ענציקלאפעדיע

ענציקלאָפּעדיע איז אַ פילפאכיגער איינזאַמלונג פֿון אינפארמאציע אויף אלע הינזיכטען פון װיסנשאַפֿט מיט גאנצע ארטיקלען אױף אַלע טעמעס וואס איז נאר פארהאנען.

300px-Brockhaus Lexikon

דער טערמין

שטאמט פון א גריכיש ווארט, "ענציקלא: אינפארמאציע - פּעדיע: ארומנעמענדיג" כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזנטער יארן איז אבער דער טערמין "ענציקלאפעדיע" ערשט אריין אין קראפט און 1541.

איר ערפינדונג

דעם דאָזיגן ווערסיע פֿון אײַנזאַמלען לױטן אַלפֿאַבעטישן סדר פֿון די הױפּט־װערטער די ארטיקלען וועלכע ווידמען אלע-ערלײ צענטראַלע באַגריפֿן, דערשײַנונגען און װי אױך מענטשן, ערטער, געשעענישן אאז"וו, האָבן אין דעם 18טן יאָרהונדערט אױסגעטראַכט די פֿראַנצויזישע פֿילאָזאָפֿן, שרײַבער און װיסנשאַפֿטלער װעלכע מען רופֿט טאַקע "די ענציקלאָפּעדיסטן" מיט דידראָ אין הויפּט. דער דאָזיגער סיסטעם פֿון צונױפֿזאַמלען די סאַמע בעסטע וויסנשאפטן, קענטעניסן און באגרייפונגען פֿון יעדן גענעראציע איז געװאָרן גאָר שטאַרק פֿאַרשפּרײט איבער דער ציװיליזירטער װעלט, זינט דער סאַמע ערשטער פֿראַנצויזישער ענציקלאָפּעדיע האָט דער "ענציקלאָפּעדישער" זשאַנער זעלבסט דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע גילגולים אין די װײַטערדיקע פּעריאדן װי אױך בײַ פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטור־קרייזן.

ייִדישע ענציקלאָפּעדיע

די גרעסטע (כאטש נישט דער ערשטער) אידישע גאַנצע ענציקלאָפּעדיע, איז די נעץ־ענציקלאָפּעדיע, די יידישע וויקיפעדיע, װעלכע איז אַ פֿרײַע ענציקלאּפּעדיע, און װערט רעדאַקטירט זינט סוף 2004.

וועבלינקן

6טן דעצעמבער

דער זעקסטער דעצעמבער איז דער 340סטער טאג פון יאר (341סטער טאג אין אן עיבור־יאר). אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 25 טעג.

אידישע וועלט

די אידישע וועלט איז אן אנגעבליכער חסידישער נייעס פארטאל אויפן וועב, מיט נייעס און לינקען וואס ווערן דערהיינטיגט טעגליך. אויך האבן זיי פארמאגט א פרומע ענציקלאפעדיע, געבויעט אויפן וויקימעדיע פראגראם אבער נישט לויט אירע פארשריפטן.

דאס וועבארט לאזט נישט צו קיין שום אומ'תורה'דיגן אינהאלט. הלבנת פנים, לשון הרע, א.ד.ג. - עס איז דא א הויפט פרינציפ און פאליסי נישט צו באשרייבן קיין פרומע רבנים און עסקנים.

דעפיניציע

דעפיניציע איז א פונקטליכער ארויסזאג וואס גיבט אן הסברה אויף דער מיינונג פון א טערמין, ווארט אדער פראזע.

אן ענציקלאפעדיע געבט מער אינפארמאציע איבער א זאך ווי סתם א טרוקענע דעפעניציע וואס דאן איז דאס בלויז א ווערטערבוך.

א מאטעמאטישע דעפיניציע איז א גענויער ארויסזאג, וואס מ'קען ניצן אין א מאטעמאטישן דערווייז.

