עדות המזרח

עדות המזרח איז א באצייכענונג, באנוצט ווי א שם הכולל, אויף די יידן וואס שטאמען אפ פונעם מיטל מזרח, און צפון אפריקע, דאס הייסט פון אראבישע לענדער.

ספרדים איז דער נישט ריכטיקער נאמען פאר די קהילות, וויבאלד די יידן פון די לענדער שטאמען נישט פון ספרד, ווי איראקער יידן וואס שטאמען פון בבל, אדער תימנער יידן.

אידענטיטעט פאליטיק (יידנטום)

זעלביקייט (געהערונג) אויך אידענטיטעט איז די וועג ווי אזוי יעדער באקאנט זיך.

עס איז דא זעלביקייטן וואס דער מענטש קען טוישן, און אזעלכע ווערט מען מיט זיי געבוירן.

די 3 הויפט זעלביקייטן וואס מען קען טוישן:

1. בירגער - צו וועלכע רעגירונג געהערט מען (אמעריקאנער, ישראלי א.א.וו.).

2. פאלק - צו וועלכע פאלק געהערט מען. (א ייד, אן אראבער, א פאלעסטינער א.א.וו.)

3. רעליגיע - צו וועלכע רעליגיע געהערט מען. (ייד, מוסלעמער, קריסט א.א.וו)

-די יידישע רעליגיע צעטיילט זיך אויף צווייען:

א) מזרחיסטן - רעליגיעזע ציוניסטן און ממשיכי דרכו פון הרב קוק.

ב) פרומע - רעליגיעזע אנטי ציוניסטן און מער אפגעשיידטע פון די וועלטלעכע קולטור.

-ביי די פרומע אליינס צעטיילט זיך דאס אויף דריי:

א) חסידים - גרופעס פון תלמידים וואס גלויבן אין א אדמו"ר און ממשיכי דרכו פון דער בעל שם טוב. די גרופעס צעטיילט זיך אין צענדליגע אונטער-גרופעס.

ב) ליטוואקעס - איבערהויפט וואס קומען פון ליטע.

ג) פרענקען - די טונקאלע וואס שטאמען פון עדות המזרחזעה אויך: פריוואטקייט.

בית חלקיה

בית חלקיה איז א חרדיש דארף, געפירט אלס "מושב", אין צענטער פון ארץ ישראל, אין די גרעניצן פון דער נחל שורק פארוואלטונג.

בית חלקיה געפונט זיך נעבן די מושבים יד בנימין און חפץ חיים הארט אויפן שאסיי נומער דריי.

דאס דארף איז געגרינדעט געווארן אין ה'תשי"ג דורך א גרופע חרדישע אימיגראנטן, דאן האבן זיי זיך בעיקר אפגעגעבן צו באארבעטן די ארומיגע פעלדער און האדעווען בהמות. זינט דאן היט מען דארט שמיטה לויט די אנווייזונגען פונעם חזון איש. היינט וואוינען דארט אומגעפער הונדערט פאמיליעס, רוב פון זיי פארנעמען זיך מער נישט מיט פארם ארבעט נאר פארן טעגליך ארויס צו די ארומיגע שטעט. רוב פון די אמאליגע קלענערע פעלדער זענען פאראייניגט געווארן אויף עטליכע גרויסע אונטערנעמונגען און עס ווערט אנגעפירט דורך עטליכע פון די לאקאלע איינוואוינער.

טייל איינוואוינער פארמאגן אויך שטאלן מיט בהמות, און שטעלן צו פארשידענע אטראקציעס פאר באזוכער.

עס געפונען זיך אין דארף צוויי שולן, צוויי באזונדערע מנינים פאר נוסח אשכנז און נוסח עדות המזרח. אויך זענען דא דארט מוסדות התורה, אריינגערעכנט די ישיבת בעלזא פאר בחורים.

בני ברק

בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176,556.

די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.

בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה.

ברכות השחר

ברכות השחר זענען די ברכות וואס א ייד זאגט יעדן טאג אינדערפרי ווען ער שטייט אויף אדער ביים אנהייב פון דאווענען. דאס איז א סדר פון 15 קורצע ברכות וואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן פאר זיין גוטקייט וואס ער טוט מיט מענטשן.

די ערשטע ברכה איז : "ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם, אשר נתן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה".

לויט נוסח אשכנז, זאגט מען דערנאך דריי ברכות וואס דאנקען פאר האבן די מצוות פון א ייד : שלא עשני גוי/גויה, שלא עשני עבד/שפחה, שלא עשני אשה/שעשני כרצונו. נאך דעם קומען די ברכות מלביש ערומים, פוקח עורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים, רוקע הארץ על המים, המכין מצעדי גבר, שעשה לי כל צרכי, אוזר ישראל בגבורה, עוטר ישראל בתפארה, הנותן ליעף כח, המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי.

די עדות המזרח זאגן די ברכות אויפן פאלגנדן סדר : פוקח עוורים, מתיר אסורים, זוקף כפופים, מלביש ערומים, הנותן ליעף כח, רוקע הארץ על המים, המכין מצעדי גבר, שעשה לי כל צרכי, אוזר ישראל בגבורה, עוטר ישראל בתפארה, שלא עשני גוי, שלא עשני עבד, שלא עשני אשה, המעביר חבלי שינה מעיני ותנומה מעפעפי.

די לעצטע ברכה ווערט פארגעזעצט "אל תביאנו לידי ניסיון ולא לידי ביזיון... ברוך אתה ד' הגומל חסדים טובים לעמו ישראל".

נאך די ברכות השחר זאגט מען די פרשת עקידה און פרשת הקרבנות

ייד

דער ארטיקל דיסקוטירט א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק. טאמער זוכט איר דעם אות י, זעט י.ייד (אויך איד אדער יוד); ביי א פרוי יידענע (אויך אידענע אדער יודענע), איז א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק.

יידישקייט

ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט.

יידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג, וואס לויטן רמב״ם ווערט גערעכנט אויף 13 פרינציפן. איינער פון די יסודות איז די תורה, געגעבן דורך משה רבינו, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער 14.5 מיליאן יידן.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

ששון חי אברהם

הרב ששון חי אברהם (ה'תרפ"ט, שאנכיי - ט"ז תמוז, ה'תשע"א, לאנדאן) איז געווען א רב און א מחנך אין לאנדאן, ענגלאנד.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.