פורת יוסף

פורת יוסף איז א ספרדישע ישיבה גדולה אין ירושלים וואס ווערט באטראכט אלס די ״פֿאָנשיף״ פון דער ספרדיש-חרדישער ישיבה וועלט. די ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין תרפ״ג אינעם יידישן קוואַרטאַל פון ירושלים.

Jerusalem P1080297 (5149008999)

וועבלינקען

1970

‏1970 איז דאס 70סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1970 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

1970 איז געווען א נארמאל יאר וואס האט אנגעהויבן דאנערשטאג.

25סטן מיי

דעם 25סטן מיי איז דער 145סטער טאג פון יאר (146סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 220 טעג.

ב' אייר

היום שבעה עשר יום שהם שני שבועות ושלשה ימים לעומר.

באגדאד

באגדאד איז די הויפט שטאט פון איראק. זי האט א מעטראפליטען געגענט וואס דינט די אומגעגענט פון א פאפולאציע פון גאנץ באגדאד מיט אירע איבער זיבן מיליאן מענטשן.

זי איז די גרעסטע שטאט אין גאנץ איראק, און די צווייטע גרעסטע שטאט פון דער אראבישער וועלט (נאך קאירא). און די צווייטע גרעסטע שטאט אין דרוםמערב אזיע (נאך טעהראן).

זי איז לאקירט אויפן טיגריס, די שטאט ציילט זיך צוריק לכל הפחות פונעם אכטן יארהונדערט, און מעגליך נאך פאר איסלאמישע צייטן. זי איז איצט אונטער שווערע אטאקעס מצד טעראריסטן פון על קעאידא און סתם דערביטערטע קעגןארטיקע פראקציעס וואס פירן צווישן זיך א ברודער קריג אין די ראמען פון דער איראק מלחמה. מען האט אויפגעשטעלט א גרינע זאנע אין דערמיט ארומגענומען מו א חומה בצורה נישט אריינלאזן די באוואפאנטע זעלבסט מערדער זיך אויפרייסן אין די וויכטיגע רעגירונג געביידעס, אבער די ראקעטן רעגענען טעגליך אויף די פאזיציעס פון די דרויסענדע ווענט.

בן ציון אבא שאול

הרב בן-ציון אבא-שאול (כ"ט תמוז ה'תרפ"ד - י"ט תמוז ה'תשנ"ח) איז געווען ראש ישיבה פון פורת יוסף אין ירושלים און א ספרדישער פוסק. ער איז באטראכט געווארן ווי דער ספרדישער ״חזון־איש". ער איז געווען ווייט פון פובליסיטי, פון עפענטליכע אויפטריטן און זעלטן ווען געמאכט ״העדליינס״. ער האט געהאט בלויז איין און איינציקן אינטערעס, דינען דעם אויבערשטן. און דאס בעיקר דורך מרביץ תורה זיין און שטארקן די שמירת־המצוות צווישן די עדה׳ס פון די ספרדישע אידן.

הויפט זייט/ג' שבט

ה'תר"ע - געבוירן הרב יהודה צדקה, ראש ישיבת פורת יוסף, און מנהיג פונעם ספרדישן ציבור

הר המנוחות

הר המנוחות איז דער בארג נעבן גבעת שאול געגנט אין מערב ירושלים, עס איז דער הויפט בית החיים פאר ירושלים.

דאס בית עולם האט מען געעפנט אין יאר 1951, ווען מען האט נישט געהאט קיין צוטריט צו הר הזיתים. ס'איז איינגעטיילט צווישן די פרושים ח"ק, חסידים ח"ק און ספרדים ח"ק.

צווישן די וואס ליגן אין דעם חלקת הרבנים אין הר המנוחות זענען דער בעלזער רב און הרב משה פיינשטיין.

חסידות

חסידות איז אַ שטרעמונג וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן בעל שם טוב, באַזירט אויף יסודות אין תורת הקבלה. די יסודות פון חסידות זענען צו דינען דעם באשעפֿער מיט אינערלעכקייט פֿון האַרץ. חסידות

האט שטאַרק באַטאָנט לויטערקייט פון האַרץ, אַהבת ישׂראל, און התקשרות און אמונה אין צדיקים. אַן עקסטערן דגוש ווערט געלייגט אויף שבירת המדות, אויסצורײַסן גאווה, כּעס, א.ד.ג. און זיך ברעכן די תּאוות הגשמיות.