וואוקיפעדיע

וואוקיפּעדיע: די שטערן קריג וויקי (ענגליש: Wookiepedia) איז אן אנליין ענציקלאפעדיע פאר אינפארמאציע וועגן די פיקטיווע אוניווערס פון "שטערן קריג" וואס שליסט איין אינפארמאציע וועגן די זיבן פילמען, און אויך די אויסגעברייטערטע אוניווערס. זי איז א ספצעיעלע און מער אויסהעלפֿיקער וויקי פאר די וואס ווונטשן צו גיין איבער די יסודות אין די "שטערן קריג" אוניווערס, און איז כמעט נאר אין-אוניווערס. דער נאמען "וואוקיפּעדיע" איז א צונויפשטעל פון "וואוקי" און "ענציקלאפעדיע", באזירט אויף דער נאמען פון וויקיפעדיע. וואוקיפּעדיע איז אויסגעהאלט דורך וויקיע.

וויקימעדיע פונדאציע

וויקימעדיע פונדאציע (וויקי-מעדיע) איז דער שירעם פונדאציע וואס פירט אן מיט אלע שפראכן וויקיפעדיעס, איבער 260 אין צאל, וואס זענען אלע איין גרויסער פיל-שפרעכיגער פרייער אנציקלאפעדיע פראיעקט אונטער די בעלות פון די נישט-פאר-פראפיט ארגאניזאציע, הויפטקווארטירט אין פלארידע, געגרינדעט דורך זשימי וועילס.

די וויקימעדיע פונדאציע איז אזא סארט וואולטעטיגע ארגענעזאציע וואס האט אויף זיך געלייגט דעם ציל צו ברענגען דעת און וויסענשאפט צו יעדן מענטש אויף די וועלט פריי אן אפצאל, און דאס קונה זיין אויף אזוי שטארק אז ער זאל דאס ווייטער פארברייטערן ביז ארויס פון די גרענציען פון איר אמת, דורך דעם וואס זיי שענקן צו יעדן די בעלות צו זאגן וואס איז אמת.

דאס ווערט דורכגעפירט דורך אויסנוצן די מאדערנע וויקי סאפטווער פלאטפארמע; וואס לאזט יעדן איינעם ענדערן אייניג און מיט קאנסענסוס צוזאמען אויפאמאל יעדעס ענין. אזוי ארום האט די פונדאציע אוועקגעשטעלט אן ענציקלאפעדיע אין כמעט יעדער שפראך אויף דער וועלט, אין פארעם פון וויקיפעדיעס. אבער נישט בלויז ענציקלאפעדיעס נאר אויך פרייע ווערטערביכער, אין יעדער שפראך, אין פארעם פון וויקיווערטערבוך. און אזוי ווייטער בילדער און ביכער זאמעלונגען און נאך פילע פראיעקטן וואס באפרייט די מענטשליכער וויסענשאפט פארן יעדן מענטש אייניג.

די פונדאציע גיט זיך בעיקר אפ אין די טעכנישע אינציאטיוו און גרינדונג פון די פראיעקטן, אבער נישט אין איר ווערטשאפט, ווי צום ביישפיל טוט זי בלויז אויפהאלטן אירע סערווערס, דורך פאנדרעיזינג, וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען א יאר. אבער זיי קענען אבסאלוט גארנישט אריין רעדן בנוגע די אינהאלט פון די דאזיגע פראיעקטן, נאר לאזן די וואלענטורן שאפן קאנסענסוס איבער יעדעס ענין וויאזוי און וואס פונקטליך עס זאל דאקומענטירט ווערן און וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעשטעלט די סאפטטוועיר און די דעזיין דערפאר.

עס איז אזוי אויסגעשטעלט אז אלעס וואס מען שרייבט ווערט אטאמאטיש באפרייט פאר יעדן צו קאפירן און זיך באנוצן אן רשות פארן אייגענעם געברויך פון דער גאנצער וועלט, דעריבער קען מען נישט דארטן קאפירן גארנישט וואס האט עפעס קאפירעכטן.

