צארן

צארן אדער אויפרעגעניש (כעס איז א לשון קודש) אויך רופט מען דאס אויך אז איינער איז בייז.

מיינט אז מען באטראפן מיט נעגעטיווער געפיל צוליב אן אויסערליכער געשעניש.

מען קען ווערן אגרעסיוו און נידערגעשאלגן.

כעס ברענגט די הארץ זאל קלאפן שנעלער וואו נארמאל.

עס קען מאכן א רויטן קאליר אויפן פנים.

ווען מען שפירט א כעס, איז שווער זיך צו פארטוהן אין א צווייטע זאך.

געווענליך שפירט מען כעס

  • ווען א צווייטער מאכט נערוועז.
  • ווען מען דערלעבט א דורכפאל.
  • ווען מען כאפט פעטש.
  • ווען מען קריגט זיך.

אידישקייט

אין הלכה אין אין מענטשהייט דארף מען זיך שטארקען קעגן כעס. עס ברענגט נישט קיין שום ניצן.

מידות 

אומאינטערעס | איידלקייט | אנטוישונג | אמת | אנטמוטיגט | באשיידנקייט | בטחון | גוט הארציקייט | געדולד | געוויסן | הארטנעקיגקייט | היפאקריטיע | הכרת הטוב | השגה | ענווה | פלייסיגקייט | פרישות | שווייגן | ריינקייט | סדר | מנוחת הנפש | פאראט | ערליכקייט | חכמה | כעס | ליגענט | פארביטערטקייט | כפוי טובה | חוצפה | צומישטקייט | מרה שחורה | עצלות | פארשעמט | ליידיג | פיינטשאפט | לאנגווייליג | ענטוזיאזם | קנאה | פאנאטישקייט | פארכט | תענוג | טרויער | זעלבסט שולד | פרייד | האס | בענקשאפט | האפענונג | גרויל | באליידיגונג | קנאה | עלנד | ליבע | גלוסט | עצבות | פאניק | רחמנות | חרטה | אפווארפונג | חרטה | זעלבסט-רחמנות | פאראכטונג | רואיגקייט | ליידן | שטוינונג | תשובה

6טן יוני

דעם 6טן יוני איז דער 157סטער טאג פון יאר (158סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 208 טעג .

אינעווייניק ארויס (2015 פילם)

אינעווייניק ארויס (ענגליש: Inside Out) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער דראמא-קאמעדיע פילם פון 2015. ער איז פראדוצירט געווארן דורך פיקסאר אנימאציע סטודיאס פאר וואלט דיזני פילמען, און איז דער 15טער פילם אין פיקסאר'ס פילם סעריע. ער איז רעזשיסירט געווען דורך פּיט דאָקטער, און איז אויסגעשטראַלט געווארן ביי דער קאן פילם פעסטיוואל דעם 18טן מיי 2015. דער פילם איז באפרייט געווארן דעם 19טן יוני 2015.

אינפיניטיוו

אין גראמאטיק איז א שם פועל אדער אינפֿיניטיוו (ענגליש: infinitive) א נאמען פון געוויסע ווערב פארעמעס.

אנדערשט ווי דער ווערב טוט דאס נישט אויסמשלן די גאנצע זאך, וואס דאן איז דאס פיינייט נאר עס איז און קורץ צום פונקט. דאס איז בלויז די הויפט און קורצער מיינונג פון א ווערב.

דאס טוט באטיטולען א פעולה פון די זאך, באגריף, אדער מענטש - אן די אריכות פון די גראמטישער באשטאנדטייל פון א באהעפטונג-ווארט ווי צו דעריבער 'טאן זאגט מען צו טאן, אדער זיין ווי איידער צו זיין, א.א.וו.

דער נאמען פון א פועל יוצא פון עפעס א זאך איז אויך אין כלל פון א שם פועל.

