שיר השירים

שיר השירים איז די "געזאַנג פון געזאַנגען", געשריבן דורך שלמה המלך. עס רעדט זיך וועגן א פארל וואס דרוקן אויס זייער טיפער בענקשאַפט און ליבשאפט איינער צום אנדערן אין פארשידענע סארט אומשטענדן, מיט שטארקע געפילנדיגע אויסדריקן און גראַפישע טערמינען.

לויט רש"י און דער אידישער טראדיציע איז יעדער פּסוק אַ משל אויף דער ליבשאַפט צווישן גאָט און זײן געליבטע פאָלק, די אידן; דעריבער ווערט דאָס פאַרעכענט ווי דאָס הייליגסטע ספר.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאָגן שיר השירים פאַר קבלת שבת.

ס'איז אויך א מנהג צו ליינען שיר השירים ביים סוף פונעם סדר, און אויך אין שול שבת חול המועד פסח.

ברוסט

די ברוסט איז אַ דריז פון א מענטש, וואס ביי פרויען נאכן געבוירן גיט זי מילך צו זייגן דאס קינד.

אומגעפער ביי די עלף יאר, הייבט זיך אן צו ווייזן ביי א פרוי סימני בוגרות. איינע פון די סימנים איז: אז די בריסט הייבן אן ארויסצושטארן, און ווען א מאן זעט דאס, באקומט ער א תאווה צו איר.

דער תפקיד פון די בריסט איז צו זייגן דאס קינד. אמאליגע צייטן פלעגט מען געבן צו זייגן ביז צוויי יאר, אבער היינט רוב פרויען זייגן נישט אזוי לאנג.

דאס ווערט גערופן אין לשה"ק "דדים" אדער "שדים" ברענגט ארויס די אהבה צו א פרוי, ווי עס שטייט אין שיר השירים.

דברי הימים

ספר דברי הימים איז א ספר פון תנ"ך אין כתובים, וואס איז געשריבן געווארן אומגעפער 150 יאר נאך ספר מלכים. ספר דברי הימים איז א קעגנאיבערדיק ספר בראשית, ספר שמואל און ספר מלכים וואס בריינגט מיט אן אנדער אויסבליק די געשיכטע נאר פון מלכי יהודה, ספר דברי הימים איז מער עקסטרימיש געשריבן ווי ספר מלכים און דערפאר שרייבט ער נישט איבער די געשיכטע פון מלכי ישראל וואס האבן לויט זיין מיינונג געזינדיקט פאר גאט. נאך א אונטערשייד צווישן ספר מלכים מיט ספר דברי הימים איז, דאס וואס ספר מלכים גלויבט אין באלוינונג אויף דורות קעגן ספר דברי הימים וואס גלויבט אין פערזענליך באלוינונג.

כתובים

כתובים איז די דריטע אפטיילונג פון תנ"ך וואס אנטהאלט עלף ספרים: תהלים, משלי, איוב, שיר השירים, רות, איכה, קהלת, אסתר, דניאל, עזרא-נחמיה (איין ספר), דברי הימים (איין ספר). דאס איז דער סדר פון כתובים אין רוב דרוקן פון תנ"ך. די בעלי המסורה אין טבריה און די ספרדישע יידן האבן אן אנדער סדר פאר כתובים, און די גמרא אין מסכת בבא בתרא ברענגט א דריטן סדר.

צווישן די ספרים איז אויך פאראן די פאלגנדע אפטיילונגען:

ספרי אמ"ת: תהלים, משלי, איוב (לויט די ראשי תיבות פון די דריי ספרים). די ספרים זענען געשריבן ווי "פאעזיע", און צוליב דעם האבן זיי באזונדערע טראפ גערופן טעמי אמ"ת וואס מען געפינט נישט אין גאנץ תנ"ך, און אויך אין די כתבי ידות ווערן זיי געשריבן ווי א שירה.

חמש מגילות: שיר השירים, רות, איכה, קהלת, אסתר. די גרופע ליינט מען אין געוויסע צייטן, אויך נאר אויף די פינף ספרים פון כתובים איז דא א מדרש רבה.

