שלחן ערוך

שולחן ערוך איז דער אידישער בלופרינט ווי אידן זאלן זיך פירן לויט די געבאטן פון דער תורה. דעם שולחן ערוך האט געשריבן רבי יוסף קארו (גערופן דער "מחבר") בערך אין יאר ה'ש, און מען האט אים געדרוקט צום ערשטן מאל אין ה'שכ"ה מיט הגהות פון רמ"א. אין מערסטען פעלער פירן זיך די אשכנזים לויט די פסקים פון דעם רמ"א, און די ספרדים לויט דעם מחבר.

עס איז דא פיר טייל אין שלחן ערוך, אזוי ווי אין טור:

אורח חיים - טעגליכע פירונגען, מיט 697 סימנים.

יורה דעה - איסור והיתר ד.ה. וואס איז אסור און וואס איז מותר. צ.ב. שחיטה, כשרות, שעטנז א.א.וו; מיט 404 (ת"ד) סימנים.

חושן משפט-געלט און האנדל, מיט 427 סימנים

אבן העזר - מאן און ווייב, מיט 178 סימנים

עס איז אויסגעשטעלט צו לערנען דעם יעדן טאג שולחן ערוך אין 30 חלקים.

רבי יוסף קארו שרייבט אין דער הקדמה פונעם שולחן ערוך אז ער האט דאס איינגעטיילט אויף חלקים, און ער וויל אז יעדער זאל לערנען דערין יעדן טאג א חלק, ביז סוף חודש זאל מען האבן געפארטיגט אלע פיהר חלקים פון שולחן ערוך. עס ווערט געברענגט אין ספר כתר שם טוב אז דער בעל שם טוב האט געזאגט מען זאל לערנען שולחן ערוך אפילו בלויז שולחן ערוך אליין אן די מפרשים, און אפילו מען קען דערפון נישט פסק'ענן שאלות, זאל מען כאטש וויסן א מקור אין די הלכה פון דער זאך.

דער שולחן ערוך איז דער וועג ווייזער פארן פרומער איד, דאס וואס עס ווערט דארט גע'פסק'נט דאס איז מחייב דעם איד, דער חיד"א ברענגט אז די גאונים אין די צייטן פונעם בית יוסף האבן געוואוסט ווער עס פירט זיך אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך דער פירט זיך ווי דריי הונדערט פוסקים, ווייל דער בית יוסף האט אנגענומען זיין פסק אזוי ווי דריי הונדערט פוסקים.

אין אונגארן ווען די נעאלאגן האבן געוואלט איבערמאכן די פרומע אידן, איז דער סלע המחלוקת געווען צו מען זאל אנעמען אלץ וואס שטייט אין שו"ע, צו דאס איז מחייב דער איד אדער נישט, ווען די נעאלאגן האבן אנגענומען מיט א מערהייט "אין לנו חלק ונחלה בבהקארו" דאס הייסט מיר פאלגן נישט דאס וואס ר' יוסף קארו זאגט, דאן האבן די תלמידי חת"ס אפגעמאכט אז מען טאר נישט זיצן צוזאמען מיט זיי, אויף דעם באזיס האט מען אויפגעשטעלט די ארטאדאקסישע קאנצעליי קעגן די נעאלאגישע קאנצאליי.

יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם
Shulchan aruch
א בלאט פון שולחן ערוך

רעפערענצן

הקדמה פונעם בית יוסף אויפן שולחן ערוך, געדרוקט אנהויב חלק חושן משפט

אדר

דער ארטיקל איז איבער דעם אלגעמיינעם חודש אדר, קוועטש אדר א' און אדר ב' צו זען באזונדערע אינפארמאציע איבער זיי.

אין א געווענלעך יאר איז אדר דער צוועלפטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים, וועלכע ווערט געציילט פון ניסן (און דער זעקסטער חודש צום ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי).

אין אן עיבור יאר לייגט מען צו א דרייצנטן חודש צום יאר און מען מאכט צוויי אדר'ס—אדר ראשון און אדר שני.

בית דין

בית דין צדק (אדער אין ר"ת בד"ץ) איז א יידישע רעליגיע געריכט וואס פסקנ'ט לויט די יידישע הלכה איבער הויפט בדיני ממונות. די דיינים ווערן אויסגעקליבן דורך פריעריגע רבנים נאך וואס זיי ווערן אויסגעפרוווט מיט אן עקזאם.

אין א בית דין דארף זיין דריי דיינים.

