עזה

עזה איז די גרעסטע שטאט אינערהאלב דעם עזה פאס א טייל פון די פאלעסטינער טעריטאריעס.

די שטאט אנטהאלט א געזעלשאפט פון 400,000 איינוואוינער ?און מען רופט גאזא סיטיט דאס צו נישט אויסמישן מיטן גרעסערן שטח וואס הייס די עזה פאס?

24סטן פעברואר

דעם 24סטן פעברואר איז דער 55סטער טאג פון יאר אין דער אכטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 310 טעג (311 אין אן עיבור־יאר).

25סטן יוני

דעם 25סטן יוני איז דער 176סטער טאג פון יאר (177סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 189 טעג.

26סטן מערץ

דעם 26סטן מערץ איז דער 85סטער טאג פון יאר (86סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 2801 טעג.

אריאל שרון

אַרִיאֵל שָׁרוֹן אָדער אַריק שאַראָן (ה' אדר תרפ"ח, 26סטן פעברואר 1928 - י' שבט תשע"ד, 11טן יאנואר 2014) איז געוועזן דער עלפֿטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישׂראל. ער האט געהערשט פון יאָר 2001 ביז יאַנואַר 2006. אויך איז ער געוועזן דער פירער פון ליכוד'ס-פּאַרטיי פון סעפטעמבער 1999 ביז נאָוועמבער 2005.

אין נאָוועמבער 2005 האָט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה, אָבער באַלד אום 4 יאַנואַר 2006 האָט אים אַן אנפאל אָנגעכאַפט און ער איז אין שפיטאָל אריין.

אום 15 אָגוסט 2005 האָט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן (התנתקות) און עוואַקואירט אין משך 8 טעג 22 יישובים אין עזה פאס און נאך 4 יישובים אין צפֿון־שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין.

אשקלון

אַשקלון איז א שטאָט אין דעם דרום דיסטריקט אין ארץ ישראל, אויפ'ן ברעג ים צווישן חיפה און עזה, זיין שטח איז גרויס 47,788 דונאם. די שטאט האט א היסטאריע פאר עטלעכע טויזנט יאר צוריק.

אין די ערשטע צייטן, ווען די יידן זענען אנגעקומען אויף ארץ ישראל, האט די שטאט געהערט צו די פלשתים. און דורכאויס דעם ערשטן בית המקדש, ביזן חורבן ווען נבוכדנאצר האט איינגענומען דאס לאנד, און האט אויך חרוב געמאכט די שטעט פון די פלשתים. ווען יידן האבן אנגעהויבן צוריק צוקומען פון בבל, אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, האט זיך די שטאט געפונען ווייט פון יידישע גרענעצן, און איז געווען באוווינט מיט פיניקער און העלעניסטן, וואס האט אנגעהאלטן ביז דער תקופה פון די חשמונאים. אין די צייטן פון קעניג אלכסנדר ינאי, איז אַשקלון געווארן זעלבסטשטענדיק מיט אן אויטאנאמיע, אבער שפעטער מיט די יארן זענען אסאך יידן געווען פון די איינוווינער פון שטאט.

אין די רוימישע צייטן איז אַשקלון געווען פון די גרויסע פיינט פון יהודה, און אין דער משנה ווערט אַשקלון שוין נישט פארעכנט אין שטח פון ארץ ישראל, ווי מען זעט אין גיטין: ר' יהודה אומר מאַשקלון לדרום ואַשקלון כדרום.

אין יאר 644, האבן די מוסלמענער פארענדיקט זייער איינעמען דאס לאנד, און אַשקלון איז אריבער צו אראבישער הערשאפט. אין די שפעטערע יארן זענען פארגעקומען עטלעכע קאמפן, דורכאויס די קרייצצוג מלחמות, צווישן די קריסטן און די אַראַבער. וואס צום סוף האט סאלאך א דין, פארטריבן די קריסטן פון לאַנד, און די מוסלמענער האבן גענצליך פארניכטעט די אלטע שטאט, צוזאמען מיטן פארט.

ביז די יידן האבן אנגעפאנגען צוריק צו קומען קיין פאלעסטינע, ביזן יאר 1948, האט זיך געפונען אויפן ארט פון היינטיקן אשקלון אן אראביש דארף, מיטן נאמען איסקעלאן, וואס ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האט עס צה"ל איינגענומען, און די איינוווינער זענען אנטלאפן צום עזה שטרייף.

די יידישע אשקלון פון היינט איז באנייט געווארען 1951, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיק פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין אשקלון 106,600 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.4 פראצענט. רוב זענען אידן.