איראק

איראק (אראביש: العراق al-‘Irāq; קורדיש: عێراق ‎ Eraq), אפיציעל די רעפובליק פון איראק, איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופן בבל. איראק גרענעצט זיך מיט איראן פון איין זייט, מיט טערקיי פון דער קורדישער זייט און מיט סיריע און סאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איז באַגדאַד. די הויפט עטנישע גרופעס זענען אראבער און קורדן; אנדערע זענען כולל אסירישער, טורקמען, שאבאקיס, יאזידיס, ארמענער, מאנדעאנער, צירקאסער און קאווליא.

איראק האט א בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ אויפן צפון זייט פונעם פערסישן איינגאס. צוויי הויפט טייכן, די חידקל און פרת, פליסן קיין דרום אדורך איראק און אריין אין שאט אל-אראב נאנט צום פערסישן איינגאס. די טייכן פארזארגן איראק מיט א היבש כמות פון פרוכעפערן לאנד.

דער געגנט צווישן די חידקל און פרת טייכן ווערט גערופן מעסאפאטאמיע, און איז געווען די היים פון נאכאנאנדיקע ציוויליזאציעס זייט אוראלטע צייטן. איראק איז געווען דער צענטער פון די אקאדישע, סומערישע, אסירישע און בבלי אימפעריעס. אויך איז ער געווען א טייל פון די מעדישע, אכעמענישע, העלעניסטישע, פארטישע, סאסאנידע, רוימישע, ראשידון, אומאיאד, אבאסישע, איובישע, מאנגאלישע, סאפאוויד, אפשאריד און אטאמאנישע אימפעריעס.

אנטיסעמיטיזם אין רוסלאנד

כאטש אין כמעט אלע לענדער אין גלות אייראפע האבן די יודן געליטן פון שנאה דורך די גוים, מיט דעם אלעם איז רוסלאנד זיכער געווען "אויסגעצייכנט" אין איר שנאת ישראל. די רוסן האבן קיינמאל נישט ליב געהאט די יודן וועלכע האבן ביי איר געוואוינט. זיי האבן געהאלטן אז זיי ברענגען צרות. אין די יארן ה' ת"ח ות"ט זענען פארגעקומען די ביטערע גזירות ווען א גרויסער חלק פון די יודן פון אוקראינע זענען אומגעקומען על קידוש השם. אפילו ווען די גוים האבן געזען אז די יודן זענען ווערד צו האבן וועגן זיי ברענגען אריין אסאך געלט פאר דער מדינה, האבן זיי אסאך מאל מוותר געווען אויפ'ן תועלת אבי "פטור" צו ווערן פון דעם גרויסן "פיינט" די יודן. אין פוילן איז דער מצב געווען אביסל אנדערש. בערך זעקס הונדערט יאר צוריק האט דער קעניג באליסלאוו, וואס איז געווען מחסידי אומות העולם, איינגעלאדנט די יודן צו קומען וואוינען אין פוילן און דערביי זיך אפרוען פון די רדיפות פון וועלכע זיי האבן כסדר געליטן. עס איז געווארן א גרויסער יודישער יישוב אין פוילן, וואס האט געהאנדלט און געוואוינט רוהיגערהייט, במשך בערך 400 יאר, ביז דעם מלכות פון פוילן איז אונטערגעגאנגע, אין יאר ה'תקנ"ב. דעמאלס איז פוילן געווארן צוטיילט צווישן עסטרייך, רוסלאנד, און פרייסן (א מלכות וואס איז נעלם געווארן נאך דער ערשטע וועלט-מלחמה).

