שלמה המלך


שלמה המלך (ב'תתקי"ב - ב'תתקס"ד) איז געווען א זון פון דוד המלך און איז געווען דער לעצטער יידישער קעניג אין פארלויף פון 40 יאר אויף אלע שבטים פון כלל ישראל נאך דוד (נאך שלמה המלך האט זיך די קעניגרייך צעטיילט אויף צווייען: מלכות ישראל און מלכות יהודה). שלמה האט קיינמאל נישט געפירט מלחמה מיט אנדערע פעלקער, ער האט געהאט גוטע פארבינדיגען מיט מצרים און אנדערע ארומיגע לענדער (אנדערש ווי זיין טאטן דוד). וַיֵּשֶׁב יְהוּדָה וְיִשְׂרָאֵל לָבֶטַח, אִישׁ תַּחַת גַּפְנוֹ וְתַחַת תְּאֵנָתוֹ, מִדָּן, וְעַד-בְּאֵר שָׁבַע--כֹּל, יְמֵי שְׁלֹמֹה ספר מלכים א' (פרק ה')

יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם

זיין רייכקייט

אויך איז ער געווען זייער רייך און האט געבויעט גרויסע טייערע פאלץ דער בית המקדש, א פאלאץ פאר אים, בית יער הלבנון.

שלמה איז געווארן קעניג אין יאר ב'???"? אין די צייט וואס זיין פאטער דוד דער פריעריגער קעניג האט נאך געלעבט. זעט אדוניהו פאר מער דעטאלס.

די חכמה פון שלמה

שלמה המלך האט דעם טיטל "חכם מכל אדם", דאס מיינט דער קלוגסטער פון אלע מענטשען. עס ווערט דערציילט אין מלכים א' פרק ג': ווען שלמה המלך האט איבערגענומען די קעניגרייך פון דוד המלך, איז שלמה דאן געווען אומגעפעער 16 יאר אלט. און גאט האט זיך צו אים באוויזן אין חלום, און אים אנגעבאטן צו בעטן סיי וואס דאס הארץ זיינס באגערט. האט שלמה המלך געבעטן קלוגשאפט, צו קענען פסקנען פארן פאלק מיט גערעכטיקייט. גאט האט אים באלד חכמה געשענקט און דערצו אויך רייכקייט מיט כבוד. גאט האט אים צוגעזאגט אויך לאנגע לעבנסיארן אויב ער וועט גיין אין גאטס וועגן, אבער צום סוף אלץ זיינע זינד איז ער אוועק פון דער וועלט רעלאטיוו יונגערהייט.

איינע פון די באוווסטע מעשיות איבער זיין חכמה איז די מעשה וואס ווערט דערציילט אין אנפאנג "מלכים". צוויי פרויען האבן זיך ארומגעשלאגן וועגן א קינד צו וועמען עס געהערט. האט שלמה המלך מיט זיין חכמה באפוילן צו צעשניידן דעם קינד אין צווייען. האט די אמתע מאמע באלד אויפגעגעבן איר זכות און מסכים געווען מען זאל ליבערשט אוועקגעבן דאס קינד פאר דער צווייטער - אבי עס נישט צעשניידן. אזוי האט שלמה המלך זיך דערוווסט אז זי איז די ריכטיגע מאמע, און האט גע'פסק'נט אים איר צו געבן.

שלמה המלך האט מחבר געווען דער קהלת, און דער שיר השירים.

געבויעט דער בית המקדש

שלמה המלך האט געבויעט דער ערשטער בית המקדש אין ירושלים אין פארלויף פון 7 יארן.

נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דער בית המקדש, אין דער זיבעטער מאנאט חג הסוכות, (לויט די ציילונג אין די תורה,) האבן די כהנים געבריינגט פון עיר דוד די הייליגע כלים, דער ארון הקודש, אוהל המשכן אא"וו צום בית המקדש. און דאן איז געשען א נס, אז דער בית איז אנגעפילט געווארן מיט א וואלקן פון גאט והענן מלא את בית ה' מלכים א' פרק ח'.