די דריי ספרים דניאל, עזרא-נחמיה, און דברי הימים זענען נישט א באזונדערע גרופע, אבער אלע זענען געשריבן געווארן לויט דער מסורה אין א שפעטערע תקופה.עזרא איז א המשך פון דברי הימים. אין דניאל און עזרא-נחמיה זענען דא טיילן געשריבן אויף אראמיש און נישט לשון-קודש.

די 24 ספרים פון תנ"ך ווערן צעטיילט אויף תורה, נביאים (גמרא ב"ב י"ד, מדרש רבא שמ"ר מא, דב"ר י"ד). די דרגות אין די כתבי הקודש זענען: די תורה איז געגעבן מפי הגבורה (פון דעם אייבערשטן אליין), די ספרים פון נביאים זענען געזאגט מיט נבואה, און די כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

ליל הסדר

די ערשטע נאכט פֿון פסח (אין ארץ ישראל), די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח (אין חוץ לארץ, ווו מ'האלט צוויי טעג יום טוב), פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פֿונ'ם סדר א יום-טוב'דיקע סעודה.

וויבאלד פסח איז א יום טוב בעיקר אלס אנדעקעניש צו יציאת מצרים, זענען אסאך מנהגים אלס אנדעקעניש צו פֿרייהייט.

כאטש געוויינטליך דאווענט מען אין שול, אבער דעם סדר פֿירט אן יעדער איינער בײַ זיך אין שטוב צוזאמען מיט זײַן משפחה. ס'איז אן אלטער מנהג אײַנצולײַדן געסט אויפֿ'ן סדר,איבערהויפט ווען מען קען האבן אן ארעמאן אדער אן עלענדען מענטש בײַם טיש וואס האט נישט די מעגליכקייט צו פֿירן א געהעריקן סדר פֿאר זיך.

מגילה

פינף מגילות זיינען דא אין דעם תנ"ך. הייסן: מגילת איכה, מגילת קהלת, מגילה שיר השירים, מגילת רות און מגילת אסתר. מגילת אסתר ליינט מען פורים. זיינען געווען מנהג צו ליינען אויך די אנדערע מגילות: שיר השירים פסח, קהלת אום סוכות, איכה אין תשעה באב, און רות - אין שבועות.

מדרש זוטא

איז א מדרש אויפן סיסטעם פון מדרש רבה, אבער אין גאר א קליינע פארמאט, עס האט שיר השירים זוטא, רות זוטא, אסתר זוטא, קהלת זוטא, איכה זוטא

עס איז הייסט נישט ארגינאל מדרש זוטא, דאס איז געווען עטליכע קליינע מדרשים אויף חמש מגילות, און דער מחבר שלמה באבער האט דאס צוזאמען גענומען און עס אזוי א נאמאן געגעבן. עס איז געדרוקט געווארן בשנת ה'תרנ"ד אין בערלין, דורך שלמה באבער, דערנאך האט ער עס נאכ אמאל געדרוקט אין ווילנא אין יאהר ה'תרפ"ה,.

עס איז בלויז אויף די חמשה מגילות נישט אויף תורה נביאים. שלמה באבער צייגט אהן אינעם מבוא פונעם ספר, אז דער ילקוט שמעוני האט נישט געהאט די חמש מגילות ארגינאלע מדרש רבה, נאר די קליינע מדרשים, און יעדעס מאל ווען דער ילקוט שמעוני צייכנט אהן מדרש שיר השירים אבער מדרש רות מיינט דאס איינע פון די מדרשים.

אויסצוגן פון די קליינע מדרשים ווערט געברענגט אין פריערדיגע ספרים ווי אין פי' שיר השירים המיוחס להרמב"ן, אין ספר העתים, רקאנטי, רוקח רמזי הפטורת, דער לקח טוב אויף רות. אויך ווערט עס צוגעצייכנט אין רש"י און אין תוספות מסכת מעילה (די"ז ע"ב) מפרש באגדתא היכי הוה עבדא. תוספות ד"ה אל יחזור שרייבט בירושלמי מפרש, וואס אין פאקט שטייט דאס נישט אין ירושלמי נאר אין דער מדרש סוף איכה.