געגאסענע בליי אפעראציע

געגאָסענע־בלײַ אָפּעראַציע (אין העברעיש: מבצע עופֿרת־יצוקה ) איז א מיליטער אפעראציע פון צה"ל קעגן כאמאסטאן אינעם עזה־שטרײַף. עס האט זיך אָנגהױבן דעם 27סטן דעצעמבער 2008 אין דער פרי (UTC) װען צה"ל האט אטאקירט פון דער לופטן. בעת די ערשטע אטאקע זײַנען געהרגעט געװאָרן 155 פאלעסטינער און פיל פארװוּנדעט געװארן.

דן חלוץ

דן חלוץ (געבוירן 7טן אויגוסט 1948) איז געווען דער אכצנטער שעף פון גענעראל שטאב, פון צה"ל, אנגעהויבן אין יאר 2005, ביז יאר 2007. איידער ער איז געווארן שעף, איז ער געווען קאמאנדיר פון דעם לופטפלאט, און וויצע שעף. אין זיין צייט איז פארגעקומען די ריקצוג פון צה"ל פון עזה שטרייף, און די צווייטע לבנונישע מלחמה. ער איז געווען דער ערשטער פילאט צו ווערן שעף אין דער היסטאריע פון דער ארמיי.

זעקסטאגיקע מלחמה

די זעקסטאגיקע מלחמה (העברעיש: מלחמת ששת הימים) איז געווען דער קריג צווישן ישראל קעגן מצרים, יארדאניע, סיריע מיט הילף פֿון איראק. די מלחמה האט זיך אנגעהייבן כ"ז אייר ה'תשכ"ז (יוני 5, 1967) און זי האט זיך געצויגן 6 טעג. אין דער מלחמה האט ישראל געזיגט. ישראל האט איינגענומען ריזיקע שטחים וואס האט פארגרעסערט דעם שטח פון ישראל דריי מאל אזוי פיל ווי ישראל איז געווען פאר דער מלחמה. צווישן די שטחים וואס ישראל האט איינגענומען, איז אריינגערעכנט: סיני, עזה ראיאן, רמת הגולן, יהודה ושומרון (מערבֿדיקן ברעג פון פאלעסטינע) און מזרח־ירושלים.

ביי דער מלחמה האט משה דיין געדינט ווי דער זיכערהייטס מיניסטער נאך וואס דער פרעמיער מיניסטער, לוי אשכול, האט אים געמוזט שענקען די שטעלע (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער אפאזיציע) צוליב דעם וואס יגאל אלון האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין דעם ראטן פארבאנד, שעף פון גענעראל שטאב, איז געווען יצחק רבין.

יפו

יפו איז אן אלטע פארט שטאָט דרום פון היינטיגן תל אביב. זי איז פון די עלטסטע פארט שטעט אין דער וועלט. היינט איז זי א טייל פון דער תל אביב מוניציפאליטעט.

ביז דעם צווייטן וועלט קריג איז יפו געווען אן אראבישע שטאט, וואס די אצ"ל האט איינגענומען, די צפון טייל דערפון אין אפריל 1948, און די הגנה די איבריגע טיילן פון דער שטאט, און די אראבער האבן מערסטנטייל פארלאזט די שטאט, דורכן ים קיין עזה.

דורכאויס דער מלחמה און פריער, האבן די איינוווינערס אין יפו אסאך פראבלעמען געמאכט פאר די יידן אין יפו און תל אביב. ביי די פאגראמען זענען יידן אומגעקומען, אראבישע צילשיסער פלעגן שיסן אויף יידישע פארבייגייער, אין דער דערנעבנדיקער תל אביב.

אין יאר 1951 האט די ישראל רעגירונג, באשטעטיקט די פאראייניגונג, פון תל אביב-יפו, פאר איין שטאט. די שטאט תל אביב איז פריער געווען א פראווינצער שטאט פון יפו, און יעצט איז יפו, א געגענט אין תל אביב.

אין די לעצטע פאר יאר, גיט די תל-אביבער שטאטראט אויס אסאך געלט, אויף אויפצוהאלטן היסטארישע ערטער אין יפו, נאכדעם וואס יארן לאנג האט מען עס פארנאכלעסיקט, און געבויט דארט אויף אלטע פלעצער, געביידעס, וואס נעמען אוועק פונעם היסטארישן ווערט פונעם געגנט.

יפו געפונט זיך אין צענטער פון ישראל, און א היסטארישער פארט, וואס האט געברענגט דערצו, אז די אלע שטעט אין דער געגנט פון גוש דן, זאלן דארט אויפגעשטעלט ווערן, ווי תל אביב, רמת גן, פתח תקוה, בני ברק, חולון, בת ים, און נאך אסאך.

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

מיטלענדישער ים

דער מיטלענדישער ים איז א ים פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיט לאנד — פון צפון זייט אייראפע, פון דרום אפריקע און פון מזרח אזיע. ער באדעקט א שטח פון 2.5 קוואדראט קילאמעטער, און איז באהאפטן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורך דעם שמאלן דורכגאס פון גיבראלטאר וואס איז ברייט אינגאנצן 14 קילאמעטער, און שיידט אפ גיבראלטאר און שפאניע אין אייראפע פון מאראקא אין אפריקע.

