קרית שמונה

קרית שמונה איז א שטאט פלאצירט אינעם צפון ארץ ישראל טייל נעבן דעם גרעניץ מיט לבנון.

איר נאמען א שטאט פון אכט איז נאך 8 קעמפער וואס זענען אומגעקומען ביים פארטיידיקן יענעם געגנט אין דעם ערשטן וועלט קריג, ביי די תל-חי פאגראמען, וואו יוסף טרומפעלדאר איז אומגעקומען.

עס איז געבויט אויף די חרבנות פון אן אמאליגען אראבישן דארף פון בעדואינער.

היינט צוטאגס וואוינען דארטן 22,000 אידן.

איין דריטל דערפון איז אינגער ווי 19 יאר.

רוב זענען ספרדים פון מאראקא.

Kiryat shmona 2006
קרית שמונה
אשקלון

אַשקלון איז א שטאָט אין דעם דרום דיסטריקט אין ארץ ישראל, אויפ'ן ברעג ים צווישן חיפה און עזה, זיין שטח איז גרויס 47,788 דונאם. די שטאט האט א היסטאריע פאר עטלעכע טויזנט יאר צוריק.

אין די ערשטע צייטן, ווען די יידן זענען אנגעקומען אויף ארץ ישראל, האט די שטאט געהערט צו די פלשתים. און דורכאויס דעם ערשטן בית המקדש, ביזן חורבן ווען נבוכדנאצר האט איינגענומען דאס לאנד, און האט אויך חרוב געמאכט די שטעט פון די פלשתים. ווען יידן האבן אנגעהויבן צוריק צוקומען פון בבל, אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, האט זיך די שטאט געפונען ווייט פון יידישע גרענעצן, און איז געווען באוווינט מיט פיניקער און העלעניסטן, וואס האט אנגעהאלטן ביז דער תקופה פון די חשמונאים. אין די צייטן פון קעניג אלכסנדר ינאי, איז אַשקלון געווארן זעלבסטשטענדיק מיט אן אויטאנאמיע, אבער שפעטער מיט די יארן זענען אסאך יידן געווען פון די איינוווינער פון שטאט.

אין די רוימישע צייטן איז אַשקלון געווען פון די גרויסע פיינט פון יהודה, און אין דער משנה ווערט אַשקלון שוין נישט פארעכנט אין שטח פון ארץ ישראל, ווי מען זעט אין גיטין: ר' יהודה אומר מאַשקלון לדרום ואַשקלון כדרום.

אין יאר 644, האבן די מוסלמענער פארענדיקט זייער איינעמען דאס לאנד, און אַשקלון איז אריבער צו אראבישער הערשאפט. אין די שפעטערע יארן זענען פארגעקומען עטלעכע קאמפן, דורכאויס די קרייצצוג מלחמות, צווישן די קריסטן און די אַראַבער. וואס צום סוף האט סאלאך א דין, פארטריבן די קריסטן פון לאַנד, און די מוסלמענער האבן גענצליך פארניכטעט די אלטע שטאט, צוזאמען מיטן פארט.

ביז די יידן האבן אנגעפאנגען צוריק צו קומען קיין פאלעסטינע, ביזן יאר 1948, האט זיך געפונען אויפן ארט פון היינטיקן אשקלון אן אראביש דארף, מיטן נאמען איסקעלאן, וואס ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האט עס צה"ל איינגענומען, און די איינוווינער זענען אנטלאפן צום עזה שטרייף.

די יידישע אשקלון פון היינט איז באנייט געווארען 1951, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיק פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין אשקלון 106,600 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.4 פראצענט. רוב זענען אידן.

גליל

גליל איז אין די צפון טייל פון ישראל, וואס איז זייער בערגיג, און טיילווייז דערפיש, די הויפטשטאט פון גליל איז צפת.

די גליל איז איינגעטיילט אין דריי, די אונטער גליל, די אויבער גליל, און די פינגער, די ערד איז דארט זייער פרוכטבאר, וויבאלד דארט רעגנט די מערסטע פון די אנדערע געגנטן אין ישראל, אין די ווינטער איז אויך קעלטער וויבאלד עס איז הויך.