וויקיפעדיע

װ‫יקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:288 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאָמען איז אַ צוזאַמען שטעלונג פֿון צװײ װערטער: וויקי און "פּעדיע".

עס ‫קומט אין אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מײנענדיק שנעל און געשװינד אױף האַװײַיִש), װאָס מאַכט די ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאָס יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן, און אַלײנס אָפּשרײַבן כל מיני אַרטיקלען.

די וויקיפעדיע פראיעקט האט אנגעהויבן מיט דער ענגלישער וויקיפעדיע דעם 15טן יאנואר 2001. נאכהער זענען געקומען די וויקיפעדיעס אויף אסאך אנדערע שפראכן.

אום 12טן יולי 2007 זענען געווען אין דער ענציקלאפעדיע 7.83 מיליאן ארטיקלען אין אלע שפראכן געשאפֿן דורך 8.04 מיליאן באניצערס כולל בערך צוויי מיליאן ארטיקלען אין ענגליש. צוזאמען אנטהאלטן די וויקיפעדיעס 1.40 מיליאן פֿרייע בילדער.

טשארטקאוו

טשארטקאוו (אוקראיניש: Чортків, טשארטקיוו, פויליש: Czortków) איז א שטאט אין טארנאפאלער פראווינץ אין מערב אוקראינע. ער איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם טשארטקאווער ראיאן, מיט באפעלקערונג 29,057 (2001). טשארטקאוו געפינט זיך אויפן סערעט טייך, אינעם צפון טייל פון גאליציאנער פאדאליע און איז פלאצירט אינעם היסטארישן ראיאן פון גאליציע.

יידיש

ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת די השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן[פֿעלט אַ מקור].

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף יידיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא

יידיש-וויקיפעדיע

די יידיש-װיקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער יידישער שפראך.

עס איז אן עלעקטראנישע ענציקלאפעדיע וואס א יעדער יידיש רעדער אויף דער וועלט, איז ערמעגליכט, באויפטראגט און איינגעלאדן, דאס פרייערהייט און אפנערהייט, צוגלייך פאר יעדן אייניג, שרייבן און רעדאגירן.

זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (13טן מערץ 2004). היינט צוטאגס אנטהאלט זי 14,835 ארטיקלען.

לוצק

לוצק (אוקראיניש: Луцьк; רוסיש: Луцк) איז א שטאט ביים סטיר טייך אין צפון-מערב אוקראינע, אין דעם צענטער פון וואלין פראווינץ, מערב פון דער הויפטשטאט קיעוו. איר באפעלקערונג איז 206,000 (2007). פונעם 14טן יארהונדערט האט די שטאט געהאט א יידישע קהילה וואס איז געווען א מיטגליד אינעם וועד ארבע ארצות.

מעליץ

מעליץ (פויליש: Mielec) איז א שטאט אין מערב־גאליציע, קליינפוילן, אין דער אונטער-קארפאטישער וואיעוואדעשאפט, 48 ק״מ צפון־מערב פון ריישע.

ניו זילאנד

ניו זילאנד (ענגליש: New Zealand) איז אַן אינזל־לאַנד אין דעם דרום פאציפישן אקעאן, וואס אנטהאלט צוויי גרויסע אינזלען, צפון אינזל און דרום אינזל, מיט עטלעכע 600 קליינע אינזלען. 4,1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען דאָרט. זײַן הױפּטשטאָט איז װעלינגטאָן און די מערסט באפעלקערטע שטאט איז אויקלאנד. ניו זילאנד געפינט זיך 1500 ק"מ מזרח פון אויסטראליע, אריבער דעם טאסמאן ים, און 1000 ק״מ דרום פון די פאציפישע אינזלען ניי קאלעדאניע, פידזשי און טאנגא.

