ספר שמות

צי מיינט איר פרשת שמות?

שְׁמוֹת איז דער צווײטער חומש, וואָס הײבט זיך אָן מיט די ווערטער וְאֵלֶּה, שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, הַבָּאִים, מִצְרָיְמָה: אֵת יַעֲקֹב, אִישׁ וּבֵיתוֹ בָּאוּ (שמות א' א') .

באַשטײט פֿון 40 קאַפיטלעך. עס ווערט אין חומש שמות דערצײלט דער ספור ווי די מצרײם האָבן געפײַניקט די ייִדן, נאַכער יציאת מצרים, דאָס געבן די תורה אויפֿן הר סיני, פֿאַרשײדענע געזעצן, דאָס מאַכן דעם משכן, די מעשה פֿון עגל (גאָלדענע קאַלב).

אין די אײראָפעאישע שפראַכן הײסט שמות „עקסאָדוס“ (דער אַרויסגאַנג, דאָס אַרויסגײן פֿון מצרים.

דער סדר פון פרשיות אין ספר שמות

אַנטהאַלט 11 סדרות:

  1. שמות
  2. וארא
  3. בּא
  4. בּשלח
  5. יתרו
  6. משפּטים
  7. תּרומה
  8. תּצוה
  9. כי תשא
  10. ויקהל
  11. פּקודי

תוכן פון ספר שמות

דער משכן

דער אייבערשטער האט געהייסן משה בויען א משכן, מיט א שולחן, מנורה, א גאלדענעם מזבח און א קופערנעם מזבח. פאר די כהנים דארף מען מאכן פיר בגדים: כתונת, מכנסים, אבנט (גארטל) און מגבעת (הויב). פארן כהן גדול מאכט מען נאך פיר בגדים: ציץ, מעיל, אפוד און חושן.

דער עגל

זעט אויך

לוי

לוי איז דער דריטער זון פון יעקב און לאה. זיינע קינדער און אייניקלעך, שבט לוי, זענען די לוויים און כהנים.

לוי האט געהאט דריי זין: גרשון, קהת און מררי, וואס זענען אראפ קיין מצרים מיט אים.

לוי האט געלעבט 137 יאר (שמות ו טז).

אין ילקוט שמעוני אויף ספר שמות ווערט געברענגט דעם געבורטסטאג פון לוי ט"ז ניסן. אין פרקי דרבי אליעזר שטייט אז לוי איז געווען אלט 45 ווען יעקב איז אראפ מיט זיינע קינדער קיין מצרים, און ער האט געלעבט אין מצרים 92 יאר. לויט סדר עולם רבה, איז לוי געבליבן לעבן דער לעצטער פון די אלע ברידער.

מנורה

די מנורה איז א יידישע סימבאָל. עס איז דער נאמען פֿון דעם גאלדענעם לייכטער מיט 7 רערן וואס מען האט געצינדן יעדן טאג אויל-ליכט אין בית המקדש.

עקסאדוס

צו מיינט איר ספר שמות?עקסאדוס איז געווען די שיף וואס האט געפירט אידן פון פראנקרייך קיין ארץ ישראל און די בריטישע רעגירונג האט דאס צוריקגעדרייט קיין אייראפע.

דאס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין א ראמאן און דערנאך א דערפֿאלגרייכער היסטארישער פילם, מיטן זעלבן נאמען עקסאדוס. אבער יענע שיף האט זיי יא געברענגט קיין ארץ ישראל פון ציפערן.

דאס אלץ הייסט נאך ספר שמות. וואן עס ווערט כארנאקאלירט די שוועריגעקייטן פון די אידן אין ערשטן גלות מצרים.

פדיון הבן

פדיון הבן איז מצוות עשה פון די תרי"ג מצוות אז דער טאטע דארף אויסלייזן זיין קינד, וואס איז בכור צו זיין מאמען, ווען ער ווערט אלט א חודש, מיט 5 שקלים, וואס זענען ריין זילבער, אדער א זאך וואס איז ווערט די סכום, ביי א כהן.

א יתום אדער איינער וואס דער טאטע האט אים נישט אויסגעלייזט דארף זיך אליין אויסלייזן ווען ער איז שוין א אויפגעוואקסענער.

