עדה החרדית

די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדערט יאר צוריק, בראש פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל מחבר פון שלמת חיים. דער גאב"ד היינט איז הרב יצחק טובי' ווייס, דער ראב"ד איז הרב משה שטערנבוך, דער יו"ר וועד הכשרות איז הרב נפתלי הלברשטאם און דער אלגעמיינער פארוואלטער איז גבריאל צבי פאפנהיים מנכ"ל וועד הכשרות.

איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנה'ס קעגן די ציונים.

דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.

שפעטער איז דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער גאב"ד.

אין יאר ה'תשל"ט ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.

אין יענער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות.

נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געוארן גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים, נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר ה'תשס"ב, היינט איז דארט רב הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א.

צווישן דער הנהלה איז יארן געווען גרשון שטעמער און שלמה פאפנהיים. דער לאנגיעריגער סופר פונעם בית דין פון דער עדה איז געווען רבי מנחם דאווידאוויטש.

Eida hachrydis
דאס שטעמפל פון דער עדה'ס וועד הכשרות

די רבנים פון דער עדה (גאב"ד)

די ראשי בית דין (ראב"ד)

געוועזענע דיינים

די היינטיגע חברי ביד"צ

די היינטיגע מורי הוראה פון דער עדה

  • הרב משה זאקס
  • הרב אברהם דוב ליטמאנאוויטש
  • הרב משה ניישלאס
  • הרב מענדל פוקס

דרויסנדיגע לינקן

דעקלעראציעס דורך דער עדה

26סטן אפריל

דעם 26סטן אפריל איז דער 116טער טאג פון יאר (117טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 259 טעג .

אברהם דוד הורוויץ

ר' אברהם דוד הורוויץ (כ"ב חשוון ה'תרע"ב - ו' אלול ה'תשס"ד) איז געווען דער שטראסבורגער רב און א דיין אין דער עדה החרדית.

ד' אייר

היום תשעה עשר יום שהם שני שבועות וחמשה ימים לעומר

זעליג ראובן בענגיס

רבי זעליג ראובן בענגיס (י"א סיון ה'תרכ"ד - ז' סיון ה'תשי"ג) איז געווען א רב, א פוסק און א מחבר פון ספרים. פון תש"ח ביז תשי"ג איז ער געווען גאב"ד פון דער עדה החרדית.

טוביה ווייס

הרב יצחק טוביה ווייס (געבוירן תרפ"ו) איז דער גאב"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים.

ער איז געוועזן יארן לאנג אין בית דין פון דער חרדישער קהילה "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. סוף האט מען אים גענומען קיין ירושלים נאכדעם וואס די ארונים מיט תולדות אברהם יצחק האבן געקעמפט קעגן רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, און צוזאמען מיט דושינסקי דעפוטאטן וואס זענען משפחה מיט רבי טוביה איז ער געווען דער אלטערנאטיווער קאנדידאט וואס האט געוואונען די אפשטימונג אין עדה החרדית הנהלה צו קרוינען פאר ירושלים רב.

י"ד אייר

פסח שני

יוסף חיים זאנענפעלד

הרב יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל ( ו' כסלו תר"ט, 1טן דעצעמבער 1848 – י"ט אדר ב' ה'תרצ"ב) איז געווען דער גאב"ד פון דער עדה החרדית , באוואוסט אלס פייערדיגער קנאי און א גרויסער לוחם אקעגן ציונות.

יצחק יעקב ווייס

הרב יצחק יעקב ווייס (ה'תרס"א - י"א סיון ה'תשמ"ט) איז געווען רב פון דער עדה החרדית אין ירושלים, און א וועלטס בארימטער פוסק. זיינע תשובות זענען געדרוקט אונטערן נאמען "מנחת יצחק".

ער איז געווען ראב"ד אין גרויסווארדיין פאר דער צווייטער וועלט מלחמה.

נאך דער מלחמה איז ער געווען ראב"ד אין מאנטשעסטער. ער האט אויפגעשטעלט דעם מאנטשעסטער כולל.

שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס ראב"ד עדה החרדית אונטער דעם דעמאלטסדיגן גאב"ד דער סאטמארער רבי זי"ע, און נאך דער פטירה פונעם סאטמארער רבי'ן ז"ל איז ער געווארן ירושלימער רב.

כ' אייר

היום חמשה ושלשים יום שהם חמשה שבועות לעומר

מאיר בראנדסדארפער

הרב מאיר בראנדסדארפֿער (כ"ז אלול תרצ"ד - כ' אייר תשס"ט) איז געווען א פוסק און א מוהל. ער איז געווען א דיין ביי דער עדה החרדית אין ירושלים, און ממונה איבער דער שחיטה פון דער עדה החרדית. אויך איז ער געווען רב פֿון די תולדות אברהם יצחק חסידים אין ירושלים.

משה האלבערשטאם

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רב און דיין אין ירושלים. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט משה האלבערשטאם (באדייטן).