אין יענער תקופה האבן זיך מער ווי א מיליאן יודן זיך געפונען אונטער דער רוסישער מלוכה, וועלכע האט זיי בכלל נישט געוואלט האבן. די רוסן האבן אנגעהויבן זוכן "עצות" וויאזוי מ'ווערט פטור פון די יודן [רח"ל]. איינער פון די זאכן איז געווען דעם "באוואוינונג געגענט". יודן האבן נאר געמעגט וואוינען אין איין געוויסע געגענט וועלכע האט זיך געצויגן [בערך] פון דער שווארצן ים ביז דער באלטישער ים. באלד דערנאך איז געקומען א גזירה אז יודן מעגן נישט וואוינען אין דערפער נאר אין די גרויסע שטעט, פארשידענע זאכן וואס יודן טארן נישט טון פאר פרנסה, וכו' וכו'. די יודן האבן זיך געטראפן באגרעניצט און צוגעשפארט פון אלע זייטן.

אין יאר תקפ"ז, האט דער צאר ניקאליי [ימ"ש] באפוילן דעם טרויעריג-באוויסטע גזירה פון די "קאנטאניסטן". די גזירה איז געווען אויף יודישע קינדער אז זיי מוזן ווערן סאלדאטן אין די מיליטער פונ'ם צאר במשך 25 יאר! דאס איז געווען פון די ביטערסטע גזירות וואס כלל ישראל האט מיטגעלעבט מאז היתה לעם. טויזנטער טויזנטער יודישע נשמות זענען געווארן פארלוירן אויף אייביג צו יודישקייט ל"ע. אפשר מער ווי יעדן גזירה, האט דאס צובראכן דעם אחדות און צוזאמענקייט פון די יודישע קהילות. ברוב רשעותם, האבן די רוסן ארויפגעלייגט דעם אחריות אנצופילן דעם באשטימטן צאל, אויף די ראשי הקהילות אליינס. זיי האבן רח"ל זיך געדארפט מתייסר זיין מיט דיני נפשות בפועל ממש. טאטעס האבן געטון וואס נאר מעגליך צו ראטעווען זייער קינדער פון אזא מצב און עס איז נישט שייך פארצושטעלן די גרויסקייט פון דער ביטערער צרה. די סיפורים אין דעם ענין זענען גוט באוויסט.

אויך דעם עלילת הדם-בלוט בלבול, איז געווארן פריש אויפגעלעבט אין די צייט פון דעם צורר היהודים ניקאליי. אין יאר תקנ"ט זענען איינגעזעצט געווארן 4 יודן אין וויטעבסק וועגן אן עלילת דם. כאטש זיי זענען באפרייט געווארן מחוסר ראיות, האט דער שלטון נאך אלס איבערגעגעבן אן אפיציעלע חוות דעת צום צאר אז עס זענען פארהאן צווישן די יודן אין זיין מלוכה וועלכע הרג'נען גוים פאר מצות וכו'. אונטער דעם שלטון פון ניקאליי האט דער עלילת דם באקומען א ריכטיגע באשטעטיגונג פון דער ממשלה אז דאס איז אמת. די גוים האבן דאס גוט אויסגענוצט.. און דאס האט אויך געהאלפן ניקאליי ווייטער גיין מיט די גזירה פון אוועק כאפן יודישע קינדער, כדי זיי "אויסצולערנען נישט צו טון אזעלכע עבירות".