די העכסטע בארג איז די זשארמאק בארג וואס איז פון די מירון בערג, א מיליטערישע באזע געפונט זיך אויף די בארג,

די גליל באפעלקערונג איז א קליינע וויבאלד די האנדלסצענטער פון ישראל איז אין צענטער, און די מענטשן פון די גליל זענען ארעמער פון די מענטשן פון די צענטער.

די גרויסע שטעט אין גליל, צפת, כרמיאל, קרית שמונה, מעלות-תרשיחא,

אראבישע שטעט חורפיש, גוש חלב, ראמא,

טבריה

טבריה איז א שטאט אויפן ברעג פונעם ים כנרת אין אונטער גליל אין צפון זייט פון מדינת ישראל.

הורדוס אנטיפאס האָט מיסד געװען טבריה ווי זײַן הױפּטשטאָט אינעם גליל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אומגעפער אין יאר ג'תת"פ, דארט האבן געוואוינט דער תנא בן עזאי און אויך א טייל פון די אמוראים וואס האבן מסדר געווען תלמוד ירושלמי: רבי יוחנן און ריש לקיש.

חז"ל זאגן אז טבריה איז געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת.‏הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים.

אין 2018 האט מען געוויילט רון קובי בירגערמייסטער פון טבריה.

נס ציונה

נס ציונה, איז א שטאט אין די נידעריקע טייל פון יהודה (שפלה), פון צפון געפונט זיך ראשון לציון, און פון דרום רחובות. די שטאט געפונט זיך אין צענטער דיסטריקט, און האט א באפעלקערונג פון 35,000 איינוווינער. געגרינדעט אין יאר 1883, ביי די ערשטע עליה. אנהייב איז די געגנט גערופן געווארן "נחלת ראובן", און וואדי כאנין.

די טעריטאריע האט געהערט צו א געוויסן טעמפלאר, מיטן נאמען גוסטאוו מאלער, איינמאל זייענדיק אין אדעס, האט ער באגעגנט א חסיד, ראובן לערער, וואס די צוויי האבן אויסגעטוישט זייערע הייזער. דער גוי האט באקומען דאס הויז פון ראובן, און ראובן האט באקומען דאס הויז מיט א גארטן פונעם גוי. ראובן האט אנגעהויבן זוכן יידן, וואס זאלן קומען וווינען אין דארף, פאר מנין, און אנדערע יידישע באדערפענישן.

אין יאר 1888, איז אן איינוווינער פון נס ציונה אומגעקומען דורך אראבער, דער ערשטער ייד אומצוקומען אין א טעראר אטאקע, אין ארץ ישראל, אין די נייע צייטן.

אין יאר 1891, איז די געגנט פארברייטערט געווארן, ווען א ייד מיטן נאמען מיכאל האלפערין, האט געקויפט א געגנט נאנט צו נחלת ראובן, ער האט פארגעשלאגן דעם נייעם נאמען, וואס איז פארבליבן ביז היינט.

די יידישע קאלאניזאציע אסאציאסיע (יק"א) האט גענומען פאראנטווארטליכקייט איבערן דארף, און זיי האבן אויפגעשטעלט גערטנער, און באצאלט די חובות פון דעם דארף.

די אראבער האבן אויפגעשטעלט א געגנט נאנט צו די שטאט, מיטן נאמען וואדי כאנין, וואס איז שפעטער חרוב געווארן. דורכאויס די הערשאפט פון די אטאמאנישע אימפעריע, איז די לעבן געווען שווער אין דארף, נאכן ערשטע וועלט מלחמה, האבן זיך פראבלעמען פארענדערט, און עס האט געהערשט א רויגקייט אין נס ציונה.

דורכאויס די מלחמת השחרור, איז די אראבישע דארף פארלאזט געווארן, און נייע געגנטער זענען געבויט געווארן, צו אקאמאדירן די נייע אימיגראנטן, וואס זענען געקומען קיין ישראל.

נצרת

נצרת איז אן אראבישע שטאט אין ישראל, און די הויפטשטאט פון דער גליל געגנט. עס איז אויך געווען די היימשטאט פון יויזל, דער קריסטלעכער משיח.

נצרת האט אַ באפעלקערונג פון 65,000, פון זיי זענען 69.6% מוסולמענישע אַראַבער און -30.4% אַראַבער - קריסטן.

