קאנפוציוס

קאנפוציוס (כינעזיש: 孔夫子)‏ (551- ביז 478-) איז געווען א חשובער כינעזער פילאסאף. זיין ארגינעלער נאמען איז געווען קאנג קיו (כיענזיש: 孔丘) אדער זשאנג ני (כינעזיש: 仲尼). ער איז געבוירן אין לו שטאַט (魯), כינע, טאג 27 פונעם אכטן מאנאט אינעם כינעזישן לבנה קאלענדאר אין 551 פֿאר דער ציווילער יאר-רעכענונג. זיין פאטער איז געווען שו ליאַנג הע (叔梁纥), און זיין מוטער איז געווען יאַן זשענג זאַי (顏徵在). ווען ער איז געווען אלט דריי יאר איז זיין פאטער געשטארבן.

אלס קינד, האט ער געהאט שטארק חשק צו לערנען וועגן אלדינג. שפעטער האט ער געארבעט אלס שטאַט באאמטער אין ענינים פון פארמען און בהמות. דערנאך איז ער געווארן א לערער.

Confucius - Project Gutenberg eText 15250
א בילד פון קאנפוציוס, אין Myths & Legends of China, 1922, פון E.T.C. Werner
28סטן סעפטעמבער

28 אין סעפטעמבער איז דער 271סטער טאג פון יאר (272סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 94 טעג.

אימאנועל קאנט

אימאַנועל קאַנט (22סטן אפריל 1724 - 12טן פעברואר 1804) איז געווען אן 18טן יארהונדערטדיקער דייטשער פילאסאף פון דער פרייסישער שטאט קעניגסבערג. ער איז געווארן א פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קעניגסבערג.

גאוטאמא בודהא

סידהאַרטאַ גאַוטאַמאַ (סאנסקריט: सिद्धार्थ गौतम), באוואוסט ווי גאַוטאַמאַ בודהאַ אדער סתם דער בודהאַ, איז געווען א פילאסאף און רעליגיעזער פירער אין אוראלט אינדיע וואס האט געגרינדעט בודהיזם.

ער האט אויסגעלערנט א מיטעלן וועג צווישן נאכפאלגן די תאוות און אסקעטע.

מען ווייסט נישט גענוי ווען גאוטאמא האט געלעבט. טייל האלטן אז ער האט געלעבט בערך פון 563 - 483 פאר דער ציווילער רעכענונג, אבער אנדערע האלטן אז ער איז געשטארבן צווישן 411 און 400.

דזשאן לאק

דזשאן לאק (29סטן אויגוסט, 1632 - 28סטן אקטאבער, 1704 ; ה'שצ"ב - ה'תס"ה) איז געווען אן ענגלישער פילאסאף וואס האט זיך באשעפטיקט איבערהויפט מיט פאליטישע פילאסאפיע. ער איז געווען פון די ערשטע גרינדערס פון ליבעראליזם און פון דער דעמאקראטישער רעזשים.

דזשייניזם

דזשייניזם (הינדוסטאני: जैनधर्म דזשיין דהאַרמאַ) איז א פאנטעיסטישע רעליגיע וואס לערנט קיין געוואלד קעגן לעבעדיקע באשעפענישן. די נשמה מוז זיך אויסלערנען הערשן איבער די אינערלעכע שונאים.

אין דער מאדערנער וועלט, איז דזשייניזם א קליינע אבער השפעהדיקע רעליגיעזע גרופע מיט עטלעכע 4.2 מיליאן נאכפאלגער אין אינדיע, און דערפאלגרייכע וואקסנדיקע געמיינדעס אין צפון אמעריקע, מערב אייראפע, דעם ווײַטן מזרח, אויסטראליע און אנדערש וואו.

דיאלעקטיק

דיאַלעקטיק (פון גריכיש: διαλεκτική - דער קונסט פון געשפרעך, דיסקוסיע אדער וויכוח) איז א באגריף אין מערבדיקער פילאסאפיע וואס דינט צו שילדערן פארשידענע מעטאדן צוצוקומען צום אמת אדער צו שילדערן די אנטוויקלונג אין דער וועלט פון גייסט אדער מאטעריע אדער ביידע צוזאמען. דער פארשפרייטסטער זינען פונעם ווארט דיאלעקטיק איז די אנטוויקלונג פון א לייזונג צו א קאנפליקט.

לויט העגל אנטוויקלט די היסטאריע פון דער וועלט דורך 'דיאלעקטיק'. ער האט אוועקגעשטעלט דריי פרינציפן:

אלץ שטאמט פון קעגנארטיקע צדדים.