איינע פון די חידושים אין דעם מדרש אז אין מדרש שיר השירים זוטא רעכענט ער אויס אלע זיבעציג נעמען וואס אידן הייסן. און ברענגט ראיות דערויף פון פסוקים. אט דער חידוש ווערט אסאך געברענגט אין ראשונים בשם המדרש ווי עס ברעגנט רבי מכיר בן אבא מרי אין זיין ספר ילקוט המכירי, דער ריקנטי פרשת בהעלותך.

מדרש רבה

מדרש רבה איז א מדרש אויף דער תורה און חמש מגילות, אויף סדר בראשית ווערט ער אנגערופן "בראשית רבה", אויף סדר שמות - שמות רבה א. א. וו. אזוי אויך אויף מגילת שיר השירים ווערט עס אנגערופן "שיר השירים רבה", אויף רות - "רות רבה" און אזוי ווייטער.

דער מדרש איז דער גרעסטער פון מדרשים וואס אונז האבן, בדרך כלל האבן אידישע גדולים געלרענט דעם מדרש מער ווי אנדערע מדרשים, וויבאלד עס איז דא דערין דער גרעסטער חומר, אויך אזוי ווי אלע גדולי ישראל האבן דערין געלענרט אין מען האט עם מגיה געווען, און מפרש געווען, איז דאס דער מערסטע קלאר מדרש.

דער ספר רב פעלים שרײַבט אז אזוי ווי תלמוד בבלי איז די מערסטע מוגה פון אלע אנדערע מדרשים און ספרים חיצונים, אזוי אויך איז דער מדרש רבה די מערסטע מוגה פון אנדערע מדרשים.

פון די באקאנטע מפרשים אויף מדרש רבה זענען.

א) מתנת כהונה.

ב) יפה תואר.

ג) נזר הקודש.

ד) הגהות הרז"ו.

ה) ידי משה.

ספר איוב

ספר איוב איז איינע פון די דריי ספרי חכמה אמ"ת (איוב, משלי, תהילים) דער ספר באשרייבט איוב אלס א משל ווי א צדיק לייד יסורים און פון דעסוועגן טאר מען נישט פארשן די הנהגות פון גאט ווי אזוי ער פירט די וועלט.

אזעלכע זאגן אז משה רבינו האט געשריבן דער ספר.

היינט אין די יידישע שפראך איז באקאנט דער ווארט "יסורי איוב" ווען מען וויל פארשטעלן גאר שטארקע יסורים.

ספר דברים

דברים איז דער פינפטער ספר פון חומש.

ספר דניאל

ספר דניאל איז דער ספר אין כתובים מיט די איבערלעבענישן פון דניאל אין בבל נאכן חורבן בית ראשון.

אין ספר דניאל פארציילט ער די וואונדערליכע מראות וואס ער האט געזען, וואס מלאכים האבן אים געוויזן און ערקלערט איבערן צוקונפט פון אידישן פאלק, און איבער די אויפשטייג פון די וועלט גרויסמאכטן און זייערע מלחמות ביז משיח'ס טאג.

אויך פארציילט ער, צווישן אנדערע, וויאזוי מען האט אים יונגערהייט געברענגט צוזאמען מיט זיינע חברים צו דינען אין קעניגליכן פאלאץ אין בבל, די געשיכטע פון דניאל אינעם לייבן גרוב, די געשיכטע פונעם שריפט אויף דער וואנט אין פאלאץ פון בלשצר געשריבן דורך א מיסטעריעזער האנט, און ווי דניאל האט ערקלערט דאס באדייט דערפון. אויך איז דא דארט די תפילה וואס דניאל האט מתפלל געווען אז די אידן זאלן אויסגעלייזט ווערן און זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל.

א גרויס טייל פון ספר דניאל איז געשריבן אין אראמיש, א שפראך וואס די אידן האבן דעמאלט גענוצט.

ספר ויקרא

ספר ויקרא איז דאס דריטע ספר אין די חמשה חומשי תורה.

אין דעם ספר ערקלערט די תורה די פונקטליכע געזעצן פון די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אינעם משכן.

