פערסישע אימפעריע

די פערסישע אימפעריע (פערסיש: شاهنشاهی ایران,  Šâhanšâhiye Irân, = 'אימפערישער איראן') באדייט א סעריע פון אימפערישע דינאסטיעס געצענטערט אין פערסיע/איראן זייט דעם  6טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג אין דער אכעמענידן תקופה, ביזן 20סטן יארהונדערט אין דער קאדזשאר תקופה.

Map of the Achaemenid Empire
פערסישע אימפעריע אין אכעמענידן תקופה, 6טער יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג
Persia-Tomb-of-Cyrus-the-Great-Passargad-530BC
קבר פון כורש דער גרויסער, גרינדער פון פערסישער אימפעריע אינעם 6טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג

סאפֿווידן

Shah Abbas I engraving by Dominicus Custos
שאך אבאס דער ערשטער, דער מערסט מאכטפולער מלך פון פערסיע אין דער סאפֿאווידן תקופה

ליסטע פון דינאסטיעס געשילדערט ווי א פערסישע אימפעריע

  • אכעמענידן אימפעריע (550–330 פאר דער ציווילער רעכענונג)
  • סאסאנישע אימפעריע (224–651)
  • סאפֿאווידן דינאסטיע (1501–1736)
  • אפֿשארידן דינאסטיע (1736–1796)
  • קאדזשאר דינאסטיע (1785–1925)
Achaemenid (greatest extent)

גרייס פון דער ערשטער פערסישער אימפעריע, די אכעמענידן אימפעריע

Sasanian Empire (greatest extent)

גרייס פון דער סאסאנישע אימפעריע אין 621

Safavid dynasty (greatest extent)

מאקסימום גרייס פון דער סאפֿאווידן אימפעריע אונטער שאך אבאס דער ערשטע

Afsharid dynasty (greatest extent)

גרייס פון דער אפֿשארידן אימפעריע אונטער נאדער שאך

אימפעריע

אן אימפעריע איז אַ פאליטישע סואווערעניטעט, למשל אַ שטאַט, וואָס הערשט איבער גרויסע געביטן אין וועלכע וואוינען באפעלקערונגען פון פארשידענע אפשטאמונגען און קולטורן.

דער הויפּט וועג אין וואָס אימפעריעס זענען באשאפן איז ווען איין לאנד פארשפרייט זיך און נעמט איבער די שכנותדיקע לענדער. אזוי איז די רוסלענדישע אימפעריע באשאפן ווען רוסלאנד האט איינגענומען א גרויסן טייל פון פוילן און אויך סיביר. די שפאנישע, פארטוגעזישע און בריטישע אימפעריעס זענען באשאפן דורך אויספארשן לענדער אין אנדערע קאנטינענטן.

די גרעסטע אימפעריע אין דער געשיכטע פון דער וועלט איז געווען די מאנגאלישע אימפעריע, וואס האט געהערשט אין דעם מיטל אלטער איבער דעם גרעסטן טייל פון אזיע און אייראפע. אנדערע גרויסע אימפעריעס זענען געווען די גריכישע אימפעריע, די רוימישע אימפעריע, די פערסישע אימפעריע, די ביזאנטישע אימפעריע און די אטאמאנישע אימפעריע.

דער הערשער איבער אן אימפעריע ווערט גערופן א קייסער (נאך יוליוס קייסער, דער דיקטאטאר פון רוים). אונטער דעם קייסער קענען זיין קעניגן און גובערנאטארן איבער די פארשידענע לענדער אין דער אימפעריע.

איראן

איראַן (פערסיש: ایران‎), פריער באוואוסט מיטן נאמען פערסיע, אפיציעל די איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן, איז א לאנד אין מערב אזיע. איראן איז אן איסלאמיש לאנד, אויף דער שיאיטישער שטרעמונג פון איסלאם.

זײַן הױפּטשטאָט איז טעהראן.

איראן גרעניצט זיך מיט איראק און טערקיי אין מערב, מיט ארמעניע און אזערביידזשאן אין צפון־מערב, מיט קאזאכסטאן און רוסלאנד איבערן קאספישן ים, מיט טורקמעניסטאן אין צפון־מזרח, מיט אפגאניסטאן און פאקיסטאן פון מזרח, און אין דרום מיטן פערסישן איינגאס. מיט א שטח פון 1,648,195 קוואדראט ק"מ, איז איראן דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם מיטל־מזרח און דאס 17ט גרעסטע אין דער וועלט.

