פילאדעלפיע

פֿילאַדעלפֿיע (ענגליש: Philadelphia) איז די גרעסטע שטאט אין פענסילוועניע און די זעקסטע מערסטע באפעלקערשטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין 2010, איז די באפעלקערונג פון דער שטאט געווען איבער 1.52 מיליאן.

פון 1790 ביז 1800 איז פילאדעלפיע געווען די הויפטשטאט פון די פאראייניגטע שטאטן.

פֿילאַדעלפֿיע (שטאָט)
Philadelphia
Flag of Philadelphia, Pennsylvania Seal of Philadelphia, Pennsylvania
Philly skyline

הימל־ליניע
מדינה / טעריטאריע Flag of the United States.svg פאראייניגטע שטאטן
גרינדונג דאטע 27סטן אקטאבער 16782
קאארדינאטן 39°57′12″N 75°10′12″W / 39.95333°N 75.17000°Wקאארדינאטן: 39°57′12″N 75°10′12″W / 39.95333°N 75.17000°W
בירגערמייסטער מייקל נאטער
שטח 326 קוואדראט ק"מ
הייך 12 מעטער
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטאָט

1,526,006‏
צייט זאנע UTC-5
http://www.phila.gov

רעפערענצן

קאארדינאטן: 39°57′12″N 75°10′12″W / 39.95333°N 75.17000°W

ֿ

15טן פעברואר

דעם 15טן פעברואר איז דער 46סטער טאג פון יאר אין דער זיבעטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 319טעג (320 אין אן עיבור־יאר).

1777

‏1777 איז דאס 77סטע יאר אינעם 18טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1777 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 11 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

1790

‏1790 איז דאס 90סטע יאר אינעם 18טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1790 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 11 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

26סטן סעפטעמבער

26 אין סעפטעמבער איז דער 269סטער טאג פון יאר (270סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 96 טעג.

6טן דעצעמבער

דער זעקסטער דעצעמבער איז דער 340סטער טאג פון יאר (341סטער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 25 טעג.

אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע

דער אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע (ענגליש: University of Pennsylvania), באקאנט מיטן ביינאמען פען (Penn) אדער יו-פען (UPenn), איז א פריוואטער אמעריקאנישער אוניווערסיטעט אין דער שטאט פילאדעלפיע, פענסילוועניע. ער איז א מיטגליד אין דער פליושטש-ליגע, און ווערט גערעכענט פאר איינער פון די בעסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. דער אוניווערסיטעט איז אנערקענט אלס דער ערשטער אין די פאראייניגטע שטאטן מיט שטודיעס פאר סיי אן ערשטן דיפלאם סיי א צווייטן דיפלאם, און ווי דער פערט-עלצטער אנשטאלט פאר העכערער בילדונג אין די פאראייניגטע שטאטן.

9 מיטגלידער פון דעם פאקולטעט אדער געוועזענע סטודענטן פון דעם אוניווערסיטעט זענען באלוינט געווארן מיט א נאבעל פריז. דורך זיין לאנגער היסטאריע האט דער אוניווערסיטעט געהאט פיל אנגעזעענע גראדואנטן, צווישן זיי 13 ראש מלוכות (כולל צוויי פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן, וואס איינער פון זיי איז דער היינטיגער פרעזידענט דאנאלד טראמפ), 3 ריכטער פון דעם העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן און ריכטער פון דעם העכסטן געריכט פון אנדערע לענדער, גרינדער פון טעכנאלאגיע פירמעס, און אינטערנאציאלע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, פרעזידענטן פון אוניווערסיטעטן און 18 מיליארדערן.‏איינע פון די פירענדע שולעס פון ביזנעס פארוואלטונג (MBA) איז ווארטאן, וואס געהערט צום אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע.

טשערנאבילער גזע

טשערנאביל אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל באקאנט אלס דער מאור עינים, דער גרינדער פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. עס איז באקאנט אז אין רוסלאנד און פוילן פאר דער ערשטער וועלט קריג זענען געווען מער ווי א האלב מיליאן חסידים וואס האבן אנבאלאנגט צו די הויפן פון דער טשערנאבילער גזע.

יושע פישמאן

יושע אהרן "שיקל" פֿישמאן (18טן יולי 1926 פילאדעלפיע – 1טן מערץ 2015, י' אדר תשע"ה, בראנקס) איז געווען וועלט-בארימט אלס א ברייט-פארצווייגטער ווייט-גרייכנדער יידישיסט און לינגוויסט, אין אמת'ן אריין נישט נאר לטובת יידיש נאר אויך א כללית'דיגער עסקן פאר אלע מיניאריטעט שפראכן.

ער איז געבוירן אין האט געוואוינט אין פילאדעלפיע דארטן זיך געהאדעוועט אין פובליק שולע אבער זיין אידישיסטישער טאטע האט אין אים אנגעצינדן א רייץ אן אהבה צו דער אידישער מאמע לשון - יעדן טאג ביים נאכטמאל האט ער געהאקט אין טיש און געפאדערט פון די קינדער: וואס האט איר היינט אויפגעטאן פאר אונזער יידישער שפראך?!

אלס בחור האט ער געלערנט תורה עם דרך ארץ אין ישיבה אוניווערסיטעט.

אין 1948 איז ער געווען א תלמיד פון דעם גרויסן יידישן לינגוויסט מאקס וויינרייך.

ער האט באקומען א דאקטאר טיטל אין דער שטודיע פון מיניאריטעט חינוך.

אין 1951 האט ער געהייראט געלא שווייד (1925-2017).

