימאט זאנעס:

  • מיטלענדישער קלימאט אינעם גרעסטן טייל פון לאנד
  • האלבטריקענער קלימאט אין דרום־מזרח פון לאנד
  • אקעאנישער קלימאט אין צפון פון לאנד

רעגירונג

די היינטיקע קאנסטיטוציע פון שפאניע שטאמט פון 1978, וואס האט פעסטגעשטעלט שפאניע ווי א דעמאקראטיע מיט א קאנסטיטוציאנעלער מאנארכיע. מ'האט באשטעטיקט די קאנסטיטוציע אין א רעפערענדום דעם 6טן דעצעמבער 1978, דורך 88% פון אלע וויילער. לויט דער קאנסטיטוציע באשטייט שפאניע פון 17 אויטאנאמישע געמיינדעס און צוויי אויטאנאמישע שטעט וואס געהערן צום שפאנישן פאלק.

דער פארלאמענט פון שפאניע באשטייט פון צוויי הייזער. דער קאנגרעס פון דעפוטאטן (Congreso de los Diputados) האט 350 מיטגלידער וואס ווערן געוויילט דורך פראפארציאנעלער רעפרעזענטאציע. דער סענאט האט 259 סענאטארן, פון זיי 208 ווערן געוויילט דורכן פאלק און 51 ווערן באשטימט דורך די ראיאנישע פארלאמענטן. אלע דעפוטאטן און סענאטארן דינען פאר א קאדענץ פון פיר יאר.

  • שטאַט הויפט
  • הויפט פון רעגירונג
    • פרעמיער מיניסטער פון שפאניע (Presidente del Gobierno, טייטש פרעזידענט פון דער רעגירונג): מאריאנא ראכוי, געוויילט דעם 20סטן נאוועמבער 2011.
      • וויצע פרעמיער מיניסטער: סאראיא סאענז דע סאנטאמאריא.

אויסלענדישע באציאונגען

נאך דעם טויט פון פראנקא אין 1975 האט שפאניע אנגעהויבן א נייע תקופה אין אירע אויסלענדישע באציאונגען. זי איז געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד. אין 1982 איז שפאניע געווארן א מיטגליד אין נאט"א.

שפאניע האט באזונדערע באציאונגען מיט שפאנישער אמעריקע און די פיליפינען.

עקאנאמיע

שפאניע האט א קאפיטאליסטישע געמישטע עקאנאמיע וואס איז די דרייצענטע גרעסטע אין דער גארער וועלט, די פינפטע גרעסטע אינעם אייראפעישן פארבאנד און די פערטע גרעסטע אין דער אייראזאנע.

ארבעטסלאזיקײט אין שפאניע איז געשטאנען איבער 20% אין די אנהייב 1990ער יארן, אבער ביז 2006 איז זי אראפ צו 7.6%. די שוואכע פונקטן פון דער עקאנאמיע זענען א הויכע אינפלאציע ראטע, און אויך (לויט דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג) א שוואכע בילדונג סיסטעם אין פארהעלטעניש צו אנדערע אנטוויקלטע לענדער, אזוי ווי די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דאס פאראייניגטע קעניגרייך.

אין 1999 איז דער שפאנישער בודזשעט געווארן באלאנסירט, און שפאניע איז אריינגעטראטן אין דער אייראזאנע.

זייט די 1990ער יארן זענען עטלעכע שפאנישע פירמעס געווארן פיל־נאציאנאל, און האבן פארשפרייט זייערע טעטיקייטן אין לאטיינישער אמעריקע, וואס האט שטארקע קולטורעלע פארבינדונגען מיט שפאניע.

לעבנס־קוואליטעט

אין דער 2005 לעבנס־קוואליטעט אומפרעג געפינט זיך שפאניע אין די ערשטע 10 אין דער וועלט, העכער פון פראנקרייך, דייטשלאנד, דאס פאראייניגטע קעניגרייך און דרום קארעע.

טוריזם

אין די לעצטע פיר יארצענדלינגען האט טוריזם אין שפאניע געוואקסן צו ווערן דאס צווייטע גרעסטע אין דער וועלט, מיט א ווערט פון 40 ביליאן איירא, אומגעפער 5% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט, אין 2006.

