קעניגרייך

קעניג (אדער קייסער) איז דער פירער פון א רעגירונג אין אמאליגע צייטן. זיין פרוי איז די קעניגין (אדער מלכה).

א קעניג ווערט נישט אויסגעקליבן דורך די בירגער אזוי ווי ביי היינטיגע רעפובליק, נאר עס ווערט געוויינטליך באשטימט לויטן שטאמבוים (יחוס), א זון פון א קעניג ירש'נט אָפּ די קעניגרייך פון זיין טאטן.

היינט עקזיסטירט נאך קעניגרייכן אין געוויסע לענדער (ווי בעלגיען, גרויסבריטאניע אא"וו), אבער עס איז נאר פאר אַ טראדיציע צוועק, זיי האבן נישט קיין ריכטיגע מאכט.

די מעטאד הייסט מאנארכיע.

רעגירונג מעטאדן

אנארכיע
דיקטאטור
דעמאקראטיע
סאציאל דעמאקראטיע
מאנארכיע
מיליטערישער רעזשים
פאשיזם
קאמוניזם
קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
רעפובליק
איסלאמישע רעפובליק

10טן מיי

דעם 10טן מיי איז דער 130סטער טאג פון יאר (131סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 235 טעג.

11טן מיי

דעם 11טן מיי איז דער 131סטער טאג פון יאר (132סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 234 טעג.

12טן מערץ

דעם 12טן מערץ איז דער 71סטער טאג פון יאר (72סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 294 טעג.

15טן פעברואר

דעם 15טן פעברואר איז דער 46סטער טאג פון יאר אין דער זיבעטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 319טעג (320 אין אן עיבור־יאר).

1טן יאנואר

1 יאנואר איז דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 364 טעג (365 אין אן עיבור־יאר).

1טן מיי

דעם 1טן מיי איז דער הונדערט איין און צוואנציגסטער טאג פון יאר (122סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 244 טעג.

22סטן יאנואר

22 יאנואר איז דער 22סטער טאג פון יאר, אין דער דריטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 343 טעג (344 אין אן עיבור־יאר).

25סטן אקטאבער

דעם 25סטן אקטאבער איז דער 298סטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (299סטער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 67 טעג.

26סטן מערץ

דעם 26סטן מערץ איז דער 85סטער טאג פון יאר (86סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 2801 טעג.

3טן סעפטעמבער

דעם 3טן סעפטעמבער איז דער 246סטער טאג פון יאר (247סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 119 טעג.

4טן יוני

דעם 4טן יוני איז דער 155סטער טאג פון יאר (156סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 210 טעג .

5טן אפריל

דעם 5טן אפריל איז דער 95סטער טאג פון יאר (96סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 270 טעג.

6טן מיי

דעם 6טן מיי איז דער 126סטער טאג פון יאר (127סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 239 טעג.

6טן פעברואר

דעם 6טן פעברואר איז דער 37סטער טאג פון יאר אין דער זעקסטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 328 טעג (329 אין אן עיבור־יאר).

9טן נאוועמבער

9 נאוועמבער איז דער 313טער טאג פון יאר (314טער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 52 טעג.

אונגארן

אונגאַרן (אױך׃ אונגערן, אונגאַריש: Magyarország מאָדיאָראָרסאַג) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך, סלאוואקיי, אוקראינע, רומעניע, סערביע, קראאטיע און סלאוועניע. זײַן הױפּטשטאָט איז בודאַפּעשט.

אונגארן איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און איז א שענגען לאנד. די אפיציעלע שפראך איז אונגאריש.

ענגלאנד

ענגלאנד איז דאס גרעסטע און מערסט באפעלקערטע באשטייטיילע לאנד אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. זיינע איינוואוינער זענען 83% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די יאדערלאנד טעריטאריע פון ענגלאנד פארנעמט דאס דרום'דיג צוויי דריטל פונעם גרויסבריטאניע אינזל און האט יבשה גרענעצן מיט סקאטלאנד צו צפון און וויילס צו מערב; די ים גרענעצן זענען דער צפון ים, אירישער ים, אטלאנטישער אקעאן און ענגלישער קאנאל.

ענגלאנד איז געווארן א פאראייניגטע שטאַט אין דעם 10טן יארהונדערט. דער נאמען 'ענגלאנד' שטאמט פון די אנגלען, א דייטשיש פאלק וואס האט באזעצט די טעריטאריע אין די 5טער און 6טער יארהונדערטער. די הויפטשטאט פון ענגלאנד איז לאנדאן, וואס איז די גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און אויך (לויט רוב מאסן) די גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעאישן פאראיין.