אזוי ווי ס'איז געשען ווען משה רבינו האט געבויעט דער משכן וכבוד ה' מלא את המשכן שמות מ'

.

שלמהס זינד אין זיין עלטער

1) שלמה המלך האט געהאט 1,000 ווייבער. פון זיי האט ער מיט 700 חתונה געהאט, און 300 זיינען געווען זיינע פילגשים; און אין חומש דברים ווערט געבראכט אז עס איז פארבאטן פאר א מלך ישראל צו מערן פרויען.

2) ער האט חתונה געהאט מיט פרעמדע, נישט יידישע ווייבער.

3) ער האט געמערט פרויען, און זיי האבן אים צוגעבריינגט אין זיין עלטער צו זיך פארציען נאך דינען עבודה זרה, ער האט געבויעט מזבחות פאר די געטשעס, און האט ערלויבט זיינע פרויען דינען די געטשעס. דערפאר האט אים גאט געשטראפט, אז זיין קינד וועט הערשן נאר אויף איין שבט (וואס איז למעשה יהודה און בנימין). ווי עס שטייט אין מלכים א' (פרק א' ח').

א' חשוון

דער צווייטער טאג ראש חודש מרחשוןב' דראש חודש חשוון

אבים

אבים איז געווען דער זון פון רחבעם, אן אייניקל פון שלמה המלך און אור-אייניקל פון דוד מלך ישראל.

ער האט איבערגענומען דעם צעשפליטערטן טראן פון זיין טאטער.

אליק (הויף)

דער ערשטער אליקער רבי איז געווען הרה"צ ר' צבי אריה (הערש לייב) לנדא. אליק איז געווען א שטעטל אין וואהלין (היינט אין אוקראינע).

רבי הערש לייב איז געווען א תלמיד פון דעם מגיד פון מעזריטש רב דוב בער. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "אור חכמים".

רבי נחמן מברסלב האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט אים, און זיי האבן געהאט לענגערע שמועסן אין קבלה און אין מעשה מרכבה.‏

רבי נחמן מברסלב האט געזאגט אויף אים ער האט אין זיך די חכמה פון שלמה המלך ע"ה.

איינער האט אמאל געזאגט פאר רבי נחמן אז רבי הערש לייב איז זייער פרום, האט אים ר' נחמן געזאגט זיין מעלה איז נישט ער איז פרום זיין מעלה איז ער איז קלוג.‏רבי הערש לייב האט געהאט א זון, רבי יוסף דוד (זיין נאכפאלגער אין אליק), און א טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט רבי פינחס פון קאלק, א זון פונעם אור המאיר פון זשיטאמיר.

דער צווייטער רבי צבי הערש לייב לנדא פון אליק איז געווען א זון פון ר' שמעון שלמה (אן אור-אייניקל פון דעם מייסד פון דעם הויף) און אן איידעם פון טריסקער רבי'ן רבי יעקב לייב. צום זיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' פינחס פון לעכאוויטש.

אין יאר תרפ"ד (1924) האט ער געצויגן קיין אמעריקע. ער איז אוועק י"א אב תשכ"ו.

בית המקדש

בית המקדש (וואס איז טייטש הייליג הויז) איז געוועזן דער ארט וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאר זיינע יידישע קינדער זיי זאלן מאכן פאר אים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - זיי זאלן מאכן פאר מיר א מקדש, און איך וועל רוען אין זיי , און איז געוועזן דער ארט ווו די אידן האבן געטון די עבודה (גאט'ס דינסט) פון מקריב זיין קרבנות און זינגען פאר גאט.