מער ווי 78 מיליאן מענטשן וואוינען אין איראן, דאס 17ט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.

איראן פארמאגט גאר אסאך נאטירלעכע אוצרות פון אויל קוואלן און ריזיגע זאפאסן פון נאטורליכן גאז, איראן פארמאגט אויך אסאך מינעראל מינעס.

איראן איז די היים פון איינער פון דער וועלט'ס עלטסטע ציוויליזאציעס. די איראנישע מעדן האבן פאראייניגט דעם שטח אין אן אימפעריע בערך אין די ג'ש' יארן. איראן האט דערגרייכט דעם שפיץ פון זיין מאכט ביי דער אכאמענישער אימפעריע (די ערשטע פערסישע אימפעריע) אונטער כורש אין די ג'ת' יארן. די אימפעריע איז געווען שפרייט פון די באלקאן לענדער אין מערב ביזן אינדוס טאל אין מזרח, די גרעסטע אימפעריע אין דער וועלט. די אימפעריע איז איינגעפאלן נאך די מלחמות מיט אלעקסאנדער דער גרויסער.

שפעטער זענען געקומען די פארטישע אימפעריע, און דערנאך די סאסאנישע אימפעריע, ווען איראן איז ווידער אמאל געווארן איינער פו די פירנדע אימפעריעס פון דער וועלט, צוזאמען מיט דער ביזאנטישער אימפעריע.

אין יאר 622 האבן ראשידון מוסולמענער אינוואדירט פערסיע, און ביז 651 האבן זיי איינגענומען דאס לאנד, און האבן געענדערט די רעליגיע פון זאראאסטריזם צו איסלאם. דערנאך האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער איסלאמישער גאלדענער תקופה און האט פראדוצירט א סך באאיינפלוסלעכע וויסנשאפטלער, געלערנטער, קינסטלער און דענקער. אין 1501 האט אנגעהויבן די סאפאווישע דינאסטיע, וואס האט פראמאווירט שיא איסלאם ווי די אפיציעלע רעליגיע.

אין 1906 איז געגרינדעט געווארן פערסיע'ס ערשטער פארלאמענט אונטער א קאנסטיטונאציאנעלער מאנארכיע. דעם 1טן אפריל 1979 האט די איראנישע רעוואלוציע אויפגעשטעלט אן איסלאמישע רעפובליק.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט אין לאנד איז טעהראן, וואס דינט ווי דער קולטורעלער, קאמערציעלער און אינדוסטריעלער צענטער פונעם פאלק.

די אפיציעלע שפראך איז פערסיש, און די וואלוטע איז דער איראנישער ריאל.

איראן איז געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער אין 1945, און איז אויך א מיטגליד אין דער אפעק ארגאניזאציע.

אלעקסאנדער דער גרויסער

אלעקסאנדער דער גרויסער אדער אלעקסאנדער מוקדון (גריכיש: Αλέξανδρος ο Μέγας אדער Μέγας Aλέξανδρος מעגאס אלעקסאַנדראס; 20סטן יולי 356 - 10טן יוני 323 פאר דער היינטיקער עפאכע), איז געווען א פארצײַטיקער גריך און מלך פון מאקעדאן (336–323 פאר דער היינטיקער עפאכע). ער איז געווען איינער פֿון די געראטנסטע מיליטערישע קאמענדאנטן אין היסטאריע, און קיינער האט אים נישט געזיגט אין א שלאכט. בײַם טאג פֿון זײַן טויט, האט ער שוין אײַנגענומען רוב פֿון דער וועלט וואס די אוראלטע גריכן האבן געקענט.

אלעקסאנדער האט איבערגענומען די מלוכה פון מאקעדאן נאכן טויט פֿון זײַן פאטער פיליפ דער צווייטער פון מאקעדאן. פיליפ האט פאראייניגט רוב פון די שטאָט-שטאַטן פונעם גריכישן קערנלאנד אונטער מאקעדאנישער העגעמאניע אין א פֿעדעראציע וואס האט געהייסן דעם קארינטישן בונד. אלעקסאנדער האט באשטעטיגט די מאקעדאנישע הערשאפט ווען ער האט באהערשט אן אויפֿשטאנד פון דרומדיקע גריכישע שטאט-שטאַטן, און א קורצע אבער בלוטיגע אטאקע קעגן מאקעדאנ'ס צפונדיגע שכנים, אלעקסאנדער האט זיך ארויסגעלאזט צו מזרח קעגן דער אכעמענידער פערסישער אימפעריע, וואס ער האט באזיגט און אראפגעווארפֿן. זײַנע נצחונות איבער אנאטאליע, סיריע, פעניקיע, ארץ יהודה, עזה, מצרים, באקטריע, און מעסאפאטאמיע, האבן פארשפרייט די גרענעצן פֿון זײַן אימפעריע ביזן פונזשאב, אינדיע.

