קרית אונסדארף

קרית אונסדארף איז א פרומע געגנט אין ירושלים סווערט געפירט דורכ'ן רב הרב פנחס אהרון הורוויץ, דער זוהן פון דער אלטער רב און ווער ס'האט עס געגרינדעט משה הורוויץ ראש ישיבת באר שמואל אין ניו יארק, זוהן פון הגאון רבי יוסף יונה הורוויץ רב פון אונסדארף (Huncovce) אין סלאוואקיי.

עס איז בעיקר באזעצט מיט ליטווישע בני תורה, אויך חסידים און אביסל ספרדים - אלעס צוזאמען ארום 400 פאמיליעס.

די הויפט גאס איז זלמן סאראצקין גאס וועלכע פירט אריין אין קרית מאטערסדארף. דער קווארטאל גרעניצט זיך אויך מיט קרית צאנז און קרית בעלז.

אפער וועסט סייד

אפער וועסט סייד (אויבערשטער מערב טייל) איז א געגנט אין מאנהעטן, העכער 59 סטריט, פון סענטראל פארק ביזן האדסן, - עס געפינט זיך דארטן לינקאלן צענטער. און א שיינע פרומע אידישע געגענט. עס איז די היים פון ר' שלמה קאריבלאך שול. און אסאך כשר'ע רעסטוראנטן.

באקא ראטאן

באָקאַ ראַטאָן איז א שיינער געגנט אין פלארידע וואו עס וואוינען ארום 500 פרומע מאדערן ארטאדאקסישע משפחות.

אויף שפאניש מיינט דאס א קאפ פון א ראט.

בעיסוואטער

בעיסוואטער איז א גרויסע אידישע געגענט און פאר ראקעוועי, קווינס נו יארק. עס וואוינען דארט בערך 250 פרומע פאמיליעס.

בערך אין יאר 2000 זענען אנגעקומען אין געגנט בערך 50 סאטמארער חסידישע פאמיליעס, וואס האט געברענגט די פלייץ פון די פרומע ישיבישע טיפ אידן, און די געגנט האט זיך פיר-פאכיג פארגרעסערט.

שפעטער זענען די חסידישע אידן זיך צולאפן און בלויז קנאפע 20 חסידישע פאמיליעס וואוינען היינט דארט. דאס האט צופאלן די האפענונג פון די קאנצעפט פון א נייע חסידשע געגנט אין נו יארק.

מיט דעם אלעם וואקסט די נישט חסידישע געמיינדע.

עס זענען דא דארט מערערע שולן, די גרעסטע שול איז "אגודת ישראל ד'בייסוואטער", ווי רוב איינוואוינער דאווענען, אויך זענען דא דארט בערך נאך 8 שולן. עס איז דא אין דער געגנט צוויי ישיבות פאר אינגע בחורים.

גיבראלטאר

גיבראלטאר איז אן אויטאנאמישע בריטישע אויסלענדישע טעריטאריע פלאצירט ביים דרום שפיץ פונעם איבערישן האלבאינזל און אייראפע ביי דער אריינגאנג פונעם מיטלענדישן ים, וואס קוקט אריבער דעם דורכגאס פון גיבראלטאר. די טעריטאריע באדעקט א שטח פון 6.843 קוואדראט ק"מ און האט א לאנד גרענעץ צו צפון מיט שפאניע.

דיעל, ניו זשערסי

דיל איז א רייכע אידישע רעזארט שטאט, ביי דער פּלאַזשע אין ניו זשערסי וואס באשטייען פון סירישע אידן פון וואס קומן דארטן זיך אפרוען פון פלעטבוש געגנט אין ברוקלין, ניו יארק.

טבריה

טבריה איז א שטאט אויפן ברעג פונעם ים כנרת אין אונטער גליל אין צפון זייט פון מדינת ישראל.

הורדוס אנטיפאס האָט מיסד געװען טבריה ווי זײַן הױפּטשטאָט אינעם גליל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אומגעפער אין יאר ג'תת"פ, דארט האבן געוואוינט דער תנא בן עזאי און אויך א טייל פון די אמוראים וואס האבן מסדר געווען תלמוד ירושלמי: רבי יוחנן און ריש לקיש.