אין יאר תרט"ו איז ניקאליי געשטארבן און זיין זון אלכסנדר האט איבערגענומען. כאטש ער איז געווען עפעס גרינגער ווי זיין טאטע, האט ער מיט אלעם געוועלטיגט מיט א שטארקע האנט. אין יאר ה'תרמ"א איז ער גע'הרג'ט געווארן דורך מורדים במלוכה, די רוסישע פויערן, וועלכע האבן שוין נישט אויסגעהאלטן פון דעם עניות און ליידן וואס איז געווען מנת חלקם במשך הונדערטער יארן און וועלכע האבן שוין געוואלט מבטל זיין דער מלכות פון די צארן און אויפשטעלן אן אייגענע רעגירונג. די מדינה איז אריין אין אן איבערקערעניש און עס איז געווען א גרויסע סכנה פאר'ן עתיד פון דער מלוכה פון די צארן. דער יורש, אלכסנדר דער דריטער [דער ערשטע איז געווען דער טאטע פון ניקאליי], האט באלד פארשטאנען אז מ'דארף "געבן צו פארשטיין" די אלע רוסישע גוי'שע פויערן, אז נישט די צארן זענען שולדיג אין דעם ארימקייט און די צרות וועלכע טרעפן די רוסישע פאלק. מ'האט געמוזט דרינגענד טרעפן א "שעיר לעזאזל", איינעם וועמען צו באשולדיגן אויף אלעם, בכדי מחזק זיין די מלוכה. נו! ווער איז אויף אלעם שולדיג? אוודאי די יודן.. זיי זענען אחראי אויף די ליידן פון די רוסישע פאלק, זיי נעמען צו אלע געלט.. וכו' וכו'. די צארן [וועלכע האבן געלעבט מיט'ן גרעסטן עשירות וואס איז נאר מעגליך, בשעת דאס פאלק איז אויסגעגאנגען פאר הונגער] איז בכלל נישט שולדיג. אלכסנדר דער דריטער האט אוועק גענומען אלע גרינגקייטן וואס זיין טאטע האט איינגעפירט. ער האט אויסגענוצט אלע מיטלען מעגליך, ארויסרייסן די אלע "פרעמדע" השפעות וועלכע שאדן די מלכות פון רוסלאנד. די שנאת ישראל איז אנגעקומען צו נייע השגות אונטער זיין מלוכה. ווען ער איז געשטארבן אין יאר ה'תרנ"ד, האט קיינער זיך נישט געקענט פארשטעלן אז זיין ממשיך, ניקאליי דער צווייטער, וועט זיין נאך אסאך ערגער ווי ער. די צייט איז געווען א צייט פון מהפכה און מרידה. מ'האט שוין גע'חלום'ט פון א נייער תקופה.. אין זיין גרויסן יאוש, האט דער צאר זיך געקערט צו דער אלטער עצה.. אן עלילת דם קעגן די יודן.. דאס וועט אוועק קערן דאס ביטערקייט פון די פויערן פון עם און עס קערן צו די יודן.. פארשטייט זיך די גוים האבן דאס אנגענומען, און עס האט זיך אנגעהויבן גאר א ביטערע צייט פון פאגראמען [הריגות] און רציחות קעגן יודן. באוויסט צווישן זיי איז דער "קישינוב פאגראם אין יאר תרס"ג, אין וועלכע אסאך יודן האבן פארלוירן זייער לעבן ל"ע.