אין זיין יוגנט האט אלעקסאנדער געלערנט ביי אריסטו, ביז ער איז געווען אלט 16. נאך ווען מען האט דערהרגעט זיין פאטער פֿיליפ אין יאר 336 פאר דער ציווילער רעכענונג, איז אלעקסאנדער געווארן זיין פאטער׳ס ממלא מקום אויפן טראן, און ער האט גע׳ירשנט א שטארק קעניגרייך און א געניטע ארמיי. אלעקסאנדער האט באקומען די גענעראלשאפט פון גריכנלאנד און האט געניצט דעם אמט צו לאזן אין גאנג זיין פאטער׳ס גאנץ-העלענישן פראיעקט צו פירן די גריכן אין אייננעמען פערסיע. אין יאר 334 האט ער אינוואדירט די אכעמענידע אימפעריע (פערסישע אימפעריע) און האט אנגעהויבן א סעריע אקציעס וואס האט געדויערט צען יאר. נאכן איינעמען אנאטאליע, האט אלעקסאנדער צעבראכן די מאכט פון פערסיע אין עטלעכע מכריע׳דיקע קאמפן, ספעציעל מערקווירדיק די קאמפן פון איסוס און גאגאַמעלע. דערנאך האט ער אראפגעווארפן דעם פערסישן קעניג דאריוס דער דריטער און האט אינגאנצן איינגענומען די אכעמענידע אימפעריע. דעמאלסט האט זיין אימפעריע פארשפרייט פונעם אדריאטישן ים ביז צום טייך אינדוס.

אין יאר 326 פאר דער ציוולער רעכענונג האט ער אינוואדירט אינדיע., און האט געהאט א חשוב׳ן ניצחון ביים קאמף פון די הידאספעס. אלעקסאנדער איז געשטארבן אין בבל אין יאר 323 פאר דער ציווילער רעכענונג, די שטאט וואס האט ער געוואלט מאכן די הויפטשטאט פון זיין אימפעריע. אין די יארן נאך זיין טויט האט א סעריע ברידער-קריגן צוריסן זיין אימפעריע. מיט דער גרינדונג פון עטלעכע מדינות געהערשט דורך די דיאדאכן, די גענעראלן און יורשים וואס האבן איבערגעלעבט אלעקסאנדער.

ער האט געגרינדעט עטלעכע צוואנציג שטעט מיט זיין נאמען; די בעסט באקאנט פון זיי איז אלעקסאנדריע אין עגיפטן. מיט זיינע זידלונגען פון גריכישע קאלאניסטן און די פארשפרייטונג פון גריכישער קולטור איז פון דעם געווארן א נייע העלעניסטישע ציוויליזאציע, טיילן פון וואס מען האט נאך געקענט דערקענען אין דער ביזאנטישער אימפעריע אין דעם 15טן יארהונדערט און גריכיש רעדער אין צענטראל און מזרח אנאטאליע ביז די 1920ער יארן. זייט זיינע צייטן מעסטן זיך מיליטערישע פירער קעגן אים, און מיליטערישע אקאדעמיעס איבער דער גארער וועלט לערנען אויס זיין טאקטיק. ער וועט אפט גערעכנט צווישן די מערסט איינפלוסע מענטשן אין דער היסטאריע.

אלעקסאנדריע

אלעקסאנדריע איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין עגיפטן, נאך קיירא, מיט א באפעלקערונג פון איבער פיר מיליאן איינוווינער. זי געפונט זי אויף די ברעגעס פון מיטלענדישן ים, ביים אויסגאס פון נילוס. די שטאט געפונט זיך 208 קילאמעטער צפון מערב פון דער הויפטשטאט. אלעקסאנדריע איז די גרעסטע פארט שטאט אין עגיפטן.

אראמיש

אראמיש איז א סעמיטישע שפראך וואס ווערט שוין גערעדט טויזנטער יארן. עס איז געווען א ברייט באניצטע שפראך אין מיטל מזרח אין די פריערדיגע תקופות, בעיקר אין די לענדער: אשור, איראק, סיריע און ארץ ישראל.