לאנדווירטשאפט

בערך נאר 17 פראצענט פון שפאניעס קולטיווירטער ערד ווערט באוואסערט, אבער עס ווערט געשאצט אז דאס איז דער קוואל פון 40 צו 45 פראצענט פון דער ווערט פון געראט פראדוקציע און 50 פראצענט פון אגריקולטורעלן עקספארט. מער ווי העלפט פונעם באוואסערטן שטח איז איינגעפלאנצט מיט קוקורוזע, פרוכטביימער און גרינסן. אנדערע אגריקולטורעלע פראדוקטן וואס האבן הנאה פון באוואסערונג שליסן איין טרויבן, באוול, בוריקעס, קארטאפל, קטניות, איילבירט ביימער, מאנגאס, טאמאטעס און געפיטער גראזן. ווענדנדיק אויפן געראט, ס'איז מעגלעך אויף 10 פראצענט פון דער באוואסערטער ערד צו באקומען צוויי גערעטענישן אין א יאר.

די טראדיציאנעלע לאנדווירטשאפט פראדוקטן פון שפאניע—ציטרוס פרוכטן, גרינסן, תבואה, איילבירטן אויל און וויין—זענען נאכאלץ וויכטיג.

מינעראלן

אין יאר 2001 זענען ליגניט (ברוינער קויל) און ביטומענישער קויל (שווארצער קויל) די הויפט מינעראלישע רעסורסן פאר דעם שפאנישן ענערגיע מארק המחצבים; אין דעם געביט פון מעטאלן איז מערסט געווען צינק, און צווישן אינדוסטריעלע מינעראלן איז געווען בעיקר נאטריום כלאריד (טיש זאלץ). די הויפט קוילן מינעס געפינען זיך אין אסטוריאס פראווינץ און אין צפון פון לעאן; די מינעראלשיכטעס פון אייזן געפינען זיך ארום די שטעט סאנטאנדער און בילבאו; אין דעם שטעטל אלמאדן לעבן סיודאד ריאל איז אמאל געווען א דייטיקע פראדוקציע־פעאיקייט פון דעם מעטאל [[קוועקזילבער.

ענערגיע

שפאניע איז איינע פון דער וועלט'ס פירנדיקע לענדער אין דער אנטוויקלונג און פראדוקציע פון באנייבארער ענערגיע. אין 2010 איז שפאניע געווארן דער זונקראפט וועלט־פירער

טראנספארט

שפאניע האט א צעטראליזירטע סיסטעם פון שאסייען, מיט זעקס שאסייען וואס פארבינדן מאדריד מיט באסקנלאנד, קאטאלאניע, וואלענסיע, מערב אנדאלוסיע, עקסטרעמעדורע און גאליסיע.

שפאניע האט די ברייטסטע הויכגיך באן נעצווערק אין אייראפע, און די צווייטע ברייטסטע אין דער וועלט נאך כינע. אין אקטאבער 2010 האט שפאניע געהאט 3,500 ק"מ פון הויכגיך גערעלסן וואס פארבינדן מאלאגא, סעווילע, מאדריד, בארצעלאנע, וואלענסיע און וואלאדאליד, מיט באנען וואס פארן ביז 300 ק"מ א שעה. די באנען זענען זייער פינקטלעך, מיט 98.54% וואס קומען אן צו דער צייט (די צווייטע אין דער וועלט, נאכן יאפאנישן שינקאנסען, מיט 99%).

אין שפאניע זענען 47 פובליקע פליפארטן. דער מערסט באשעפטיקט איז מאדריד, מיט 50 מיליאן פאסאזשירן אין 2011, דער 15טער מערסט באשעפטיקטער אין דער וועלט.

דעמאגראפיע

אין 2008 האט די באפעלקערונג פון שפאניע אפיציעל דערגרייכט 46 מיליאן איינוואוינער. 88% פון דער באפעלקערונג זענען געבוירענע שפאניער. די 12% אימיגראנטן שטאמען בעיקר פון לאטיינישער אמעריקע, צפון אפריקע און מזרח אייראפע.

די שטעט מיט דער גרעסטער באפעלקערונג זענען:

ראנג שטאט באפעלקערונג
1 מאדריד 3,233,527
2 בארצעלאנע 1,620,943
3 וואלענסיע 797,028
4 סעווילע 702,355

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. איים אלה, כמו יבשת אמריקה, התגלו על ידי פולשים שונים בתקופות שונות, כולל אבותיהם של בני מאיה ותרבויות ילידיות אחרות, וכן ויקינגים, כ-500 יאר פאר קאלאמבוס.
11טן אקטאבער

דעם 11טן אקטאבער איז דער 284סטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (285סטער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 81 טעג.

12טן אקטאבער

דעם 12טן אקטאבער איז דער 285סטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (286סטער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 80 טעג.

