קופער

קופער איז א כעמישער עלעמענט מיטן סימבאל Cu (לאטייניש: cuprum) און אטאמישן נומער 29. עס איז אן איבערגאנג מעטאל.

פעניס ביז אינמיטן די 1980ער יארן פלעגט געמאכט ווערן פון ריין קופער, היינטצוטאגס צוליב די טייערקייט פון קופער און די שוואכקייט פונעם פעני ווערט דאס צוזאמגעמישט אויך מיט אנדערע מעטאלען ווצבש"פ צינק.

מען באניצט קופער אין א סאך כעמישע רעאקציעס ווי צום ביישפיל אין דער סאנאגאשירא רעאקציע (ענגליש: "Sonogashira Reaction", דײַטש: "Sonogashira Reaktion") אלס א קאטאליזאטאר וואס פארקניפט סוף-שטענדיקע (ענגליש: "terminal", דײַטש: "endständig") אלקינע מיט ארילהאלאגענידן (ענגליש: "aryl halide", דײַטש: "Arylhalogenid") כדי צו שאפן צווייענדיק-פונקציאנאליזירטע אלקינע. די דאזיגע רעאקציע איז אויך קאטאליזירט מיט פאלאדיום.

Cu-TableImage
NatCopper
מעטאַליש קופּער
אוגאנדע

אוגאנדע איז אַ לאנדגעשלאסן לאַנד אין מיזרח אַפֿריקע. איר הויפטשטאט איז קאמפאלא. זי גרענעצט קעניע צו מזרח, סודאן צו צפון, די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, רוואנדע צו דרום־מערב און טאנזאניע צו דרום.

אינדאנעזיע

אינדאָנעזיע (אינדאנעזיש: Indonesia), אפיציעל די רעפובליק פון אינדאנעזיע (אינדאנעזיש: Republik Indonesia), איז אַן אינזל לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע און אקעאניע. זי איז א טייל פונעם מאליי ארכיפעלאג, צווישן אינדיע און אויסטראליע, און גרענעצט מאלייזיע, סינגאפור, פאפוא ניי גינע און מזרח טימאר.

זי האט 17,508 אינזלען פון זיי בערך 6,000 זענען באפעלקערט. די הויפט אינזלען זענען דזשאווא, באלי, בארנעא, סולאוועסי און סומאטרא. די הױפּטשטאָט איז דזשאַקאַרטאַ, וואס געפינט זיך אויף דזשאווא. דאס לאנד ווערט צעטיילט אין 34 פראווינצן.

אינדאנעזיע איז דאס פערטע מערסט באפעלקערטע לאנד אויף דער וועלט, מיט מער ווי 255,000,000 איינוואוינער, און דאס מערסט באפעלקערטע איסלאמישע לאנד אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך פון לאנד איז באהאסא אינדאנעזיע.

אינדאנעזיע איז א גרינדער מיטגליד פונעם פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער און א מיטגליד פון G-20 גרופע פון הויפט עקאנאמיעס פון דער וועלט.

אין אינדאנעזיע וואוינען הונדערטער פארשידענע עטנישע און לינגוויסטישע גרופעס. די גרעסטע עטנישע גרופע זענען די דזשאוואנעזער. דאס לאנד פארמאגט בריווחדיקע נאטירלעכע אוצרות פון נאפט, נאטירלעכע גאז, צין, קופער און גאלד. לאנדווירטשאפט פראדוצירט רייז, טיי, קאווע, געווירצן און גומע. די הויפט האנדל שותפים פון אינדאנעזיע זענען יאפאן, די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און די ארומיקע לענדער סינגאפור, מאלייזיע און אויסטראליע.

אפגאניסטאן

אַפֿגאַניסטאַן (פערסיש: افغانستان ), אפיציעל די איסלאמישע רעפובליק פון אַפֿגאַניסטאַן, איז אן איסלאמיש לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרום־צענטראלער אזיע. דאס לאנד גרענעצט פאקיסטאן אין דרום און מזרח, איראן אין מערב; טורקמעניסטאן, אוזבעקיסטאן און טאדזשיקיסטאן אין צפון; און כינע אין דעם ווייטן צפון־מזרח. אפגאניסטאן איז דאס 40סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א שטח פון 647,000 ק"מ2.

