שול

דער ארטיקל דיסקוטירט א בית הכנסת. טאמער זוכט איר אַ וועלטלעכע אָרט וואו מען לערנט, זעט שולע.
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


א שול אדער בית כנסת איז א הויז וואו יידן דאווענען צו זייער גאָט.

שחרית מנחה און מעריב, דריי מאל א טאג קומט זיך אהין צונויף מיט א געזעמל פון צען יודן, ס'זאל זיין א מנין.

ספעציעלע הלכות זענען דא דערביי: מען טאר דארט גארנישט רעדן אויסער דאס דאווענען. אפילו לערנעו טאר מען נישט.

דערפאר מאכט מען היינט אז עס זאל שוין מער נישט זיין קיין שוהלן, נאר בתי מדרשים וואו דארט מעג מען יא רעדן - נישט אין צייט פון דאווענען פארשטייט זיך.

אין רוב ארטאדאקסישע שולן, איז פארהאנען א ווייבערשול, אדער ווי מ'רופט עס, עזרת נשים, וואס איז געאייגענט פאר די פרויען וואס קומען דאווענען, און זענען הינטער א מחיצה לויט דער הלכה נישט צו דאווענען אין פארנט פון א פרוי.

בארימטע שולן

19טער י"ה

דער 19טער יארהונדערט איז די צייט צווישן די יארן 1801 - 1900.

2טן אויגוסט

דעם 2טן אויגוסט איז דער 214טער טאג פון יאר (215טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 151 טעג.

8טן אפריל

דעם 8טן אפריל איז דער 98סטער טאג פון יאר (99 אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 267 טעג .

אלעקסאנדער (הויף)

אלעקסאנדער אין פוילן, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע וואס האט זיך אנגעהויבן פון רבי יחיאל דאנציגער א זון פון רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצא, וואס איז געווען דער רבי פון די ווארקער חסידים נאך דער פטירה פון דער אלטער ווארקער רבי. אלעקסאנדער פארן קריג איז געווען פון די גרעסטע חסידותן אין פוילן.

דאס אלעקסאנדער חסידות איז אן אפצווייג פון ווארקא, נאך דער פטירה פון רבי בעריש ביאלער.

היינט איז געבליבן עטלעכע הונדערטער משפחות אלעקסאנדער חסידים אין דער וועלט. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין בני ברק און האלט אויס חינוך מוסדות איינשליסנדיק כוללים, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה; אויך שטיבלעך אין ירושלים, מודיעין עילית, אנטווערפן, בארא פארק, לייקוווד, מאנסי און לאנדאן.

אין קליוולאנד, אהאיא, וואוינט רבי שניאור זלמן, א ברודער פונעם רבי'ן אין ארץ ישראל, און ער איז רב פון א שול דארט.

בארא פארק

באָראָ פּאַרק איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום-מערב'דיגער זייט פון ברוקלין, ניו יארק. די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט, און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט. אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן - די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב, סאטמאר און מונקאטש.

עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו, דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק, די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן, און איז א גרויסער ביזנעס צענטער, עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן, ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך.

פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו. אייכלער'ס ספרים געשעפט, סאבוועי רעסטאראן.

בית מדרש

בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען עקסטער פון א שול. אין א שול דארף מען זיין שטארק נזהר נישט אויסצורעדן קיין שום דברים בטלים.

גער (הויף)

גערער חסידים שטאמען פון פּױלן, פֿאר'ן קריג איז גער געווען דאס גרעסטע חסידות. היינט איז גער דאס גרעסטע חסידות אין ארץ ישראל, און פֿון די גרעסטע אויף דער וועלט, מיט בערך 12 טויזנט משפחות. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין ירושלים, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף ירמיהו גאס. ביי די גרויסע נסיעות, שבועות און ראש השנה, דאווענען צוזאמען אומגעפער 17,000 מענער, בחורים און יינגלעך, ווי אויך א פאר טויזנט פרויען אין דער ווייבער־שול גאלעריע.

