עקאנאמיק

עקאנאמיק איז אן אפטייל פון דער באגריף ווירטשאפט (שטאמט פון ווערט שאפן) מיינט דעם מענטשנס אקציעס צו שאפן ווערטע מיטלונגען צו דעם מענטשנס באדארפענישן. עקאנאמיק איז די שטודיע וואס שטודירט די עקאנאמיע.

Money
געלט איז א מיטל פון ווירטשאפט

היסטאריע

ביי דער ענדע פון דעם 19טן יארהונדערט האט זיך די ווירטשאפט זייער אנטוויקלט געווארן, צוליב די גרויסע אנטוויקלונג אין טעכנאלאגיע וואס איז דאן געוועזן, וואס האט זייער אנטוויקלט די האנדלונג, באנקעריי, געבוי, פארוויילונג און נאך.

אסאך פון די בארימטע עקאנאמיסטן זענען יידן.

נאך דעם וועלט ווירטשאפט קריזיס אין די אנהייב 1930ער יארן האט דזשאן מיינארד קינס ארויסגעגעבן זיין בוך "די אלגעמיינע טעאריע פון באשעפטיקונג, פראצענט און געלט". דאס איז שפעטער געווארן איינער פון די יסודות פון מאקראעקאנאמיק.

אינטערנאציאנאלע עקאנאמיק

אינטערנאציאנאלע פינאנצעריי איז א פעלד פון מאקראעקאנאמיק וואס באטראכט דעם שטראם פון קאפיטאל אריבער אינטערנאציאנאלע גרענעצן, און וויאזוי דאס באאיינפלוסט די קורסן. צוליב דער היינטיקער גלאבאליזאציע איז פארגרעסערט געווארן דאס האנדל פון גוטער, דינסטן און קאפיטאל צווישן לענדער.

פארבונדענע טעמעס

עקאנאמיק איז איינע צווישן פארשידענע סאציאלע וויסנשאפטן און איז נאענט צו עקאנאמישע געאגראפיע, עקאנאמישע היסטאריע, ענערגיע עקאנאמיק, פאמיליע עקאנאמיק און אנשטאלט-עקאנאמיק.

וועבלינקען

16טן נאוועמבער

דער 16טער נאוועמבער איז דער 320סטער טאג פון יאר (321סטער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 45 טעג.

31סטן יולי

דעם 31סטן יולי איז דער 212טער טאג פון יאר (213טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר; ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 153 טעג.

8טן יוני

דעם 8טן יוני איז דער 159סטער טאג פון יאר (160סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 206 טעג.

8טן מיי

דעם 8טן מיי איז דער 128סטער טאג פון יאר (129סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 237 טעג.

9טן פעברואר

דעם 9טן פעברואר איז דער 40סטער טאג פון יאר אין דער זעקסטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 325 טעג (326 אין אן עיבור־יאר).

בערזע

די בערזע איז א מארק וואו בערזע-מעקלער האנדלען אקציעס און ווערטפאפירן. די בערזע פירט א ליסטע פון די אקציעס וואס ווערן באהאנדלט דארטן.

אין 1171 האט די רעפובליק פון ווענעדיג געבארגט געלט פון אירע בירגער, מיט 5% צינזן, אבער אן א דאטע ווען זיי וועלן צוריקבאצאלן דאס געלט. במשך דער צייט האבן מענטשן אנגעהויבן צו קויפן און פארקויפן די ווערטפאפירן פונעם בארג, און מיט דעם איז געווארן א מארק פאר ווערטפאפירן.

ברוטא אינלענדישער פראדוקט

דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט (בא"פ אדער GDP) איז א מאס מיט וואס עקאנאמיקערס מעסטן א לאנד'ס גאנצער עקאנאמישער פראדוקציע. ער איז דער ווערט אויפן מארק פון אלע ענדלעכע גוטער און דינסטן געשאפן צווישן די גרענעצן פון א לאנד אין איין יאר.

געלט

געלט איז יעדע זאך מיט וואס מ'קען באצאלן פאר גוטער און דינסטן. אויך מיט וואס מ'קען אפצאלן א חוב.

געלט איז א מיטל צו האנדלען דערמיט.

היינטיקע צייטן איז געלט מטבעות און באנקנאטן, וואס האבן נישט קיין עצמדיקן ווערט, נאר מ'ניצט זיי פאר געלט. דער מערסטער טייל פון געלט איז נישט די מטבעות און באנקנאטן נאר דאס געלט וואס ליגט אין באנק קאנטעס.

האנדל

האַנדל (אדער: מסחר) איז קויפן אדער פארקויפן, געלט אדער ווארען. אין אנהייב פלעג מען בייטן גוטער און סחורה. שפעטער האט מען געהאנדלט מיט מיטלען ווי געלט.

א האנדל קען זיין צווישן צוויי מענטשן, אדער צוויי פירמעס, אדער אפילו צווישן צוויי לענדער.

