שומרון

שומרון איז געווען די הויפטשטאט פון מלכות ישראל.

Gaza WestBank panorama
שומרון

גרי אריות

נאך וואס אשור האט איינגענומען שומרון פון מלכות ישראל און האט באפעלקערט די פרעמדע פעלקער האבן זיי געזינדיקט און נישט געדינט גאט, און גאט האט זיי געשטראפן און זיי געשיקט לייבן. ווען די לייבן האבן גענומען צורייסן מענטשן פון די איינוווינערס, האט דער קעניג פון אשור באלד געשיקט צו די איינוווינערס כוהנים זאלן לערנען מיט זיי ווי אזוי גאט צו דינען.

פון וועגן די געשיכטע, האבן די חז"ל גענוצט די אויסדרוק פון גרי אריות צו אנצייכענען אזעלכע וואס דינען גאט פון געצווונגנקייט און נישט פון אהבה.

גלות שומרון

אין דאס 722סטער יאר פארן קריסטלעכער ציילונג ווען הושע בן אלה איז געווען קעניג אויף מלכות ישראל, האט שלמנאסר דער קעניג פון אשור איינגענומען די שטאט שומרון, וויבאלד הושע האט נישט געצאלט שטייער פאר אשורס קעניגרייך, און האט געוואלט מורד זיין קעגן אשור. שלמנאסר האט גולה געווען די עשרת השבטים צו אשור. (זעט ספר מלכים ב' פרק י"ז).

נאך וואס די עשרת השבטים האבן גולה געווען קיין אשור, האבן זיי זיך צעמישט מיט די גוים און האבן קיינמאל נישט צוריק געקומען קיין ארץ ישראל. לויט די אידישע טראדיציע וועלן זיי זיך אומקערן נאך וואס משיח וועט קומען.

אין מדרש (בראשית רבא פרק י"א) דערציילט (א לעגנעדע), אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון טייך סאמבאטיאן, וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבער גיין דער טייך, און נאר שבת איז דער טייך רוהיג. לויט די לעגנעדע, וועט משיח זיי אומבריינגען פון דארט ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.

די שומרונים

די שומרונים טענהן, אז הושע דער קעניג פון אשור האט נישט ארויסגעטריבן אלע אידן פון שומרון, נאר א טייל פון זיי, אבער פיל אידן זיינען געבליבן אין ארץ ישראל און האבן נישט גולה געוועזן. דעריבער לויט זייער מיינונג הייסן זיי אויך אידן, און פירן זיך מיט אנדערע מצוות ווי די אלגעמיינע אידן פון מלכות יהודה. אבער די אידישע ארטאדאקסן טענה'ן אז זייערע אידישע מנהגים שטאמט פון די געשיכטע מיט די לייבן, אבער זיי זיינען נישט קיין אידן.

די ארכעאלאגיער האבן געפונען א מצבה וואס איז אויף איר אויסגעטשעטשעט אז נאר 27290 פון די שומרוינער האבן גולה קיין אשור, אזעלכע טענהן אז לויט די אויסגעפין קען מען בריינגען א ראיה אז טאקע נאר א טייל אידן גולה געווען קיין אשור, און א טייל זיינען געבליבן אין ארץ ישראל.


דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:

  • שומרון (שטאט) - די הויפטשטאט פון מלכות ישראל.
  • שומרוינער - היינטיקע אידן פון מלכות ישראל.
  • שומרון פאס - א שטרייף אין ארץ ישראל מיטן נאמען "השומרון".
  • ראיאן פארוואלטונג שאמראן - די ראיאן פארוואלטונג שומרון אין מדינת ישראל.
Disambig RTL.svg אױב איר זײַט אַהער געקומען דורך אַ לינק פֿון אַן אַרטיקל אין דער װיקיפּעדיע, װעלן מיר אײַך דאַנקען אױב איר קענט צוריק גײן צום בלאַט מיטן לינק װאָס האָט אײַך אַהער געשיקט, און פֿאַררעכטן דאָרטן אַז דער לינק זאָל שיקן פֿון הײַנט מאָל גלײַך צום ריכטיקן אַרטיקל.
אריאל

אַריאל איז אַ שטאָט, אין שומרון געגנט אין די פארנומענע געביטן, וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ראש העין, דרום פון שכם, און צפון פון ראמאללא.

אַריאל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1978, און אנערקענט געווארן אלס שטאט אין יאר 1998, דער בירגערמייסטער איז רון נחמן, פון די גרינדערס פון די שטאָט.

