קולטור

קולטור איז די שרייבאכצער פון ביכער און צייטונגען פון דער געזעלשאפט, וואס דארטן ווערט באוויזן איר וויסנשאפט. זי קאטעגאריזירט אויך די קונסט און ערפינדונגען און רעליגיע אלעס לויט מיט וואס די געזעלשאפט געבט זיך אפ.

דער עצם שטאנד פון קולטור מיינט צו זאגן לעבנסשטייגער.

לויט די אנטראפאלאגן איז קולטור צוזאמענגעשטעלט פון וויסן, גלויבן, קינסטלעכקייט, עטיק, פירעכץ און די אלע געוואוינהייטן וואס א מענטש באקומעט זייענדיק א טייל פון דער געזעלשאפט.

הויכע קולטור האט צו טון מיט א געפיל פאר קונסט און די גייסט וויסנשאפטן.

אירלאנד

אירלאַנד איז אַ לאַנד אין אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז דובלין. אירלאנד אקופירט רוב פון דעם אירלאנד אינזל.

אין 1949 איז אירלאנד געווארן א רעפובליק און עס האט פארלאזט דער בריטישער קאמאנוועלט.

אקטיאר

אן אַקטיאָר (אַקטריסע פֿאַר אַ פֿרוי) אדער שוישפילער/ין איז איינער וואָס שפילט אין אַ פילם אָדער טעאַטער אָדער סתם אַזוי נאָך מאַכענדיג אַן אַנדער כאַראַקטער.

בעלארוס

בעלארוס (בעלארוסיש: Беларусь; רוסיש: Белору́ссия, Белару́сь; פויליש: Białoruś) (אויך באקאנט אלס ווייסרוסלאנד אדער רייסן), איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרענעץ. זיינע גרענעצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. די הויפטשטאט איז מינסק. אנדערע גרויסע שטעט זענען באברויסק, בריסק, האמעל, הראדנא, וויטעבסק און מאהילעוו. א דריטל פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער.

די באפעלקערונג פון לאנד איז 9,849,000.

דענמארק

דאס דענמאַרק (דעניש: Danmark) איז אַ סקאנדינאוויש לאַנד אין צפון־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז קאָפּנהאַגן. דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים; צו דרום האט עס א גרענעץ מיט דייטשלאנד.

וויען

וויען (דייטשיש: Wien; אונגאריש: Bécs; פויליש: Wiedeń) איז די הויפטשטאט פון עסטרייך, און אויך איינער פון די ניין שטאטן פון עסטרייך. מיט א באפעלקערונג פון 1.7 מיליאן, איז וויען קלאר די גרעסטע שטאט אין עסטרייך, ווי אויך דער קולטור, עקאנאמישער און פאליטישער צענטער. זי איז די 10טע גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד.

וויען ליגט אין דער מזרח זייט פון עסטרייך גאנץ נאנט צו טשעכיי, סלאוואקיי און אונגארן.

טויט

טויט איז די פערמאנענטע טערמינאציע פון ביאלאגישע פונקציעס וואס דעפֿינירן לעבעדיגע ארגאניסמען. דאס באטיטלט סיי דאס אקטועלע געשעעניש פון שטארבן און סיי דאס נאכאנאנדיגע מציאות פון טויט נאכן פארענדיגן דאס לעבן.

טעקסאס

צו מיינט איר שטייער?טעקסאַס (ענגליש: Texas, טעקסעס; שפאניש: Tejas, טעכאַס) איז איינער פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן, אין דרום-מערב, וואס ווערט אנגערופן וועסט-סאוט-סענטראל. זיין הויפטשטאט איז אסטין.

די גרעסטע שטעט אין טעקסאס זענען היוסטן, סאן אנטאניא און דאלאס.

דער פריערדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשארזש וואלקער בוש איז דארט געווען גובערנאטאר, ער האט צוויי מאל געוואונען די וואלן דארט.

טערקיי

דאס טערקײַ (טערקיש: Türkiye), אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח.

טערקיי באדעקט א שטח פון בערך 780,000 קוואדראט ק"מ.

די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.

טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"א אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד, וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעישע לענדער, וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען, וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעישע געמיינדע. ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן, ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער, און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי.

די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש, א טערקישע שפראך וואס בערך 85% פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך.

טערקיי איז דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן, מיט 390,000 טאנען אין 2005.

ירושלים

‫ירושלים (העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון דער שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.

די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650-840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים.

די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".

די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער.