רש"י ברענגט, אז אברהם אבינו האט גערעדט אראמיש, אלס זיין שפראך, און לשון קודש אויף צו דאווענען.[מקור פארלאנגט]די עולי בבל ביים בויען דאס צווייטע בית המקדש האבן מיטגעבראכט מיט זיך די דאזיגע שפראך, וואס איז דאן געווען די אפיציעלע שפראך פון דער פערסישע אימפעריע. דיאלעקטן פון אראמיש זענען אויך באניצט געווארן אין אידישע ספרי קודש, ווי ספר עזרא און דניאל, תרגום אונקלוס, די תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי און זוהר.

אראמיש אלס א הויפט אומגאנגס שפראך פון די געגנט, האט אנגעהויבן אונטערגיין נאכדעם וואס די פערסישע אימפעריע איז באזיגט געווארן דורך די גריכן, און די העלעניסטישע מלוכות האבן גענוצט גריכיש אלס הויפט שפראך פון זייערע קעניגרייכן. פונדעסטוועגן, האט אראמיש געדינט אלס לאקאלע שפראך פאר רוב פעלעקר אין די געגנט יארן שפעטער, שוין נאכן אנקום פון די רוימישע אימפעריע, וואס האט נישט ארויפגעצווינגען לאטייניש אויף די מיטל מזרח באפעלקערונג, גריכיש איז געווען די אפציעלע שפראך, און מינאריטעטן האבן פארגעזעצט רעדן אראמיש ביזן מוסלעמענער אקופאציע אין 7טער י"ה, ווען אראביש איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף די לאקאלע פעלקער.

עס איז א שפראך וואס די קריסטן אין לבנון און סיריע האבן גערעדט, ביז אינמיטן דער ניינצעטער יארהונדערט. היינט אויף דער וועלט זענען פאראן ארום פופצן מיליאן וואס באהערשן די שפראך, אבער בלויז א האלבער מיליאן רעדן זי אלס מאמע לשון.

צווישן די קורדישע אידן האט די שפראך געדינט אלס אומגאנג שפראך צווישן זיך, אנדערש ווי קורדיש פון זייערע שכנים. אין עטליכע ערטער אין מדינת ישראל קען מען הערן די שפראך, ספעציעל אין די שטעטל מבשרת ציון, א פארשטאט צו ירושלים וואו א גרויסע אידישע געמיינדע פון קורדישע אפשטאם געפונט זיך. דעם דיאלעקט וואס די אידן באניצן איז ענליך צו דער שפראך קענטליך אין מזרח, דאס הייסט אין געגנט פון בבל.

די שפראך וואס איז היינט באנוצט אין סיריע אדער לבנון, איז נענטער צום אראמישן דיאלעקט פון תלמוד ירושלמי.

היינט איז דא מענטשן וואס געבן זיך אפ מיט אויפפרישן די שפראך צווישן די קריסטן וואס זענען פון גרויס סיריע.

ארץ יהודה

ארץ יהודה, איז די לאנד פון שבט יהודה, וואס זיי האבן איינגענומען ביי די יידישע אפענסיווע, אינאיינעם מיט יהושע בן נון, און די טייל איז געגעבן געווארן צו די שבט.

סיריע

סיריע (אױף אַראַביש الجمهورية العربية السورية) איז אַ לאנד אין מערבֿ־אַזיע. איר הויפטשטאט איז דמשק. סיריע האָט גרענעצן מיט לבנון (קײן מערבֿ און דרום), איראק (קײן מזרח), טערקיי (קײן צפֿון), ישראל (קײן דרום), און דער מיטלענדישער ים (קײן מערבֿ). סיריע האָט פֿאַרלאָרן די רמת הגולן במשך פֿון דער זעקסטאגיקער מלחמה אין יאָר 1967. דער פרעזידענט פֿון סיריע איז באשער על אסאד (بشار الأسد‎ אין אראביש). די אָפֿיציעלע שפראך פֿון דעם לאַנד איז אראביש.