אריאל איז געגרינדעט געווארן דורך פאמיליעס, וואס זענען געווען באשעפטיקט דורכן מיליטער, אין מיליטערישע אינדוסטריעלע פאבריקן. אין 1987, האט די געגנט געעפנט אירע טויערן פאר אלעמען, און מערערע אימיגראנטן זענען אריבער וווינען אין אַריאל. וויבאלד די שטאט געפונט זיך גאר נאנט צו גוש דן, און צום צענטער דיסטריקט, אבער געפונט זיך נישט אין אן אורבאנישע געגנט, איז אריאל געווארן אויפגעכאפט. נאך די ישראל ריקצוג פון עזה שטרייף אין יאר 2005, זענען אסאך איינוווינער פון גוש קטיף אריבער וווינען אין אַריאל.

די שטאטראט האט באשטעטיקט אין יאר 2009, אז די שטאט וועט גערופן ווערן, אין נאמען פון אריק שרון.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, שטייט די באפעלקערונג, ריכטיק צו 2010, ביי 17,700.

שאסיי 5 פארבינדעט די שטאָט מיט תל אביב, און די רייזע איז א קורצע. אריאל דינט אויך אלס צענטראלע שטאט פאר אלע ארומיקע שטעטלעך פון דער אומגעגנט, מיט געשעפטן רעסטאראנטן און שענק.

אין אראיל געפונט זיך די גרעסטע פובליק אוניווערסיטעט אין ישראל, וואס רופט אויס א שטורעם צווישן לינקע אין ישראל און אין דער וועלט, וויבאלד עס געפונט זיך אין א באזעצונג.

אריאל איז די פערטע גרעסטע התנחלות, פון די פיר יידישע שטעט, אין יהודה ושומרון. נאך מודיעין עילית, ביתר עילית, מעלה אדומים.

די צוקונפט פון אריאל איז אונטער שטרייטן פון ישראל, און די פאלעסטינער. אין יאר 2001, זענען די צוויי געקומען צום אפמאך, אז אין די שלום אפמאך וועט די אריאל געגנט אריבער גיין צו ישראל, צוזאמען מיט גוש עציון, און מעלה אדומים געגנט. אהוד אלמערט, האט פארגעשלאגן אין יאר 2008, א פארשלאג פאר אבו מאזען, ווי אריאל וועט אריבער צו ישראל, און אין אויסטויש, וועט ישראל געבן אנדערע טעריטאריעס פאר די פאלעסטינער.

דער ערשטער בירגערמייסטער איז געווען ראן נחמן.

אריאל אוניווערסיטעט אין שומרון

אריאל אוניווערסיטעט אין שומרון איז אַן אוניווערסיטעט אין אריאל. אינסטיטוט רויז אין 1982 ווי אַ קאָלעגע גערופן "די קאָלעגע פון יהודה און שומרון" אונטער דער אקאדעמישער השגחה פון בר אילן אוניווערסיטעט, און זינט 2005 פירט ער זיך אומאפהענגיק.

אריאל שרון

אַרִיאֵל שָׁרוֹן אָדער אַריק שאַראָן (ה' אדר תרפ"ח, 26סטן פעברואר 1928 - י' שבט תשע"ד, 11טן יאנואר 2014) איז געוועזן דער עלפֿטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישׂראל. ער האט געהערשט פון יאָר 2001 ביז יאַנואַר 2006. אויך איז ער געוועזן דער פירער פון ליכוד'ס-פּאַרטיי פון סעפטעמבער 1999 ביז נאָוועמבער 2005.

אין נאָוועמבער 2005 האָט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה, אָבער באַלד אום 4 יאַנואַר 2006 האָט אים אַן אנפאל אָנגעכאַפט און ער איז אין שפיטאָל אריין.

אום 15 אָגוסט 2005 האָט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן (התנתקות) און עוואַקואירט אין משך 8 טעג 22 יישובים אין עזה פאס און נאך 4 יישובים אין צפֿון־שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין.

באזעצונג

א באזעצונג אדער זידלונג (העברעאיש: התנחלות, וואס טייטש אַרבּן) איז א יישוב וואס איז אין א מחלוקת צו דאס איז לעגעטים, למשל די יידישע יישובים אריבער דער גרינער ליניע אין די געגנטער פון יהודה און שומרון און די גולן הויכן וואס גרעניצן זיך מיט ישראל.

זיי זענען געווענלעך א קליינע אינטימע קהילה, וואו יעדער לעבט צוזאמען באחדות מיט א געמיינזאמען ציל.