מיט א באפעלקערונג פון אומגעפער 31 מיליאן מענטשן, איז עס דאס 42סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.

דורכאויס דער היסטאריע איז אפגאניסטאן געווען דער ארט פון מיליטערישע אקציעס, דורך אלעקסאנדער דער גרויסער, איסלאמישע אראבער, מאנגאלן, די בריטישע, סאוויעטישע רוסלאנד און די מערבדיקע מאכטן.

דאס לאנד איז זייער ארעם און פרימיטיוויש, מען קען קוים טרעפן עטליכע געציילטע טעלעפאנען אין איר הויפטשטאָט קאבול, ארום 30 מיליאן אפגאנער האבן קיינמאל נישט גערעדט מיט א טעלעפאן-מאשין.

אין גאנץ אַפֿגאַניסטאַן וואוינט בלויז איין ייד, זאבלאן סימנטוב.

בורקינע פאסא

בורקינע פֿאַסא (פראַנצויזיש: Burkina Faso) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט מאלי צו צפון, ניזשער צו מזרח, בענין צו דרום־מזרח, טאגא און גהאנע צו דרום, און בארטן פון העלפאנדביין צו דרום־מערב. זי באדעקט א שטח פון 274,200 קוואדראט ק"מ.

בורקינע פֿאַסא האט א באפעלקערונג פון 15.75 מיליאן מענטשן (געשאצט 2009). ביז 1984 האט דאס לאנד געהייסן די רעפובליק פון אויבער וואלטע.

די הויפטשטאט איז וואגאדוגו, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בורקינע פֿאסא איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

בראנדז

בראנדז איז א סארט מאטעריאל וואס איז צונויפגעשמעלצט פון קופער מיט צין.

בראנדז איז שטארקער פון אייזן, מען האט דאס איבערהויפט גענוצט אין דער בראנדז עפאכע. היינט נוצט מען דאס איבערהויפט צו שאפן סטאטועס.

גאלד

גאלד (לאַטייַן: Aurum) איז א כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Au און אטאמישן נומער 79. עס איז פון די טייערסטע מעטאלן אויף דער וועלט, טייערער פון זילבער און קופער, צוליב איר ווינציגקייט אויף דער וועלט. [פֿעלט אַ מקור]גאלד ווערט געניצט ווי געלט און פאר זיין ווערט. אויך האט גאלד פראקטישע באניצן אין ציינדאקטעריי, עלעקטראניק און אנדערע פעלדער.

ביי די נדבות המשכן איז גאלד אויסגערעכנט די ערשטע אין פסוק 'זהב וכסף ונחושת'.

אין בית המקדש איז פארנוצט געווארן פיל גאלד.

אין די צייטן פון שלמה המלך איז געווען פיל גאלד, אזש זילבער איז שוין געווען טייערער פון גאלד!.[פֿעלט אַ מקור]

געווער

געווער אדער וואפֿן איז געצייג וואס ווערט באנוצט צווישן מענטש קעגן מענטש, אדער צו פאנגען חיות, און זיך באשיצן פון זיי, אמאל איז געווער בעיקר באשטאנען פון, שטיין. און אויך פון קופער, אייזן, און אנדערע מעטאלענע כלים. ביז ווען מען האט אויסגעפונען אויפרייס פולווער.

די כינעזער האבן דערפינדן שיספולווער אין די אוראלטע צייטן. מיט פולווער האט מען אנגעהויבן צו שאפן ביקסן און פיסטוילן צו כאפן בעלי חיים, אבער אויך צו שיסן אנדערע מענטשן.

במשך די יארן האט מען דערפינדן נייע געווער. אין 1884 האט מען דערפינדן דעם מאשינביקס, וואס קען שיסן א סך קוילן גאר גיך.

געווער ווערט איינגעטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס.

קאנווענציאנאלע געווער

קאלט געווער ווי מעסערס, שפיזן, פייל און בויגן.

הייס געווער: רעוואלווערן, ביקסן, לייכטע אויטאמאטישע ביקסן. שווערע געווער ווי מארטאר, ארטילעריע, שווערע אויטאמאטישע ביקסן. באמבעס, אויפרייס מאטעריאל, מינעס.