די צאָל פֿון דער פֿײַכטקייט איז ארום 60% .

ריכטיק אויף סוך 2011, איז דאָ אין ירושלים 804,355 בירגער.‏

די בירגערשאַפֿט מערט זיך, אין אַ צאָל פֿון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זײַנען צומישט:

צווישן זיי 497,000 (62%) וואָס זײַנען ײִדן.

281,000 (35%) זײַנען מוסולמענער אַראַבער.

14,000 (1.8%) זײַנען קריסטן.

די פּראָפּאָרציאָנעלקייט צווישן מענער און פֿרויען איז : 1015 פֿרויען, צו 1000 מענער.דער בירגערמײַסטער איז היינט משה ליאן. די שטאטראט האט 31 מיטגלידער.

כינעזישער קאלענדאר

דער כינעזישער קאלענדאר איז דער קאלענדאר אנגענומען אין דער קולטור פון כינע און מזרח אזיע. ער ארבעט אויף א ציקל פון 60 יאר. צוויי יאר נאכאנאנד האט דאס יאר א נאמען געבונדן מיט איינעם פון די פינף יסודות, לויטן פאלגנדן סדר:

וואסער

האלץ

פייער

ערד

מעטאלאון א נאמען פון א בעל חי לויט די סימנים פון די צוועלף מזלות:

פערד (1990,2002,2014,2026)

שאף (1991,2003,2015,2027)

מאלפע (1992,2004,2016,2028)

הון (1993,2005,2017,2029)

הונט (1994,2006,2018,2030)

חזיר (1995,2007,2019,2031)

ראץ (1996,2008,2020,2032)

אקס (1997,2009,2021,2033)

טיגער (1998,2010,2022,2034)

קיניגל (1999,2011,2023,2035)

דראקאן (2000,2012,2024,2036)

שלאנג (2001,2013,2025,2037)- אנדערע יארן געפינען זיך אין דער טאבעלע אונטן.

דאס יאר 2000, למשל, איז געווען דאס יאר פונעם דראקאן און דאס געבונדענע יסוד איז געווען מעטאל.

לאטיין

לאַטײַן איז א פארצייטישע שפראך, פון וואס שטאמען די אלע ראמאנשע שפראכן (איטאליעניש, פראנצויזיש, שפאניש, פארטוגעזיש, רומעניש און קאטאלאניש) וואס מען רעדט היינט.

מאזאמביק

מאזאמביק (פארטוגעזיש: Moçambique), אפיציעל די רעפובליק פון מאזאמביק, איז א לאנד אין דרום־מזרח אפריקע. צו מזרח האט עס א בארטן ביים אינדישן אקעאן, און עס גרענעצט טאנזאניע צו צפון, מאלאווי און זאמביע צו צפון־מערב, זימבאבווע צו מערב, און סוואזילאנד און דרום אפריקע צו דרום־מערב. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז מאפוטא.

די אפיציעלע שפראך פון מאזאמביק איז פארטוגעזיש. דעם 25סטן יוני 1975 האט מאזאמביק פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל.

ענגלאנד

ענגלאנד איז דאס גרעסטע און מערסט באפעלקערטע באשטייטיילע לאנד אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. זיינע איינוואוינער זענען 83% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די יאדערלאנד טעריטאריע פון ענגלאנד פארנעמט דאס דרום'דיג צוויי דריטל פונעם גרויסבריטאניע אינזל און האט יבשה גרענעצן מיט סקאטלאנד צו צפון און וויילס צו מערב; די ים גרענעצן זענען דער צפון ים, אירישער ים, אטלאנטישער אקעאן און ענגלישער קאנאל.

ענגלאנד איז געווארן א פאראייניגטע שטאַט אין דעם 10טן יארהונדערט. דער נאמען 'ענגלאנד' שטאמט פון די אנגלען, א דייטשיש פאלק וואס האט באזעצט די טעריטאריע אין די 5טער און 6טער יארהונדערטער. די הויפטשטאט פון ענגלאנד איז לאנדאן, וואס איז די גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און אויך (לויט רוב מאסן) די גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעאישן פאראיין.

פוילן

פּוילן (פויליש: Polska), אפיציעל די רעפובליק פון פוילן (פויליש: Rzeczpospolita Polska; קאשוביש: Pòlskô Repùblika; שלעזיש: Polsko Republika), איז א לאנד אין אײראָפּע וואס גרענעצט דײַטשלאַנד צו מערבֿ; טשעכײַ און סלאָוואַקײַ צו דרום; אוקראַינע, בעלאַרוס און ליטע צו מזרח; און דעם באלטישן ים און קאַלינינגראַדער אָבלאַסט, רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ, אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן, איז פוילן דאס 34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט 16 וואיעוואדעשאפטן. זײַן הױפּטשטאָט איז װאַרשע.

פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט האנדל ארגאניזאציע, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD), אייראפעישער עקאנאמישער ראיאן, אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור, אייראפע ראט, ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע, אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און G6.

די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

ציוניזם

ציוניזם (ציונות אין העברעאיש), פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, ארץ ישראל.

ציונות איז צושטאנד געקומען אין דער ענדע 19טע י"ה מיט'ן אנגעבליכן ציל, צו דינען אלס לייזונג אנטקעגן די ביטערע אנטיסעמיטיזם וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין מזרח אייראפע. אין יאר ה'תרס"ג האט טעאדאר הערצל געשריבן זיין בוך דער יודענ-שטאט, אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר אן אידישעם לאנד מיט א פארגעשריטענע קולטור, זיך צו פארגלייכן צו דער צענטערס קולטור פון מערב אייראפע.

די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דעם היסטארישן לאנד ארץ ישראל. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער און פראקטישער צו גרינדן א לאנד אין שטחים פון אפריקע אדער דרום אמעריקע (אין לאנד אוגאנדע). מיט דער צייט איז אבער געווארן אנגעשלאסן אין דער אידעע פון ציונות א שטארק רעליגיעזער עלעמענט, געטריבן דורך די אור אלטע אידישע בענקשאפט צו ציון. די פירערשאפט פון די ניי-געבוירענער שוועבונג האט איינגעזעהן אז נאר מיט'ן באטיילונג פון די רעליגיעזע ציונים וועט די שוועבונג האבן א קיום און א מעגליכקייט צושטאנד צוקומען, און דער פלאן פון בויען א לאנד ערגעץ אין אפריקע אדער דרום אמעריקע איז בטל געווארן.

רוב חרד'ישע אידן אין פוילן, אונגערן, און רוסלאנד זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די תורה ערלויבט נישט איינצונעמען ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אויך איז דער סעקולערער גייסט פון דעם שטרעמונג זיי געווען שטארק דערווידערדיג. די אגודת ישראל ארגאניזאציע אין פוילן, ר' שמשון רפאל הירש ז"ל אין דייטשלאנד, און דער מונקאטשער רב, רבי חיים אלעזר שפירא דער בעל מנחת אלעזר, און דער סאטמארער רבי ר' יואל טייטלבוים בעל ויואל משה, אין אונגערן האבן פילע ארטאדאקסישע רבנים שטארק געקעמפט קעגן ציונות.

דאס טרוים פון ציונות איז צושטאנד געקומען ה' אייר ה'תש"ח, מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל.

קווינס

קווינס איז פון די פינף באראס וואס שטעלן צונויף ניו יארק סיטי.

אין גלענדעיל קווינס געפונט זיך די סאטמארער ישיבה גדולה פון וויליאמסבורג וואס שטייט אונטער די אנפירערשאפט פון הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג.

קונסט

קונסט איז אַ טײל פֿון אַן אייגענעם אױסדרוק. קונסט שליסט איין די וויזועלע קונסטן, ווי צייכענען, מאלעריי, סקולפטור און פאטאגראפיע, און אויך די פארשטעלונג קונסט, ווי טאנץ, מוזיק, דיכטונג, פראזע און טעאטער.

קענט

קענט (ענגליש: Kent) איז א גראפנשאפט אין דרום־מזרח ענגלאנד, וואס גרענעצט עסעקס צו צפון אריבער דעם טעמז, גרויסלאנדאן צו צפון־מערב, סארי צו מערב און מזרח סאסעקס צו דרום־מערב. קענט באדעקט א שטח פון 3,736 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז מיידסטאן. קענט גרענעצט פראנקרייך דורכן קאנאל טונעל.

דאווער איז איינער פון די הויפט פארטן אין קענט.

רוה טאג

א רו־טאג, אדער יום שבתון ווי אין לשון קודש, איז א טאג וואס דאס פאלק האט אויסגעוועלט זיך אפרוען פון ארבעט.

עס זענען דא ימים טובים און חגאות וואס זענען נישט קיין רוה טעג, אבער אין אלגעמיין צייכענט מען אפ א יום טוב דורך רוען.

אין פראנקרייך האבן די ארבייטער די מערסטע רוה טעג.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.