בית אל

בית אל איז א יישוב דערמאנט אין תנ"ך צפון פון ירושלים אויפן גרענעץ צווישן שבט אפרים און שבט בנימין. פריער האט עס געהאט דעם נאמען "לוז".

ביתר עילית

ביתר עילית ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן ביתר.

עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן הייזער מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט די גרעסטע לויטער חרדישע שטאט פון דער גאנצער וועלט.

זייער הויפט ציל איז נישט אריינלאזן קיין פרייע איינאונער דארטן זיך צו באזעצן כדי צו לעבן און אויפציען די קינדער לויט די הייליגע פירונגען פון די תורה אידישקייט וואס איז אנגענומען ביי חרדים.

קנאים קומען נישט אהין וואוינען צוליב דעם וואס עס געפינט זיך פון דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע און ווערט פארעכנט אלס אקופירטע געביטן אין יהודה ושומרון אויף דעם מערב ברעג. און דער גאנצער ציל פארוואס עס איז געלונגען אויפצושטעלן אזא שיינע שטאט פאר לויטער חרדים. און אויך נעבן קבר רחל ביים כביש מנהרות וואס מען דארף דארטן דורך פארן קומענדיג פון ירושלים זענען שוין אומגעקומען על קידוש ה' צענדליגע אידן פון שיסערייען.

ביתר דינט אויך אלס שטאטס צענטער פאר די פילע אידישע התנחלות געגענטן ארונגס און ארום ווי גוש עציון און אפרת נס הרים און נאך קליינער זידולינגען פון די מער עקסטרעמע מתנחלים, וואס קומן קיין ביתר איינקויפן און זיך באנוצען מיט אלע שטאטישע באדינונגען.

ר' יצחק פינדרוס, א ליטווישער איז געווען בירגערמייסטער ביז ה'תשס"ח. אין די וואלן אין תשס"ח איז מאיר רובינשטיין, א ברעסלאווער חסיד, אריין. ער האט געווינען די וואלן מיט א קאליציע פון אלע חסידים, און מיט די ספרדים פון ש"ס

גוש עציון ראיאנראט

דער גוש עציון ראַיאנראַט (העברעיִש: מועצה אזורית גוש עציון) איז א ראיאנראט אין דעם יהודה און שומרון דיסטריקט פון ישראל דרום פון ירושלים.

דער ראט איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1980.

זיין נאמען נעמט זיך פונעם דארף כפר עציון וואס דער חרדישער סוחר שמואל האלצמאן האט אויפגעשטעלט.

דער ראט גרענעצט ירושלים און מטה בנימין ראיאנראט אין צפון; נחל תקוע און מדבר יהודה אין מזרח; חברון, קרית ארבע און הר חברון ראיאנראט אין דרום; און די יהודה בערג בארגאראפ, אלה טאל און מטה יהודה ראיאנראט אין מערב.

אין דעצעמבער 2014 האבן געוואוינט אין גוש עציון 21,200 איינוואוינער.

אין 2017 איז שלמה נאמן געוויילט געווארן דער ראט־פארזיצער.

הושע בן אלה

הושע בן אלה איז געוועזן דער לעצטער קעניג אויף מלכות ישראל.

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

כפר קאסם

כפר קאַסם (אַראַביש: كفر قاسم) איז אַן אַראַבער-ישראל שטאָט אין דער שרון געגנט. די שטאָט ליגט בייַ דער דרום זייט פון דער "דרייַעק" צפון פון ראש העין, ווייַטער צו רוט 5 ("טראַנס-שומרון").

אין 1959 האט דאס דארף באקומען לאקאלע ראַט סטאַטוס, און אין מערץ 2008 איז כפר קאַסם דערקלערט אַ שטאָט.

כרמל בארג

דער כַרמל באַרג איז אן אפצווייג פונעם שומרון וואס ציט זיך אין דעם חיפה איינגאס. זיין העכסטער פונקט איז 546 מעטער איבערן ים־שפיגל.

ליסטע פון לענדער לויט שטח

דאס איז א רשימה פון קאנטינענטן לויט שטח:

דאס איז א רשימה פון לענדער לויטן סה"כ שטח, ד"ה דער שטח פון טרוקעניש און אויך אזערעס און טייכן.

מודיעין עילית

מודיעין עילית איז א חרדישע ישראל'ישע שטאט אויפן עק פון שומרון (צפון מערב ברעג), ביים ירושלים קארידאר. דער גרעסטער געגנט אי מודיעין עילית איז ״קרית ספר״; טייל מענטשן רופן דאס גאנצע שטעטל ״קרית ספר״. די אנדערע געגנטן אין שטאט זענען ״בראַכפֿעלד מאיאנטעק״ און ״נאות הפסגה״.