ביסלעכווייז קומט צו א פונקט וואו איין קראפט הערשט איבער דער קעגנארטיקער קראפט.

די וועלט ענדערט זיך נישט אין קרייזן נאר אין ספיראלן.

דייוויד היום

דייוויד היום (ענגליש: David Hume;‏ 7טן מיי 1711 - 25סטן אויגוסט 1776) איז געווען א סקאטישער פילאסאף און א היסטאריקער.

ער איז גערעכנט אלס איינער פון די חשובע און צענטראלע פילאסאפן אין דער סקאטישער השכלה.

טאאיזם

טאַאָיזם איז א כינעזישע פילאסאפיע און רעליגיע. דאס ווארט 道 טאַא איז טייטש "וועג".

די פילאסאפישע יסודות פון טאאיזם זענען געגרינדעט אויף די לערעס פון לאא צי און די שריפטן פון זשואנגזי.

טאאיזם טוט באטאנען די "דריי אוצרות": רחמנות, מאסיקייט און עניוות.

במשך די יארהונדערטן האט טאאיזם געהאט א שטארקע השפעה אויף כינעזישער קולטור. אויך האט טאאיזם געהאט א השפעה אויף דער קולטור פון שכנותדיקע לענדער.

נאך לאא צי און זשואנגזי האט די ליטעראטור פון טאאיזם אנגעהויבן צו וואקסן.

טעאלאגיע

טעאלאגיע מיינט ארום רעדן וועגן גאָט אָדער וועגן רעליגיעזע געדיַינקען.

מעטאפיזיק

מעטאפיזיק איז די פילאסאפיע וואס פֿארשט אויס די פרינציפן פון ממשות וואס שטייגן אריבער די באזונדערע וויסנשאפטן. מעטאפיזיק איז כולל קאסמאלאגיע און אנטאלאגיע.

דאס ווארט שטאמט פון גריכיש μετά (מעטאַ) (וואס איז טײַטש "אריבער" אדער "נאָך") און φυσικά (פֿיזיקא) (טײַטש "פיזיש"), "

א צענטראלער אפצווייג פון מעטאפיזיק איז אנטאלאגיע, די אויספארשונג פון סארטן זאכן אין דער וועלט און דאס שייכות איינס מיט אנאנדער. דער מעטאפיזיקער וויל אויך מברר זײַן ווי אזוי מענטשן פארשטייען די וועלט, אײַנשליסנדיק עקזיסטענץ, פלאץ, צייט, קויזאליטעט, און מעגלעכקייט.

עסטעטיק

עסטעטיק אדער עסטאטיקע - אין איר מער ארגינעלער פארעם פון א גריכיש ווארט איז אן אפטייל פון פילעזאפיע, א מין שאצונג אין א ווערד סיסטעם, וואס שטודירט די טעם פונעם מענטש פון זיינע עמאציאנאלע טיילן, וויאזוי ער כאפט אויף א זאך ווי למשל א בלום צו ער האלט אז עס איז שיין צו נישט. וויבאלד עס איז דאך א מציאות אז על טעם וריח אין להתווכח, גייט דאס בלויז אריין אין פילעזאפיע טערמין'ען דאס אפצושצן. עס איז בעיקר עוסק אין ארט וואס דארטן איז דא גאנעטע בנינים וויאזוי דער מוח רעאגירט בשעת'ן קוקן דערויף.

דאס טוט אפהאנדלען א מענטש'ס פאראורטל, דיסקרימינאציע און משפט'ן וויאזוי די אלע פאקטארן וועלן אויפכאפן ביי אים שיינקייט, עקל, פאן, זיסקייט, נארישקייט, פארוויילונג, הארמאניע, לאנגווייליגקייט, אדער טראגעדיע. א.א.וו. וו.צ.ב.ש. א שיכור האט ליעב עפעס וואס א ניכטערער האט נישט ליעב, אדער א פרומער האט ליעב עפעס וואס א פרייער האט נישט ליעב. די אלע שטודיעס זענען עסטעטיק.

פיטאגאראס

פיטאַגאָראַס פון סאמאס, 496-582, איז געווען אַ גריכישער מאַטעמאַטיקער און פֿילאָזאָף, און האט געפירט א מיסטעריעזע רעליגיעזע כת. ער ווערט גערופען "דער פאטער פון נומערן", און איז באקאנט פאר דער מאטעמאטישער באגריף "דער פיטאגאראס פרינציפ".