אין יאר ה'תרס"ה, האט ענדליך אויסגעבראכן דעם מערכה אויף אן ערנסטן אופן. די פויערן האבן אפן ווידערגעשפעניגט קעגן דעם צאר און פארלאנגט אן אייגענע ממשלה. כאטש דער צאר האט דאס פרובירט מבטל זיין ביד חזקה (דעם ערשטן טאג זענען גע'הרג'ט געווארן מער ווי 1000 פויערן דורך די סאלדאטן פונ'ם צאר], האט דער צאר געמוזט עפעס נאכגעבן און האט אוועקגעשטעלט דער "דומא", א שטיקל רעגירונג געוועלט דורכ'ן פאלק. דער צאר האט גוט פארשטאנען אז ער שטייט אויף גאר א געפערליכן מצב און ער האט מחליט געווען צו גיין ביז'ן סוף אין זיין מלחמה קעגן עם ישראל. בסוד סודות, האט מען צווישן די ווענט פון די צארישע פאלאץ צוגעגרייט פארשידענע פלענער וויאזוי צו "ערקלערן" צו דעם רוסישן פאלק ווער זייער "אמת'דיגע" שונא איז, און וואס מ'דארף מיט עם טון [רח"ל]. איין מיניסטער איז געווען געשטעלט מסדר זיין די "פלוצלינגדיגע" פאגראמען.. אן אנדערע צו זען אז מ'זאל נישט איינזעצן קיין איינער פון די גוים וועלכע זענען משתתף אין זיי, א.א.וו. כדי צוצוהעלפן צום ענין, האט די ממשלה אויפגעשטעלט אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "די שווארצע הונדערטער", וועלכע איז געווען צוזאמגעשטעלט פון קבוצות פון הונדערט ווילדע מענטשן אין יעדן איינס, וואס זייער "ארבעט" איז געווען מסדר זיין און אויספירן די פאגראמען קעגן די יודן. אין דעם זעלבן יאר, האט מען אטאקירט 660 יודישע קהילות דורכאויס רוסלאנד. אין שטאט אודעססא [ביים שווארצן ים] אליינס זענען גע'הרג'ט געווארן 300 יודן. טויזנטער יודן זענען פארוואונדערט געווארן און נאכמער האבן כמעט נישט געהאט פון וואס צו לעבן. דער צאר האט דאן אויסגעטיילט "מעדאלן" צו די ראשים פון די "שווארצע הונדערטער" און דער גאנצע וועלט האט צוגעקוקט אומגלויבנדיג דעם שלעכצקייט פון דער צאר. א יאר דערנאך, תרס"ו, האט דער צאר געלאזט דעם מיליטער משתתף זיין אין פאגראמען אין ביאליסטוק און אין שעדליצע. דער "דומא" אין וועלכע עס זענען געווען אויסגעוועלט אפאר יודן אויך, האט געמאכט פראבלעמען פאר'ן צאר. דער דומא האט פארלאנגט חוקר צו זיין ווער עס איז שולדיג און זיי ברענגען צום משפט. דערפאר האט דער צאר געזען דערצו, אז במשך די נעקסטע צוויי יאר, ביז תרס"ז, האט מען "אויסגערייניגט" דער דומא פון איר יודן. עטליכע זענען אריינגעווארפן געווארן אין תפיסה און עטליכע זענען גע'הרג'ט געווארן דורך די שווארצע הונדערטער. דער דריטע דומא, וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר תרס"ז, איז געווען אינגאנצן פיל מיט שונאי ישראל. דער צאר האט כסדר מדגיש געווען אז אלע פאגראמען זענען "פלוצלינג" פארגעקומען אלס דעם גרויסן "כעס" פון דעם "רוסישן פאלק" קעגן די יודן. עס האט אבער נישט אסאך געהאלפן, ווייל מער און מער רוסן האבן זיך צוגעשטעלט צום מרידה. דער צאר האט נאר געקענט האפן אז צוריק שטעלן דעם "בלוט-בלבול" אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געהערט געווארן, דאס וועט עם ראטעווען.

האמעריאדע

האָמעריאַדע איז א יודיש-שפראכיגע לאנגע פאעמע געשריבן אין פארעם פון א באלאדע דורך בעריש וויינשטיין און ערשינען אום ה'תשכ"ה אין מדינת ישראל דורך י. ל. פרץ פארלאג צוזאמען מיט אן העברעיאישער איבערזעצונג זייט ביי זייט, דורך נפתלי גינתון.

די באלאדע איז געבויעט אויף (אדער איבערגעזעצט פון) די גריכישע דיכטונגען פון האָמער און די איליאדע.

דאס בוך אנטהאלט 93 זייטן.

הורדוס

הורדוס דער ערשטער (74 פאר דער נוצרישער ציילונג - 4 פאר דער נוצרישער ציילונג), וועלכער ווערט אויך אונגערופן אין די גויאישע וועלט הורדוס דער גרויסער, איז איינע פון די גרעסטע און חשובסטע פערזענליכקייטן אין די אידישע היסטאריע, הורדוס איז געבליבן אין די אידישע היסטאריע באוואוסט אלטס א גרויסער רשע און רוצח, אבער פונק אזוי א חשובה חלק פון אידישע היסטאריע, בפרט אין די תקופה פון די רומישער הערשאפט אויף די אידן.