נתיבות

דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט אין ישראל. טאמער זוכט איר דעם מחבר פון "נתיבות המשפט", זעט יעקב לארבערבוים.נתיבות איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, געגרינדעט אין 1956, באקומען די נאמען שטאט אין 2000, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין נתיבות 24,300 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 2.6 פראצענט. רוב זענען אידן. בבא סאלי וואס האט באקאנט געמאכט די שטאט האט דארט געוואוינט און דארט איז זיין ציון.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שטאט איז יחיאל זוהר.

עכו

עכו (אַראַביש: عكا), איז אַ שטאט אויפן ברעק פון מיטלענדישן ים אין דעם מערב גליל באצירק אין צפון פון דעם לאנד ישראל. די שטאט געפינט זיך אין דער צפון זייט פון דעם עכו בוכטע. לויטן ישראלישן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק איז די באפעלקערונג פון עכו געווען 46,300 אין סוף יוני 2010.

עפולה

עפולה איז א שטאט אין אונטער גליל אין צפון דיסטריקט אין מדינת ישראל, מיט א שטח פון 28,600 דונאם. ס'האט באקומען דעם שטאָט־סטאטוס אין יאהר 1972. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין עפולה 39,100 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.7 פראצענט. רוב זענען אידן.

דער בירגערמייסטער פון שטאט (מעיאר) איז יצחק מירון.

ערד, ישראל

עַרָד איז א שטאט אין דרום דיסטריקט פון ארץ ישראל. ס'גרעניצט זיך מיט מדבר יהודה, די שטח איז גרויס 90,000 דונאם. און איז דער איינציקסטער אנטוויקלונג שטאט, וואס האט געהאט סוקסעס. ס'האט באקומען די נאמען שטאט אין 1995. לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין ערד 23,300 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.8 פראצענט. רוב זענען אידען.

ס'איז אויך באקאנט צוליב די פילע רבנים וואס קומען פאר אפרוה אהין. וואס איז נאנט צו ים המלח

דער בירגערמייסטער איז ניסן בן חאמא.ערד האט א גערער ישיבה, "לב שמחה", וואס יצחק דוד טייטלבוים פון לאנדאן האט אויפגעשטעלט.

פתח תקוה

פתח תקוה איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט פון ארץ ישראל, די שטח איז גרויס 39,000 דונעם. געגרינדעט 1878 , ס'האט באקומען די נאמען שטאט אין 1937. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין פתח תקווה 179,400 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 3.3 פראצענט. רוב זענען אידן.

די שטאט גרענעצט זיך מיט הוד השרון און רמת השרון פון לינקס, מיט תל אביב פון לינקס-מערב, און מיט בני ברק און גבעת שמואל פון מערב, און פון דרום מיט גני תקוה און קרית אונו.

דיִ שטאָט איז באַקאַנט אלס די מוטער פֿון אַלע ייִשובים װײַל זי איז די עלטסטע פֿון אַלע ייִשובים װאָס זײַנען געגרינדעט געװאָרן אין דער נײַער צײַט.

און 1984 איז געפענט געווארן נייט-קלאב'ס מיט פראטעסטן וואס האט אנגעהאלטן צוויי יאר, און פתח תקווה איז דא א קאמפלעקס פון שפיטעלער וואס רופט זיך מרכז רפואי רבין, און אירע דריי אפטיילונגען ביילינסאן, שניידער, און גולדה-השרון, דארט זענען די היי-טעק אפטיילונגען פון IBM, Oracle און אויך די עסן פאבריק "אסם".

דער בירגערמייסטער (מעיאר) איז אורי אוהד.

די הויפט רבנים געוויילט שבט תשע"ב זענען הרב מיכה הלוי (אשכנזיש) און הרב אריאל עטיאס (ספרדיש).

קריית אונו

קרית אונו, איז א שטאט אין תל אביב דיסטריקט, אין ישראל. ביז 1992 איז עס געווען א לאקאלע ראט, דערנאך איז עס אנערקענט געווארן אלס שטאט.