איר באפעלקערונג ציילט זיך אויף 64,179 נפשות (2015), זייענדיג דאס גרעסטע זידלונג אין דעם מערב ברעג.

ווי איר נאמען זאגט, איז מודיעין עילית א שטאט לעבן מודיעין, וואס איז פלאצירט אויף די בערג אנטקעגן איבער קרית ספר ממש נאך דער גרינער ליניע.

כאטשיג דאס איז א זעלבטשטענדיגער לאקאליטעט, איז דאס טעכניש אינערהאלב דער טעריטאריע פון אונטער די אדמיניסטראציע פון מטה בנימין ראיאן ראט.

דער פארזיצער פון דעם ארטיגן ראט איז הרב יעקב גוטערמאן. אין 2008 איז מודיעין עילית געווארן אנערקענט אלס א שטאט; אין מיטן נאוועמבער 2008 איז הרב גוטערמאן געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון מודיעין עילית.

די באפעלקערונג אין מודיעין עילית באשטייט פון פארשידענע שיכטן און קרייזן פונעם חרדישן יידנטום. טראצדעם וואס די מערהייט פון די איינוואוינערס געהערן צו ליטווישע קרייזן, מען קען זיך באגעגענען דארט מיט גרויסע געמיינדעס פון חסידישע יידן אזוי ווי צום ביישפיל: וויזשניץ, באיאן, קארלין סטאלין, צאנז. אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה דינט רבי ברוך שטערנבוך, זון פון רבי אליהו און איידעם פון רבי מנחם ערנסטער. אלס רב פון "קהל חסידים" (אלגעמיינע חסידישע שוהל) דינט רבי ניסן משה גראס, א זון פון רבי שלום יהודה, דער האלמינער רבי. עס איז פאראן דארט אויכעט א סאך ירושלימער יידן פון דעם יישוב הישן.

די באפעלקערונג פון מודיעין עילית איז 40% ליטוויש, 30% חסידיש און 30% ספרדיש.

מלכות ישראל

מלכות ישראל די מלוכה אין צפון זייט פון ירושלים, איר הויפטשטאט איז געוועזן שכם, פנואל, תרצה און שומרון.

מלכות ישראל איז געשטאנען 209 יאר, און דער חורבן איז געווען אין יאר ג'מ ווען שלמנאסר דער קעניג פון אשור האט גולה געווען די אידן קיין אשור, און נאר די שוימרונער זיינען געבליבן אין ארץ ישראל.

מעלה אדומים

מעלה אדומים, איז א שטאָט אין מדבר יהודה אין מערב ברעג, וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ירושלים, צפון פון מדבר יהודה. עס איז דערקלערט געווארן אלס שטאָט, אין יאר 1991.

די ערשטע הייזער זענען געבויט געווארן אין יאר 1975, וואס וויבאלד די שטאָט איז נאנט צו ירושלים, האט עס געצויגן מערערע איינוווינער. מעלה אדומים דינט אלס צענטראלע שטאָט פון גוש אדומים געגנט. די בירגערמייסטער איז בני כשריאל.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, האט די שטאָט א באפעלקערונג פון 35,000 ריכטיק פאר 2010.

די פאקט אז מעלה אדומים געפונט זיך אין די פארנומענע געביטן, איז אן אנגייענדע שטרייט צווישן ישראל און די פאלעסטינער. איר צוקונפט איז דעריבער נישט קלאר, וואס נאכן אונטער שרייבן א שלום אפמאך צו וועמען די שטאט וועט געהערן. מאנכע אין ישראל שלאגן פאר, פאר ישראל צו בויען אין די געגנט צווישן מעלה אדומים אין ירושלים, און פארבינדן די צוויי שטעט. פאלעסטינער און לינקע ארגאניזאציעס זענען דערקעגן, מיטן דער טענה אז די ציל מיטן בויען איז צוטיילן צווישן יהודה און שומרון, אזוי ארום וועט די פאלעסטינער לאנד זיין צוטיילט.

אין יאר 2000, זענען די צוויי רעגירונגען פון ישראל און פאלעסטינער אויטאריטעטן געקומען צום פארשטענדעניש, אז מעלה אדומים וועט זיין א טייל פון ישראל, צוזאמען מיט אנדערע געגנטן ווי גוש עציון, און אריאל געגנט.