13טן סעפטעמבער

13 סעפטעמבער איז דער 256סטער טאג פון יאר (257סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 109 טעג.

14טן אקטאבער

דעם 14טן אקטאבער איז דער 287סטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (288סטער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 78 טעג.

14טן יאנואר

דעם 14טן יאנואר איז דער פֿערצנטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 351 טעג (352 אין אן עיבור־יאר).

16טן פעברואר

דעם 16טן פעברואר איז דער 47סטער טאג פון יאר אין דער זיבעטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 318טעג (319 אין אן עיבור־יאר).

17טן מיי

דעם 17טן מיי איז דער 137סטער טאג פון יאר (138סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 228 טעג.

28סטן יולי

דעם 28סטן יולי איז דער 209טער טאג פון יאר (210טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר; ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 156 טעג.

30סטן מיי

דעם 30סטן מיי איז דער 150סטער טאג פון יאר (151סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 215 טעג.

31סטן מערץ

דעם 31סטן מערץ איז דער 90סטער טאג פון יאר (91סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 275 טעג.

3טן פעברואר

דעם 3טן פעברואר איז דער 34סטער טאג פון יאר אין דער פינפטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 331 טעג (332 אין אן עיבור־יאר).

4טן יאנואר

4 יאנואר איז דער פֿערטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 361 טעג (362 אין אן עיבור־יאר).

5טן יולי

דעם 5טן יולי איז דער 186סטער טאג פון יאר (187סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 179 טעג .

סיריע

סיריע (אױף אַראַביש الجمهورية العربية السورية) איז אַ לאנד אין מערבֿ־אַזיע. איר הויפטשטאט איז דמשק. סיריע האָט גרענעצן מיט לבנון (קײן מערבֿ און דרום), איראק (קײן מזרח), טערקיי (קײן צפֿון), ישראל (קײן דרום), און דער מיטלענדישער ים (קײן מערבֿ). סיריע האָט פֿאַרלאָרן די רמת הגולן במשך פֿון דער זעקסטאגיקער מלחמה אין יאָר 1967. דער פרעזידענט פֿון סיריע איז באשער על אסאד (بشار الأسد‎ אין אראביש). די אָפֿיציעלע שפראך פֿון דעם לאַנד איז אראביש.

פון די ערשטע ציוויליזאציעס אין דער וועלט זענען געווען אין סיריע. די אוראלטע שטאט עבלע, וואו א פערטל מיליאן מענטשן האבן געוואוינט, ווערט פאררעכנט פאר א באווייז אויף א גרויסער סעמיטישער אימפעריע וואס האט געהערשט פונעם ים סוף ביז אנאטאליע אין די צייטן פון אברהם אבינו. במשך דער היסטאריע האבן געהערשט אין סיריע פארשידענע אימפעריעס, צווישן די שבטי ישראל, די אשורים, די בבלים, די פערסישע אימפעריע, די גריכן, ארמעניע, די רוימען, די ביזאנטישע אימפעריע, די אראבער און די קרייצצוגער. דמשק איז פון די עלצטע שטעט אין דער וועלט, און איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער אומאיאדישער אימפעריע, וואס האט געהערשט פון שפאניע ביז צענטראל אזיע, צווישן די יארן 661-760.

די גרעסטע שטאט איז ארם צובא (חאלאב).

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

פארטוגאל

פּאָרטוגאַל (פארטוגעזיש: Portugal‏ [puɾtuˈɣaɫ]), אפיציעל די פארטוגעזישע רעפובליק (פארטוגעזיש: República Portuguesa), איז אַ דעמאָקראַטישע רעפּובליק אויפן איבערישן האלבאינזל אין דרום-מערב אײראָפּע. ער איז דאס מערסט מערבדיקע לאנד פון דער יבשה פון אייראפע. דאט לאנד איז אַרומגענומען מיט דעם לאַנד שפאַניע אויף די צפון און מזרח זייטן, און מיטן אַטלאַנטישן אָקעאַן בײ די מערב און דרום זייטן. צוויי אטלאנטישע ארכיפעלאגן, אזארן און מאדירא, זענען אויך א טייל פון פארטוגאל. דער גרענעץ צווישן פארטוגאל און שפאניע איז לאנג 1,214 ק״מ, דער לענגסטער גרענעץ אינעם אייראפעאישן פארבאנד.

זײַן הױפּטשטאָט איז ליסבאָן.