ענגליש

ענגליש איז אַ מערב־גערמאנישע שפּראַך וואס שטאמט פון גרויסבריטאניע װאָס װערט היינט גערעדט אלס א מוטער שפראך דורך אַרום 380 מיליאָן פּערזאָנען.

די שטאַטן ווו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך זיינען: גרויסבריטאניע, אירלאנד, קאנאדע, ניו זילאנד, אינדיע, פאקיסטאן, מאלטא, די פיליפינען און סינגאפור, און געציילטע שטאטן אין אפריקע. די פאראייניגטע שטאטן און אויסטראליע האבן נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש ניצט מען ענגליש.

היינטצוטאג איז ענגליש די איינציגסטע וועלט שפראך. ענגליש האט אסאך ווערטער; דאס אקספארד ענגליש ווערטערבוך ברענגט מער ווי 250,000 ווערטער.

ענגליש איז אפיציעל אנערקענט מיט דריי באזונדערע דיאלעקטן, דער אמעריקאנישער, דער בריטישער און דער קאנאדישער.

כאטש ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, קומט 60% פון זיין וואקאבולאר פון לאטיין.

ענגליש איז די דריטע גרעסטע מוטערשפראך אין דער וועלט, נאך כינעזיש און שפאניש, און די מערסט פארשפרייטע צווייטשפראך. ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך פון די פאראייניגטע פעלקער, דעם אייראפעישן פארבאנד און גאר א סך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס. 70% פון רעדער פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש.

פאראייניגטע קעניגרייך

דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד (ענגליש: United Kingdom of Great Britain and Northern Ireland), אפט גערופן אין קורצן דאס פֿאַראײניגטע קעניגרײך (United Kingdom) ,איז א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע אין צפון-מערב אייראפע.

גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער אינזל פון דעם געזעמל פון אינזלען, אדער ארכיפעלאג, באקאנט אלס די בריטישע אינזלען. ענגלאנד איז די גרעסטע און מערסט באקאנטע אפטיילונג פון דעם אינזל פון גרויס בריטאניע, אויפנעמענדיג די דרום און מזרח. וויילס איז אויף מערב און סקאטלאנד אויף צפון. צפון אירלאנד געפינט זיך ביים צפון-מזרח ווינקל פון אירלאנד, די צווייט גרעסטע אינזל אין די בריטישע אינזלען. די הויפטשטאט פון דעם פֿאַראײניגטן קעניגרײך‎‎ איז לאנדאן וועלכע געפינט זיך מער צו דרום-מזרח פון ענגלאנד.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט א גוטע עקאנאמיע, א סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע, און צום וויכטיקסטן איז עס א לאנד פון שלום און פרייהייט. בכלל ווערט עס פאררעכנט אלס הויך סטאנדארט לאנד צו וווינען.

א סך לענדער פון דער וועלט זענען אין די פארגאנגענהייט באאיינפלוסט געווארן פון דער בריטישער געשיכטע און קולטור. מיט יעדן פארבייגייענדיקן יאר ווערט ענגליש נענטער און נענטער צו ווערן דער וועלטס שפראך פאר געלערנטע מענטשן אזויווי לאטיין איז אמאל געווען. די סיבה דערפון איז די שטארקע פארשפרייטונג פון דער בריטישער אימפעריע אין די פארגאנגענע דריי דורות. אין אנהייב פון די 1900ער יארן (ווערט גערופן מיטן נאמען "דער 20סטער יארהונדערט") איז א דריטל פון דער וועלטס באפעלקערונג און א דריטל פון דער וועלטס לאנד אויבערפלאך געווען קאנטראלירט אין עפעס א וועג דורכן פאראייניקטן קעניגרייך. א סך לענדער האבן באקומען זעק מיט אימיגראנטן און זענען אנטוויקלט געווארן, ווי מען פלעגט עס דעמאלט רופן, אין טעכטער לענדער. די קאלאניעס (יישובים) האבן זיך עווענטועל פארמירט אייגענע רעגירונגן און זיך פארזעלבסשטענדיקט אלס דאמיניעס (ממשלות). למשל קאנאדע, אויסטראליע, און ניו זילאנד האבן פונקט אזא צושטאנד באקומען.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז א פירנדער מיטגלידשטאַט פונעם אייראפעישער פארבאנד און זיין פארגייער, די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע, זייט 1973. אום 23סטן יוני 2016 אבער, אין א רעפערענדום וועגן דעם לאנד׳ס מיטגלידערשאפט אינעם אייראפעישן פארבאנד, האבן 51.9% געוויילט אז מ׳זאל ארויסגיין.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.