דער דורכשניט טיף פונעם ים איז 1500 מעטער, און דער טיפֿסטער פונקט איז 5,267 מעטער אין דער קאליפסא טיף אינעם יאנישן ים.

אמאל איז ער געווען די חשבסטע רוטע פאר סוחרים אין קדמונישע צייטן, מיט מסחר צווישן בבל, מצרים, גריכנלאנד, טערקיי און רוים.

די לענדער מיט בארטנליניעס אויפן מיטלענדישן ים זענען איטאליע, אלבאניע, אלזשיר, באסניע און הערצעגאווינע, גריכנלאנד, טוניסיע, טערקיי, ישראל, לבנון, ליביע, מאלטא, מאנאקא, מאנטענעגרא, סיריע, סלאוועניע, עגיפטן, פראנקרייך, ציפערן, קראאטיע און שפאניע. דערצו, האבן אויך דער עזה פאס און די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס גיבראלטאר און אקראטירי און דעקעליע בארטנליניעס אויפן ים.

מסכת נגעים

מסכת נגעים איז די דריטע מסכתא פון סדר טהרות אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום די דינים פון טומאת נגעים.

מערב ברעג

דער מערב ברעג (יהודה און שומרון) אויכט באוווסט ווי יהודה ושומרון איז א לאנד ארומגענומענע און איינגעשפארטע טעריטאריע אויפן מערב ים ברעג פון דעם ירדן טייך אין דעם מיטל מזרח.

נאך דער אויפלעזונג פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1922, איז די טערעטאריע געווען א טייל פון דעם בריטישן מאנדאט אויף פאלעסטינע.

די 1948 אראבישער-ישראלישער מלחמה (מלחמת השחרור) האט צושטאנד געברענגט די עטעבאלירונג פון ארץ ישראל אויפן פריערדיגן מאנדאט, אבער די עזה פאס איז געווארן פארכאפט דורך מצרים.

די מערב ברעג איז געווארן פארכאפט און אנעקסירט דורך יארדאניע, און די 1949 וואפן שטילשטאנד אפמאך האט דעפענירט אירע גרעניצען.

פון 1948 ביז 1967, איז דער גאנצער געגנט געווען געפירט פון יארדאניע, כאטש יארדאניע האט נישט אפיציעל אויפגעגעבן בעלות דערויף ביז 1988.

עס איז געווארן פארכאפט דורך ארץ ישראל נאך א אטאקע פון ירדן ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה

זי איז נישט געווארן אנעקסירט דורך ארץ ישראל, מיטן אויסנאם פון מזרח ירושלים.

דער מערב ברעג איז איצטערט באטראכט אלס אונטער אינטערנאציאנאלער געזעץ עס זאל זיין א טעריטאריע אן קיין טייל פון סיי וואסארא שטאט.

עגיפטן

עגיפטן (אמאליקע מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

עזה פאס

עזה פאס אדער עזה־שטרײַף איז א ברעג ים לאנגער שמאלער באדן לעגאויס דעם מיטלענדישן ים, גרעניצענדיג זיך מיט עגיפטן אויף איר דרום-מערב און ארץ ישראל צו איר צפון-מזרח.

עס איז בערך 25 מייל לאנג און 4 ביז 7 און א האלב מייל דאס ברייט. וואס צוזאמן איז דאס דער טאטאלער שטח פון 360 קוואדראט ק"מ (139 קוואדראט מייל).

אינעם עזה פאס וואוינען אומגעפער 1.8 מיליאן פאלעסטינער.

די טאריטאריע נעמט איר נאמען פון דער שטאט עזה וואס איז איר הויפטשטאט.

עס האט א 1.4 מיליאן איינוואוינער, וואס אלע זענען זיי פאלעסטינער.

די פאס פאר זיך און די פאפולאציע דערין זענען געפירט דורך די פאליסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט, כאטשיג איצט נאכן קריזיס דארטן ווי די כאמאס מיליטאנטען האבן אומגעווארפן די קאנטראל פון פאטאך אום יוני 2007.

ישראל טוט נאכאלץ קאנטראלירן די לופט העכער עזה פאס און אויך די ים פארקער פון שיפן וואס קומען און גייען.

עס איז איצט נישט אנערקענט דורך קיינעם אז עס געהערט פאר עפעס א זעלבסטשטענדיג לאנד.