מעכאניזירטע מאשינען וואס טראגן געווער, ווי קריגס עראפלאנען, טאנקען, געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט, שיפן ווי סובמארין, צושטער שיפן.נישט קאנווענציאנאלע וואפן: כעמישע וואפן, ביאלאגישע וואפן, יאדערישע וואפן.געווער איז ווארשיינליך אלט ווי די מענטשהייט, מען טרעפט אין דער תורה, ווי קינדער פון למך האבן געמאכט געווער, און קין איז געהרגט געווארן דורך א פייל און בויגן.

פעציפסטן זען אין געווער, א נעגאטיווע און שלעכטע זאך, מיליטעריסטן האלטן זיך שטאלץ דערמיט, אין ישראל פלעגט די ארמיי מאכן מארשן, זיך צו ווייזן און אויפטון מיט זייער געווער, ביז מען האט עס אפגעשאפן.

געשמעלץ

א געשמעלץ אדער לעגירונג (ענגליש: alloy) איז א געמישעכץ פון צוויי מעטאלן (אדער א כעמישער עלעמענט מיט א מעטאל) וואס זענען געמישט מיט פארשידענע מעטאל עלעמענטן.

צו מאכן דעם געשמעלץ, שמעלצט מען די צוויי באשטאנדטיילן, און מען מישט זיי ווען זיי זענען פליסיג. ווען זיי קילן אפ, ווערט דער געשמעלץ הארט.

די מערסטע גענוצטע געשמעלצן זענען:

מעש ווערט געמאכט פון 35% צינק און 65% קופער. מען ניצט אים פאר מוזיקאלישע אינסטרומענטן, צירינג און קראנען.

שטאל ווערט געמאכט פון 99% אייזן און 1% קוילנשטאף. מען ניצט אים פאר געצייג, אויטאמאבילן, מאשינען, שינעס און באלקנס.

זשאווערפרייער שטאל ווערט געמאכט פון 18% כראם, 80.6% אייזן, 1% ניקל און 0.4% קוילנשטאף. מען ניצט אים פאר בעשטעק, טעפ און כירורגישע געצייג.

בראנדז ווערט געמאכט פון 87.5% קופער און 12.5% צין. מען ניצט אים פאר שיפן און שרויפן.

היץ

היץ איז א פארם פון ענערגיע וואס האט צוטאן מיט די לויפן פון אטאמען - אדער אנדערע באשטאנדטיילן וואס פארמירען זאכן - אין א זאך. אין טערמא־דינאמיק איז היץ די ענערגיע וואס גייט צווישן צוויי אביעקטן ווען איינער איז ווארעמער פונעם צווייטן.

היץ ווערט אויך אנגערופן ענערגיע אין וועג.מען קען מאכן היץ דורך די פאלגנדע וועגן:

דורך א כעמישער רעאקציע, אזוי ווי ברענען א פייער.

דורך א יאדערישער רעאקציע, אזוי ווי דאס וואס געשעט אין דער זון.

עלעקרא מאגנאטישע כוחות אזוי ווי דאס וואס אן עלעקטרישע אויוון מאכט היץ.

אדער דורך א מעכאנישער רעאקציע, אזוי ווי רייבן צוויי זאכן איינס קעגן צווייטן.מען קען אריבערפירען היץ פון איין פלאץ/זאך צו א צווייטן דורך:

באשטראלונג.

קאנדאקטארס.

קאנוועקציעטעמפארטור איז א וועג פון מעסטן ענערגיע וואס א זאך גיבט אויף דורך היץ.היץ קען נאר אריבער גיין פון איין זאך צו א צווייטער, אדער אין דער זעלבער זאך, אויב עס איז דא אן אנדער טעמפארטור.

ווענעזועלע

װענעזועלע (שפאניש: Venezuela), אפיציעל די באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע (שפאניש: República Bolivariana de Venezuela), איז אַ פעדעראלע רעפובליק אויפן צפון בארטן פון דרום אַמעריקע.