גאלד

גאלד (לאַטייַן: Aurum) איז א כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Au און אטאמישן נומער 79. עס איז פון די טייערסטע מעטאלן אויף דער וועלט, טייערער פון זילבער און קופער, צוליב איר ווינציגקייט אויף דער וועלט. [פֿעלט אַ מקור]גאלד ווערט געניצט ווי געלט און פאר זיין ווערט. אויך האט גאלד פראקטישע באניצן אין ציינדאקטעריי, עלעקטראניק און אנדערע פעלדער.

ביי די נדבות המשכן איז גאלד אויסגערעכנט די ערשטע אין פסוק 'זהב וכסף ונחושת'.

אין בית המקדש איז פארנוצט געווארן פיל גאלד.

אין די צייטן פון שלמה המלך איז געווען פיל גאלד, אזש זילבער איז שוין געווען טייערער פון גאלד!.[פֿעלט אַ מקור]

דוד המלך

דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב)

לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

יאשיהו

יאשיהו דער זון פון אמון מיט יְדִידָה בת-עדיה איז געווען דער 16סטער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 31 יאר אין ירושלים צווישן די יארן ג'קכ"א צו ג'קנ"א. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען בלויז 8 יאר אלט, נאך וואס זיין טאטע "אמון" איז געמארדעט געווארן.

לויט ספר מלכים ב' (פרק כ"ב) איז יאשיהו געווען וווֹיל ווי זיין שטאמבוים דוד המלך, וְכָמֹהוּ לֹא-הָיָה לְפָנָיו מֶלֶךְ, אֲשֶׁר-שָׁב אֶל-יְהוָה בְּכָל-לְבָבוֹ וּבְכָל-נַפְשׁוֹ וּבְכָל-מְאֹדוֹ כְּכֹל, תּוֹרַת מֹשֶׁה; וְאַחֲרָיו, לֹא-קָם כָּמֹהוּ. ספר מלכים ב' פרק כ"ג

.

פון זיינע אקטן (אין יאר ג'קל"ח):

ער האט איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש און נישט אין צעשפרייטע מזבחות.

ער האט אויפגערוימט געטשעס:

ער האט גערוימט אלע געטשעס פון ירושלים און פון בית המקדש וואס מנשה דער פריעריגער קעניג און אחז האבן איינגעפירט,

ער האט צובראכן פריעריגע געטשעס פון די צייטן פון שלמה המלך.

ער האט אויפגערוימט געטשעס אין מלכות ישראל אין בית אל און אין שומרון וואס ירבעם בן נבט האט איינגעפירט.

ער האט צונויפגענומען אלע כוהנים פון די צעשפרייטע מזבחות אין ירושלים און זיי געשטראפט צו נישט מער דינען גאט אין בית המקדש.

ער האט געהרגעט די כהנים פון די געטשקעס פון מלכי ישראל.יאשיהו איז געמארדעט געווארן (ג'קנ"א) אין מגידו דורך פרעה דער קעניג פון מצרים ווען יאשיהו איז ארויס קעגן פרעה צו אים אפהאלטן פון ארויס גיין מלחמה קעגן אשור. לויט ווי עס שטייט אין ספר דברי הימים האט יאשיהו אומגעקומען אלץ א שטראף וואס ער איז ארויס מלחמה אנע גאטס באשטעדיקונג.

נאך זיין שטארבן, האבן זיינע קנעכט אים אריבערגעפירט צו באגראבן אין ירושלים, און האבן באקרוינט און געאוילט זיין זון יהואחז אלץ מלך.

ליינט מער: ספר מלכים ב' (פרק כ"ב)

יהודה

יהודה איז דער פערטער זון פון יעקב און לאה. זיינע קינדער און אייניקלעך זענען שבט יהודה, פון וועמען איז געקומעם דוד המלך, שלמה המלך און די מלכים פון ארץ יהודה.

יהודה האט געהאט פינף זין: ער, אונן, שלה (פון זיין ווייב בת־שוע) און די צווילינג פרץ און זרח (פון תמר). ער און אונן זענען ביידע געשטארבן יונגערהייט, נאכן חתונה האבן מיט תמר.