הורדוס איז געווען דער צווייטער זון פון דעם רוימישן גענעראל אנטיפאטער, און א דריטער דור פון גרים (זיין זיידע -טאטעס טאטע) האט זיך מגייר געווען.

ישראלדיקער ספארטלער אומקום ביי דער מינכן אלימפיאדע

דער ישראלדיקער ספארטלער אומקום ביי דער מינכן אלימפיאדע איז פארגעקומען אין יאר 1972, אין מינכן, דייטשלאנד. די שווארצע סעפטעמבער טעראר גרופע, וואס האט אנגעהערט צו דער פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע, איז געווען פאראנטווארטליך, פארן אומקום פון עלף ישראלדיקע אטלעטן, און א דייטשן פאליציאנט.

מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט

מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט (אויף העברעיש אויך המרד הערבי הגדול) איז דער נאמען פון א רעוואלט וואס האט פאסירט צווישן די יארן ה'תרצ"ו - ה'תרצ"ט (1936 - 1939) אין ארץ ישראל ווען דערבריטישער מאנדאט האט געהערשט דארט, ביי די רעוואלט האבן די אראבער ארגאניזירט א קייט פון טעראר אקציעס קעגן די יידן אין ארץ-ישראל. זיי האבן געשאסן יידן אומעטום און פארברענט פיל פון זייערע פעלדער. אויך האבן זיי אטאקטירט בריטישע סאלדאטן. אין דער רעוואלט זיינען געשטארבן איבער 80 יידן, 369 פארווונדעט געווארן און ארום 17,000 לאנדווירטשאפט דונאם איז פארברענט געווארן.

מגילת איכה

מגילת איכה ענטהאלט די קינות פון ירמיה הנביא אויפן חורבן ירושלים. זי איז פון די חמש מגילות אין כתובים. אין תנ"ך און אין מדרש ווערט זי אנגערופן קינות אדער מגילת קינות.

מען זאגט דעם מגילת איכה תשעה באב ביינאכט נאך מעריב, זיצנדיג אויף דער ערד.

מיכל

מיכל איז געווען די טאכטער פון שאול המלך. זי ווערט דערמאנט אין תנ״ך אין ספר שמואל.

ביי דער מלחמה מיטן פלישתי גלית, האט שאול צוגעזאגט, ווער עס וועט אים באזיגן, וועט באקומען מיין טאכטער פאר א פרוי.

קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט אנצוהייבן מיט אזא מעכטיגן גיבור חיל ואיש מלחמה ווי גלית נאר דער קליין געוויקסיגער דוד'ל, וועמען זיין פאטער ישי האט געשיקט צו זיינע ברידער.

ווען דוד איז אנגעקומען אהין אויפן פראנט, און געהערט ווי דער גלית לעסטערט גאט, האט ער באשלאסן אז ער וועט פירן מלחמה, און וועט אים אומברענגען.

נאכדעם וואס דוד האט געווארפן דאס שטיינדל וואס האט אומגעברענגט גלית'ן, האט אים שאול געשטעלט אויפן מיליטער און ער שטארק מצליח געווען. האבן אלע מיידלעך געזונגען פאר דוד'ן, און דאס האט אויסגערופן דעם צארן פון שאול.דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער ביטערער שטרייט צווישן דוד און שאול המלך.

שאול האט פארשפראכן דוד'ן מקיים צו זיין זיין הבטחה און אים געבן זיין עלטערער טאכטער מירב, למעשה האט ער איר געגעבן צו עדריאל המחולתי פאר א ווייב.

מיכל, די יונגערע טאכטער, האט ליב באקומען דוד'ן. דאס האט געפאָלן שאול'ן, ער האט מסכים געווען איר צו געבן דוד'ן, בתנאי אז ער וועט ברענגען אלס נדן הונדערט ערלות פון פלישתים. דוד מיט זיינע מענטשן האבן גע'הרג'ט צוויי הונדערט פלישתים און געברענגט זייערע ערלות. דערנאך האט דוד טאקע חתונה געהאט מיט מיכל.

