קרויט

קרױט (Brassica oleracea) איז אַ מין פֿון גרינס. דאָס קרױט שטאַמט פֿון אײראָפּע אָבער הײַנט איז עס פֿאַראַן אױף דער גאַנצער װעלט. קרױט איז זײער אַ באַליבטער גרינס אין דער ייִדישער קיך און אין אַנדערע קיכן פֿון אײראָפּע. צוליב זײער הויכער אינהאַלט פֿון שװעבל, אָפֿט באַקומט מען גאַז אין געדערים (פֿאָרצן) נאָכן עסן. קרױט איז זײער געזונט און האָט װײניק קאַלאָריִעס - און צוליב דעם ראָטן װיסנשאַפֿטלערס צו עסן קרױט פֿאַר דיִעטעס.

געפילטע פיש

‫געפֿילטע פֿיש זענען פיש וואס מ'האט אנגעפילט; די פילונג מאכט מען פון געמאלענע פיש. היימישע געפילטע פיש זענען געוויינטלעך קארפ אדער לעשט; אמאל פלעג מען פילן אויך העכט.

די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און ציבל און א ביסל פעפער. מ'דארף אויך אריינגעבן א ביסל מצה מעל אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען, און צעמאלענע מאנדלען געבן א גוטן געשמאק. פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס, מיט צוקער, אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער.

היינטיגע צייטן מאכן א סאך די געמאלענע פיש און מ'קאכט דאס אליין.

עס איז אַ "מנהג ישׂראל" דאָס צו עסן ביי די שבתדיגע סעודות און ביי אנדערע סעודות מצוה. טייל מענטשן שמירן די פיש מיט כריין, אַרומנעמען מיט חלה, און אַראָפּשלינגען גאַנצערהײט.

פֿאַלשע געפֿילטע פֿיש, לכּבֿוד פּסח, װערט געמאַכט פֿון פֿלײש און געגעסן אין געװיסע קרייזן װוּ מ'עסט נישט קיין פֿיש אום פּסח.

דיעטע

דיעטע איז די פראקטיצירונג וואס דער מענטש עסט בלויז רעגולירטע געוויסע מעניו פון עסן צוליב א געוויסע סיבה, געווענליך איז עס פעשע מענטשען וואס היטען זיך אויס פון עסן פעטע עסן כדי אפצופאלן וואג, אבער עס טרעפט זיך אויך ביי קראנקע מענטשען וואס מעגן נישט עסן א געוויסע סארט עסן, אדער פארקערט זיי מעגן נאר עסן געוויסע סארט עסן, הייסט דאס אז זיי זענען אויף א דיעטע.

דיעטעס איז א טייל פון אמעריקאנער קולטור און צו יעדער צייט זענען א גרויסע פראצענט פון לאנד אויף א דיעטע. עס זענען פאראן דיעטע פראגראמען פון אלע סארטן און טייל פון זיי זענען געווארן גרויסע ביזנעסער וועלכע ווערן נאכגעפאלגט דורך מיליאנען מענטשן. באקאנט זענען די פאלגענדע דיעטע פראגראמען: עטקינס דיעטע, קרויט זופ דיעטע, גרייפפרוכט דיעטע, האליוואוד מירעקל דיעטע, רייז דיעטע, סקארסדעל דיעטע, סאוט ביטש דיעטע, און זאנע דיעטע.

ווארעם

א ווארעם איז א קריכעדיגער באשעפעניש וואס האט נישט קיין ביינער און גלידער.

אין דעם זענען אריינגערעכנט הונדערטער סארט בעלי חיים.

מוח

מוח איז אן ארגאן אינעם קערפער אינעם קאפ וואס דינט אלס דער הויפט קאנטראל צענטער פארן לעבן. דער מוח דינט דעם מענטש אויף די פאלגענדע פליכטן:

• עס קאנטראלירט די טעמפרעאטור פונעם קערפער, בלוט דרוק, הארץ קלאפעניש ראטע, און אטעמען.

• עס נעמט איין און טוט מאטיריאליזירן אלעס וואס גייט פאר ארום איר דורך פארשידענע חושים ווי זען, הערן, שמעקן, קאסטן, שפירן, א.א.וו.

• עס טוט קאנטראלירן פיזיקאלע באוועגונג פונעם קערפער ווען מען גייט, שטייט, רעדט, זיצט, און יעדעס מאל סיי וועלכע קערפער טייל מאכט א באוועגונג.

• עס גיט די מעגליכקייט צו טראכטן, נוצן שכל , און שפירן הרגשים.

די אלע פליכטן זענען קאארדינירט, קאנטראלירט, און רעגולאטירט בי אן ארגאן וועלכע איז די גרויס ווי א בינטל קאליפיאר (בלומען קרויט). דער מוח.

משביע

"משביע" איז א בית התבשיל, און אויף יידיש איז דא וואס ריפען א בית התבשיל "פאלקס קיך".

קימטשי

קימטשי איז אן אלט קארעאיש געווייקט זויער צושפייז עסנווארג.

אין דעם מוזיי פון קימטשי אין סעאל, זענען פאראן 187 ווערסיעס ווי אזוי מען שטעלט אהער דעם קימטשי. אבער מייסטענס באשטייט עס פון געווייקטע קרויט געווייקט אין זאלץ וואסער און געווירצן.

טייל לייגן צו רעטעך, גרינע ציבעלע, אינגבער אדער רויטע טשילי פעפער.

דער הויפט חילוק פון די צפון און דרום איז אז די לעצטע לייגן מער זאלץ, פעפער און צומאל פיש.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.