יהודה איז געבוירן ט"ו סיון.

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

לבנון

לבֿנון (ארויסרעד: לעװאָנען) איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז בײרוט. די פרעזידענטליכע רעזידענץ איז אין באאבדע.

זיין היסטאריע איז גאר אן אלטע, מיר געפונען אין תנ"ך אז שלמה המלך, האט געהאט א פארבינדונגען מיט חירם, קעניג פון צור,

דורכאויס דעם צווייטן ביהמ"ק איז איר היסטאריע געווען גאנץ ענליך צו די יידן, אנגעהויבן מיט די גריכן די סירישע, עגיפטישע, און די רוימישע, אסאך יידן האבן געוווינט אין לבנון אין יענער צייט, צוזאמען מיט די פיניקער, און נאך אנדערע פעלקער, די שפראך פונעם לאנד איז געווען אראמיש, ווי אין די לענדער פון דעם ראיאן, וואס אפילו מיט דעם הערשאפט פון די גריכן האט מען געמוזט רעדן גריכיש, אדער לאטייניש, מיט די רוימער, האט די גאס גערעדט אראמיש,

מלווה מלכה

א מאלצייט וואס מ'עסט מוצאי שבת, אזוי ווי עס ווערט געברענגט איו שולחן ערוך, אורח חיים. חסידים נוצן דאס אויס אלס א פארברענגען זיך צאם צו זעצן און שמועסן חיזוק און אינספיראציע.דער ווילנער גאון איז געווען שטארק מקפיד אויף סעודת מלוה מלכה.

עס שטאמט פון שלמה המלך.

היינט נוצט מען דאס אויס צו מאכן גרויסע באנקעטן צו אפעלירן געלט פאר מוסדות פון די מאסן.

מלכות יהודה

מלכות יהודה איז געווען די מלוכה פון די שבטים: יהודה, בנימין און האלב לוי. עס האט געהייסן לויט שבט יהודה וויבאלד דאס איז געווען די גרעסערע שבט צווישן זיי.

מלכות יהודה איז געווען אין דרום זייט פון ארץ ישראל פון גבע ביז באר שבע, ווען איר הויפטשטאט איז געווען ירושלים. מלכות יהודה איז געשטאנען 389 יאר אויף א פלאך פון 8,900 קילא מעטער.

מלכות יהודה איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ב'תתל"ב. 80 יאר ביז דאן זיינען אלע שבטים געווען אייניק אונטער איין מלוכה, אונטער בית דוד, אבער נאך וואס שלמה המלך איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם איז געווארן קעניג וואס האט ארויפגעלייגט הויכע שטייער אויף די עשרת השבטים און נישט אויף זיין אייגן שבט יהודה, האבן די עשרת השבטים און בראשם ירבעם בן נבט באשטימט זיך אפצוטיילן פון דער שטאמבוים פון בית דוד און מאכן אן אייגענע מלוכה "מלכות ישראל".

אין ספר מלכים שטייט, אז געוויסע קעניגן פון מלכות יהודה זיינען געווען וווֹיל און האבן געדינט גאט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן געדינט גאט אין בית המקדש אין ירושלים. אבער געוויסע קעניגן זיינען געווען שלעכט און האבן געדינט עבודה זרה און צעשפרייט די מזבחות.

מלכות יהודה האט גולה געווען אום ג'קע"ד, נאכער האבן זיי זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל אונטער פערסישע קאנטראל, און האבן אויפגעבויעט דער צווייטער בית המקדש.

משל

משל איז א ליטערארישע זשאנער. א משל איז א בקיצורדיקע געשיכטע (וועגן בעלי חיים אדער פלאנצן מיט תכונות פון מענטשן, ווי למשל רעדן) וואס איז ווי א ביישפיל צו א נמשל וואס מען וויל מסביר זיין און ארויסברענגן א מוסר השכל.

