פארלאמענט

צו מיינט איר װיקיפּעדיע:פארלאמענט?

US Capitol
דאס קאפיטאָל פארלאמענט הויז אין וואשינגטאָן, אמעריקע
Knesset
"די כנסת" - דאס פארלאמענט הויז אין ירושלים, מדינת ישראל.

פארלאמענט איז דאס הויז וואו עס זיצן די פארלאמענטע מיטגלידער כדי צו באוואכן די אקציעס פונעם רעגירונג, און אויב זיי ווילן, קענען זיי אומווארפן די רעגירונג און פאדערן נייע וואלן. אבער געווענטלעך איז דא א קאאליציע וואס וויל נישט אומווארפן די רעגירונג.

עס זיינען דא פארלאמענטן אין געוויסע מדינות (ווי צ.ב. אין מדינת ישראל) וואס די חברי כנסת באשטימען אויך די געזעצן פונעם רעגירונג. ד.ה. דער "געזעץגעבער אויטאריטעט" מיט דער "אויספירער אויטאריטעט" זיינען ענדליך (זעט: אויטאריטעט צעטיילונג), און נאר דאס געריכט איז אייניג.

א פאַרלאַמענט איז א לעגיסלאטורע הויס, בעזונדערס אין די לענדער, זידעם סיסטעם איז רעפובליק אָדער דעמאָקראטיע.

דער נאמען איז פֿון דעם פראנצויזישן וואָרט "פארלע", וואס איז טייטש :זאָגן.

דאס בריטישע פארלאמענט איז אלס די ערשטען פארלאמענט אין די וועלט געווען. דאס בריטישע פארלאמענט איז די מאָדעל וור די אנדערשטען פארלאמענטישע סיסטעמע, און זיינע טאטען האָבן א סאך אנדערע פארלאמענטע געשאפן.

דאס ערשטע ענגלישע פארלאמענט וורדע ווערנד דער רעגיערונג פֿון קעניג הענרי III אים 13 יאהרהונדערט געבילדעט.

די פארלאמענטע מיטגלידער זינד די מענער און די פֿרויען, די דען טיפֿפונקט אין די מדינה (אים שטאט) מאכען. זי זינד און שטאטזאנגעהעריגען אָדער רעגיאָנאלע וואלען געוואהלט (העברעאיש: בחירות).

דער מיניסטערפרעזידענט (העברעאיש: "ראש ממשלה") פֿון די נאציאָן איז פֿאסט אימער דער לײַטער פֿון די מעהר גרויסע פארטי אים פארלאמענט.

פארלאמענט קענען מיט קאָנגרעס, אָדער סענאט, אלס דאס מאָדעל פֿון אמעריקע זײַן.

דאס ישראלישע פאלאמענטע איז די כנסת, אין העברעאיש: "הכנסת" גערופען, אונד עס גיבט 120 פארלאמענטע מיטגלײַדער, די דארין ארבעטן.

13טן אפריל

דעם 13טן אפריל איז דער 103טער טאג פון יאר (104טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 262 טעג .

13טן מיי

דעם 13טן מיי איז דער 133סטער טאג פון יאר (134סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 232 טעג.

21סטן יאנואר

21 יאנואר איז דער 21סטער טאג פון יאר, אין דער דריטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 344 טעג (345 אין אן עיבור־יאר).

2טן אקטאבער

דעם 2טן אקטאבער איז דער 275סטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר (276סטער אין אן עיבור־יאר). ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 90 טעג.

5טן יולי

דעם 5טן יולי איז דער 186סטער טאג פון יאר (187סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 179 טעג .

9טן מיי

דעם 9טן מיי איז דער 129סטער טאג פון יאר (130סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 236 טעג.

אינדיע

‫אינדיִע, אפיציעל די רעפובליק פון אינדיע (ענגליש: Republic of India; הינדוסטאני: भारत गणराज्य בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ), איז אַ לאַנד אין דרומדיקער אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז ניו דעלי. אין איר הונדערטער שפּראכן זיינען גערעדט. זי איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און זי האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג. זי איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט.

אינדיע גרענעצט פאקיסטאן צו מערב, כינע, נעפאל און בהוטאן צו צפון־מזרח, מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח, און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום־מזרח, דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום־מערב.

פיר וועלט רעליגיעס—הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם—שטאמען פון דאנעט; יידישקייט, זאראאסטריזם, קריסטנטום און איסלאם זענען אהער געקומען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אינדיע איז געווארן זעלבשטענדיק פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום 1947, דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער. 80 פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע.

איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש, ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע, האט מען אדאפטירט ענגליש, אלס די אפציעלע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט, היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט.

דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו, פון 1947 ביז 1964.

די אינדישע עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

אינדיע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק, רעגירט דורך א פארלאמענטארער סיסטעם, מיט 29 שטאטן און 7 פארבאנד טעריטאריעס.

אינדיע איז א גרינדער מיטגליד פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע, און האט אונטערגעשריבן דעם קיאטא פראטאקאל.

אנדארע

אַנדאָרע, אפיציעל די פרינציפאַליטעט פון אַנדארע, איז אַ לאַנד אין די פירענעען בערג אין אײראָפּע, צווישן פראנקרייך און שפאניע. איר הױפּטשטאָט איז אַנדאָראַ לאַ װײאַ. די אפיציעלע שפראך איז קאטאלאניש. אנדארע האט דער צווייטער גרעסטער דערווארטעטער לעבנס־געדויר אין דער וועלט, 82.1 אין 2009. די צוויי פרינצן פון אנדארע זענען דער פרעזידענט פון פראנקרייך און א שפאנישער בישאף, אבער, זייט 1993, ווערט דאס לאנד געפירט דורך א פרעמיער מיניסטער און א פארלאמענט.

דרום אפריקע

דרום אַפֿריקע, אפיציעל די רעפובליק פון דרום אפריקע (אפריקאנס: Republiek van Suid-Afrika, ענגליש: Republic of South Africa, זולו: iRiphabhuliki yaseNingizimu Afrika), איז דאס לאנד וואס געפינט זיך ביים דרום שפיץ פון אפריקע. זי גרענעצט זיך מיט די אטלאנטישן און אינדיאנער אקעאנען אויף א בארטן־ליניע לאנג 2,798 קילאמעטער, און מיט די לענדער נאמיביע, באצוואנע, זימבאבװע, מאזאמביק, סוואזילאנד און לעסאטא (אן אומאפהענגיק לאנד אינגאנצן ארומגערינגלט פון דרום אפריקע). דרום אפריקע איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. די עקאנאמיע פון דרום אפריקע איז די גרעסטע אין אפריקע און די 24סטע גרעסטע אין דער וועלט. דערפאר איז זי די מערסט אנטוויקלט לאנד - סאציאליש, עקאנאמיש און אינפראסטרוקטואליש - אויפן קאנטינענט.

די גרעסטע שטאט איז יאהאניסבורג. דרום אפריקע האט דריי הויפטשטעט: דער פארלאמענט איז אין קאפשטאט, די רעגירונג זיצט אין פרעטאריע און דאס העכסטע געריכט איז אין בלומפאנטיין.

ס'זענען פאראן 11 נאציאנאלע שפראכן; די ערשטע צוויי זענען אפריקאנס און ענגליש.

די געשיכטע פון דרום אפריקע איז גאנץ אנדערש פון די אנדערע אפריקאנישע לענדער וויבאלד די אימיגראציע פון אייראפע האט אנגעהויבן גאר פרי, ווי אויך די סטראטעגישע וויכטיקייט פון דעם ים וועג ארום דעם קאַפ.

די עקאנאמיע פון דרום־אפריקע איז די צווייט גרעסטע אין אפריקע, און די 34סט גרעסטע אין דער וועלט.

דער היינטיקער פרעזידעט פון דרום אפריקע איז יאקאב זומא.

האלאנד

האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ קליין לאַנד אין אײראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון מער ווי 16 מיליאן. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".

די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם, דען האג און ראטערדאם. אַמסטערדאַם איז די הױפּטשטאָט , אבער די רעגירונג און פארלאמענט זיצן אין דען האג.

דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע–אזוי גרויס ווי די נעקסט דריי גרעסטע צוזאמען.

די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.

האלאנד איז זייער א פלאך לאנד; נאר 50% פונעם לאנד איז מער ווי איין מעטער איבער דם ים־פלאך. אומגעפער 17% פונעם שטח פון לאנד איז פריער געווען וואסער (ים און אזערעס) און מענטשן האבן געמאכט דארט א יבשה.

האלאנד האט גאר א גרויסע באפעלקערונג ענגקייט פון 406 מענטשן א ק"מ2. האלאנד איז דער וועלטס צווייטער גרעסטער עקספארטירער פון עסן און לאנדווירטשאפט פראדוקטן, נאך די פאראייניגטע שטאטן, א דאנק וואס זיין ערד איז גוט פרוכפערדיק און דאס לאנד האט א צארטן קלימאט.