עס זענען נישט דא פון אים קיין דירעקטע פארפאסטע ווערק. פון פיטאַגאָראַס לעבן און שאפן ווערט גאר ווייניג דערמאנט און ערשט עטוואס 900 יאר שפעטער געשריבן. דאס איינציגסטע זיכערע דאטום אין זיין לעבן איז דאס יאר 531 אדער 532, אין דעם זאַמאָס (Samos) גריכנלאַנדער אינזעל.

זיין שולע איז געווען א מיסטעריעזע, מיט פילע מאדנע געפירעכצער און גלויבונגען. פיטאגאראס און זיינע תלמידים האבן געהאלטן אז אלעס אין די וועלט איז פארבינדן מיט מאטעמאטיק.

פילאסאפיע

פֿילאָסאָפֿיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט, מענטשהייט, און דאס לעבן. למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן (עטיק) דער ווארט פילאסאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא (ליב-האבער) און סאפיא (חכמה), ד.ה. דאס ליבשאפט פון חכמה.

פלאטאן

פלאַטאן (גריכיש: Πλάτων ברייט-ביינערדיג) איז געווען פון די דריי אויסגערופנסטע גריכישע פילאסאפן וועלכע האבן געלייגט דעם יסוד פאר פילאסאפיע ביזן היינטיגן טאג.

זיין ריכטיגער נאמען איז געווען אריסטאקלעס. ער איז געווען א תלמיד פון סאקראטעס, און דער רבי פון אריסטאטלעס (אריסטו).

ער איז געווען א בארימטער און נאבעלער שרייבער, דענקער, חקרן, מאטעמאטיקער, וועמענס ווערק ווערן נאך היינט שטודירט איבער דער גארער וועלט.

צו זיין קרעדיט איז אויך צוגעשריבן דאס גרינדן די ערשטע גריכישע אקאדעמיע, ווי ער האט געלייגט די יסודות פון די פאלגענדע לערעס:

פיזיק

לאגיק

רעטאריק

מאטעמאטיק

פרידריך ניצשע

פֿרידריך ווילהעלם ניצשע (דייטשיש: Friedrich Wilhelm Nietzsche)‏ (15טן אקטאבער, 1844 – 25סטן אויגוסט, 1900) איז געווען א 19טן יארהונדערטער דייטשער פילאסאף און א פילאלאג.

אין זיינע שפעטערע יארן פלעג ער אפט פארוויילן די ווינטער חדשים אין טורין אדער ניס.

שריפטן אויף יידיש

קאנפוציאניזם

קאנפֿוציאַניזם איז א כינעזישע עטישע און פילאסאפישע סיסטעם אנטוויקלט פון די תורות פונעם כינעזישן פילאסאף קאנפוציוס (孔夫子 קאנג פֿוזי, 551–479 פאר דער ציווילער רעכענונג). קאנפויציאניזם האט אנגעהויבן ווי אן עטיק-לערער, אבער שפעטער האט מען אנטוויקלט מעטאפיזישע און קאסמאלאגישע עלעמענטן ביי דער האן דינאסטיע. נאך דער קין דינאסטיע, איז קאנפוציאניזם געווארן די אפיציעלע אידעאלאגיע פון כינע ביז די קאמוניסטן זענען געקומען צו דער הערשאפט.

קאנפֿוציאַניזם האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף דער געשיכטע פון כינעזישער ציוויליזאציע.

קאנפוציאניזם איז געבויט אויף דרך ארץ פאר עלטערן, עלטערע מענטשן און די פריערדיקע דורות.

קארל מארקס

קאַרל מאַרקס (5טן מיי 1818 - 14טן מערץ 1883) איז געווען א יידישער פילאסאף, דער גרינדער פון מארקסיזם. זיינע צוויי זיידעס זענען געווען יידן, אבער זיין פאטער האט זיך געשמדעט צו קריסטנטום.

דער קאמאניסטישע מאניפסט און אלע זיינע שריפטן אויף יידיש

רעאליטעט

רעאַליטעט אדער ממשותדיקייט איז יעדע זאך וואס איז עכט. א געשעעניש וואס האט טאקע פאסירט אדער א זאך וואס עקזיסטירט האט "רעאליטעט". די רעאליטעט קען זיין אנדערש פון וויאזוי א זאך זעט אויס אדער ווי מענטשן מיינען.

פילאסאפיע באהאנדלט די נאטור פון רעאליטעט, און דאס שייכות צווישן רעאליטעט און א מענטשנס שכל (ווי אויך שפראך און קולטור). די שטודיע פון רעאליטעט ווערט גערופן אנטאלאגיע.