ביים פדיון טוט מען מאכן א סעודה. דער כהן זיצט בשעת מ'ברענגט אים דאס קינד. דער פאטער מאכט א ברכה "אשר קדשנו במצוותיו וצונו על פדיון הבן" איידער ער גיט איבער דעם פדיון צום כהן. דערנאך מאכט דער כהן א ברכה "בורא פרי הגפן" אויף א כוס וויין.

פסוקי דזמרה

פּסוקי דזמרה איז א טייל פון דער שחרית תפילה וואָס זענען פאַרפעסטיקט דורך חז״ל האבן איינגעפירט צו זאגן יעדן טאג. די פסוקי דזמרה הייבן אן מיט דע ברכה "ברוך שאמר" און ענדיגן מיט דער ברכה "ישתבח". די תפילה אזוי ווי מען זאגט זי היינט איז צאמגשטעלט פון פסוקים גענומען פון די תנ״ך - פון ספר שמות, פון משלי, דברי הימים, און מערסטנס פון תהילים.

פרשת בא

פרשת בא איז די דריטע סדרה אין ספר שמות.

פרשת בשלח

בשלח איז די פערטע סדרה אין ספר שמות.

די תורה דערציילט ווי די יידן זענען אדורכגעגאנגען דעם ים סוף, און די יידן האבן געזונגען שירה. נאכער האבן די יידן געבעטן עסן און דער אייבערשטער האט געשיקט אראפ שלָו און מן. דער מן האט אנגעהויבן א חודש נאך יציאת מצרים און האט געשפייזט די יידן פערציג יאר ביז זיי זענען אריין אין ארץ ישראל.

אינעם סוף פון דער סדרה ווערט געברענגט די מלחמה מיט עמלק.

דער שבת ווען מען ליינט פרשת בשלח ווערט אנגערופן שבת שירה.

פרשת וארא

פרשת וארא איז די צווייטע סדרה אין ספר שמות. אין דער פרשה ווערט געברענגט וועגן די ערשטע זיבן מכות פון די צען מכות.

פרשת ויקהל

פרשת וַיַקהל איז די צענטע פרשה אין ספר שמות.

אין א פשוטן יאר גייט ויקהל צוזאמען מיט פקודי, אחוץ ווען דאס קביעות פונעם יאר איז השא, דעמאלסט גייט ויקהל באזונדער, ווייל ס'איז דא אן איבעריגער שבת פאר פסח און מען וויל ליינען פרשת צו אום שבת הגדול. אין אן עיבור יאר גייט ויקהל אלעמאל באזונדער.

די סדרה הייבט אן מיט דער מצוה פון שבת.

נאך דעם דערציילט די פרשה ווי משה רבינו האט באפוילן די יידן צו ברענגען מאטעריאלן פארן משכן. משה האט באשטימט בצלאל און אהליאב איבערזען דאס בויען דעם משכן מיט זיינע כלים. דער סדר וואס משה האט געהייסט מאכן דעם משכן איז געווען: די יריעות, די קרשים, דעם שולחן, די מנורה, דעם גאלדענעם מזבח, דעם קופערנעם מזבח, דעם כיור און די פירהאנגען פונעם חצר.

פרשת יתרו

פרשת יתרו איז די פינפטע פרשה אין ספר שמות, זי קומט נאך פרשת בשלח. די פרשה הייבט אן מיט דער געשיכטע ווען יתרו איז געקומען צו משה רבינו און די יידן. דער צווייטער העלפט פון דער פרשה איז וועגן דעם מעמד הר סיני.

פרשת כי תשא

פרשת כי תשא איז די ניינטע פרשה אין ספר שמות.

די סדרה הייבט אן אז דער אייבישטער האט געהייסן ממנה זיין בצלאל צו האבן איבערזיכט אויף דער קאנסטרוקציע פונעם משכן און זיינע כלים.

די צווייטע פרשה דערציילט ווי די יידן האבן געזינדיגט ביים גאלדענעם עגל.

נאכהער ווערט דערמאנט ווי משה האט געדאווענט צום אייבישטן, וואס האט אים איבערגעגעבן די 13 מדות פון רחמים.

פרשת משפטים

פרשת משפטים איז די זעקסטע פרשה אין ספר שמות, זי קומט נאך פרשת יתרו.