די שטאט האט אנגעהויבן ווערן באזעצט אין 1940, דורך 40 פאמיליעס, נאכן מלחמת השחרור, ווען קיין ישראל האט געשטראמט א גרויסע עליה, איז די באפעלקערונג גרעסער געווארן, ווי אויך זענען אנדערע געגנטער צוגערעכנט געווארן צום שטאט.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, האט קרית אונו א באפעלקערונג, פון אומגעפער 30,000 איינוווינער, ריכטיק פאר 2009. דער בירגערמייסטער איז ישראל גל, דער הויפט רב איז הרב "רצון ערוסי" פון די תימנע דרדעים אפשטאמיקע.

קרית מוצקין

קרית מוצקין איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל. זי געפונט זיך צפון פון חיפה, און איז איינע פון די שטעט וואס מאכן אויס די קריות, די מעטראפאלין פון חיפה. זי געפונט זיך אויפן ים פלאך, דרום פון עכו, פון דרום געפונט זיך קרית חיים און קרית שמואל, געגנטן וואס געהערן אן חיפה מוניציפאליטעט. צפון מערב געפינט זיך קרית ים און פון מזרח קרית ביאליק, וואס שאסיי נומער 4 טיילט אפ צווישן די צוויי שטעט.

לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר 2008, וווינען אין קרית מוצקין 39,700 איינוווינער. אין דער שטאט געפונען זיך 20 בתי מדרשים, און צוויי מקוואות, אן אשכנזישער הויפט רב, און א ספרדישער הויפט רב.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1934, דורך חיפה מיטל קלאס פארדינער, זיי האבן געגרינדעט א פאראייניקונגס בונד פון איינוווינער, וואס איז געווארן אפגעשאפן אין יאר 1960. זיי האבן זיך גערופן מוצקין, אויפן נאמען פון א ציוניסט, מיטן נאמען ליא מוצקין. אין 1941, איז די געגנט געווארן א לאקאלע ראט, און אין 1976, געווארן א שטאט.

די אינערן מיניסטעריום, האט מערערע מאל געמאלדן פלענער, צו פאראייניקן שטעט אין דער געגנט, ווי קרית מוצקין און קרית ביאליק. אדער פאראייניקן אלע שטעט אין קריות, צו איין גרויסער שטאט, אדער גאר פאראייניקן שטעט צו חיפה. עס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ביז היינט.

דער היינטיקער בירגערמייסטער הייסט חיים צורי, און אין שטאטראט דינען 15 מאנדאטן.

ישראל באנען האט א באן סטאנציע אין דער שטאט, אויף דער נהריה-חיפה-תל אביב רוטע.

ראש העין

ראש העין איז א שטאט אין צענטער דיסטריקט פון ישראל. די שטאט איז באקאנט פאר איר גרויסער תימנישער מסורה'דיקער באפעלקערונג. אין ראש העין הייבט אן דער טייך ירקון, וואס פליסט ביז תל אביבס ברעג ים.

רהט

רהט איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 8,560 דונאם. געגרינדעט אין 1972, באקומען די נאמען שטאט אין 1994, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (העברעיִש: הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין רהט 38,900 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי פיר פראצענט. רוב זענען מוסולמענער.

רהט איז די ערשטע שטאט פון בעדואינער, וואס מ'האט זיי ספעציעל געבויט. די שטאט איז 12 קילאמעטער צפון-זייט פון באר שבע, נאנט צו קיבוץ משמר הנגב.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שטאט איז טלל אל קרינאואי.

רחובות

רחובות איז א שטאט אין דער צענטער-געגנט פון ישראל, וואס ליגט נעבן נס ציונה און רמלה, די באפעלקערונג פון רחובות שאצט אפ אומגעפער 107,000 איינוואוינערס. רחובות איז באקאנקט אלס א שטאט פון וויסנשאפט, צוליב דעם וואס ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט און דער לאנדווירטשאפטלעכע פאקולטעט פון דעם העברעאישן אוניווערסיטעט געפינען זיך אין דער שטאט.