אין 1951 האבן זיך פאראייניגט אויסטראליע, ניו זילאנד און די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אינעם אנזוס זיכערהייט אפמאך.

פאלינעזער האבן זיך באזעצט אין די אינזלען וואס זענען היינט ניו זילאנד צווישן 1250 און 1300 און זיי האבן אנטוויקלט א באזונדערע מאארישע קולטור. אין 1642 איז דער האלענדישער אויספארשער אבעל טאסמאן געווארן דער ערשטער אייראפער צו זען ניו זילאנד.

ניו זילאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, און ראנגט הויך אין געזונג, בילדונג, עקאנאמישע פרייהייט און קוואליטעט פון לעבן.

דער עקסעקוטיוו פון לאנד איז דער קאבינעט, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער, וואס איז היינט דזשאסינדא ארדערן. דער ראש מלוכה איז די מלכה עליזאבעט די צווייטע, רעפרעזענטירט דורך א גובערנאטאר-גענעראל, היינט דאמע פאטסי רעדי. ניו זילאנד איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, די קאמאנוועלט, אנזוס, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, פאציפישע אינזלען פארום און אזיע-פאציפיש עקאנאמישע קאאפעראציע.

ענגלישע וויקיפעדיע

ענגלישע וויקיפעידע (ענגליש: English Wikipedia) ווערט פאררעכענט ווי דער הויפט וויקיפעדיע פראיעקט ווייל דאס איז געווען די ערשטע שפראך אוואו עס האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן דער באגריף פון וויקיפעדיע. און אויך ווייל זי איז די גרעסטע. נאך איר קומען די דייטשע וויקיפעדיע און די פראצויזישע וויקיפעדיע.

רפאל האלפערן

ר' רפאל האלפערן (ה'תרפ"ד, ווין - כ' אב, ה'תשע"א) איז א בעל תשובה וואס איז געווען א פראפעסיאנעלער ראַנגלער.

ער איז געבוירן א פרומער און דערנאך געווארן אפגעפארן.

זיין פאטער ר' יעקב האלפערן האט געבויט זכרון מאיר בני ברק און איז געווען נאנט צום חזון איש.

ער איז א גרויסער ביזנעסמאן מיט צענדליגע אפטיקא געשעפטן אין ארץ ישראל.

ער איז אמאל געלאפן פאר בירגערמייסטער פון תל אביב

ער האט ארויסגעגעבן א כשרע ענציקלאפעדיע "אנציקלופדיה לבית ישראל" ("ענציקלאפעדיע צו יידישע שטוב") וואס האלט שוין ביי 150 טויזנט ארטיקלען.

אויך האט ער ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין קערפער געבוי יארן.

אויך האט ער אויסגעגבן א בוך איבערן חזון איש.

ער האט ארויסגעגעבן 16 ביכלעך איבער דער גענאלאגיע פון רבנים, מיטן נאמען אטלאס עץ החיים.

אויך האט ער ארויסגעגעבן דרײַ בענדער ביכלעך אויף דאס לעבן און שאפן פון רש"י.

ער האט אויך געעפֿנט עטליכע ספארטזאלן.

תלמודישע ענציקלאפעדיע

די תלמודישע ענציקלאפעדיע ווערט ארויסגעגבן דורך אן אנשטאלט געגרינדעט דורך הרב מאיר בר אילן, זון פון נצי"ב און געווען אנגעפירט דורך הרב שלמה יוסף זעווין עס אנטהאלט שוין 32 בענדער.

דארטן ווערן אויסגעשמועסט אלע שיטות פון ראשונים אחרונים פוסקים און מפרשים אויף ש"ס, הלכה מנהג און קבלה און מקרא איבער יעדן נושא וואס נאר פארהאן אין אידישקייט.

עס גייט לויט די אותיות

מען האלט ביי ענדיגן די ענציקלאפעדיע.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.