י"ב סיון

י"ב סיון איז דער צוועלפטער טאג פונעם דריטן חודש.

לאנדווירטשאפט

לאנדווירדשאפט אדער אַגריקולטור איז די אפגעבונג פון אקערן און פלאנצן די ערד, כדי מ'זאל האבן עסן און קליידער.

42% פון דער וועלטס ארבעטסקראפט ארבעטן אין לאנדווירטשאפט.

היינטיגע צייטן איז שייך צו לאנדווירטשאפט אויך וואקסן בלומען, מטריאלן פאר פאבריקאציע (ווי צוקער, עטאנאל און קראכמל), פיברעס (ווי באוול, וואל און זייד), בוימל, טאבאק און נאך.

לאנדווירטשאפט פירעכצן ווי באוואסערונג, גערעטעניש ראטאציע, באמיסטונג, פעסטיצידן און די שטוביקונג פון בעלי חיים זענען אנטוויקלט געווארן שוין לאנג צוריק, אבער זיי האבן שטארק פראגרעסירט אין דעם לעצטן יארהונדערט.

ליסטע פון לענדער לויט פראדוקט ווערדע

דא וועט ווערן געברענגט א ליסטע פון לענדער פון דער וועלט לויט זייער פראדוקט ווערדע (GDP) (די ווערט פון אלע גוטער און דינסטן פראדוצירט אין א לאנד במשך א געוויסן יאר). די GDP דאלאר אפשאצונגען ווערן גערעכנט לויטן קויפן קראפט (PPP).

מלחמה

א מלחמה אדער קריג איז אז צוויי אדער מערערע פארטייען לענדער מענטשן שלאגן זיך ארום.

א ברידער קריג (אדער בירגער קריג) איז א קריג צווישן צוויי פארטייען אינעם זעלבן פאלק.

ביי א קריג אויף דער יבשה הייסט יעדע פארטיי א מיליטער, ביי א ים קריג הייסט יעדע פארטיי א פלאט, און ביי א לופט קריג הייסט יעדע פארטיי א לופטפלאט.

ס'קומט צו א קריג ווען צוויי מדינות האבן א געראנגל וואס זיי קענען נישט לייזן דורך דיפלאמאטישע מיטלען.

נאבעל פריז

נאבעל־פריז זענען אזא סארט אנערקענונג וואס ווערט פארטיילט פאר מענטשן וואס האבן באוויזן אויסגעצייכענטקייט אין ווערדפולע אקציעס און אויפגאבעס. אין די פעלדער פון פיזיק, כעמיע, שלום, ליטעראטור, מעדיצין און עקאנאמיק. דאס ווערט געגעבן נאך וואלן פון טויזנטער באטייליגער.

דאס איז צושטאנד געקומען און הייסט נאך אלפרעד נאבעל פון שוועדן נאך זיין משפחה נאמען נאבעל וואס האט פראדוצירט געווער און וואפן און איז געווען גאר רייך דערפון. ביז מען האט געטראפן נאך זיין טויט אין זיין צוואה ווי ער מאכט א חשבון הנפש וויפל בלוט עס ווערט פארגאסן צוליב זיין געלט גייציגיקייט. און מען זאל געגרינדן פון זיין ירושה א ספעציעלע פריז אויסטיילונג אלס תשובת המשקל פאר ווער עס טוט גוטס אויף די וועלט.

סוחר

א סוחר אדער געשעפטסמאן איז איינער וואס שטעלט אויף נייע ביזנעסן, האנדלט, און קויפט אן פארקויפט ביזנעסן.

עקאנאמיסט

אן עקאנאמיסט איז א מומחה אין פעלד פון עקאנאמיק. עקאנאמיסטן שטודירן, אנטוויקלען און אנווענדן טעאריעס און באגריפן פון עקאנאמיק, און שרייבן וועגן עקאנאמישן פאליטיק.

רוב אוניווערסיטעטן האבן א דעפארטמענט פון עקאנאמיק. אפטמאל אין דעם פאקולטעט פון סאציאלע וויסנשאפטן.

עקאנאמיסטן ארבעטן אין באנקעריי, פינאנץ און האנדל.

עקאנאמיע

די עקאנאמיע איז די סיסטעם פון פראדוקציע, האנדלען, פארטיילונג, און פארניץ פון סחורה און דינסטן פון א לאנד.

דאס ווארט "עקאנאמיע" שטאמט פון גריכיש οἰκονομία "הויזגעזינד פארוואלטונג".

אין א מארק־באזירט עקאנאמיע, טוט מען פראדוצירן גוטער און דינסטן לויט די פארזארג און נאכפרעג צווישן מענטשן, אן שטערן.

קונה

א קונה אדער קליענט אדער קונד איז איינער וואס קויפט ביי א פארקויפער א גוט אדער א דינסט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.