פלעטבוש

פלעטבוש איז א פרומע אידישע ארטאדאקסישע געגענט אין ברוקלין נעבן בארא פארק.

עס זענען דארט נישטא קיין סאך חסידים; בעיקר זענען זיי דארטן מאדערן ארטאדאקסן און ליטווישע מיט ספרדים.

געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפשעיד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קרוין הייטס · און נאך...

באקא ראטאן

באָקאַ ראַטאָן איז א שיינער געגנט אין פלארידע וואו עס וואוינען ארום 500 פרומע מאדערן ארטאדאקסישע משפחות.

אויף שפאניש מיינט דאס א קאפ פון א ראט.

בארא פארק

באָראָ פּאַרק איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום-מערב'דיגער זייט פון ברוקלין, ניו יארק. די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט, און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט. אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן - די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב, סאטמאר און מונקאטש.

עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו, דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק, די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן, און איז א גרויסער ביזנעס צענטער, עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן, ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך.

פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו. אייכלער'ס ספרים געשעפט, סאבוועי רעסטאראן.

בני ברק

בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176,556.

די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.

בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה.

ברוקלין

ברוקלין (ענגליש: Brooklyn) איז איינע פון די פינף באראס אין ניו יארק סיטי, וואס געפינט זיך אינעם שטאַט ניו יארק אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. ברוקלין האט עטלעכע בריק און טונעל פארבינדונגען מיט דער בארא פון מאנהעטן אריבער דעם איסט ריווער, און די וועראזאנא נערויס בריק פארבינדט ברוקלין מיט סטעטן איילאנד.

ברוקלין איז געווען א זעלבסשטענדיגע שטאט ביז 1898 ווען זי האט זיך פאראייניקט מיט די אנדערע באראס און געווארן א טייל פון ניו יארק סיטי.

דערינען זענען אויך פאראן די גרעסטע אידישע געגנטער פון דער וועלט; וויליאמסבורג פאר אונגארישע אידן פונעם חסידישן שטראם ; קרוין הייטס פאר חבד'סקער אידן; בארא פארק פאר אלגעמיין אונגערישע און פוילישע חסידישע אפשטאמיגע אידן. און פלעטבוש פאר ליטווישע און ספרדים מיט מאדערן ארטאדאקס אידן.

גיבראלטאר

גיבראלטאר איז אן אויטאנאמישע בריטישע אויסלענדישע טעריטאריע פלאצירט ביים דרום שפיץ פונעם איבערישן האלבאינזל און אייראפע ביי דער אריינגאנג פונעם מיטלענדישן ים, וואס קוקט אריבער דעם דורכגאס פון גיבראלטאר. די טעריטאריע באדעקט א שטח פון 6.843 קוואדראט ק"מ און האט א לאנד גרענעץ צו צפון מיט שפאניע.

גער (הויף)

גערער חסידים שטאמען פון פּױלן, פֿאר'ן קריג איז גער געווען דאס גרעסטע חסידות. היינט איז גער דאס גרעסטע חסידות אין ארץ ישראל, און פֿון די גרעסטע אויף דער וועלט, מיט בערך 12 טויזנט משפחות. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין ירושלים, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף ירמיהו גאס. ביי די גרויסע נסיעות, שבועות און ראש השנה, דאווענען צוזאמען אומגעפער 17,000 מענער, בחורים און יינגלעך, ווי אויך א פאר טויזנט פרויען אין דער ווייבער־שול גאלעריע.

דער היינטיגער רבי הייסט רבי יעקב אריה אלטער.

זיי זענען באקאנט אלס שארפזיניקע חברה לייט, און אָפּגעשיידטע פון זייערע פרויען איינגעפירט דורך איינע פון זייערע רביס, דער בית ישראל רבי ישראל אלטער, וואס האט געשטארקט זיינע חסידים נישט צו האבן קיין סעקסועלע אפיר מיט די ווייבער ווי ווייניגער, כדי צו זיין הייליג און כל כולו פארטאן מיט גאָט.