דעם 27סטן דעצעמבער 2008, נאך א פארלענגערטער תקופה ווען מ'האט געשאסן ראקעטן פונעם עזה פאס אין איר טעריטאריע, האט מדינת ישראל אנגעהאיבן די געגאסענע בליי אפעראציע קעגן דער חאמאס הערשאפט מיטן ציל פון ברענגען א יסודותדיקע ענדערונג אין דעם זיכערהייט מצב אין ישראל. דורכאויס דער קריגפירונג האבן גערעגנט ראקעטן אויף יישובים אין ישראל פונעם עזה פאס.

דעם 14טן נאוועמבער 2012, האט צה"ל אנגעפאנגען די עמוד ענן אפעראציע אינעם עזה פאס, נאך א פארצויגענער תקופה פון שיסן אין די יישובים אין דרום ישראל אין די פריערדיקע וואכן.

עמוד ענן אפעראציע

די עמוד ענן אפּעראציע איז א צה"ל מיליטערישע אפּעראציע, וואס האט אנגעהויבן דעם 14טן נאוועמבער 2012 אין ענטפער צו די עסקאַלירונג אינעם עזה שטרייף.

די אָפּעראציע האט אנגעהויבן נאך א זיכערהייט פארערגערונג אין דעם עזה שטרייף געגנט די פֿריִערדיקע וואך, אַריינגערעכנט פירינג ראקעטן אין די עזה געגנט, פירינג אַ קארנעט אנטי-טאנק מיסאל אויף א מיליטעריש פּאטראל דזשיפּ, בלאַסטינג א טונעל צווישן דעם עזה פאס, בשעת וואָס דער אַלט גאַזאַן יינגל איז געהרגעט וועגן 13, און די צה"ל באמבס "פֿאר אין די עזה פאס, וואָס געפירט די דעטס פון זיבן פּאלעסטינער.

דער באשלוס אויף די אפּעראציע געפאלן צו ניינטער באגעגעניש פון די פארום דעם 13טן נאוועמבער. קיין באשלוס איז געמאכט ציבור אין סדר צו טיינען בעסאדיקייט און צו האלטן דעם עלעמענט פון איבערראשן כעדליינז באוויליקט ארטיקלען וואס גערעדט וועגן דעם סוף פון אַ קיילעכיק פון קאמבאט, און בלויז גענעראל סטייטמאנץ וועגן דער צוקונפט ענטפער דורך פארטיידיקונגס מיניסטער אהוד ברק און מיניסטער בעני נעמען. אויף דעם מאָרגן פון די עפן אָפּעראַציע געגאנגען באַראַק און פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו אויף אַ רייַזע פון רמת הגולן, און עס געגעבן דעם אָנזאָג אַז די אַרויסגעבן פון סיריאַן רעכענען איז שטייענדיק בייַ די שפּיץ פון די אַגענדאַ, און נישט פירינג פון דעם עזה פאס אַרויסגעבן.

צה"ל

צה"ל (ראשי תיבות: צבא ההגנה לישראל טייטש: ישראל פֿאַרטײדיקונגס אַרמײ) איז דער נאמען פון דעם ישראלישן מיליטער. זי איז אוועקגעשטעלט געווארן צוויי וואכן נאך וואס מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן, אין מיטן מלחמת העצמאות.

לויטן געזעץ אין ישראל דארף יעדער בירגער וואס האט פֿולע 18 יאהר, דינען ווי א סאלדאט אין צה"ל, מענער דרײַ יאָר און פרויען בלויז צוויי.

ישיבה בחורים מעגן אימער אָפשטופן זייער באדינונג ווי לאַנג זיי זיצן און לערנען. מיידלעך קענען זיך באפרייען, ביים דעקלערן אז זיי זענען רעליגיעז.

צה"ל איז געשטעלט אויף צוויי סארטן זעלנער, זעלנער אלס פליכט, און זעלנער אין רעזערוו. די רעזערוו איז די פאקטישע רוקנביין פונעם ישראל מיליטער,

שדרות

שדרות איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 5,000 דונאם. געגרינדעט אין 1953, באקומען דעם נאמען שטאט אין 1996, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין שדרות 20,000 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.2 פראצענט. רוב זענען אידן. די שטאט האט אריינגענימען במשך די יארן אסאך אימיגראנטען, איינע פון די באקאנטע איז עמיר פרץ די היינטיגע דעפענ'ס מיניסטער - שר בטחון.

די שטאט איז א קילאמעטער ווייט פון עזה, און אין די אינטיפאדא איז דאס געווען א ציהל פאר אסאך קסאמים רעקעטען, און אפילו היינט (2007) איז די שטאט אין א רויטע אלערט (צבע אדום) וואס 20 סעקונדען פאר א ראקעט הערט מען פייפען, עמיר פרץ וואס וואינט דארט האט עס שוין אויך מיטגעהאלטען אסאך מאהל. [1] ער איז אויך געווען די מעיאר פון שטאט.

דער בירגערמייסטער (מעיאר) פון שדרות איז אלון דוידי.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.