די גרויסטע באוווסטע בתי דין אין מדינת ישראל זיינען:

עדה החרדית

בעלזא

אגודת ישראל

דגל התורה

רבנות הראשי

בית מדרש

בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען עקסטער פון א שול. אין א שול דארף מען זיין שטארק נזהר נישט אויסצורעדן קיין שום דברים בטלים.

הלכה

הלכה איז דער אידישער באגריף וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט ביים לעבן און ביים טויט. עס איז א מאדערן ווערסיע פון תרי"ג מצוות.

עס איז דא א 4 טיילן שלחן ערוך: חושן משפט געלט און האנדל. יורה דעה - כשרות. אורח חיים טעגליכע פירונגען. און אבן העזר - מאן און ווייב.

לעצטענס איז דא דער משנה ברורה וואס זענען פארשריבן אלע מאדערן הלכות.

עס איז דא וואס זענען צווישן איין מענטש און אנדערן. און צווישן גאט אין דעם מענטש.

זוהר

זוהר ("שיין"), איז דער מיסטישער פארהייליגטער קבלה צענטראלער גרונד ספר, אויף א אראמישן שפראך געמישט מיט מאדערענע לשון קודש ווערטער און טערמינען. עס איז א זאמעלונג ווי די סיסטעם פון די גמרא, געקליבענע מדרשים און מוסר בשם דעם תנא ר' שמעון בן יוחאי מיט זיינע חברים און תלמידים, און נאך תנאים און אמוראים, אויף חומש לויט די סדרות פון די וואך, וואס פארציילט געהיימעניסן וויאזוי די וועלט פירט זיך, די נאטור פון גאט, און וויאזוי ער האט באשאפן אלץ, שכר ועונש, גלות וגאולה, גן עדן, נשמה און נאך באגריפן פון די תורה, ארויסגעגעבן דורך ר' משה די-ליאון פון 12'טן יארהונדערט.

זוהר אויף וויקיטעקסט

שיעורים אין זוהר אונליין

נחלת צבי, זוה"ק אויף יידיש, אמסטערדאם תע"א.

חז"ל

חז"ל (ראשי תיבות: חכמינו זכרונם לברכה) זענען די רוחניותדיקע מנהיגים פון כלל ישראל פונעם אנהייב בית שני ביז דעם אנהייב פון די גאונים.

געווענליך ווען מען זאגט חז"ל מיינט דאס די אלע גדולים וואס האבן איבערגעטייטשט תנ"ך און וואס זייער ווערק איז אריין אין די משניות, גמרא און נאך.

דורותווייז מיינט דאס פון די אנשי כנסת הגדולה ביז חתימת התלמוד.

חז"ל נעמען איין:

די סופרים

די זוגות

די תנאים

די אמוראים

די רבנן סבוראי

טור

ארבעה טורים איז די פיר טורים, וואס מען רופט זיך אויך בקיצור דער טור דאס איז א חיבור וואס ברענגט צוזאמען פסקי הלכות וואס זענען נוהג בזמן הזה. דער מחבר פונעם טור איז געווען רבי יעקב בן אשר, דעם זון פונעם רא"ש; ער ווערט גערופן דער בעל הטורים (ה'ל - ה'ק"ג).

דער בית יוסף האט געשריבן אויף דעם זיין פירוש, און אויף די מהלך פון דעם ספר האט רבי יוסף קארו געבויעט דעם שלחן ערוך.

ישיבה

א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".

לוויה

לויה (א ווארט אויף לשון קודש וואס איז טייטש באגלייטן) איז א מנהג און הלכה פון באגלייטן א נפטר ד' אמות. פון גמרא אויב דער נפטר איז א תלמיד חכם איז מען מבטל תורה כדי צו אים באגלייטן, אבער תינוקות של בית רבן זיינען נישט מבטל תורה דערוועגן.

ליטוואקעס

ליטוואַקעס זענען יידן וואס שטאַמען פון ליטע (דאס מיינט די אלטע ליטע, וואס איז כולל ווייסרוסלאנד). די ליטוואקעס זיינען שטארק פרום און אסאך פון זיי פירן זיך לויטן גר"א שטרענג לויט דעם שלחן ערוך.

לערנען תורה איז ביי זיי דאס עיקר לעבן.

היינט אין אמעריקע האבן זיי אַדאָפּטירט געוויסע פירונגען פון די חסידים, אבער זענען נאך אלץ מער וועלטליך און מאדערן.