גערער חסידים אין ישראל וואוינען אין ירושלים, בני ברק, אשדוד, תל אביב, חיפה, ערד, חצור הגלילית און קריית גת, מיט קלענערע קהילות אן עמנואל, פתח תקוה און קרית אתא. אין חוץ לארץ זענען די הויפט קרייזן פון גערער חסידים אין בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי, לייקוווד, טאראנטא, סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, מאנטרעאל, ציריך און מעלבארן.

דיעל, ניו זשערסי

דיל איז א רייכע אידישע רעזארט שטאט, ביי דער פּלאַזשע אין ניו זשערסי וואס באשטייען פון סירישע אידן פון וואס קומן דארטן זיך אפרוען פון פלעטבוש געגנט אין ברוקלין, ניו יארק.

טבריה

טבריה איז א שטאט אויפן ברעג פונעם ים כנרת אין אונטער גליל אין צפון זייט פון מדינת ישראל.

הורדוס אנטיפאס האָט מיסד געװען טבריה ווי זײַן הױפּטשטאָט אינעם גליל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אומגעפער אין יאר ג'תת"פ, דארט האבן געוואוינט דער תנא בן עזאי און אויך א טייל פון די אמוראים וואס האבן מסדר געווען תלמוד ירושלמי: רבי יוחנן און ריש לקיש.

חז"ל זאגן אז טבריה איז געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת.‏הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים.

אין 2018 האט מען געוויילט רון קובי בירגערמייסטער פון טבריה.

טינעק

טינעק (ענגליש: Teaneck) איז א יישוב הארט לעבן דער דזשארדזש וואשינגטאן בריק אין ניו זשערסי. א פערטל פון די איינוואוינער זענען אידן.

עס ווערט פארעכענט ווי דער מאדערן ארטאדאקס שטערקסעטער און מערסער באוואוינטער געגנט אין דער וועלט.

עס אנהאלט פילע כשרע רעסטוראנטען פאר אידן פון אלע געגענטער וואס פארן אהין עסן.

לייקוואוד

לייקוואוד (אויך: לייקוואָד; סטאַנדאַרט ייִדיש: לײקװוּד) איז א שטעטל אין אקעאן קאונטי, ניו זשערסי, פאראייניגטע שטאטן.

עס וואוינען דארט 60,352 מענטשן לויט דעם 2000 צענזוס.לייקוואד איז איינע פון די אידישע געגנטן וואו עס וואוינען אסאך ארטאדאקסישע חרדישע יידן. האבנדיג די גרעסטע ישיבה - בית מדרש גבוה - אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און פון די גרעסטע איבער דער וועלט.די חרדישע געמיינדע אין דער שטאט האבן זייער א גרויסן פאליטישן כח פון איבער 15,000 שטים בארעכטיגטע מענטשן אלס א שטים בלאק.אין יאר 2006 איז אויסגעוועלט געווארן א חרדישער איד מאיר ליכטענשטיין אלס דער בירגערמייסטער פון לייקוואוד.דער בירגערמייסטער אין 2008 איז געווען רעי קאולס.

אין 2011 האט מען אויסגעוועלט מנשה מילער בירגערמייסטער וועלכער האט געדינט אלס בירגערמייסטער ביז ינואר 2017 . נאך אים האט מען ווידערמאל אויסגעוועלט דעם דעמאקראטישען קאנדידאט רעי קאולס, וועלכער האט שוין געהאט דעם אמט ביז 2011 יאר.עס זענען דא ארום הונדערט בתי מדרשים, און צענדליגע מוסדות.אין די לעצטע יארן די באפעלקערונג האט זיך פארגרעסערט און די שטאט האט זיך פארברייטערט, הונדערטער נייע הייזער זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויכעט א סאך חסידישע יידן פון פארשידענע קרייזן האבן זיך באזעצט אין שטאט.

מאונט קיסקא

מאונט קיסקא איז א געגענט אין וועסטשעסטער ניו יארק דארטן געפינט זיך דער נייטרא יישוב און די נייטרא ישיבה.