ביים בויען די זיכערהייטס צוים, איז געווען מיינונגס פארשידענהייטן, אויב אריינצורעכענען די שטאט, די רעגירונג האט געוואלט אריינרעכענען די שטאט אינערהאלב די צוים, נאך דרוק פון אמעריקע, און נאכן אפעלירן צו בג"ץ, איז די שטאט געבליבן אינדרויסן פון צוים.

מערב ברעג

דער מערב ברעג (יהודה און שומרון) אויכט באוווסט ווי יהודה ושומרון איז א לאנד ארומגענומענע און איינגעשפארטע טעריטאריע אויפן מערב ים ברעג פון דעם ירדן טייך אין דעם מיטל מזרח.

נאך דער אויפלעזונג פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1922, איז די טערעטאריע געווען א טייל פון דעם בריטישן מאנדאט אויף פאלעסטינע.

די 1948 אראבישער-ישראלישער מלחמה (מלחמת השחרור) האט צושטאנד געברענגט די עטעבאלירונג פון ארץ ישראל אויפן פריערדיגן מאנדאט, אבער די עזה פאס איז געווארן פארכאפט דורך מצרים.

די מערב ברעג איז געווארן פארכאפט און אנעקסירט דורך יארדאניע, און די 1949 וואפן שטילשטאנד אפמאך האט דעפענירט אירע גרעניצען.

פון 1948 ביז 1967, איז דער גאנצער געגנט געווען געפירט פון יארדאניע, כאטש יארדאניע האט נישט אפיציעל אויפגעגעבן בעלות דערויף ביז 1988.

עס איז געווארן פארכאפט דורך ארץ ישראל נאך א אטאקע פון ירדן ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה

זי איז נישט געווארן אנעקסירט דורך ארץ ישראל, מיטן אויסנאם פון מזרח ירושלים.

דער מערב ברעג איז איצטערט באטראכט אלס אונטער אינטערנאציאנאלער געזעץ עס זאל זיין א טעריטאריע אן קיין טייל פון סיי וואסארא שטאט.

עמנואל

עמנואל איז שטעטל, אין די מערב ברעג, א ישראלדיקע געגנט, וואס ווערט געפירט דורך א לאקאלע ראט. אויפגעשטעלט אין יאר 1983, און דערקלערט אלס לאקאלע ראט אין 1985. לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין עמנואל 2,900 איינוווינער.

עס געפונט זיך צפון פון אריאל, און מזרח פון די התנחלות, קרני שומרון. די שטעטל באשטייט פון פֿרומע פאמיליעס.

די שטעטל איז געבויט געווארן, גוט צוגעשטעלט פארן רעליגיעזן ציבור, וואס האט מערערע קינדער. ווי אויך פארקן, אינדוסטריעלע זאנעס אלעס באזונדער, ווי דער שטייגער אין ישראל דורכאויס די 1980 יארן, ספעציעל איז געלייגט געווארן א דגוש, אויפן טאפאגראפיע, ווי די בערג און שטח ארום דעם יישוב, מאכן דעם געגנט זייער אסטעטיש שיין.

פון אנהייב אן האט די שטעטל געהאט פראבלעמען, ביי די צווייטער אינטיפאדע, איז פארגעקומען דארט א שוידערליכע טעראר אטאקע, אין וואס מערערע זענען אומגעקומען. די שטעטל פלאגט זיך שוין פון אנהייב, מיט מענטשן וואס פארלאזן דעם פלאץ.

דורכאויס די לעצטע תקופה איז עמנואל אויף די נייעס, ווען די בית יעקב שולע האט זיך אנטזאגט צוזאמשטעלן די אשכנזישע מיידלעך, מיט די ספרדישע מיידלעך אין די זעלבע קלאסן. אן ארגאניזאציע איז געגאנגען אין געריכט, און די ריכטער, האט באשולדיקט די אנפירער פון מוסד אלס ראסיסטן.

שכם

שכם (אין אראביש: نابلس - ניבלוס) איז די גרעסטע שטאט אין פאלעסטינע אין דער שטח פון יהודה און שומרון מיט 104,596 איינוווינער.

אין יאר 1967 נאך די זעקס טאגיקער קריג האט צה"ל געהערש איבער שטאט שכם, און עס איז דארט אויף געשטעלט געווארן עטליכע התנחלויות, אבער אין אל-אקטסא אינטיפאדע... היינט רוב זעלבסטמערדער קומען ארויס פון שכם.

אין שכם ליגט יוסף הצדיק וואס היינט איז זייער שווער דארט צוטרעטן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.