האלאנד איז איינע פון די ערשטע לענדער אין דער וועלט צו האבן א געוויילטן פארלאמענט; זייט 1848 איז זיין רעגירונג א פארלאמענטארע דעמאקראטיע און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע. האלאנד ווערט גערעכנט א גאנץ ליבעראל לאנד.

האלאנד איז א גרינדער מיטגליד אין די אייראפעישער פארבאנד, אייראזאנע, G-10, נאטא, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און וועלט האנדל ארגאניזאציע. פינף אינטערנאציאנאליע געריכטן זענען פלאצירט אין האלאנד, ווי אויך די אייראפעישע קרימינעל אינטעליגענץ אגענטור אייראפאל. האלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע.

האלאנד האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, און ראנגירט 17ט צווישן 177 לענדער לויטן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט.

וואלן

צו מיינט איר װיקיפּעדיע:וואלן?וואלן איז די פאליטישע באשליסונג ווי מענטשן שטימען צו ערוועלן א פאליטישן קאנדידאט אדער פארטיי וואס זאל פירען א רעגירונג.

בירגער אנטיילונג בײַ אַ פארלאמענט אדער רעפובליק איז איינע פון די גרונדענע יסודות אין פאליטישע דעמאקראטישע רעגירונג צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דעם פירונג פון זיין רעגירונג, וואס ווערט דורכגעפירט דורך דעם וואס דער בירגער קען אויסקלייבן די פירערס פון דאס רעגירונג ביי די האפיגע וואלן.

די גאנג, איז אבער נישט אן העכטע דעמאקראטיע, ווייל נאך וואס דער בירגער האט אויסגעקליבן זיין באשטימטן פירער, קען דאך זיין באשטימטער פירער אויסמאכן געזעצן לויט ווי עס גלוסט זיך אים אָן זיך באטייליגן מיט זיינע אויסוויילערס. אלזא, וויבאלד די בירגערס זיינען אזוי פיל מיליאנען, איז דאך זייער שווער צו איבערגעבן דאס מעגלעכקייט פאר די בירגערס צו זיך באטייליגן מיט יעדן געזעץ אינעם רעגירונג, און דערפאר האט מען באשטימט זאלן זיין נאר עטליכע צענדליגע פירערס (120 אין מדינת ישראל) וואס וועלן ווערן אויסגעקליבן דורך די בירגערס.

היינט וואס די טעכנעלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, שטעלט זיך א פראגע פארוואס זאל מען נישט געבן פאר יעדן בירגער אן ערלויבונג צו זיך באטייליגן אויך מיט יעדע פארשלאג צו אפשטימען אן אייגענעם מיינונג. און דאס הייסט דירעקטע דעמאקראטיע - ווייל עס איז דירעקט אן קיין מעקלער.

וועסטמינסטער אונטערגרונט סטאנציע

וועסטמינסטער (Westminster) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע פלאצירט אין דער סיטי פון וועסטמינסטער וואס איז באדינט דורך דריי ליניעס: די דיסטריקט, יובילי און קרייז ליניעס.

די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1 און געפינט זיך נאנט צו די הייזער פון פארלאמענט, ווייטהאל און דעם לאנדאנער אויג.

טאנזאניע

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע (סוואהילי: Jamhuri ya Muungano wa Tanzania) איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרענעצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען. דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.פון זעלבשטענדיקייט ביז 1996 איז די בארטן שטאט דאר עס סאלאאם געווען די פאליטישע הויפטשטאט. היינט בלייבט דאר עס סאלאאם די פרינציפעלע קאמערציעלע שטאט פון טאנזאניע, און רוב רעגירונג אינסטיטוציעס זענען נאך דארטן. זי איז דער הויפט ים־פארט פארן לאנד און זיינע לאנד איינגעשלאסענע שכנים.

סקאטלאנד

סקאָטלאַנד אָדער שאָטלאַנד (ענגליש: Scotland; גאַליש: Alba אַלבּאַ) איז אַ לאַנד װאָס איז אַ טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. עס איז אין צפון־פונעם אינזל גרויסבריטאניע. סקאָטלאַנד האט אַ לאנד גרענעץ מיט ענגלאנד. סקאָטלאַנד האט בארטנס אױף דעם צפון ים צו מזרח, דער אטלאנטישן אקעאן צו מערב און אױך דעם אירישן ים צו דרום־מערב.

