צפון אפריקע

צפון אפריקע אָדער נאָרדערן אפריקע איז דער צפונדיקער טייל פון דעם אפריקאנער קאָנטינענט. צפון אפריקע איז כולל די אכט לענדער און טעריטאריעס: אַלזשיר, דרום סודאן, עגיפטן, ליביע, מאַראָקאָ, סודאַן, טוניסיע און מערב סאַהאַראַ.

אלזשיר, מאראָקאָ, טוניסיע, מארעטאניע און ליביע צוזאַמען ווערן גערופן דער מאַגהרעב אָדער מאַגהריב.

LocationNorthernAfrica
די מאפע
10טן נאוועמבער

10 נאוועמבער איז דער 314טער טאג פון יאר (315טער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 51 טעג.

16טן מיי

דעם 16טן מיי איז דער 136סטער טאג פון יאר (137סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 229 טעג.

24סטן מערץ

דעם 24סטן מערץ איז דער 83סטער טאג פון יאר (84סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 282 טעג.

8טער י"ה

דער 8טער יארהונדערט איז די צייט צווישן די יארן 701 - 800.

אין דעם יארהונדערט האבן די אראבישע מוסולמענער איינגענומען מיטל־אזיע, צפון־אפריקע און דעם איבערישן האלבאינזל. די אראבישע פארשפרייטונג האט אויפגעהערט ביי דער מלחמה פון טור.

די שטאט קיאטא, יאפאן, איז געגרינדעט געווארן.

אייראפע

אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.

אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.

אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.

לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:

דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:

אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.

די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.

אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.

די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.

אלזשיר

אַלזשיר (אראביש: الجزائر אַלזשאַזאַאיר, Al Jaza'ir [ælʤæˈzæːʔir], בערבעריש: , דזײַער ldzæjər), אפֿיציעל די פֿאָלקס דעמאקראטישע רעפובליק פֿון אלזשיר, איז אַ לאַנד אין צפון אַפֿריקע. ער איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם קאנטינענט אפריקע און דאס 11טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין פֿלאך מאס. זי גרענעצט זיך מיט טוניסיע צו צפון-מזרח, ליביע צו מזרח, ניזשער צו דרום-מזרח, מאלי און מאריטאניע צו דרום-מערב, א פאר קילאמעטער פון דעם מערב סאהארא צו מערב, מאראקא צו דרום-מערב, און דעם מיטלענדישן ים צו צפון.

זײַן הױפּטשטאָט איז אַלזשירס.

אלזשיר איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, אפריקאנער פארבאנד, אראבישער ליגע און אפעק.

אפריקע

אַפֿריקע איז דער צווייטער גרעסטער קאָנטינענט און האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג נאך אזיע פונעם ערד פלאנעט. איר גרויסקייט איז 30,244,050 קוואדראט קילאמעטער (אנשליסנדיג אירע אינזלען) וואס דעקט אפ 20.3% פון דער ערד פלאנעט פלאך. איר באפעלקערונג אנטהאלט 1,032 מיליאן איינוווינער (אין 2011), 15% פון דער באפעלקערונג פון דער גארער וועלט.

דער קאנטינענט איז ארומגענומען מיטן מיטלענדישן ים אין צפון, דעם סועץ קאנאל און דעם ים סוף אין צפון־מזרח, דעם אינדישן אקעאן אין דרום־מזרח און דעם אטלאנטישן אקעאן אין מערב. דער עקוואטאר גייט אדורך אפריקע.

אפריקע האט 54 לענדער, כולל דעם אינזל־לאנד מאדאגאסקאר. דאס גרעסטע לאנד לויט שטח איז אלזשיר, און דאס גרעסטע לויט באפעלקערונג איז ניגעריע.

אראביש

אַראַביש (אַראַביש: العربية) איז א סעמיטישע שפראך און האט א שייכות מיט אנדערע סעמיטישע שפראכן ווי העברעיש און אראמיש. מער ווי 280 מיליאן רעדן אראביש אלס מוטערשפראך, כמעט אלע אינעם מיטל מזרח און צפון אפריקע, און נאך 250 מיליאן אלס צווייטער שפראך. אראביש האט געבארגט ווערטער פון אנדערע שפראכן, כולל העברעיש, פערסיש און סיריש.

די אראבישע שפראך האט 28 אותיות, און ווערט געשריבן פון רעכטס אויף לינקס.

צווישן די ווערטע וואס שטאמען פון אראביש זענען אלגעברע, אלקאהאל, צוקער און מאגאזין.