דאס לאנד גרענעצט גייאנע צו מזרח, בראזיל צו דרום און קאלאמביע צו מערב. צו צפון־מזרח זענען די אינזלען פון טרינידאד און טאבאגא. איר הױפּטשטאָט איז קאראקאס.

עס האט פיל נאטורליכע אוצרות אין זיך, אבער דער הויפט אוצר ביי איר איז נאפט, דאס איז איר קוואל פון רייכטוהם, זי פארמאגט עטלעכע הונדערטער טורעמס מיט גרויסע גראב מאשינען פון ווי מען גראבט פיר און צוואנציג שעה א טאג אסאך נאפט וואס ווערט פארקויפט אין אויסלאנד ספעציעל צו די פאראייניקטע שטאטן, דעריבער האט ווענזועלע א שטארקע איינפלוס אין אפעק, ווי אלע לענדער וואס פארקויפן נאפט זענען מיטגלידער. חוץ דעם פארמאגט זי אויך נאך אוצרות ווי גאלד, קופער, אייזן, זאלץ. אויך האט דאס לאנד פארשידענע מיני פיש, וואס איז א גרויסער באשעפטינגוגט פאר די ארימע איינוואונער פון דאס לאנד.

איר הויפט שפראך איז שפאניש, זי פארמאגט בערך 12 מיליאן מענטשן. איר הויפטשטאט איז קאראקאס ווי עס וואוינען איבער 3 מיליאן מענטשן. אויך וואוינען דארט אסאך פארמעגליכע רייכע יידן מיט פראכטיקע אידישע געמיינדעס, וואס זענען וואויל באקאנט אין דער וועלט מיט זייערע מעשי צדקה וחסד.

אין ווענעזועלע געפינט זיך דער העכסטער וואסער פאל אויף דער וועלט דער ענגעל וואסער פאל, עס איז טאקע שמאל און עס גיסט זיך פון איר ווייניג וואסער, אבער דאך איז עס די העכסטע, עס גייט אראפ פון א הויך פון 980 מעטער.

דער פאליטישער מצב אין ווענעזועלע איז וויבאלד דאס מערהייט פון פאלק לעבן אין גרויס ארעמקייט עס איז דא א גרויסע צווישענשייד צווישן די ארימע און רייכע וועלכע זענען לערך צוואנציג פראצענט פון די באפעלקערונג, די ארימע באפעלקערונג איז זייער בייז אויף די רייכערע און באטראכטען די העכערע קלאס אלס גנבים און שווינדלער און זאגן דאס איז וויבאלד אמעריקא העלפט די רייכע, דעריבער איז אויפגעשטאנען יוגא שאוועז וועלכער האט גוט פארשטאנען דעם מצב און האט געפרעדיגט אז די רייכע און אימפארליסטישע אמעריקע בראש פון בוש איז שולדיג אין אלעס, ער איז געווארן פרעזידענט פון ווענעזועלא און זייט דעמאלטס רייסט ער אראפ אמעריקא און פרעזידענט בוש מיט וואס ער קען. ער באטראכט זיך א קאמפאטישן פאר א אמעריקע, און פרויבירט צוזאעמענעמען אלע שונאים פון אמעריקא צו זיין פאראייניקט קעגן איר, אזעלכע מדינות ווי קובא אין עקסטרעמע אראבישע לענדער זענען זייע בעסטע פריינד.

זאמביע

די רעפובליק פון זאַמביע (ענגליש: Republic of Zambia) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרומדיקער אפריקע. זאמביע גרענענט די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו צפון, טאנזאניע צו צפון־מזרח, מאלאווי צו מזרח, מאזאמביק, זימבאבווע, באצוואנע און נאמיביע צו דרום, און אנגאלא צו מערב. די הויפטשטאט איז לוסאקא, פלאצירט אין דרום־צענטראלן טייל פון לאנד. דער זאמבעזי טייך פלוסט אדורכן לאנד.

די אייראפעישע אויספארשערס האבן אנגעהויבן קומען אין זאמביע אינעם 18טן יארהונדערט, און די הויפטן פון די לאקאלע שבטים האבן מסכים געווען אז דאס לאנד זאל ווערן א בריטישן פראטעקטאראט, וואס האט געהייסן צפון רהאדעזיע.