חז"ל זאגן אז טבריה איז געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת.‏הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים.

אין 2018 האט מען געוויילט רון קובי בירגערמייסטער פון טבריה.

טינעק

טינעק (ענגליש: Teaneck) איז א יישוב הארט לעבן דער דזשארדזש וואשינגטאן בריק אין ניו זשערסי. א פערטל פון די איינוואוינער זענען אידן.

עס ווערט פארעכענט ווי דער מאדערן ארטאדאקס שטערקסעטער און מערסער באוואוינטער געגנט אין דער וועלט.

עס אנהאלט פילע כשרע רעסטוראנטען פאר אידן פון אלע געגענטער וואס פארן אהין עסן.

מאונט קיסקא

מאונט קיסקא איז א געגענט אין וועסטשעסטער ניו יארק דארטן געפינט זיך דער נייטרא יישוב און די נייטרא ישיבה.

מאנרא

מאנרא איז א שטעטל אין אפסטעיט ניו יארק, מיט א באפעלקערונג פון 39,912 אין 2010. עס וואוינען דארט אסאך חרדישע אידן. אויך געפונט זיך דארט דאס סאטמארער שטעטל קרית יואל.

מיאמי

מיאמי איז א שטאט אין דרום פלארידא, אמעריקע.

מיאמי איז א ווארעם רוה-ארט ביטש סיטי אין פלארידא עס האט אסאך וואסער בארטענס.

אסאך פרומע אידן, ספעציעל עלטערע ריטייערטע פון ניו יארק, וואס האלטן זיך אויף דארט דורך די קאלטע ווינטער מאנאטן.

אויך וואוינען דארט יודן א גאנץ יאר, און עס גיבט דארט עטליכע יודישע מיטלשולעס.

מיאמי האט אויך איינע פון די גרויסע פארטן אין אמעריקע.

נווה יעקב

נווה יעקב איז די מערסט צפון-מזרח געגנט אין ירושלים, צפון פון פסגת זאב, מיט א באפעלקערונג פו 30,000. פון דער מערב זייט גייט רוטע 60 (פון באר שבע ביז נצרת).

פאסעיק

פאסעיק איז א שטאט וואס געפונט זיך אויף דעם פאסעיק טייך אין ניו זשערסי נישט ווייט פון נוארק אין די פאראייניקטע שטאטן, אין פאסעיק עס איז דא א היפשער טייל פון יידישע איינוואוינערס. די יידישע באפעלקערונג באשטייט הויפטזעכטליך פון ליטווישע אשכנזישע יידן, אבער מען קען דארט טרעפן ספרד'ישע, און אויכעט פילע בעלי תשובה

עס איז פאראן דארט עטליכע בתי מדרשים, חדרים און נאך עטליכע יידישע מוסדות און חשובע רבנים וואס פירן אן דעם ציבור. וויבאלד עס איז דא דא דארט א סאך יידן, האט מען געגרינדעט אויכעט ארטיגע חברה הצלה.

פאר ראקעוועי

פאר ראקעוועי (ענגליש: Far Rockaway) איז א געגנט אין קווינס, ניו יארק אין די פאראייניקטע שטאטען, עס האט אין זיך אידישע איינוואוינער, מערסטענטייל נישט חסידישע אידן, עס באשטייט פון אשכנזישע, ספרד'ישע, און א גרויס חלק פון בעלי תשובות.

עס זענען דארט דא עטלעכע שולן, תלמוד תורות, און חשובע רבנים וואס פירן אן דעם ציבור.

פארעסט הילס

פֿארעסט הילס איז א געגנט (ענגליש: Forest Hills) אין דער בארא פון קווינס אין ניו יארק סיטי, נוי יארק, פאראייניגטע שטאטן.

