קינן

קינן איז דער פערטער דור פון מענטשהייט אויף דער וועלט. געבוירן אין יאר 325 פון וועלט באשאפן, ווען זיין טאטע אנוש איז אלט געווען 90 יאר. ער האט געבוירן מהללאל ווען ער איז אלט געווען 70 יאר. ער האט געלעבט נאך 840 יאר געהאט נאך קינדער. ער איז געשטארבן אין יאר 1235 פון וועלט באשאפן, אין עלטער פון 910 יאר.

זיין פאמיליע

אדם הראשון

אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש אויפן ערד קוגל.‏ די ערשטע פרוי אויפ'ן ערד קוגל איז געווען אדם הראשון'ס ווייב מיטן נאמען חווה. ווען גאט האט געזעהן אז פאר אדם הראשון פעלט א פּאָר האט ער גענומען איינע פון אדם'ס ריפּן און מיט איר באשאפן זיין ווײַב, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה: וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹהִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם (בראשית א, כו-כז)

אדם מיט חווה האבן געהאט צום ווייניגסטן דריי קינדער: קין, הבל און שת.

אדם הראשון האט געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, אין תלמוד בבלי שטייט אז אדם הראשון האט אוועקגעגבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך.

אנוש

אנוש איז געווען דער זון פון שת און אן אייניקל פון אדם הראשון. ער האט געלעבט 905 יאָר.

חנוך

חנוך איז געווען דער זון פון ירד, און דער פאטער פון מתושלח. אין פסוק שטייט:

וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת-הָאֱלֹהִים, אַחֲרֵי הוֹלִידוֹ אֶת-מְתוּשֶׁלַח, שְׁלֹשׁ מֵאוֹת שָׁנָה; וַיּוֹלֶד בָּנִים וּבָנוֹת. וַיְהִי כָּל-יְמֵי חֲנוֹךְ, חָמֵשׁ וְשִׁשִּׁים שָׁנָה וּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת שָׁנָה. וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת-הָאֱלֹהִים; וְאֵינֶנּוּ, כִּי-לָקַח אֹתוֹ אֱלֹהִים בראשית ה' כא-כה

.

חנוך איז געבוירן אין תרכ"ב, און גענומען א' תשרי תתקפ"ז.

ירד

ירד איז געווען דער זון פון מהללאל און דער פאטער פון חנוך.

למך

למך איז געווען דער זון פון מתושלח און דער פאטער פון נח. ווען ער איז געווען אלט 182 יאר איז געבוירן געווארן זיין זון נח, און ער איז געשטארבן ביי 777 יאר,‏ פינף יאר פארן מבול.

מהללאל

מהללאל איז דער פינפטער דור פון מענטשהייט אויף דער וועלט. געבוירן אין יאר 395 פון וועלט באשאפן, ווען זיין טאטע קינן איז אלט געווען 70 יאר. ער האט געבוירן ירד ווען ער איז אלט געווען 65 יאר. ער האט געלעבט נאך 830 יאר געהאט נאך זון אין טעכטער. ער איז געשטארבן אין יאר 1290 פון וועלט באשאפן, אין עלטער פון 895 יאר.

מתושלח

מתושלח איז געווען דער זון פון חנוך און דער פאטער פון למך. ער האט געלעבט 969 יאר‏, לענגער ווי יעדן אנדערן מענטש.

נח

נח איז געווען למך'ס זון. ער איז געבוירן געווארן ווען זיין טאטע איז געווען 182 יאר אלט. ויחי למך שתים ושמנים שנה ומאת שנה ויולד בן בראשית (פרק ה')

נח האט געלעבט 950 יאר וַיִּהְיוּ, כָּל-יְמֵי-נֹחַ, תְּשַׁע מֵאוֹת שָׁנָה, וַחֲמִשִּׁים שָׁנָה; וַיָּמֹת. בראשית ט'

נח איז געווען א צדיק נח, איש צדיק, תמים היה, בדורותיו בראשית ו

. אזעלכע זאגן אז נאר לגבי זיין שלעכטע דור איז ער געווען א צדיק אבער איז אן אנדער דור וואלט ער נישט געווען א צדיק, און אזעלכע זאגן אז אפילו אין זיין שלעכטע דור איז ער געווען א צדיק און זיך נישט נאכגעשלעפט נאך די שלעכט, און ווען ער וואלט געווען אין אן אנדער דור וואלט ער לא כל שכן געווען א צדיק.

ווען נח איז געווען אלט 480 יאר האט גאט אים באצוווּנגען צו בויען אַ קאַסטן אויף צו היטן אים מיט זיין פאַמיליע און אַלע חיות פון א גרויסן מבול וואס וועט איבערשווימען די גאנצע וועלט. ווען נח איז געווען 600 יאר האלט האט אנגעהויבן פליסן דער מבול אויף דער ערד.

זיין פאמיליע:

עלטערן: למך בן מתושלח

קינדער: שם, חם, יפת.די געשיכטע פון נח ווערט דערציילט אין פרשת נח.

שת

שת איז געווען דער זון פון אדם הראשון מיט חווה. ער האט געהאט צום ווענעגסטן צוויי ברידער: קין און הבל.

שת איז געבוירן געווארן ווען אדם הראשון איז אלט געווען 130 יאר, נאך וואס קין האט געהארגעט הבל.

זיין זון איז געווען אנוש.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.