פון די ערשטע ציוויליזאציעס אין דער וועלט זענען געווען אין סיריע. די אוראלטע שטאט עבלע, וואו א פערטל מיליאן מענטשן האבן געוואוינט, ווערט פאררעכנט פאר א באווייז אויף א גרויסער סעמיטישער אימפעריע וואס האט געהערשט פונעם ים סוף ביז אנאטאליע אין די צייטן פון אברהם אבינו. במשך דער היסטאריע האבן געהערשט אין סיריע פארשידענע אימפעריעס, צווישן די שבטי ישראל, די אשורים, די בבלים, די פערסישע אימפעריע, די גריכן, ארמעניע, די רוימען, די ביזאנטישע אימפעריע, די אראבער און די קרייצצוגער. דמשק איז פון די עלצטע שטעט אין דער וועלט, און איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער אומאיאדישער אימפעריע, וואס האט געהערשט פון שפאניע ביז צענטראל אזיע, צווישן די יארן 661-760.

די גרעסטע שטאט איז ארם צובא (חאלאב).

פערסישער איינגאס

דער פערסישער איינגאס, אויף פערסיש כאליזש פארס, און אראביש, אל-כאליזש אל-אראבי.

ווערט אויך גערופן אראבישער איינגאס, בעיקר אין די אראבישע לענדער. די נאמען פונעם ים סוף, ביזן ניינצטען יאר הונדערט, איז געווען אראבישער איינגאס. אין דער וועלט איז מער אנגענומען דעם פערסישער ווערסיע פון די נאמען, אדער "די איינגאס".

די איינגאס געפונט זיך אויף א שטח פון 233,000 קוואדראט קילאמעטער, עס פארבינדט זיך צו די אמאן איינגאס, אויף די מזרח. פון מערב זייט פאנגט זיך די איינגאס אן, פון א דעלטא ביי די טייך שאט אל-אראב, די טייך ווי די פרת און די חידקל, פאלן אריין אין איראק.

די איינגאס איז לאנג 989 קילאמעטער, אין די ברייט איז דער שמאלסטער טייל, 56 קילאמעטר ביי די הארמוז דורכגאס. די וואסער איז נישט זייער טיף, די מאקסימום טיפקייט איז נישט מער פון 60 מעטער, די שווונג איז אויך א שוואכע, אפילו ווען די וואסער הייבט זיך (בעיקר אין די ווינטער).

רוב פון די רויע נאפט איבער די וועלט, ווערט ארויסגעשעפט פון די איינגאס.

ציפורי

ציפורי איז געווען א שטאט אין אונטער גליל פון ארץ ישראל, צפון מערב פון דער היינטיגער שטאט נצרת אומגעפער פיר קילאמעטער.

א יידישע שטאט האט עקזיסטירט דארט פון דער תקופה פון די חשמונאים ביזן 5טן יארהונדערט, און יידן האבן נאך געוואוינט אין דעם געגנט ביזן 10טן יארהונדערט. די שטאט האט א ספעציעלן חשיבות אין דער יידישער היסטאריע, ווייל אין ציפורי זענען געווען טעטיג עטלעכע פון די הויפט תנאים פון דער משנה, דארט האט רבי יהודה הנשיא געפירט דעם סנהדרין, אן דארט האט ער געשלאסן די משנה. די שטאט ווערט דערמאנט א סך מאל דורך חז"ל.

שאהנאמע

שאַהנאַמע (פערסיש: شاهنامه בוך פון די מלכים) איז אן עפאס פאעזיע געשריבן דורכן פערסישן דיכטער פירדאווסי פון 977 ביז 1010, און איז דער נאציאנאלער עפאס פון איראן, אפגאניסטאן, טאדזשיקיסטאן און דער פערסיש רעדנדיקער וועלט. די שאַהנאַמע דערציילט די היסטאריע פון דער פערסישער אימפעריע פון בריאת העולם ביז די מוסולמענער האבן איינגענומען פערסיע אינעם 7טן יארהונדערט.

דאס בוך איז זייער חשוב ביי די זאראאסטרישע, אזוי ווי עס באריכט די זאראאסטרישע רעליגיע פון איר אנהייב ביז די אראבער האבן געזיגט דעם לעצטן זאראאסטרישן מלך.

דאס בוך אנטהאלט 62 געשיכטעס, 990 קאפיטלעך און מער ווי 60,000 שורות פון גראמען (פיר מאל אזוי לאנג ווי דער באקאנטער עפאס "די איליאדע".

ס'איז פאראן אויף אן ענלעכן אופן א יידישע פאעסיע אינעם זעלבן סטיל פון דעם יידישן דיכטער מולאנא שאהין שיראזי, געשריבן אויף יידיש-פערסיש.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.