דער משל איז א געוויסע געשיכטע, אבער דער נמשל ווענדט זיך גאנץ ברייט. אפטמאל איז שווער איבערצוגעבן א מוסר השכל, אבער מיט א משל גייט עס גרינגער.

אין אידישקייט איז דא א גאנצער ספר משלי פון שלמה המלך וואס איז געווען א קלוגער מאן.

ספר מלכים

ספר מלכים איז דער פערטער באנד אין תנ"ך פון די "נביאים ראשונים". דער ספר הייסט מלכים וויבאלד עס רעדט ארום די אלע אידישע מלכים, פון דער קעניג שלמה המלך (וואס האט געקעניגט נאך זיין טאטן דוד המלך) ביז צדקיהו דער לעצטער קעניג פון מלכות בית דוד פארן חורבן בית ראשון (ג'של"ח). דער ספר פארטוט זיך סיי מיט מלכי יהודה און סיי מיט מלכי ישראל.

דער ספר איז געשריבן געווארן סוביעקטיוו פון א רעליגיע אויסבליק, וואס באשולדיקט אלע געפאר־פאסירונגען צו די זינד פון די אידן פאר גאט. אויך איז דער ספר פּרָא מלכות יהודה און אנטקעגן מלכות ישראל.

די הויפט טעמעס אין דער ספר ערקלערט:

פארוואס האט זיך מלכות ישראל צעטיילט פון מלכות יהודה.

וועלכע קיסרים האבן געקעניגט אין מלכות יהודה און וועלכע אין מלכות ישראל.

ווי אזוי איז חרב געווארן מלכות יהודה און מלכות ישראל.

פאלאשן

די פאלאשן זענען אן אור-אלטער שבט וועלכע געפינען זיך אין עטיאפיע.

זיי פארמאגן אן אייגענעם שפראך גערופן אמהאריש.

די פאלאשן פארמאגן זייער ענליכע מנהגים צו יודן, דערפאר איז פארהאן וואס ווייזן אן אויף זיי ווי אויף איינע פון די עשרת השבטים.

לויט אנדערע זענען די פאלאשן אייניקלעך פון די קעניגן שבא וועלכע איז געפארן חתונה האבן מיט שלמה המלך.

זיי האבן אמאל פארמאגט אן אייגענעם קעניג מיט אן אייגענעם מיליטער און זענען שטענדיג געווען פארמישט אין מלחמות מיט די ארומיגע געמיינדעס. מיט די צייט האבן די ארומיגע זיך געשטארקט אויף זיי, און זינט דאן האבן זיי שטארק געליטן. מען האט זיי געיאגט און געפייניגט אן אויפהער.

אין 1855 איז דער ערשטער פאלאש, דניאל בן חנניה, געקומען קיין ירושלים. ער האט דערציילט וועגן די ליידן און רדיפות וואס די פאלאשן מאכן אויס או צענדליקע טויזנטער פון זיי ווערן אפגעשמדט מיט געוואלד.‏

פרשת תרומה

פרשת תרומה איז די זיבעטע פרשה אין ספר שמות, זי קומט נאך פרשת משפטים.

ברענגען די מאטריאלן וואס מ׳דארף כדי צו בויען דעם משכן

מאכן דעם ארון, כפורת, שולחן און מנורה

מאכן דעם מזבחמלכים א', מפרק ה', פסוק כ"ו עד פרק ו', פסוק י"ג.

קהלת

קהלת איז איינע פון די ספרי כתובים. לויט די טראדיציע און לויט ווי עס שטייט אין קהלת איז דאס געשריבן געווארן דורך שלמה המלך, אבער לויט די תנכישע פארשער איז דאס געשריבן געווארן 400-500 יאר שפעטער, ווייל די שפראך אין קהלת איז געמישט מיט פערסיש אויך די געדאנקען אין ספר באלאנגט צו שפעטערע יארן פון שלמה המלך.