רענע דעקארט

רענע דעקארט (פראַנצויזיש: René Descartes; ‏1596 - 1650) איז געווען אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און מאטעמאטיקער.

דעקאַרט האט אריינגעפירט דעם ראציאָנאליזם אין די פֿילאָסאָפֿישע מעטאָדן. ער האט פאָרמולירט דעם באזיס פאר דער מאָדערנער געאָמעטריע. ער האט איבערגעלאזט זיין השפעה אויף דער מאָדערנער מאטעמאטיק.

דער סאמע בארימסטער פילאסאפישער מאטיוו זיינעם איז "Cogito ergo sum" - איך טראכט - דערפאר בין איך (I think, therefore I am).

פילאסאפיע
געביטן
אנטאלאגיע • טעאלאגיעלאגיק • מעטא-עטיק • מעטאפיזיק • מעטאפילאסאפיע • עסטעטיקעטיקעפיסטעמאלאגיע • פאליטישע פילאסאפיע • פילאסאפיע פון היסטאריע • פילאסאפיע פון בילדונג • פילאסאפיע פון וויסנשאפט • פילאסאפיע פון מאטעמאטיק • פילאסאפיע פון שפראך
שטראמען/שולעס
טאאיזם • האסכולה הפיתגוראית • האסכולה האלאטית • אטאמיסטישע שולע • מוהיזם • לעגאליזם • נאטוראליזם • האסכולה הפריפטטית • האסכולה הסטואית • האסכולה הצינית • נעאפלאטוניזם• האסכולה האפיקוראית • קאנפוציאניזם • סכולסטיקה • ראציאנאליזם • עמפיריציזם • עקזיסטענציאליזם • נעא-קאנפוציאניזם • פענאמענאלאגיע • אנאליטישע פילאסאפיע • פראגמאטיזם • פאסטמאדערניזם • בודהיסטישע פילאסאפיעהינדואיסטישע פילאסאפיעדזשייניזם • פילאסאפיע יהודית
פראמינענטע מענטשן
פילאסאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא צי • קאנפוציוס • טאלעספיטאגאראס • העראקליטוס • מו דזה • בודהא • פארמענידעס • פראטאגאראס • דעמאקריטוס • סאקראטעספלאטאןאריסטא • זענאן פון קיטיון • טימאן פון פליוס • פירון מאליס • פלוטינוס • שון דזה • קונדה-קונדה
פילאסאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוס • דזשאן דנס סקוטוס • אוויצענא • ג'ו שי • רמב"םטאמאס פון אקווינא • וויליאם פון אקאם • ניקאלא מאקיאוועלי • טאמאס האבס • פראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאסאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאק • דזשארדזש בארקלי • דייוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנט • דזשערעמי בענטאם • געארג העגל • דזשאן סטיוארט מיל • ארטור שאפנהאוער • סרן קירקגור • קארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאסאפן גאטלאב פרעגע • דזשאן דיואי • עדמונד הוסרל • מארטין היידעגער • בערטראנד ראסל • רודאלף קרנפ • לודוויג וויטגנשטיין • קארל המפל • זשאן-פאל סארטרע • ווילארד וואן אורמאן קוויין • דזשאן רולס • יורגן האברמאס • מישל פוקו
טערמינען
גרונטלעכע טערמינען אורזאכלעכקייט • אינסוף • אמת און שקר • אפאסטעריארי • אפריארי • דיאלעקטיק • הנחה • זמן • חומר ורוח • חוק הזהות • גוט און שלעכטס • ישות • כשל לוגי • לוגוס • מהות • רעאליטעט • ערך • פאראדאקס • צדק • תכונה
טעאריעס/תפיסות אוטיליטאריזם • אוניווערסאליזם • אימננטיות • אמנה חברתית • בחירה חופשית • בעיית הראוי-מצוי • הבעיה הפסיכופיזית • דעאנטאלאגיע • דואליזם • העדאניזם • האליזם • היסטאריציזם • השכל הפועל • טיעון השפה הפרטית • כשל נטורליסטי • לאגיציזם • מאטעריאליזם • מאניזם • מונאדה • מעכאניזם • מעטאפיזישער נאטוראליזם • ניהיליזם • נאמינאליזם • סוביעקטיוויזם • סאליפסיזם • ספקנות • על-אדם • עשרת הכבלים • פאזיטיוויזם • פטליזם • פאנטעאיזם • הפרא האציל • הצו הקטגורי • הקוגיטו • רעדוקציאניזם • רעלאטיוויזם • תערו של אוקאם
פילאסאפיע פארטאל

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.