ער איז געווען אן סגן פראפעסער אויף פסיכיאלאגיע אין די אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע און האט שפעטער פארנומען א סך פראפאסארישע שטעלעס אין פארשידענע אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע אינעם לינגוויסטיק געביט.

ער האט שוין אפגעשריבן הונדערטער ווערק און ארטיקלען לגבי וויאזוי צו ראטעווען - און בכלל ארום דעם מצב פון קליינע שפראכן.

ליטל ראק

ליטל ראק (ענגליש: Little Rock, ד.ה. "קליינער שטיין") איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון דעם שטאַט ארקענסא אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, פלאצירט אויפן דרום ברעג פונעם ארקענסא טייך. אין 2010 האבן געוואוינט דארטן 193,524 מענטשן.

מאנטגאמערי איז געגרינדעט געווארן דעם 3טן דעצעמבער 1819 מיטן צונויפגאס פון נייע פילאדעלפיע מיט מזרח אלאבאמא שטאט.

אין 1821 איז ליטל ראק געווארן די הויפטשטאט פון דער ארקענסא טעריטאריע.

ליסטע פון שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן לויט באפעלקערונג

פאלגנד איז א ליסטע פון די מערסטע באפעלקערטע שטעט און שטעטלעך אין די פאראייניגטע שטאטן.

די שטאָט באפעלקערונג איז אזוי ווי געשאצט דורכן פ"ש צענזוס־ביוראָ דעם 1טן יולי 2013.

מאנטגאמערי

מאנטגאַמערי (ענגליש: Montgomery) איז די הויפטשטאט פון דעם שטאַט אלאבאמא אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, פלאצירט אויפן אלאבאמא טייך. אין 2006 האבן געוואוינט דארטן 201,998 מענטשן.

מאנטגאמערי איז געגרינדעט געווארן דעם 3טן דעצעמבער 1819 מיטן צונויפגאס פון נייע פילאדעלפיע מיט מזרח אלאבאמא שטאט.

דעם 28סטן יאנואר 1846 איז מאנטגאמערי געווארן די הויפטשטאט פון אלאבאמא.

מאקאראוו (הויף)

מאקארעוו אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע) איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבי'ס פון דער מאקארעווער דינאסטיע וואס ציט זיך פון רבי מנחם נחום טווערסקי, וואס איז אן אפצווייג פון טשערנאבל.

נועם כאמסקי

אברהם נועם כאמסקי (ענגליש: Noam Chomsky נועם טשאמסקי; געבוירן דעם 7טן דעצעמבער 1928 אין פילאדעלפיע) איז אן אמעריקאנער ייד, א לינגוויסט, פילאסאף און לאגיקער.

ער איז א לינקער ליבעראלער פראפעסאר עמעריטוס אין מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע, און א פראפעסאר אינעם אוניווערסיטעט פון אריזאנע.

כאמסקי איז געבוירן געווארן אין אן אשכנזישער משפחה אין פילאדעלפיע. ער האט שטודירט לינגוויסטיק אינעם אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע, וואו ער האט באקומען די דיפלאמען BA, MA און PhD. פון 1951 ביז 1955 איז ער געווען אין הארווארד אוניווערסיטעט. ער האט געשאפן די כאמסקי היערארכיע, א סיסטעם פאר קלאסיפיצירן פארמאלע שפראך.

אין 1949 האט ער געהייראט קאראל דאריס ש"ץ (געשטארבן 2008) און אין 2014 האט ער געהייראט וואלעריא וואסערמאן.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן בלויז די פֿאַראײניקטע שטאַטן—איז אַ פעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפּובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאָלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט האוואי איז אין דעם פּאציפישן אָקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אָקעאן און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפישן און אינעם קאראאיבישן ים.

דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

די פאראייניגטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאָן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאָן קוואדראט מײל), איז דאָס דריטע אָדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאָטאלן שטח, און דאָס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאָן אײנוואוינער, דאָס דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".

דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די אמעריקאנישע רעוואלוציע. דעם 4טן יולי 1776 האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט, וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.

במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.

די עקאָנאָמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאָנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאָן דאָלאר – 19% פונעם גלאָבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פּאריטעט, פון 2011.די עקאָנאָמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטורליכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטער אינפראסטרוקטור, און הויכן פּראדוקטיוויטעט;. דאָס לאנד איז נאָך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס. עס גיט ארויס 39% פון דער גלאָבאלער מיליטערישער אויסגאבע, און איז א פּראָמינענטע עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטליכער פאָרשונג און טעכנאָלאָגישער אינאָוואציע.

פילאדעלפיע ישיבה

פֿילאַדעלפֿיע ישיבה (פולער נאמען: די תלמודישע ישיבה פון פֿילאַדעלפֿיע) איז איינע פון די חשובע ליטווישע ישיבות אין אמעריקע. דער צענטראלער קאמפוס פון דער ישיבה געפינט זיך אין אווערברוק, פילאדעלפיע.

די היינטיקע ראשי ישיבה זענען הרב שמואל קאמינעצקי (זון פון הרב יעקב קאמינעצקי), רבי שמעון יהודה שוויי און רבי שלום קאמינעצקי.

די ישיבה אנטהאלט סיי א ישיבה קטנה סיי א ישיבה גדולה.

תורה ודעת

ישיבת תורה ודעת (אדער "מתיבתא תורה ודעת") איז א חרדישע ישיבה וועלכער געפינט זיך אין קענסינגטאן, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.