אין דער שטאט געפינען זיך אויכעט פילצאליגע היימישע אידן פון פארשידענע חסידישע קרייזן וואס זענען קאנצענטרירט הויפטזעכלעך אין דער "קרית קרעטשענעוו" געגנט, וואס באדינט אלס א הויפטקווארטיר פון קרעטשענעווער חסידים אין ארץ ישראל, און דארט וואוינט אויכעט דער רבי, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים. אויסער דעם, אין רחובות הויפטקווארטירט אויכעט דער דזשיקאווער הויף, אין הויפט פון רבי ישראל אליעזר אדלער. אויכעט קען מען טרעפן דארט פילע וויזשניצער חסידים און נאך.

דער בירגערמייסטער איז רחמים מעלול.

רמת גן

רמת גן איז א שטאט אין גוש דן, אין ישראל, וואס ליגט צווישן תל אביב, בני ברק און גבעתיים, און באגערענעצט פונעם ירקון טייך צו צפון. אין דער שטאט געפינט זיך די בריליאנטן-בערזע פון ישראל, די רעליגיעזע בר אילן אוניווערסיטעט, דער שיבא מעדיצינישער צענטער, דער סאפארי און אנדערע וויכטיקע אינסטיטוציעס.

אין 1968 האט געעפנט אין רמת גן די ישראל דימענטן בערזע, די גרעסטע דימענטן בערזע אין דער וועלט.

רמת השרון

רמת השרון איז א שטאט אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, וואס ליגט צווישן תל אביב און הרצליה. זי איז געגרינדעט געווארן אין 1923. צו צפון גרענעצט זי הרצליה און דעם קיבוץ גליל ים, צו דרום תל אביב, צו מזרח הוד השרון און צו דרום־מזרח פתח תקוה. אין 1948 האט רמת השרון באקומען דעם סטאטוס פון א לאקאלן ראט און אין 2002 איז ער געווארן א שטאט.

אין רמת השרון וווינען 38,000 מענטשן. רמת השרון איז איינע פון די רייכסטע און טייערסטע שטעט אין ישראל. אין דער שטאט געפינט זיך די מיליטערישע אינדוסטריע פון ישראל, דער נאציאנאלער טעניס פלאץ און דער גלילות הויפט קווארטיר פונעם אויסשפיר אפטיילונג פון צה"ל, און פונעם מוסד (אגענטור).

דער בירגערמייסטער איז אבירם גרובער, געוויילט אין 2016.

רעננה

רעננה איז א שטאט אין צענטער דיסטריקט פון ישראל. צו מזרח געפינט זיך די שטאט כפר סבא און צו דרום־מערב הרצליה. רעננה האט געהאט א באפעלקערונג פון 71,686 אין 2016. רוב איינוואוינער זענען געבוירן אין ישראל, אבער ס׳איז פאראן א גרויסער טייל אימיגראנטן פון אמעריקע און אייראפע.

שפרעם

שפרעם איז א שטאט, אין צפון דיסטריקט אין ישראל. די שטאט געפונט זיך אויף זיבן בערג, און די מוניציפאלע שטח איז 22,000 דונאם. די שטאט געפונט אויף א קרייצוועג צווישן די גליל בערג, און די טאל, און געפונט צווישן חיפה, עכו, און נצרת.

די שטאט האט אן אלטע היסטאריע, נאך פון דעם צווייטן בית המקדש צייטן, און איז געווען איינע פון די שטעט, ווי די סנהדרין האט זיך געפונען, יהודה בן בבא, איז דארט באגראבן. נאכן חורבן האבן קריסטן אנגעפאנגען קומען, און מיט די מוסלמענישער אנקום, זענען אראבער דארט אנגעקומען, מיט די יארן זענען צוגעקומען אויך דרוזן. יידן האבן זיך געפונען דארט, ביז די 20גע יארן פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, און די שול שטייט ביז היינט.

ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, זענען אסאך איינוווינער אנטלאפן. ביז פאר עטליכע יארן, זענען די קריסטן געווען א מאיאריטעט, אבער אין די לעצטערע יארן, האבן די מוסלמענער באקומען דאס מערהייט אין שטאט. די שטאט איז די צווייטע גרעסטע קריסטליכע שטאט, אין גאנץ ישראל, נאך נצרת.

לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין שפרעם, 36,500 איינוווינער. 59 פראצענט פון שטאט זענען מוסלמענער, 26 פראצענט קריסטן, און 14 פראצענט זענען דרוזן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.