חסידים זענען די ייִדן וואָס פֿירן זיך לויט די אויבנדערמאָנטע יסודות פון דרך הבעש"ט.

דער ריכטיקער אָפּטײַטש פֿון דאָס וואָרט חסיד איז פֿון מתחסד עם קונו, ד.ה. ער טוט מער ווי מען ברויך צו טאָן כּלפּי די חובות היהודי לבוראו.

ט"ו אדר

פורים אין ירושלים—אין אנדער ערטער הייסט דער טאג שושן פורים

ט"ו אדר ב'

פורים אין ירושלים, שושן און אלע שטעט מיט א מויער אין די טעג פון יהושע בן נון—אין אנדערע ערטער הייסט דער טאג שושן פורים.

יהודה צדקה

הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה (ג' שבט תר"ע - י"ב חשוון תשנ"ב; 13טן יאנואר 1910 - 20סטן אקטאבער 1991) איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרדישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורני נעצווערק.

יעקב יוסף פון פולנאה

רבי יעקב יוסף (כ"ץ) פון פולנאה זצ"ל (ה'תנ"ה - ה'תקמ"ב), רב אין פאלאנע. באקאנט אלס דער תולדות.

עובדיה יוסף

הרב עובדיה יוסף גערופן מרן, מרן מלכא (י"ב תשרי ה'תרפ"א, באגדאד - ג' חשוון ה'תשע"ד, ירושלים)‏ איז געווען א חרדישער ספרדישער תלמיד חכם און פוסק, תלמיד פון הרב עזרא עטייה, און איינער פון די גייסטליכער פירער פון די ספרדישע געמיינדעס. פון תשל"ג ביז תשמ"ג האט ער געדינט ווי דער ספרדישער הויפט רב פון ישראל, דער "ראשון לציון", און ער איז געווען דער גייסטלעכער פירער פון דער ש"ס פארטיי.

ער איז געווען באוואוסט פאר זיין לייכטן שטאנדפונקט וואס ער האט גענומען אין הלכה, וואו ער פלעגט שטענדיג מקיל זיין, אפילו ווען דאס איבערוועגנדיקער מערהייט פון פוסקים זיינען מחמיר, א זאך וואס האט אים באווייטערט פון מערערע פרומע קרייזן, אויך פון צעווישן די ספרדישע.

ער איז געווען באוואוסט פאר זיינע שארפע רעמארקן, וואס האבן אסאך מאל ענטהאלטעט רעסיסטישע געדאנקען, קעגן אנדערע יידישע קרייזן און פרעזענלעכקייטן, איינרעכענענדיק רבנים אדמו"רים און מקובלים, ווי אויך קעגן ניט אידן, און זיינען אפט מאל קאנדעמנירט געווארן דורך אידישע ארגינעזאציעס ארום דער וועלט אלס האס רייד. זיינע אנההענגער און מיטגלידער פון זיין פארטיי פארטיידיקן אים, און ערקלערן אז ער האט זיך ניט געמיינט צו אנטשעפן מיט אנדערע, נאר אז זיין סטייל פון רעדן איז געווען א שארפע, און אז אזוי איז דער סטייל פון רעדן ביי די אפשטאמיקע פון אראבישע לענדער.

ער האט געלערנט אין דער ישיבה פורת יוסף אלס בחור אונטער הרב עזרא עטייה, און זיך געדרייט צווישן די קנאים אויס אומצוטרוי וואס די ערליכע ספרדים פון יענע צייטן האבן געהאט קעגן די ציונים פארן אפווישן זייער מסורה.

ער איז געווען פון די באוואוסטע בעלי השפעה אין ספרדישע קרייזן, מיט אומגעפער 11 מאנדאטן פון דער ש"ס פארטיי.

עזרא עטייה

הרב עזרא עטייה (ארויסגערעדט אַטיע; י"ז שבט ה'תרמ"ז - י"ט אייר ה'תש"ל, 11טן פעברואר 1887 - 25סטן מיי 1970) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת פורת יוסף גערופן חכם עזרא.

רפאל שלמה לאניאדא

הרב רפאל שלמה לאַניאַדא (ה'תרל"ו – ה'תרפ"ה) איז געווען א מקובל, דער ערשטער ראש ישיבה פון די פורת יוסף און "אוהל מועד" ישיבות, און א מיטגליד פון דער וועד פון דער ספרדישער געמיינדער ירושלים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.