אום 24סטן אקטאבער 1964 האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך געמאכט צפון רהאדעזיע איר זעלבשטענדיק, און זי איז געווארן א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט.

פון 1964 ביז 1991 האט קענעט קאונדא געפירט דאס לאנד, אלס אן איינפארטייאישער שטאט. דער צווייטער פרעזידענט איז געווען פרעדעריק טשילובא, פון 1991 ביז 2002. דער דריטער פרעזידענט איז געווען לוי מוואנאוואסא, ביז זיין טויט אין 2008. ער האט אסאך געטון אויסראטן קארופציע אין דער רעגירונג.

טשילע

טשילע (שפאניש: Chile), אפיציעל די רעפובליק פון טשילע (שפאניש: República de Chile), איז אַ לאַנד אין דער מערב זייט פון דרום אַמעריקע. איר הױפּטשטאָט איז סאַנטיאַגאָ. זי באדעקט א לאנגן שמאלן שטח צווישן די אנדן אין מזרח און דעם פאציפישן אקעאן אין מערב. זי גרענעצט פערו צו צפון, באליוויע צו צפון־מזרח און ארגענטינע אין מזרח. די פאציפישע בארטן־ליניע איז לאנג 6,435 ק"מ.

דער צענטער טייל פון טשילע האט צוויי גרויסע שטעט, סאנטיאגא און וואלפארייסא, און האט א מיטלענדישן קלימאט, מיט דורכשניט טעמפעראטורן פון 28°C אין יאנואר און 11°C אין יולי.

טשילע"ס צפון מדבר אנטהאלט גרויסע מינעראל-פארמעגן, בעיקר קופער. דרום טשילע איז רייך אין וועלדער און האט א קייט פון וואולקאנען און אזערעס. דער דרום בארטן שליסט איין א סך קאנאלן, האלבאינזלען און אינזלען.

דעם 22סטן אפריל 2015 האט זיך אויפגעריסן דער קאלבוקא וואולקאן.

די באפעלקערונג פון טשילע איז 16.9 מיליאן (2009); פון זיי וואוינען 10 מיליאן אין צענטער טייל פון לאנד. א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג קומט פון איטאלינעשער און שפאנישער אפשטאמונג. 63% זענען קאטאליקן, 10% פראטעסטאנטן, און א קליינער טייל זענען יידן.

טשעכיי

טשעכײַ, אדער טשעכיע, (טשעכיש: Česko טשעסקאָ, אפיציעל: די טשעכישע רעפובליק) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראַל־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פּראָג.

דאס לאנד איז פארהאלטנמעסיג קליין קעגן אירע שכינים, זי איז ארומגענומען פון צפון און מערב דורך פוילן און דייטשלאנד, פון מזרח דורך אוקריינע, פון דרום דורך עסטרייך און אונגארן. אזוי ארום קומט אויס אז זי איז פון די לענדער וואס האבן נישט קיין גרעניץ צום וואסער בלויז דורך די טריקעניש. עס געפינט זיך אין איר טייכן ווי דער מאלדאווע טייך אין פראג און דער טייך מאראַווע וואס באהעפט זיך צום טייך דוניי.

דאס לאנד איז פארהעלטנמעסיג ניי, זי איז איינגעטיילט אין די היסטארישע לענדער פון בעהמען און מעהרן.

דער חלק פון בעהמען איז ביים גרענעץ מיט דייטשלאנד, עס אנטהאלט אין זיך די סודעטן און הערץ בערג וואס מישט זיך אויס צווישן דער דייטשער טעריטאריע, און איז ווו באקאנט געווען דער שוועבל אין פייער פארן אויסבראך פון דער צווייטער וועלט קריג. נאצי דייטשלאנד האט זיך זייער געגלוסט צו האבן דאס חלק, קודם צוליב איר געגראפישן טייל, ווייל עס איז ווי איינגעשלינגען אין דער דייטשער טערעטאריע, אויך וווינען דארט א סך רעדנדיגע דייטשן, אויך איז עס א זייער א רייך פלאץ, עס איז רייך מיט אייזן, קופער, בליי, קוילן און אוראניום.