דער היינטיגער רבי הייסט רבי יעקב אריה אלטער.

זיי זענען באקאנט אלס שארפזיניקע חברה לייט, און אָפּגעשיידטע פון זייערע פרויען איינגעפירט דורך איינע פון זייערע רביס, דער בית ישראל רבי ישראל אלטער, וואס האט געשטארקט זיינע חסידים נישט צו האבן קיין סעקסועלע אפיר מיט די ווייבער ווי ווייניגער, כדי צו זיין הייליג און כל כולו פארטאן מיט גאָט.

גערער חסידים אין ישראל וואוינען אין ירושלים, בני ברק, אשדוד, תל אביב, חיפה, ערד, חצור הגלילית און קריית גת, מיט קלענערע קהילות אן עמנואל, פתח תקוה און קרית אתא. אין חוץ לארץ זענען די הויפט קרייזן פון גערער חסידים אין בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי, לייקוווד, טאראנטא, סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, מאנטרעאל, ציריך און מעלבארן.

ווארשע

וואַרשע (פּױליש: Warszawa) איז די הויפּטשטאָט פֿון פּױלן. זײַן באַפֿעלקערונג איז 1,697,596 (אין יאָר 2005).

ייִדן האָבן געוווינט אין וואַרשע זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, דאָס רובֿ וואַרשעווער ייִדן האָבן דעמאָלט גערעדט ייִדיש.

ביים חורבן האבן די נאַציס אויפֿגעשטעלט אין וואַרשע די גרעסטע געטאָ מיט 450,000 מענטשן (זעט מער: וואַרשעווער געטאָ).

חדרה

חדרה איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט אין ישראל, אויפן ברעג פונעם מיטלענדישן ים. זי ליגט 45 ק"מ פון חיפה (אין צפון) אן תל אביב (אין דרום). חדרה האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1952. די שטאָט איז אַ מיטגליד פון פארום 15.

די שטאט האט א באפעלקערונג פון 77,100 וואס איז כולל אסאך אימיגראנטן זייט 1990, מערקווערדיק פון עטיאפיע און דער געוועזענער סאוועטן פארבאנד.חדרה איז געגרינדעט אין 1891 דורך יידן פון ליטע.

מען האט געבויט די גרויסע שול אין חדרה צווישן די יארן 1936 - 1940.

טאראנטא

טאראנטא איז די הויפטשטאט פון אנטעריא און איז די גרעסטע שטאט אין קאנאדע.

אין טאראנטא וואוינען פיל פרומע אידן.

דער הויפט שול הייסט די שיף־שול. עס איז אויך דא שטיבלעך פון די באבאווער און גערער חסידים.

טאראנטא איז באקאנט אלס דער היים פון די געוועזענע רייכסטע חרדישע ביליאנערן ר' משה רייכמאן פאמיליע.

דער טאלנער רבי, הר"ר יוחנן טווערסקי איז געווען א חתן דעם סטרעטינער (מרת פערל זצ"ל), האט געזעצט דארטן, איידער ער האט געצויגן קיין ירושלים אין תשכ"ד.

א גרויסע קהילה פון "ניצולי שואה" וואוינען דארטן, און א גרויסע מוזיאום.

י"ח ניסן

היום שלשה ימים לעומר.

יום כיפור

יום כיפור איז דער הײליקסטער ייִדישער פֿײַער–טאָג און תענית אין דעם 10טן טאָג אין חודש תשרי (י' תשרי). עס הײבט זיך אָן מיט דער נאַכט פֿון 9טן אױפֿן 10טן פֿון תשרי. אין חומש ויקרא (כ״ג) װערט װעגן דעם געזאָגט אַז דער 10טער טאָג אין 7טן חודש (תשרי) איז יום הכּפּוּרים, דער טאָג פֿון פֿאַרגעבן די זינד. ועניתם את נפֿשותיכם, מען טאָר נישט טאָן קײן אַרבעט, שבת שבתון העכסטער רו–טאָג. אין חומש ויקרא ט”ז װערט געזאָגט, אַז אין דעם טאָג איז דער כּהן גדול אַרײַנגעגאַנגען אין קודש הקדשים צו בעטן פֿאַר זיך און פֿאַרן עם ישראל.