מיכל איז געווען טריי צו דוד, ווען מען האט באלאגערט זייער הויז כדי צו טויטן דוד, האט זי אים ארויסגעלאזט דורכן פענסטער.

שפעטער אז שאול'ס שטרייט מיט דוד האט זיך פארשארפערט, האט מען צוגענומען מיכל און איר אוועקגעגעבן פאר פלטי בן ליש. ערשט נאך שאול'ס טויט, ווען דוד האט שוין געקעניגט, האט ער איר צוריקגענומען..

מנחם מענדל בייליס

מנחם מענדל בייליס (רוסיש: Менахем Мендель Бейлис) (געב. 1874 - נפטר כ"ד תמוז ה'תרצ"ד, ניו יארק) איז געווען א ייד פון אוקראינע וואס מען האט אים באשולדיגט מיט אן עלילת דם, מיט כלומרשט דער רציחה פון א רוסיש קינד. דער פראצעס האט אנגעצינדן אינטערנאציאצעלן קריטיק קעגן רוסיש שנאת ישראל.

קאווע שטיבל (וועבזייטל)

קאווע שטיבל איז א פארום וועבזייטל אויף דער יידישער שפראך. עס איז געגרינדעט געווארן אין אדר תשע"ב.

עס האט זיך געגרינדעט אין ליכט וואס די פארוואלטונג פון אידישע וועלט פארומס גייען אריבער די מאס ווען זיי צענזורירן א סאך.

א העפטיגע דיסקוסיע איז אנטשטאנען אין די ערשטע טעג פונעם וועבזייטעל, איבער די ראלע פון צענזור אויף אידישע פארום זייטלעך.

קאזאכסטאן

קאַזאַכסטאַן (Қазақстан אָדער Казахстан) איז אַ לאַנד אין צענטראַל־אַזיע און אייראפע און איז דאס ניינטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. זײַן הױפּטשטאָט איז אַסטאַנאַ, און איז פֿריער געװען אַלמאַטיע.

קאזאכסטאן איז איינער פון די גרעסטער אנטיילנעמערס פון דעם טורקישער ראט און די טורקס"וי קהילה. די מלוכישע שפראך, קאזאכיש, קערט זיך זייר נאנט צו אנדערע טערקישע שפראכן מיט וועלכער עס איז פארבונדן אין א שטארקן אופן דורך די קולטור און היסטאריע.

פאר דעם מערסטן טייל פון זיין היסטאריע, אין תחום פון היינטיקן קאזאכסטאן זענען נאמאדישער שבטים געווען די מערהייט פון באוווינערס. ביי דעם זעכצנטן יארהונדערט זענען די קאזאכישערס ארויסגעקומען ווי א פאראייניקטער ציבור, אפגעטיילט אין דריי מחנות. רוסלאנד האט זיך אנגעהויבן צו מקריב ווערן צום קאזאכישער סטעפ אין דעם אכצנטן יארהונדערט און ביי דעם מיטן פון ניינצענטן יארהונדערט איז גאר קאזאכסטאן געווען א חלק פון דער רוסלענדישער אימפעריע. נאך דער רוסישער רעוואלוציע דער תחום פון קאזאכסטאן איז סוף-כל-סוף געווארן די קאזאכישע סאוועטע סאציאליסטישע ראטנרעפובליק אין 1936, א חלק פון סאוועטן פארבאנד.