דאס מערסטע וואס די דייטשן האבן געדארפט איז דאס אוראניום, וואס דאס איז א ווכיטיגער באשטאנדטייל צום פארבריצירונג פון אטאמישער ענערגיע.

דער צווייטער טייל פון טשעכיי איז מעהרן, דאס איז מער צו מזרח צו, עס איז א פרוכטבארע געגנט, און גרעניצט זיך מיט עסטרייך.

כעמישע סובסטאנץ

א כעמישע סובסטאנץ איז א סובסטאנץ מיט א קלארער דעפינירטער כעמישער קאמפאזיציע.

דאס איז א קאנצעפט וועלכע איז געווארן פעסט אנטוויקלט אין דעם שפעטן 17טן יארהונדערט נאך ארבעט דורך דעם כעמיקער זשאסעף פרוסט אויף דער קאמפאזיציע פון אפאר לויטערע כעמישע פארבינדונגען אזוי ווי בעסיק קופער קארבאנעיט.ער איז געקומען צו דער מסקנא: "אז אלע דוגמות פון א פארבינדונג האבן די זעלביגע קאמפאזיציעס; דאס הייסט, אלע דוגמאות האבן די זעלבע פראפארציעס, אין מאסע, פון די עלעמענטן וואס זענען אנוועזענד אין דער פֿארבינדונג". דאס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס די געזעץ פון נאכאנאנדיג קאמפאזיציע.שפעטער מיט דער פארגעשריטענקייט פון מעטאדען פאר כעמישער סינטעז ספעציל אין דעם פעלד פון ארגאנישע כעמיע; די ערפינדונג פון אסאך מער כעמיקאלע עלעמענטן און נייע טעכניקן אין דעם פעלד פון אנאליטישע כעמיע גענוצט פאר איזאלירונג און אויסלויטערונג פון עלעמענטן און קאפאונדס פון כעמיקאלן וואס האט געפירט צו די מאדערנע כעמיע.

דאס זענען די בעסיק און אונטערשטע סובסטאנצן וועלכע מאכן אלעס וואס מיר זעען אלס אביעקטן (פליסיג אדער הארט) און קענען נישט געטוישט ווערן צו אנדערע סובסטאנצן דורך מעכאנישע מעטאדן.

א לויטערע כעמישע סובסטאנץ קען נישט ווערן צעטיילט אין צו צוויי אנדערע סובסטאנצן דורך א פראצעס וואס טוט נישט אריינעמען א עפעס א כעמישע רעאקציע און עס געפינט זיך זייער נישט אפט אין נאטור.

טייל טיפישע כעמישע סובסטאנצן קענען זיין בריליאנט, גאלד, זאלץ, נאטריום און צוקער.

אין אלגעמיין טוען די כעמישע סובסטאנצן עקזיסטירן אין פארעם פון הארט, פליסיג און גאז און קען זיך טוישן צווישן די פאזעס דורך טעמפעראטור אדער דרוק.

די מערסטע גענוצטע ביישפיל פון א כעמישער סובסטאנץ איז לויטער פליסיג וואסער. וואסער איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי כעמיקאלן וועלכע רופן זיך הידראגען און אקסיגען. די צוזאמענשטעל פון צוויי טראפנס הידראגען און איין טראפן אקסיגען איז דער רעזוטאלט פון וואסער. נישט קיין חילוק צו דאס איז איזאלירט פון א ים צו אין א לאבאראטאריע האט דאס די זעלבער צוזאמשטעל פון אייגנשאפטן און דאס זעלבע פארהעלטעניש פון די הידראגען צום אקסיגען.

נישט די הידראגען און נישט די אקסיגען קענען מעכאניש געטוישט ווערן צו סיי וועלכע אנדערע כעמיקאל אבער אויב מען וועט זיי מישן אנדערש וועלן זיי פארמירן עפעס אנדערש וועלכע איז נישט וואסער.

אין אנדערע ווערטער איז טייטש, אז מען קען נעמען וואסער און דאס מאכן אויס וואסער ווייל וואסער זעלבסט איז נישט קיין כעמיקאל. אבער מען קען נישט טוישן די סובטאנצן זעלבסט צו עפעס אנדערש ווייל זיי זענען ריינע כעמיקאלן.