דאס לאנד אינערהאלב די גרענעצן פון היינטיקן פארטוגאל איז געווען באזעצט כסדר זייט פרעהיסטארישע צייטן. קודם די קעלטן און די רוימער, דערנאך די וויזיגאטישע און סוועבישע גערמאנישע פעלקער, וואס אויך זיי זענען געווארן אינוואדירט דורך די מורן. די דאזיקע מוסולמענישע פעלקער זענען ענדלעך געווארן פארטריבן בשעת דער קריסטלעכער רעקאנקוויסטא פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין יאר 838 איז געגרינדעט געווארן די ערשטע גראפנשאפט פון פארטוגאל. אין יאר 1139 האט מען פראקלאמירט אלפאנסא הענריקעס דעם ערשטן מלך פונעם קעניגרייך פון פארטוגאל. אין די 15ט־ און 16ט־יארהונדערטער האט פארטוגאל פיאנערט דעם אנטדעקונג-אלטער און האט פארברייטערט מערבדיקן איינפלוס און געגרינדעט די ערשטע גלאבאלע אימפעריע,‏‏‏ און איז אזוי געווארן איינע פון דער וועלט׳ס הויפט עקאנאמישע, פאליטישע און מיליטערישע קראפטן.

אין 1755 האט אן ערדציטערניש פארניכטעט ליסבאן. ביי די נאפאלעאנישע מלחמות איז פארטוגאל געווארן אקופירט, אין 1822 האט בראזיל פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל און פון 1828 ביז 1828 האט געפירט די פארטוגעזישע ברידער־קריג. נאכאלץ איז פארטוגאל געבליבן שטארק אפגעשוואכט און מער נישט געווען קיין וועלט מאכט.

פראנקרייך

פֿראַנקרײַך (פראַנצויזיש: France פֿראַנס), אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק (פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פֿראַנסעז), איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגלישן קאנאל און דעם צפון ים אין צפון, און פונעם ריין אין מזרח ביזן אטלאנטישן אקעאן אין מערב.

פראנקרייך גרענעצט (זייגערווייז פון צפון) בעלגיע, לוקסעמבורג, דייטשלאנד, די שווייץ, איטאליע, מאנאקא, אנדארא און שפאניע. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו ענגלאנד דורכן קאנאל טונעל.

פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם אייראפעישן פארבאנד אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך רוסלאנד און אוקראינע.

זעקס הונדערט טויזנט (600,000) ייִדן וווינען הײַנט צוטאָגס אין פֿראַנקרײַך, און 7 מיליאָן אַראַבער װױנען דאָרט אױך.

עס האט די דריטע גרעסטע יידישע באפעלקערונג נאָך ניו יאָרק און ארץ ישראל.

פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן.

פראנקרייך איז א דעמאקראטישע רעפובליק און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער נײַנטער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.

פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז עס א מיטגליד אין דער גרופע 8 און א סטאבילער מיטגליד אין דעם זיכערהייט ראט פון די פ"פ.

שפאניש

שפאַניש (español, עספּאַניאָל), אויך גערופן קאַסטיליש (castellano, קאַסטעיאַנאָ), איז א ראמאנישע שפראך וואס איז די הויפט שפראך פון שפאניע און רוב לענדער פון דרום אמעריקע. די שפראך איז אין אמת'ן קאסטיליש, ד.ה. די שפראך וואס האט אנטוויקלט פון לאטיין אין קאסטיל (צפון שפאניע).

שפאניש איז די מערסט פארשפרייטע שפראך אין דער מערב האלבקויל, מיט גרויסע באפעלקערונגען פון מוטערשפראך שפאניש רעדערס פון פאטאגאניע צו קאנאדע. אין דעם 21סטן יארהונדערט, ווערט שפאניש מער געלערנט און גענוצט פון פראנצויזיש ווי די צווייטע שפראך פאר אינטערנאציאנעלער קאמוניקאציע, נאך ענגליש.

אומגעפער 75% פון שפאניש שטאמט פון לאטייניש.

מער ווי 360 מיליאן מענטשן אין דער וועלט רעדן שפאניש ווי זייער ערשטע שפראך.

שפאניש איז איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז זי אן אפיציעלע שפראך פונעם אייראפעאישן פארבאנד, פון דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן, פונעם פאריין פון דרום-אמעריקאנישע לענדער און נאך א סך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע. זי איז די צווייטע שפראך אין דער וועלט לויט דער צאל פון מענטשן וואס רעדן זי ווי מוטערשפראך, נאך מאנדארין כינעזיש, מיט 437 מיליאן מאמע־לשון רעדער.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.