ביים דאווענען איז יום כיפור אויסגעצייכנט מיט צוויי זאכן: ביי יעדער תפילה זאגט מען ווידוי, און ס'איז דא נאך א תפילה, נעילה, וואס א גאנץ יאר דאווענט מען נישט.

ביים ליינען די תורה אינדערפרי רופט מען אויף זעקס מענטשן (אחוץ ווען ער געפאלט שבת, דעמאלסט רופט מען אויף זיבן אזוי ווי יעדן שבת).

לאוער איסט סייד

לאוער איסט סייד איז היינט-צו-טאג גאר א טייערע געגנט צוליב דעם וואס דער גאנצער לאוער איסט סייד איז געווארן פארשוועמט מיט ארטיסטן וואס בויען טייערע, מאדערנע לוקסוריעזע שענק און פארוויילונגס פלעצער, איבערהויפט "אַרט גאלאריען", וואס ציען באזוכערס פון דער גאנצער וועלט. איז זענען דארט פאראן האטעלן אא"וו. דאס אלץ פירט דערצו אז דער ריעל עסטעיט מארקעט שפרינגט אין הימל אריין.

אירע גרעניצען זענען: האוסטען סטריט - צפון. טשיינע טאון מיט קאנאל - דרום. איסט ריווער וואסער - מזרח. באוערי - מערב.

דער לאוער איסט סייד איז אמאל געווען א שפרודלדיגע אידישע געגנט פון מיליאנען אידן.

רוב שולן זענען ליידער פוסט און לער, ווייל עס זענען נישטא גענוג אידן זאלן דארטן קומען דאווענען.

דער פוסק הדור ר' משה פיינשטיין האט דארטן געלעבט. הרב אפרים אשרי, פון די לעצטע תלמידים פונעם חפץ חיים, איז געווען רב אין דעם בית המדרש הגדול, הארט נעבן דער וויליאמסבורג בריק.

דער פרומער אידישער ארטאדאקסישער אסעמבלי ספיקער "שעלי סילווער" וואוינט אויך דארטן זיין גאנץ לעבן, ער איז דארטן געבוירן. און ער איז פרעזידענט אין דער גרויסער שול, "ביאלאסטאק" וואס זיין טאטע איז אויך געווען פרעזידענט דארטן.

ס'זענען אויך דא שפּאנישע שקצים, צוליב די שטאטישע פראזשעקטס דארטן, וואס בלייבט איבער אפילו ווען די פריוואטע פראפערטיס שטייגן.

נגינה

נגינה מיינט יידיש געזאנג. אַ ניגון האָט דאָס גרעסטע כּוח צו מעורר זײַן דעם מענטש.

נגינה גייט צוריק ביז דוד המלך וואס האט געזינגען די תהלים און אויך צוגעשפילט מוזיק.

די אַרבעט פֿון די לוויים אין בית המקדש איז געװען צו זינגען און צו שפילן כלי זמר.

אין שפעטערדיגע דורות איז איינגעפירט געווארן זינגען ביים דאווענען מיט א חזן און א קאפעלע (כאר). איינער פון די גרויסער קאמפאזיטארן פון שול מוזיק איז געווען לעוואנדאסקי.

הײַנטיקע צײַטן איז דאָס געװאָרן צוריק אן אינטעגראַלע טײל פֿון ייִדישקײט דורך דער עבודה פֿון חסידים װאָס איז געװאָרן געגרינדעט דורך'ן בעש"ט.

רב

א רב (לשון רבים: רבנים) איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהל'ישע ענינים לטובת דעם ציבור.

תפילה

תפילה איז פונעם לשון קודש'דיגן ווארט "פילל - האפן און בעטן". אויך איז דאס א לשון פון באהעפטן, זיך אנהענגען אויפן אייבערשטן. אין (מזרח-) אידיש הייסט דאס דאַװנען אדער דאַווענען (אין מערב-יידיש הייסט דאס אָרען).

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.