כעמיקאלן זעלבסט זענען צוזאמענגעשטעלט פון מיליאנען פיצעלע אטאמען וועלכע זענען ווייטער צוזאמענגעשטעלט פון דריי עלעמענטן: עלעקטראנען, פראטאנען, און נייטראנען.

סוואנזי

סוואנזי (ענגליש: Swansea, וועלשיש: Abertawe) איז א שטאָט און א גראפנשאפט אין דרום וויילס, אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די שטאט איז פלאצירט אויפן דרום-מערבדיקן בארטן פון וויילס, און האט א באפעלקערונג פון 232,600 באוואוינער.‏ זי איז די צווייט גרעסטע שטאט אין וויילס לויט באפעלקערונג נאך קארדיף. ביים שפיץ פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע אינעם 19טן יארהונדערט, איז סוואנזי געווארן איינער פון די וויטיקסטע צענטערס פון קופער פאבריקאציע אין דער וועלט.

אין יאר 1768 איז א יידישע קהילה געגרינדעט געווארן אין סוואנזי.

פאנארמיש בילד פון סוואנזי בוכטע

פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן בלויז די פֿאַראײניקטע שטאַטן—איז אַ פעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפּובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאָלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט האוואי איז אין דעם פּאציפישן אָקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אָקעאן און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפישן און אינעם קאראאיבישן ים.

דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

די פאראייניגטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאָן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאָן קוואדראט מײל), איז דאָס דריטע אָדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאָטאלן שטח, און דאָס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאָן אײנוואוינער, דאָס דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".

דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די אמעריקאנישע רעוואלוציע. דעם 4טן יולי 1776 האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט, וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.

במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.

די עקאָנאָמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאָנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאָן דאָלאר – 19% פונעם גלאָבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פּאריטעט, פון 2011.די עקאָנאָמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטורליכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטער אינפראסטרוקטור, און הויכן פּראדוקטיוויטעט;. דאָס לאנד איז נאָך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס. עס גיט ארויס 39% פון דער גלאָבאלער מיליטערישער אויסגאבע, און איז א פּראָמינענטע עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטליכער פאָרשונג און טעכנאָלאָגישער אינאָוואציע.

פארטוגאל

פּאָרטוגאַל (פארטוגעזיש: Portugal‏ [puɾtuˈɣaɫ]), אפיציעל די פארטוגעזישע רעפובליק (פארטוגעזיש: República Portuguesa), איז אַ דעמאָקראַטישע רעפּובליק אויפן איבערישן האלבאינזל אין דרום-מערב אײראָפּע. ער איז דאס מערסט מערבדיקע לאנד פון דער יבשה פון אייראפע. דאט לאנד איז אַרומגענומען מיט דעם לאַנד שפאַניע אויף די צפון און מזרח זייטן, און מיטן אַטלאַנטישן אָקעאַן בײ די מערב און דרום זייטן. צוויי אטלאנטישע ארכיפעלאגן, אזארן און מאדירא, זענען אויך א טייל פון פארטוגאל. דער גרענעץ צווישן פארטוגאל און שפאניע איז לאנג 1,214 ק״מ, דער לענגסטער גרענעץ אינעם אייראפעאישן פארבאנד.

זײַן הױפּטשטאָט איז ליסבאָן.

דאס לאנד אינערהאלב די גרענעצן פון היינטיקן פארטוגאל איז געווען באזעצט כסדר זייט פרעהיסטארישע צייטן. קודם די קעלטן און די רוימער, דערנאך די וויזיגאטישע און סוועבישע גערמאנישע פעלקער, וואס אויך זיי זענען געווארן אינוואדירט דורך די מורן. די דאזיקע מוסולמענישע פעלקער זענען ענדלעך געווארן פארטריבן בשעת דער קריסטלעכער רעקאנקוויסטא פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין יאר 838 איז געגרינדעט געווארן די ערשטע גראפנשאפט פון פארטוגאל. אין יאר 1139 האט מען פראקלאמירט אלפאנסא הענריקעס דעם ערשטן מלך פונעם קעניגרייך פון פארטוגאל. אין די 15ט־ און 16ט־יארהונדערטער האט פארטוגאל פיאנערט דעם אנטדעקונג-אלטער און האט פארברייטערט מערבדיקן איינפלוס און געגרינדעט די ערשטע גלאבאלע אימפעריע,‏‏‏ און איז אזוי געווארן איינע פון דער וועלט׳ס הויפט עקאנאמישע, פאליטישע און מיליטערישע קראפטן.