היינטיקע רעליגיעזע ליטוואקעס רעדן יידיש (ליטווישן דיאלעקט) און אויך די שפראך פון לאנד, ווי למשל אין אמעריקע רעדן זיי ענגליש און ארץ ישראל העברעיש. די בחורים שניידן אדער שערן זיך די בארד. באהאלטן די פיאות אונטער די אויערן.

מגן אברהם

מגן אברהם איז א ספר אויפן שלחן ערוך און תוספתא סדר נזיקין פארפאסט דורך רבי אברהם אבלי גאמבינער פון קאליש וועלכע איז שטארק באקאנט נאך דעם בארימטן ספר.

דאס ספר איז איינער פון די פראמינענטע נושאי כלים פארן שלחן ערוך. ער ברענגט אויך קבלה פון זוהר און אריז"ל. פוסקים ווי דער ערוך השלחן און משנה ברורה פסק'ענען אסאך ווי ער.

מנהג

מנהג איז א פיראַכץ וואס אידן האלטן אייביג אן, אפילו זיי פארשטייען נישט דעם טעם און ציל דערפון פשוט ווייל מען וויל זיך האלטן ווי מער אריגינעל און ווי ווייניגער אסימילירט אינעם היינטיקען מאדערנעם פאקט פון ציוויליזאציע. [פֿעלט אַ מקור]הגם רוב מאל איז מנהגים איינגעפירט צו ארויסברענגן געוויסע מחשבות און גוטע מדות אינעם איד.[פֿעלט אַ מקור]

מנחה

מיינט איר קרבן מנחה?

מנחה איז די תפילה וואס אידן דאווענען פאר-נאכטס.

די מיטאג תפילה ווערט אזוי אנגערופן, דאס האט מתקן געווען יצחק אבינו. דער זמן איז פון א האלבע שעה נאך חצות (דאס ווערט גערופן מנחה גדולה ביזן זמן פון דאווענען מעריב וואס דאס ווענט זיך אינעם לענג פונעם טאג (שעות זמניות) זומער איז עס שפעטער ווינטער איז עס פריער. עס ווערט געברענגט א דיעה צו דאווענען אין דעם זמן פון מנחה קטנה, וואס הייבט אן צוויי און א האלב שעה'ן פארנאכט.

די תפילה איז איינגעטיילט אזוי:

קרבנות

אשרי

שמונה עשרה, און עלינו, ביי אסאך קהילות זאגט מען תחנון ביי מנחה פונקט ווי ביי שחרית.די מעלה פון מנחה

אין די הייליגע ספרים שטייט אז מנחה איז די גרעסטע תפילה פון טאג, אליהו הנביא ביים הר הכרמל איז נישט געענטפערט געווארן נאר ביז ווען עס איז געקומען דער זמן פון תפילת מנחה און ער האט דאן מתפלל געווען איז ער גענטפערט געווארן.

רב

א רב (לשון רבים: רבנים) איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהל'ישע ענינים לטובת דעם ציבור.

רמ"א

רבי משה איסרליס (באקאנט ווי דער רמ״א; ה'ר"ץ - י״ח אייר ה'של"ב) איז געווען קראקעווער רב און ראש ישיבה, און דער מחבר פון די הגהות (די ״מפה״) אויף גאנץ שלחן ערוך. ער איז אנגענומען אלס דער גרעסטער פוסק ביי די אשכנזים, ווי עס איז באקאנט דער אויסדרוק פון דעם חתם סופר אויף זיינע פסקים "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א".

שבעה

אין יידישקייט איז שבעה (אויסגערעדט: שיווע) די וואך פון טרויער פעריאד, וואס די זיבן קרובים אין די משפחה פון דעם נפטר זיצן אויף דער ערד און קלאגן אויף דעם טויטן, און אידן קומען זיי טרייסטן.

דער אנגענומענער נוסח וואס מע זאגט פאַרן אבל בעפארן ארויסגיין איז: המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים. איהר זאלט קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער.

לויט די הלכה טאר מען אין די טעג נישט ארויסגיין פון שטוב, נישט לערנען, זיך שערן, וואשן אדער האבן סעקס.

שוחט

איינער וואס טוט אומברענגן באשעפענישן לויט די תורה'דיקע פארשריפטן.

תפילה

תפילה איז פונעם לשון קודש'דיגן ווארט "פילל - האפן און בעטן". אויך איז דאס א לשון פון באהעפטן, זיך אנהענגען אויפן אייבערשטן. אין (מזרח-) אידיש הייסט דאס דאַװנען אדער דאַווענען (אין מערב-יידיש הייסט דאס אָרען).

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.