עגלון

עֶגְלוֹן איז דער נאמען פון א מלך פון מואב וואס ווערט דערמאטנ אין תנ"ך אין ספר שופטים, פרק ג'. עגלון האט געמאכט א בונד מיט עמלק און עמון‏[1] כדי איבערהערשן אויף  שטחים אין די מזרח און מערב זייטן פונעם טייך ירדן, און אויך טיילן פון דעם שטח פון שבט בנימין. עגלון האט פארשקלאפט די בני ישראל פאר 18 יאר‏[2], ביז אהוד בן גרא האט אנגעפירט א רעוואלוציע קעגן אים, און האט באוויזן צו הרגענען אים מיט כיטרע ניצנדיק א טאפלשארפן שווערד.

לויט חז"ל‏‏ איז עגלון מלך מואב געווען דער פאטער אדער זיידע פון רות‏‏[3], צוליב דעם וואס ער איז אויפגעשטאנען פון זיין טראן ווען אהוד בן גרא האט גערעדט צו "דבר א-להים אליך המלך" (דער אייבישטער האט גערעדט צו אייך מלך), און מיט דעם וואס ער האט געערט דעם אייבישטן, האט ער זוכה געווען אז זיין זון זאל זיין זיין נאכפאלגער אויפן טראן‏[4] און פון אים איז ארויסגעקומען רות המואביה  און דוד המלך.

Speculum Darmstadt 2505 55r cropped
איבערפאל פון עגלון דורך אהוד. אילוסטראציע פון יאר 1360.

רעפערענצן

  1. ספר שופטים, פרק ג, פסוק ג
  2. ספר שופטים, פרק ג, פסוק יד
  3. ‏"אמר רבי יוסי ברבי חנינא: רות בת בנו של עגלון, בן בנו של בלק מלך מואב". בבלי, הוריות י ב. ועיינו עוד בבבלי, סנהדרין קה ב, ונזיר כג ב, ובסוטה מז א. לפי בעלי התוספות קיים מרחק של כמאתיים שנים בין אהוד לבועז ולכן רות הייתה צאצאית של כמה דורות. (בעלי התוספות בבלי, יבמות מ"ח ב) ‏
  4. מדרש רות רבה, פרשה ב' סעיף ט'. תנחומא פרשת ויחי‏
דוד המלך

דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.

אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.

דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב)

לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.

איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.

ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים.

נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא (וואס האט געראטעוועט די יידן פון עגלון), יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא (בבא בתרא י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

רות

רות המואביה איז די צענטראלע פערזענלעכקייט אין מגילת רות. זי איז געווען א טאכטער (אדער אן אייניקל) פֿון עגלון מלך מואב. זי האט חתונה געהאט מיט מחלון דער זון פֿון אלימלך, אבער זי איז געווארן אן אלמנה.

ווען איר שוויגער נעמי איז צוריקגעגאנגען קיין ארץ ישראל איז זי מיטגעגאנגען און זי האט זיך מגייר געווען.

צו פערציג יאר האט זי חתונה געהאט מיט בועז; זייער זון איז געווען עובד דער זיידע פֿון דוד המלך.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.