דווייט דעיוויד אייזנהאוער

דווייט דעיוויד אייזנהאוער (ענגליש: Dwight David Eisenhower; ‏14טן אקטאבער, 1890 - 28סטן מערץ, 1969), באקאנט מיטן ניק אייק, איז געווען דער 34סטער אמעריקאנער פרעזידענט, פון 20סטן יאנואר 1953 ביזן 20סטן יאנואר 1961. ער איז געווען א פינף־שטערן גענעראל ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, און איז געווען דער הויפט־קאמאנדאנט ביי דער אינוואזיע אקציע אין צפון אפריקע (1942-43) און דער אינוואזיע אין נארמאנדי אין 1944-45 פונעם מערבדיקן פראנט.

אין 1951 האט מען באשטימט אייזנהאוער דער ערשטער הויפט־קאמאנדאנט פון נאט"א‏.

א גרויסע שטטאסמאן, ער איז געווען א גלעצענדער הויפט גענעראל אין דער צווייטער וועלט מלחמה, אסאך ווערט צוגעשריבן צו זיין קרעדיט אויף דער אויסגאנג פונעם קריג, ער האט אויספלאנירט און אויסגעפירט דער אנטשיידענער קריג די דעי, זיין דרשה וואס ער האט געהלאטן אנהייב טאג דעמאלטס ווערט אסאך געדענקט.

ביים ענדע פון קריג איז געווען אסאך חילוקי דעות און מחלוקת צווישן די אמעריקאנער און ענגלישע גענערעלער, ווי אויך מיטן פראנצוזישן גענאראל שארל דע גאל, ער האט מיט זיין געניטן כח דאס אויסגעגליכן.

נאכן קריג האט ער מחליט געווען ער וועט זיין א גוטער פרעזידנעט. ער איז געווען א רעפובליקאנער.

דרום סודאן

דרום סודאַן (ענגליש: South Sudan), אפיציעל די רעפובליק פון דרום סודאן, איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מזרח אפריקע. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז דזשובא. דרום סודאן גרענעצט עטיאפיע פון מזרח; קעניע פון דרום־מזרח; אוגאנדע פון דרום; די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו דרום־מערב; די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק צו מערב; און סודאן צו צפון. דרום סודאן שליסט איין דעם ריזיקן זומף ראיאן פון דעם סוד ביים ווייסן נילוס.

דרום סודאן איז דער 193סטער מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער.

חורבן אייראפע

חורבן אייראפע אדער גזירות ת"ש-תש"ה (ענגליש: האלאקאסט - Holocaust, פון א גריכיש ווארט גענצליך פארברענט; העברעיִש: שואה, חורבן און פארטיליגונג) באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין אייראפע, סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן אידן, און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם צווייטן וועלט קריג. אויסגעפירט דורכן מערדער היטלער דער פירער פון נאצי דייטשלאנד און זיין רעגירונג, מיט די הילף פון אירע פארבינדעטע, אלס די אפיציעלע אגענדע פון דער נאצי פארטיי צו לעזן די "יודענפראגע" און פארוויסטן די וועלט פון יעדן איד.

הגם נאצי דייטשלאנד האט נאך מיליאנען מענטשן פון פארשידענע אנדערע קרייזן פארטיליקיט, למשל די ציגיינער, איז אבער די אידן געווען מיט א סיסטעם, פון פונקטליכע ליסטעס און מאפעס, מיט נומערן און העכסט געהיימע פלענער מער פון די מיליטערישע סודות, קודם דורך שיסן, און ווען די דייטשע סאלדאטען זענען געווארן דעמאליזירט פון אזויפיל שיסערייען האט מען אויפגעשטעלט גאז קאמערן צו עלעמינירן דעם פראבלעם דורך פארשנעלערן און פארשטילערן דעם מאסן פארטיליקונג. אין דער היסטאריע פון די יידן האט מאן טאקע מער ווי איין מאל זיי רודף געווען, דאך איז חורבן אייראפע גאנץ באזונדער אין פארנעם, בפרט דער עטנישער מארד פון נישט נאר יידן, נאר אפילו וואס די רשעים האבן גערופן האלב-יידן, און אפילו ווען זיי האבן געשמד'ט. אין געוויסע צייטן האט מען פרובירט אויסמערדן די רויטל אינדיאנער, און די ארמענער, און פארשידענע שבטים אין אפריקע און אזיע, אבער אזא אכזריות יארן לאנג ווי די נאציס האבן אדורכגעפירט האט נישט קיין פארגלייכן.