פייוו טאונס

פייוו טאונס - FIVE TOWNS, מיינט פינף שטעטלאך, איז א געגנט פון פינף קליינע שכינות'דיגע שטעטלאך אין לאנג איילענד נו יארק, הארט ביים גרעניץ פון קווינס נו יארק סיטי.

עס איז לעבן דעם פאר ראקעוועי קווינס געגנט, וואו פיל פרומע יידן וואוינען.

עס וואוינען דארט אסאך פרומע מאדערנע רייכע אידן.

די פינף שטעטלאך זענע ווי פאלגענד:

אינוואד INWOOD

לארענס LAWRENCE

סידערהערסט CEDARHURST

וואודמיר WOODMERE

יולעט HEWLETTדי פרומע אידן וואוינען בעיקר אין לארענס, סידערהערסט און וואודמיר.

פלעטבוש

פלעטבוש איז א פרומע אידישע ארטאדאקסישע געגענט אין ברוקלין נעבן בארא פארק.

עס זענען דארט נישטא קיין סאך חסידים; בעיקר זענען זיי דארטן מאדערן ארטאדאקסן און ליטווישע מיט ספרדים.

קייאמישע לייק

41°40′59″N 74°39′39″W

קייאמישע לייק איז א האמלעט אין דער שטאט טאמפסאן אין סאליוואן קאונטי, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן. דער זיפ קאד פאר קייאמישע לייק איז 12751.

קייאמישע לייק געפונט זיך צווישן מאנטיסעלא און פאלסבורג.

אין קייאמישע לייק איז דא א מאנסי - וויזשניצער שטעטל וועלכע באשטייט פון ארום זיבעציג משפחות. זיי האבן געעפנט א גרויסער בית מדרש מיט א באקוועמער מקוה וועלכע ציהט באזוכער פון איבעראל א גאנץ יאר. דער רב פון דער וויזשניצער קהילה איז רבי מנחם מענדיל האגער, וועלכער איז געקרוינט געווארן רבי נאך דער פטירה פון זיין פאטער רבי מרדכי, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און איידעם פון רבי חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי אין אמעריקע.

אויכעט געפונט זיך דארט די מאנסי - וויזשניצע ישיבה גדולה "גיבערס".

אין דער געגנט פון רוט 42 זענען קווארטירט פילע חסידישע קעמפס אזוי ווי צום ביישפיל: צעהלים, באבאוו, שאפראן, און ווען עס הייבט אן צו פארן פון מזרח אויף מערב איז דא הארט דערנעבן קרית ויואל משה (ארונים) באנגעלא קאלאני.

אויך אין קייאמישע לייק געפונט זיך דער מונקאטשער קעמפ וואס איז באקאנט מיט זיין צויבערנדע מקוה ווי עס קומען צו פארן אידן פון איבעראל אין די ארומיגע בערג.

דארט איז אויכעט הויפטקווארטירט די פירמע פון קוואל וואסער ליזשאור טיים

קרוין הייטס

קרוין הייטס איז א געגנט אין ברוקלין, ניו יארק סיטי. אין קרוין הייטס געפינט זיך "770" דער ביהמ"ד פון ליובאוויטשער רבי'ן, און דאס הארץ און צענטער פון די דריי צענטראלע מוסדות פון ליובאוויטש - מחנה ישראל, אגודת חסידי חב"ד, און ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש.

אין קרוין הייטס וואוינען ארום 3,000 יידישע משפחות, צווישן צענדליגע טויזנטער גוים.

שטעטל

שטעטל מיינט א קליינע שטאט.

מען ניצט דאס ווארט שטעטל א סך פאר די שטעטלעך אין אייראפע וואו אלע אידישע איינוואוינער ווייסן וואס טוט זיך ביי יענעם אין טאפ.

הײַנט אין מאדערענער אמעריקע איז אויך נאכגעמאכט געווארן דורך חסידים די באגריף מיט אויפשטעל פון קאשוי, טאהש, און קרית יואל, סקווירא. און אזוי ווייטער.

אט האט איר א שיין זייטל וואס האט בילדער פון אמאליגן שטעטל לעבן. [1]

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.