סקאָטלאַנד איז אמאל געװען אן אומאפהענגיק לאנד מיט אן אײגענער רעגירונג. יעצט אבער איז עס איינער פֿון די פיר טײלן פֿון דעם פאראײניגטן קעניגרײך. אין יאָר 1603 איז דער מלך פון סקאָטלאַנד זשיימס דער זעקסטער פון סקאטלאנד געװארן אױך מלך איבער ענגלאנד. אין 1707 האָט דער פארלאמענט פון סקאָטלאַנד באהאפֿטן מיטן ענגלישן פארלאמענט צו װערן דער פאלאמענט פֿון גרויסבריטאניע, און אין 1801 האָט גרויסבריטאניע פֿארבונדן מיט אירלאנד צו װערן דאָס פאראײנגטע קעניגרײך פֿון גרױסבריטאניע און אירלאַנד. כאטש סקאָטלאַנד איז נישט אומאפהענגיק, דורכאױס זײַן היסטאריע האָט סקאָטלאַנד געהאט אן אײגענע געזעץ סיסטעם און אן אײגענע שולע סוסטעם, און אן אײנציקן קולטור.

זײט 1999 האָט סקאָטלאַנד אן אײגענעם פארלאמענט. טראץ דעם װערן אסאך זאכן געפירט פֿון דעם װעסטמינסטער פארלאמענט אין לאנדאן, ענגלאנד. טײל מענטשן אין סקאָטלאַנד האַלטן אז דאָס לאַנד זאל װערן נאכאמאל אומאפהענגיק.

צפון סקאָטלאַנד האָט פֿיל בערג, און װײניג מענטשן װאױנען דארט. רוב מענטשן װאױנען אינעם נידריגן צענטראלן שטח, אָדער ארום דעם בארטן. ארום דעם מערב בארטן און צו צפון־זענען דאָס אסאך אינזלען.

די הױפטשטאט פֿון סקאָטלאַנד איז עדינבורג, אױפן מזרח בארטן, אבער די גרעסטע שטאָט איז גלאזגוי. כמעט העלפט פֿון סקאָטלאַנד׳ס באפעלקערונג װאױנען אין גלאזגױ אָדער דעם ארומיגן שטח. אנדערע שטעט אין סקאָטלאַנד זענען אבערדין, דונדי, אינװערנעס, סטירלינג און פערטה.

די באפעלקערונג פֿון סקאָטלאַנד איז 5,194,000 (אפגעשאצט 2009)

עסטרייך

דאָס עסטרײַך (דײַטשיש: Österreich) , אפיציעל די רעפובליק פֿון עסטרײַך (דײַטשיש: Republik Österreich) איז אַ פעדעראלע רעפובליק וואס איז א לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל-אײראָפּע. זיין הויפטשטאָט איז וויען. עס וואוינען דאָרט מער ווי 8.5 מיליאָן מענטשן, פון זיי עטליכע טויזנט יידן. (רוב פון די אידן וואוינען אין דער הויפטשטאט וויען).

עסטרייך גרענעצט מיט אכט לענדער: דייטשלאנד און טשעכיי פון צפון, סלאוואקיי און אונגארן פון מזרח, סלאוועניע און איטאליע פון דרום, און שווייץ און ליכטנשטיין פון מערב.

עסטרייך באדעקט א שטח פון 83,879 קוואדראט ק"מ. דאס לאנד ליגט אין די אלפן און איז איבעראל בערגיק; נאר 32% פון לאנד איז נידריגער ווי 500 מעטער, און דער העכסטער פונקט איז 3,798 מעטער איבערן ים־פלאך. די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדט א בייערישן דיאלעקט פון דייטש ווי זייער מוטערשפראך, און די אפיציעלע שפראך איז עסטרייכישע דייטש. אויך אונגאריש און סלאוועניש זענען אפיציעלע שפראכן אין טייל פון לאנד.

עסטרייך האט א היסטאריע וואס גייט צוריק מער ווי טויזנט יאר, פונעם 9טן יארהונדערט.

אין דעם 19טן יארהונדערט האט געהערשט אין עסטרייך די האפסבורג דינאסטיע, און עסטרייך איז געווארן איינער פון די גרויסער קראפטן פון אייראפע. אין 1867, האט דער קייסער פראנץ יאזעף פארוואנדלט די עסטרייכישע אימפעריע אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. די עסטרייך־אונגארישע אימפעריע איז איינגעפאלן אין 1918 ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה. די ערשטע עסטרייכישע רעפובליק איז געגרינדעט אין 1919, מיט א קלענערן שטח לאנד. אין 1938 האט עסטרייך זיך באהאפטן צו נאצי דייטשלאנד אינעם אנשלוס, וואס האט געצויגן ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין 1945, ווען די אליאירטע כוחות האבן אקופירט דאס לאנד. די אקופאציע האט געענדיגט אין 1955 ווען דער עסטרייכישער שטאַט אפמאך האט ווידער אויפגעשטעלט עסטרייך ווי א סואוורענער שטאַט. אין יענעם יאר האט דער עסטרייכישער פארלאמענט דערקלערט די אייביגע נייטראלקייט פון עסטרייך.