דער ספר פארנעמט זיך מיט וואס דארף זיין דער ציל פונעם מענטש'ן אויף דער וועלט, און צי דער מענטש האט בחירה צו טאן וואס עס גלוסט זיך אים צי נישט. כאטש וואס דער ספר איז קעגנזעץ די טראדיציאנאלע אמונה אין ידיעה ובחירה, האבן די חכמי ישראל אריינגערעכנט דעם ספר אין די הייליקע סעקטע. לויט די פארשער האבן די חכמי ישראל צוגעלייגט די לעצטע פּאָר פסוקים פון קהלת "סוף דבר הכל נשמע את האלהים ירא ואת מצוותיו שמור כי זה כל האדם".

רחבעם

רחבעם (לויט די טראדיציאנעלע ציילונג: ב'תתקכ"ג - ב'תתקפ"א) איז געוועזן דער זון פון שלמה המלך און האט געירשנט זיין טאטנס מלוכה אבער נאר אויף שבט יהודה און שבט בנימין. מען האט אים געקרוינט אלץ קעניג ווען ער איז געווען 41 יאר אלט.

ווען שלמה המלך איז געשטארבן האבן די עשרת השבטים זיך אפגעשיידט פון דוד המלך'ס שטאמבוים וויבאלד רחבעם האט נישט געוואלט קלענערן די שטייער פון די עשרת השבטים, (אויסער שבט יהודה און בנימין). אין פסוק שטייט די יודן האבן געבעטן פון רחבעם ער זאל זיין ווייך און נאכגיביג פאר די אידן, נישט שטרענג, רחבעם האט זיך באראטן מיט די אלטע חכמים, זיין האבן אים מיעץ געווען ער זאל פאלגן. אבער די יונגע חכמים האבן אים געגעבן א עצה נישט צו פאלגן נאר זיין שטרענג, רחבעם האט זיך צוגעהערט צו די יונגע חכמים, כדי די נבואה פון באשעפער זאל מקיום ווערן אז אלטס שטראף פאר שלמה המלך זאל די מלוכה צוטיילט ווערן. און דאס האט געברענגט אז זיין קעניגרייך איז צופאלן. די עשרת השבטים האבן דאן געבויעט אן אייגענעם קעניגרייך מלכות ישראל אונטער דער קעניג ירבעם בן נבט.

רחבעם וויל דאן ארויס גיין א מלחמה קעגן ירבעם בן נבט, ער האלט אז ירבעם איז א מורד במלכות, אבער שמעיה האלט אים אָפּ. כֹּה אָמַר יְהוָה לֹא-תַעֲלוּ וְלֹא-תִלָּחֲמוּן עִם-אֲחֵיכֶם בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל, שׁוּבוּ אִישׁ לְבֵיתוֹ--כִּי מֵאִתִּי נִהְיָה, הַדָּבָר הַזֶּה; וַיִּשְׁמְעוּ אֶת-דְּבַר יְהוָה, וַיָּשֻׁבוּ לָלֶכֶת כִּדְבַר יְהוָה מלכים א' (פרק י"ב)

]

שיר השירים

שיר השירים איז די "געזאַנג פון געזאַנגען", געשריבן דורך שלמה המלך. עס רעדט זיך וועגן א פארל וואס דרוקן אויס זייער טיפער בענקשאַפט און ליבשאפט איינער צום אנדערן אין פארשידענע סארט אומשטענדן, מיט שטארקע געפילנדיגע אויסדריקן און גראַפישע טערמינען.

לויט רש"י און דער אידישער טראדיציע איז יעדער פּסוק אַ משל אויף דער ליבשאַפט צווישן גאָט און זײן געליבטע פאָלק, די אידן; דעריבער ווערט דאָס פאַרעכענט ווי דאָס הייליגסטע ספר.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאָגן שיר השירים פאַר קבלת שבת.

ס'איז אויך א מנהג צו ליינען שיר השירים ביים סוף פונעם סדר, און אויך אין שול שבת חול המועד פסח.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.