הרב משה האלבערשטאם זצ"ל (ח' ניסן ה'תרצ"ב – כ"ח ניסן ה'תשס"ו) איז געווען א רב און חבר פון בית דין צדק פון עדה החרדית אין ירושלים, פון די חשובע פוסקים אין היינטיגן דור. ער איז דער מחבר פון שו"ת "דברי משה" און ראש ישיבה פון "דברי חיים – טשאקאווע".

משה שטערנבוך

הר"ר משה שטערנבוך (געב' כ"ד שבט ה'תרפ"ו) איז דער ראב"ד פֿון דער עדה החרדית זייט תשס"ג. ער וואוינט אין הר נוף און איז א בריסקער תלמיד, געבוירן אין לאנדאן.

נטורי קרתא

נטורי קרתא איז א גרופע אידן וואס זענען פארנומען צו אקטיוואזירן און קעמפן קעגן דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישׂראל רעגירונג און דעם אידיאל פון ציונות.

ארגינעל איז דאס געגרינדעט געווארן דורך ר' עמרם בלוי ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון די מער מעסיגע עדה החרדית.

זיי פארופען זיך אויף דעם ספר ויואל משה פון סאטמארער רב אז משיח קען נישט קומען אויב די אידישע מדינה שטייט נאך ווייל דאס איז קעגן די תורה.

ערגעץ אין די ל' יארן האט א גרופע פון די ארגינעלע נטורי קרתא באשלאסען צו מאכן פּראָטעסטן צוזאמן מיט חאמאס און שטענדיג בעטן העצן און שרייען אויפן אונטערגאנג פון ארץ ישראל.

פון זייערע פירער איז ר' משה הירש פון ירושלים. און ר' משה בער בעק פון מאנסי

דערפאר איז אין ארץ ישראל לעצטענס אנטשטאַנען א טיילונג צווישן די מער מעסיגע קאצינעלנבויגן משפחה און ר' משה הירש'ס משפחה.

איינע פון די הויפט רעדנער אין ניו יארק איז ר' ישראל דוד ווייס פון מאנסי, וואס קומט פון א מער אויבערלענדישע שטוב, וואס אריגינאל קומט די משפחה פון די שטאט מונקאטש און זיין טאטע האט געהאט פערזענליכע באציאונגען מיטן מנחת אלעזר זצוק"ל און אסאך איבערגענומען פון איהם, אין קענענדיג גוט ענגליש איז ער זייער אפציעלער רעדנער אויף ענגליש ביי זייערע פראטעסטן (אמאל איז געווען זייער אפיציעלער רעדענער אויף ענגליש א בחור מוטן נאמען חיים צבי פריימאן וואס ריפט זיך איש ירושלים, ער קומט פון א יעקישע שטוב פון וואשינגטאן הייטס, לעצטענס רעדט ער שוין נישט ביי זייערע פראטעסטן, מאנכע שרייבן דאס צו צי דעם וואס עס גייען פאר רייבערייען אינערהאלב זייער פארטיי.)

א גרופע פון נטורי קרתא זיינען געפארען צו איראן כסלו תשס"ז פאר א קאנפערענץ אפצולייקענען די צווייטע וועלט'ס קריג. וואס האט אויסגערופען שטורעמישע פראטעסטן ביי די גאנצע יהדות החרדית (וואס געווענדליך ווען זיי זענען געפארן פאר זייערע אוואנטוערישע מיסיע'ס קיין איראן האט מען זיי בדרך כלל איגנארירט), אבער דא ווען מען האט געטשעפעט דעם פונטל, ווי זיי האבן זיך געטראפן מיט אזאלעכע וויסטע שונאי ישראל ווי דעיוויד דיוק, אין זיך געהאלזט מיט זיי, האבן די אידישע ארגענעזאציע'ס מחליט געווען אז לא עת לחשות אין אונז קענען מער נישט שווייגען אין צוקוקען ווי א היפעלע אוואנטוראיסטן טוען וואס זיי ווילען בשם די יהודות החרדית, אין שארפע בריוו זענען ארויס געקומען דורך די בית דין צדק פון די עדה החרדית אין ירושלים, ווי אויך פון דעם סאטמארער בית דין פון וויליאמסבורג, אין נאך צענדליגע רב'נישע קערפערשאפטן.

פאריסאוו (הויף)

פאריסאוו איז דער נאמען פון א חסידישן הויף וואס איז געגרינדעט פון הר"ר יהושע אשר ראבינאוויטש, א זון פונעם ייד הקדוש, אין פאריסאוו, פוילן.

היינט צוטאגס איז עס א ירושלימער חסידות.

דער היינטיגער פאריסאווער רבי איז א זון פון הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל חבר הביד"צ פון דער עדה החרדית.

ער וואוינט אין ירושלים און מייסטנס זיינע חסידים זענען ירושלימער קנאים וואס פירן זיך על דרך הבעש"ט.

ער האט אויך אנהענגער אין חוץ לארץ.

תולדות אברהם יצחק

תולדות אברהם יצחק איז א חסידישער ירושלימער הויף וועלכע געהערט צום יישוב הישן און צו דער עדה החרדית.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.