מאנסי

מאנסי (ענגליש: Monsey) איז א העמלעט אין דער שטאט ראַמאַפאָ, ראַקלענד קאַונטי, אין אָפּסטעיט ניו יאָרק, פלאצירט צפון פֿון ערמאנט; מזרח פֿון וויאלע; דרום פֿון שיכון סקווירא; און מערב פֿון ספרינג וואלי. מאנסי איז א פֿרומע יידישע געגנט מיט 20,071 איינוואוינערס (2017). די דורכשניטלעכע עלטער פון דער באפעלקערונג איז 16.7. פינף און זעכציג פראצענט פון די איינוואוינערס זענען פארהייראט. איבער פערציג פראצענט פון די איינוואוינערס רעדן יידיש אלס מאמע לשון.

מיאמי

מיאמי איז א שטאט אין דרום פלארידא, אמעריקע.

מיאמי איז א ווארעם רוה-ארט ביטש סיטי אין פלארידא עס האט אסאך וואסער בארטענס.

אסאך פרומע אידן, ספעציעל עלטערע ריטייערטע פון ניו יארק, וואס האלטן זיך אויף דארט דורך די קאלטע ווינטער מאנאטן.

אויך וואוינען דארט יודן א גאנץ יאר, און עס גיבט דארט עטליכע יודישע מיטלשולעס.

מיאמי האט אויך איינע פון די גרויסע פארטן אין אמעריקע.

נווה יעקב

נווה יעקב איז די מערסט צפון-מזרח געגנט אין ירושלים, צפון פון פסגת זאב, מיט א באפעלקערונג פו 30,000. פון דער מערב זייט גייט רוטע 60 (פון באר שבע ביז נצרת).

פאר ראקעוועי

פאר ראקעוועי (ענגליש: Far Rockaway) איז א געגנט אין קווינס, ניו יארק אין די פאראייניקטע שטאטען, עס האט אין זיך אידישע איינוואוינער, מערסטענטייל נישט חסידישע אידן, עס באשטייט פון אשכנזישע, ספרד'ישע, און א גרויס חלק פון בעלי תשובות.

עס זענען דארט דא עטלעכע שולן, תלמוד תורות, און חשובע רבנים וואס פירן אן דעם ציבור.

פייוו טאונס

פייוו טאונס - FIVE TOWNS, מיינט פינף שטעטלאך, איז א געגנט פון פינף קליינע שכינות'דיגע שטעטלאך אין לאנג איילענד נו יארק, הארט ביים גרעניץ פון קווינס נו יארק סיטי.

עס איז לעבן דעם פאר ראקעוועי קווינס געגנט, וואו פיל פרומע יידן וואוינען.

עס וואוינען דארט אסאך פרומע מאדערנע רייכע אידן.

די פינף שטעטלאך זענע ווי פאלגענד:

אינוואד INWOOD

לארענס LAWRENCE

סידערהערסט CEDARHURST

וואודמיר WOODMERE

יולעט HEWLETTדי פרומע אידן וואוינען בעיקר אין לארענס, סידערהערסט און וואודמיר.

קרוין הייטס

קרוין הייטס איז א געגנט אין ברוקלין, ניו יארק סיטי. אין קרוין הייטס געפינט זיך "770" דער ביהמ"ד פון ליובאוויטשער רבי'ן, און דאס הארץ און צענטער פון די דריי צענטראלע מוסדות פון ליובאוויטש - מחנה ישראל, אגודת חסידי חב"ד, און ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש.

אין קרוין הייטס וואוינען ארום 3,000 יידישע משפחות, צווישן צענדליגע טויזנטער גוים.

שומרים

חברה שומרים איז א שמירה אָרגאַניזאַציע וואס אירע חברים היטן די גאסן קעגן קרימינאלן און פארברעכער זאלן נישט טשעפענען די אידישע געגנטער ווי קראון הייטס, בארא פארק, וויליאמסבורג, און פלעטבוש, לעיקוואד

שטעטל

שטעטל מיינט א קליינע שטאט.

מען ניצט דאס ווארט שטעטל א סך פאר די שטעטלעך אין אייראפע וואו אלע אידישע איינוואוינער ווייסן וואס טוט זיך ביי יענעם אין טאפ.

הײַנט אין מאדערענער אמעריקע איז אויך נאכגעמאכט געווארן דורך חסידים די באגריף מיט אויפשטעל פון קאשוי, טאהש, און קרית יואל, סקווירא. און אזוי ווייטער.

אט האט איר א שיין זייטל וואס האט בילדער פון אמאליגן שטעטל לעבן. [1]

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.