היינט איז עסטרייך א פארלאמענטארע דעמאקראטיע וואס באשטייט ניין פעדעראלע שטאטן. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ווין, מיט א באפעלקערונג העכער פון 1.7 מיליאן. עסטרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אין דער וועלט, מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט א מענטש פון $52,216 (געשאצט 2014). דאס לאנד האט א הויכן לעבן סטאנדארט. עסטרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זייט 1955, פונעם אייראפעישן פארבאנד זייט 1995, און האט אדאפטירט די אייראפעאישע וואלוטע , די איירא, אין 1999.

עסטרייך געהערט צו דער שענגען זאנע. אזוי אויך געהערן אלע שכנותדיקע לענדער, קומט אויס אז ביי די גרענעצן פון עסטרייך עקסזיסטירט נישט קיין קאנטראל.

פאליטישע פארטיי

א פּאָליטישע פּאַרטיי איז א פאליטישע געזעלשאַפֿט וואס איז געבויט פון פארטרעטערס אין א פארלאמענט אדער רעפובליק. אין א פארלאמענט שטרעבט זי צו זיין א טייל פון דער קאאליציע.

אין א סאך לענדער, ווי למשל דייטשלאנד און אינדיע, זענען פאראן עטלעכע אנערקענטע פאליטישע פארטייען. טייל לענדער האבן אן איין־פארטיי סיסטעם, ווי כינע און קובע. די פאראייניגטע שטאטן איז פראקטיש א צוויי־פארטיי סיסטעם, וואו אויך די קלענערע פארטייען זענען משתתף; די קאנדידאטן האבן א הויכע דרגא פון אויטאנאמיע. די צוויי וויכטיגע פארטייען זענען די דעמאקראטישע פארטיי און די רעפובליקאנער פארטיי. אויך איז דאס פאראייניגטע קעניגרייך א צוויי־פארטיי סיסטעם וואו קלענערע פארטייען שפילן א ראלע.

אין ישראל הייסט זי "מפלגה".

רשימה פון ישראלישע פאליטישע פארטייען אין די וואלן ט"ז שבט ה'תשס"ט כנסת וואלן 2009

פרעזידענט

פרעזידענט איז דער אנפירער פון א רעפובליק, קארפאראציע און א רעגירונג איז דער פּרעזידענט אויך דער פרעמיער מיניסטער אבער אין א פארלאמענט-רעגירונג, איז דער פרעזידענט באזונדער.

פרעמיער מיניסטער

‫דער פרעמיער מיניסטער איז דער פירער פון דער "אויספירער אוטאריטעט" וואס באשטימט די געזעצן פון דער רעגירונג.

ער ווערט אויסגעקליבן דורך'ן פארלאמענט ביי א פארלעמענטע-רעגירונג, און דורך די בירגער ביי די וואלן ביי א רעפובליק-רעגירונג.

רעגירונג

רעגירונג איז די אינסטיטוציע וואס באשטימט אלע דורכפירונגען אין א מדינה. די רעגירונג איז אחראי אויף די באַוואָפנטע מאַכטן ווי דער מיליטער, פאליציי א.א.וו. (וואס הייסט "די אויספירער אויטאריטעט"), און אין געוויסע דעמאקראטישע מדינות, (ווי צ.ב. מדינת ישראל) באשטימט זי אויך די געזעצן פון דער מדינה (וואס הייסט "געזעצגעבער אויטאריטעט")

אין א פארלאמענט-רעגירונג, שטייט די רעגירונג אונטער דעם פארלאמענט, אזוי אז אויב רוב פון די מיטגלידערס אינעם פארלאמענט שטעלן זיך קעגן דער רעגירונג, פאלט באלד די רעגירונג אונטער און דער פרעזידענט קלייבט אויס איינע פון די מיטגלידערס אין דעם פארלאמענט אויפשצוטעלן א נייע רעגירונג.

די רעגירונג קאנטראלירט פארשידענע טעטיקייטן, למשל האנדל, בילדונג און מעדיצין.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.