דער חורבן האט פאסירט אין יעדן ארט וואו די דייטשע אינוואזיע איז צועקומען, כולל צפון אפריקע. די ציל פון די נאציס איז געווען פארטיליקן יעדן ייד, לויט זייער דעפיניציע, אויך אזעלכע וואס זענען האלב־יידן (וואס לויט דער הלכה זענען נישט קיין יידן), און אויך יידן וואס האבן זיך גע׳שמד׳ט. אין אנהייב האבן זיי געשאסן די קרבנות אריין אין גרובן. ביסלעכווייז האבן זיי אויפגעשטעלט אן עקספלאטאציע אין טויטונג אדמיניסטראציע וואס האט איינגעשלאסן די געטאס, ארבעטס לאגערן און טויט לאגערן. אן אויסקום פון דער תקופה פונעם חורבן איז געווען די ליקווידאציע פון גאר א סאך יידישע קהילות וואס האבן עקזיסטירט און געבליט אין דער ברייט און דער לענג פון צענטראל- און מזרח-אייראפע. דער איינפלוס פונעם חורבן אויף די יידישע געמיינדעס אין אייראפע איז געווען קאטאסטראפיש און אומפארענדערלעך. די נומערישע אויסראטונג פון די יידן, צוזאמען מיט דער פארטיליקונג פון די יידישע צענטערס פון גייסטליכקייט און קולטור אין דעם געשפרייט צווישן צענטראל-רוסלאנד און האלאנד און פראנקרייך אין מערב, און טריפאלי אין דרום, האט צעהאקט דעם המשך פון דער יידישער טראדיציע וואס איז געווארן וואס איז געוועבט געווארן דורכאויס הונדערטער הונדערטער יארן. נאך דער מלחמה איז אריבער דער צענטער פון יידיש לעבן פון אייראפע קיין ישראל און צפון אמעריקע.

טוניסיע

טוניסיע (אפיציעל די רעפובליק פון טוניסיע) איז א לאנד אין צפון אפריקע. די הויפטשטאט איז טוניס.

מאריטאניע

מאריטאַניע איז אַ לאַנד אין צפון־מערב אפריקע. די מדינה האט אומגעפער 3,500,000 איינוואוינער. די מערסטע גערעדטע שפּראַכן זענען פראנצויזיש, אַראַביש, וואָלאָף און פולאַני.

מיטל מזרח

דער מיטל מזרח (ײװא אויסלײג: מיטל מיזרח) איז דער ראיאן צוישן די מערב לענדער פון אייראפע און די לענדער פון ווייטן מזרח אין אזיע. דער ראיאן נעמט אריין רוב אראבישע לענדער מיט מדינת ישראל, אבער דער טערמין איז נישט קיין הארטע און נעמט אפטמאל אריין אנדערע לענדער אויך.

אין אלגעמיינע שפראך ווערט אריינגערעכנט די מדינות: באחריין, מצרים, איראן, איראק, מדינת ישראל, ירדן, קואווייט, לבנון, אמאן, קאטאר, סאודי אראביע, סוריע, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, תימן.

צומאל ווערן אויך אריינגערעכנט אפגאניסטאן, ציפרוס, און טערקיי. אין פריערדיגע יארן איז געווען טרעפליך אויך אריינצורעכענען ליביע, טוניסיע, און מאראקא. היינט ווערן די לענדער מערסטנס נכלל אין צפון אפריקע.

סודאן

די רעפובליק פון סודאן (אראביש: جمهورية السودان) איז אן איסלאמיש לאנד אין צפון־מזרח אפריקע,וואס האט די גרעסטע טעריטאריע אין אפריקע, און פון אלע אראבישע לענדער, און דאס פופצנטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח. סודאן גרענעצט עגיפטן צו צפון, עטיאפיע און עריטרעע צו מזרח, דרום סודאן צו דרום, די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק צו דרום־מערב, טשאד צו מערב און ליביע צו צפון־מערב. די הויפטשטאט איז כארטום.

די באפעלקערונג פון סודאן איז 44 מיליאן (אין 2010). 8.5 מיליאן מענטשן וואוינען אין דרום סודאן, וואו מ'האט געהאלטן א רעפערענדום אין יאנואר 2011 און א גרויסע מערהייט האט געשטימט אויפצושטעלן א באזונדער לאנד.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

עגיפטן

עגיפטן (אמאליקע מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

צווייטע וועלט-מלחמה

די צווייטע וועלט־מלחמה איז געווען דער גרעסטער קריג אין דער מענטשליכער היסטאריע. ער איז אויך דער איינציגסטער קריג אין וועלכן די אטאם באמבע איז גענוצט געווארן. די מלחמה האט אריינגענומען די גארע וועלט.

אלץ האט זיך אנגעהויבן י"ז אלול ה'תרצ"ט - (1טן סעפטעמבער, 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט פוילן. צוויי טעג שפעטער האבן ענגלאנד און פראנקרייך דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה.

די צווייטע וועלט־מלחמה האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן זעקס יאָר פון 1939 ביז 1945, און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.

די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין אייראפע און אזיע זענען טיילווייז אדער גענצליך חרוב געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.