ספר יונה

ספר יונה איז איינע פון די ספרים פון תרי עשר אין נביאים. דאס ספר דערציילט ווי דער אייבישטער האט געהייסן יונה זאגן א נבואה פאר די איינוואוינער פון נינוה. יונה איז אנטלאפן אויף א שיף. עס האט אויפגעברויזט א שטורעם און די מאטראסן האבן געווארפן יונה אין ים. דארט האט א פיש אויפגעגעסן יונה ביז זיי זענען אנגעקומען אין נינוה וואו די פיש האט אים אויסגעשפיגן. דעמאלסט האט יונה געזאגט די איינוואוינער פון נינוה אז דער אייבישטער וועט זיי באשטראפן פאר זייערע עבירות. אבער זיי האבן תשובה געטאן און זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שטראף.

מען איז מפטיר גאנץ ספר יונה יום כיפור ביי מנחה.

ספר עזרא

ספר עזרא איז א ספר אין תנ"ך, איז דער צענטער באנד אין סדר כתובים, איר פלאץ איז נאך ספר דניאל און פאר ספר נחמיה.

לויט חז"ל (מסכת בבא בתרא) איז עזרא-נחמיה אלץ איין ספר.

ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים.

נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא (וואס האט געראטעוועט די יידן פון עגלון), יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא (בבא בתרא י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

ספר תורה

ספר תורה איז א ספר געשריבן מיט די האנט אויף פארמעט אין א פארם פון א מגילה, וואס אויף איר איז פארשריבען די גאנצע תורה, פון אנפאנג בראשית ביז ענדע דברים. א ספר תורה ווערט פאררעכנט ביים אידישן פאלק אלס דאס מערסטע הייליגע זאך (נאך שיר השירים), און מען באנעמט זיך מיט דעם מיט דעם העכסטען רעספעקט און באשיינקייט.

צאינה וראינה

צאינה וראינה (גערופן אויפן פסוק אין שיר השירים (ג יא) צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה) איז א מוסר און תפילה ספר אויפן אלט מאדישען דייטש-אידיש [פֿעלט אַ מקור] אויסגאבע, איינגעטיילט לויטן סדר פון די וועכנטליכע פרשה און הפטרה, און אויף חמש מגילות.

דער תחינה זאמעלונג איז באנוצט דורך די פרויען.

צימערינג

צימרינג איז אַ מין געװירץ פֿון אָפּגעשײלטע קאָרע פֿונעם צימרינג-בױם (Cinnamomum verum). צימרינג (קינמון אױף לשון-קודש) קומט פֿון אינדיִע, אָבער איז שױן דערמאָנט אין דעם תנ"ך (שיר השירים). צימרינג װערט באַניצט בעיִקר פֿאַר זיסע שפּײַזן, װי צימעס, קײַזער-שמאַרען און קוכן, אָבער אין מיזרח'דיקע קיכן װערט אױך באַניצט פֿאַר זאַלציגע שפּײַזן, װי אין דער איראַקישער קובע, אינעם אינדישן קאַרי און אַזױ װײַטער.

קהלת

קהלת איז איינע פון די ספרי כתובים. לויט די טראדיציע און לויט ווי עס שטייט אין קהלת איז דאס געשריבן געווארן דורך שלמה המלך, אבער לויט די תנכישע פארשער איז דאס געשריבן געווארן 400-500 יאר שפעטער, ווייל די שפראך אין קהלת איז געמישט מיט פערסיש אויך די געדאנקען אין ספר באלאנגט צו שפעטערע יארן פון שלמה המלך.

דער ספר פארנעמט זיך מיט וואס דארף זיין דער ציל פונעם מענטש'ן אויף דער וועלט, און צי דער מענטש האט בחירה צו טאן וואס עס גלוסט זיך אים צי נישט. כאטש וואס דער ספר איז קעגנזעץ די טראדיציאנאלע אמונה אין ידיעה ובחירה, האבן די חכמי ישראל אריינגערעכנט דעם ספר אין די הייליקע סעקטע. לויט די פארשער האבן די חכמי ישראל צוגעלייגט די לעצטע פּאָר פסוקים פון קהלת "סוף דבר הכל נשמע את האלהים ירא ואת מצוותיו שמור כי זה כל האדם".

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.