עבד עברי

ווען א בהמה פון א מענטש איז מזיק

שומרים

שמיטה

פרשת פקודי

פרשת פקודי איז די עלפטע און לעצטע פרשה אין ספר שמות. ווען מען לייענט די סדרה אין שול, זאגט דער עולם "חזק חזק ונתחזק" נאכן ענדיגן די פרשה.

אין א פשוטן יאר גייען די סדרות ויקהל און פקודי צוזאמען, אחוץ ווען דאס קביעות פונעם יאר איז השא, דעמאלסט גייט ויקהל באזונדער, ווייל ס'איז דא אן איבעריגער שבת פאר פסח און מען וויל ליינען פרשת צו אום שבת הגדול. אין אן עיבור יאר גייט פקודי אלעמאל באזונדער.

די סדרה הייבט אן מיט ציילן די נדבות וואס די יידן האבן געגעבן פארן מאכן דעם משכן.

נאך דעם דערציילט די פרשה ווי מ'האט געמאכט די בגדי כהונה, דעם אפוד און חושן, דעם מעיל, די העמדער (כתונת), די הויבן פון אהרן (מצנפת) און די כהנים (מגבעות), די מכנסיים, גארטלען (אבנט) און דעם ציץ.

נאכהער ווערט דערציילט וויאזוי משה רבינו האט אויפגעשטעלט דעם משכן ראש חודש ניסן, ‏ און דער אייבערשטער האט געלאזט רוען זיין שכינה אויפן משכן.

פרשת שמות

פרשת שמות איז די ערשטע פרשה אין ספר שמות, זי קומט נאך פרשת ויחי.

די סדרה דערציילט די שעבוד פון די יידן אין מצרים.

פרשת תצוה

פרשת תצוה איז די אכטע פרשה אין ספר שמות.

די סדרה הייבט אן מיט דער מצוה פון נעמען בוימל און צינדן די מנורה אינעם משכן. אויך צו מאכן די בגדי כהונה, די קליידער וואס די כהנים דארפן טראגן ווען זיי טון די עבודה.

נאך דעם ווערן גערעכנט די פארשיידענע בגדים: אפוד, חושן, מעיל און ציץ (וואס נאר א כהן גדול טראגט), און די כתונת, מכנסים, אבנט (גארטל) און מגבעת (היטל), וואס אלע כהנים גייען.

אין דעם צווייטן העלפט פון דער סדרה ווערט געברענגט פרשת המילואים, וויאזוי מ'זאל זיך פירן מיט קרבנות כדי צו ווידמען די ערשטע כהנים, און אויך דעם פרשת התמיד. צום סוף ווערט געברענגט דעם ענין פון מאכן א גאלדענעם מזבח אויף וואס מען איז מקטיר קטורת צוויי מאל יעדן טאג.

פרשת תרומה

פרשת תרומה איז די זיבעטע פרשה אין ספר שמות, זי קומט נאך פרשת משפטים.

ברענגען די מאטריאלן וואס מ׳דארף כדי צו בויען דעם משכן

מאכן דעם ארון, כפורת, שולחן און מנורה

מאכן דעם מזבחמלכים א', מפרק ה', פסוק כ"ו עד פרק ו', פסוק י"ג.

צען מכות

די צען מכות באצייכנט א סעריע פון קאטאסטראפעס וואס האט לויט די תורה (אין ספר שמות) פאסירט אין די 13טע י"ה פארן ציילן אויף די מצרים.

שישים ריבוא

שישים ריבּוֹא (600,000) איז א נומער דערמאנט זיך אין תורה. סע װערט אָנגעגעבן אַלס צאָל פון ײדן, װעלכע זענען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים.דער אויסדרוק „שישים ריבוא” געפינט זיך אין חז"ל; אין תורה שטייט געשריבן „שש מאות אלף.”

טייל האַלטן אז אן אָרט דאַרף געפאָר פֿון שישים ריבוא מענטשן כדי צו זיין רשות הרבים.

אינעם זוהר ווערט געשריבן „יש שישים ריבוא אותיות לתורה” כאָטש באמת פאראן בערך 300,000 אותיות.

שמות

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:

ספר שמות

פרשת שמות

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.