קאזאכסטאן האט זיך דערקלערט א זעלבשטענדיק לאנד דעם 16טן דעצעמבער, 1991, און איז געווען די לעצטע סאוועטע רעפובליק צו מאכן אזוי. זיין פירער פון דער קאמוניסטישער תקופה, נוסורלטאן נאזארבאיעוו, איז געבליבן צו ווערען דער ערשטער פרעזידענט, א מעמד וואס ער האלט נאך פאר מער פון צוואנציק יאר. פון זעלבשטענדיקייט אן, קאזאכסאטן לויפט נאך נאך א באלאנסירטע אויסלאנד-פאלאציע און ארבעט צו בעסערן זיין עקאנאמיע, בפרט בנוגע צו זיין אינדוסטריע פון "היידרא-קארבאן". אין דער זעלבער צייט, דאס הייסט נאך דעם סאוועטן בונד, האט קאזאכסטאן מוסיף געווארן צו אנטיילנעמען מיט א סאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס ווי די פאראייניגטע פעלקער, די איירא-אטלאנטיק שוטפות'ער ראט און די שאנכיי קאאפעראציע ארגאניזאציע. קאזאכסאטן איז אויכעט איינע פון די זעקס נאך-סאוועטע מדינות, וואס זענען מקיים געווען א זעלבשטענדיקע שותפות אקציע פלאן מיט נאט"א.

קאזאכסטאן איז היים צו א קיבוץ פון א סאך פארשידענע פעלקער און קאלטורין, און איינער פון די עיקרים איז ווארום יאזעף סטאלין האט געשיקט גאר פעלקער אין גלות צום יענעם לאנד. קאזאכסטאן יעצט האט א באפעלקערונג פון 16.6 מיליאן מענטשען מיט 131 נאציאנאליטעטן, בתוכם: קאזאכן, רוסן, אוקריינען, דייטשן, אוזבעקן, טאטארען, און אוּיִגארן, אבער בערך 63% פון דער באפעלקערונג זענען קאזאכן. קאזאכסטאן איז א מדינה וואס לאזט פרייהייט פון רעליגיע און א סאך פארשידינע גלויבנס זענען געפונין, און עס איז דא אין קאזאכסטאן אויכעט א אידישע קהילה. איסלאם איז דער רעליגיע פון 70% דעם מענטשען ווייל קריסטנטום איז דער רעליגיע פון 26.2% פון מענטשען. וויבאלד אז דער קאזאכישער שפראך איז דער מלוכישער שפראך, מכל מקום רוסיש איז גענוצט אין אן אפיציעלע אופן גלייך אויף גלייך מיט קאזאכיש אין קאזאכסטאן'ס פאלקסאינסטיטוציעס.

רעגנבויגן

א רעגנבויגן איז א נאטורליכע דערשיינונג.

שווארצער סעפטעמבער

שווארצער סעפטעמבער (אראביש: ايْلول الاسوَد) איז איז געווען א פאלעסטינער טעראר גרופע, וואס איר נאמען נעמט זיך פון א געשעעניש, וואס איז פארגעקומען אין יארדאניע אין חודש סעפטעמבער 1970, ווען כוסיין קעניג פון יארדאניע האט פארארדענט די יארדאנישע מיליטער זאל אונטערברענגען אן אויפשטאנד, און אויך אלס נקמה אין אן אטענטאט פארזוך, וואס די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע האט פרובירט דורכפירן קעגן אים. אירע הויפט אקטיוויטעטן זענען געווען אין די 1970ער יארן.

תרפ"ט ראיאטן

ציידי תרפ"ט אויפרודער איז געווען אין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט (1929) וואס די אראבער האבן געמאכט טעראר, און פאגראמען קעגן די אידן אין חברון און אין נאך ערטער. אין דער אויפרוהר זיינען געמארדעט געווארן איבער 113 יידן, 67 יידן זענען אומגעקומען אין חברון אליין. און הונדערטער פארווונדעט און גערויבט געווארן.

נאך דער אויפרור האבן די בריטישע באשטימט דאס צווייטע ווייסבוך וואס האט באשטימט זאלן יידן נישט מער טארן אימיגרירן קיין ארץ ישראל, און נישט טארן מער זיי פארקויפן ערד-פלאך.

געפילן       

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.