אין 1755 האט אן ערדציטערניש פארניכטעט ליסבאן. ביי די נאפאלעאנישע מלחמות איז פארטוגאל געווארן אקופירט, אין 1822 האט בראזיל פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל און פון 1828 ביז 1828 האט געפירט די פארטוגעזישע ברידער־קריג. נאכאלץ איז פארטוגאל געבליבן שטארק אפגעשוואכט און מער נישט געווען קיין וועלט מאכט.

צינק

דאָס צינק (Zinc) איז אַ כעמישער עלעמענט מיטן כעמישן סימבאָל Zn און אַטאַם נומער 30. ער איז אן איבערגאנג מעטאל.

מעש איז א געשמעלץ פון צינק און קופער, וואס ווערט שוין גענוצט דריי טויזנט יאר.

צפון אמעריקע

צפון אמעריקע איז דער צפונדיקער קאנטינענט פון די אמעריקעס, פלאצירט אין דער ערד'ס צפון האלבקוגל און כמעט אינגאנצן אינעם מערב האלבקוגל. איר צפון גרענעץ איז ביים ארקטישן אקעאן, צו מזרח איז דער צפון אטלאנטישער אקעאן, צו דרום־מזרח דער קאראאיבישער ים, און צו מערב דער צפון פאציפישער אקעאן. דרום אמעריקע געפינט זיך צו דרום־מזרח. צפון אמעריקע באדעקט א שטח פון אומגעפֿער 24,709,000 קוואדראט ק"מ, בערך 16.5% פונעם ערד־פלאנעט׳ס שטח און בערך 4.8% פון זיין גאנצן אייבערפלאך. צפון אמעריקע איז דער דריטער גרעסטער קאנטינענט לויט שטח, נאך אזיע און אפריקע,‏ און דער פערטער לויט באפעלקערונג, נאך אזיע, אפריקע און אייראפע.‏ אין 2013, האט מען אפגעשאצט איר באפעלקערונג קרוב צו 579 מיליאן מענטשן אין 23 אומאפהענגיקע לענדער, ד״ה אומגעפער 7.5% פון דער וועלט׳ס באפעלקערונג, אויב מען שליסט איין די נאנטע אינזלען (ספעציעל די קאראאיבן) .

צפון אמעריקע איז רייך אין נאטירלעכע אוצרות, צווישן זיי נאפט, קויל, אייזן, קופער, צינק, בליי, גאלד, זילבער און אוראניום.

רוב איינוואוינער פון צפון אמעריקע רעדן ענגליש, שפאניש אדער פראנצויזיש.

פעריאדישע טאבעלע
H   He
Li Be   B C N O F Ne
Na Mg   Al Si P S Cl Ar
K Ca   Sc Ti V Cr Mn Fe Co Ni Cu Zn Ga Ge As Se Br Kr
Rb Sr   Y Zr Nb Mo Tc Ru Rh Pd Ag Cd In Sn Sb Te I Xe
Cs Ba La Ce Pr Nd Pm Sm Eu Gd Tb Dy Ho Er Tm Yb Lu Hf Ta W Re Os Ir Pt Au Hg Tl Pb Bi Po At Rn
Fr Ra Ac Th Pa U Np Pu Am Cm Bk Cf Es Fm Md No Lr Rf Db Sg Bh Hs Mt Ds Rg Cn Nh Fl Mc Lv Ts Og
אלקאלי מעטאלן אלקאלי ערד מעטאלן לאנטאנידן אקטינידן איבערגאנג מעטאלן אנדערע מעטאלן האלבמעטאלן נישט-מעטאלן האלאגענס איידעלע גאזן אומבאוואוסטע כעמישע אייגנשאפטן

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.