ספר שמואל

ספר שמואל איז דאס דריטע ספר אין נביאים. דאס ספר דערציילט די געשיכטע פון כלל ישראל אין דער תקופה פון שמואל הנביא, שאול המלך, און דוד המלך. דער אנהויב פון ספר שמואל קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף דעם פערזענליכן לעבן פון שמואל, פון די געשיכטע פון זיינע עלטערן און זיין געבורט, און ווייטער זיין לעבן און שאפן דורכאויס זיינע יארן אלס שופט און מנהיג פון כלל ישראל.

אינהאלט

שמואל א'

פונעם געבורט פון שמואל ביזן טראגישן אומקום פון שאול המלך.

שמואל ב'

פון די אנהויב פון די קעניגרייך פון דוד המלך ביז זיינע לעצטע טעג.

ארבע פרשיות

די ארבע פרשיות זענען די פיר ספעציעלע פרשיות וואס מען ליינט אין דער תורה נאך דער וואכנדיגער סדרה אין די שבתים, פון דעם שבת ווען מען בענטשט חודש אדר ביז דעם שבת ווען בענטשט חודש ניסן. למשל, דעם שבת פאר פורים ליינט מען פרשת זכור, וואס האט א שייכות מיט פורים.

דברי הימים

ספר דברי הימים איז א ספר פון תנ"ך אין כתובים, וואס איז געשריבן געווארן אומגעפער 150 יאר נאך ספר מלכים. ספר דברי הימים איז א קעגנאיבערדיק ספר בראשית, ספר שמואל און ספר מלכים וואס בריינגט מיט אן אנדער אויסבליק די געשיכטע נאר פון מלכי יהודה, ספר דברי הימים איז מער עקסטרימיש געשריבן ווי ספר מלכים און דערפאר שרייבט ער נישט איבער די געשיכטע פון מלכי ישראל וואס האבן לויט זיין מיינונג געזינדיקט פאר גאט. נאך א אונטערשייד צווישן ספר מלכים מיט ספר דברי הימים איז, דאס וואס ספר מלכים גלויבט אין באלוינונג אויף דורות קעגן ספר דברי הימים וואס גלויבט אין פערזענליך באלוינונג.

דניאל (בן דוד)

דניאל אדער כלאב איז געווען דער צווייטער זון פון דוד המלך פון זיין פרוי אביגיל הכרמלית. ער איז געבוירן אין חברון. אין דער תנ"ך ווערט נישט געבראכט אינפארמאציע לגבי אים.

וְאֵלֶּה הָיוּ בְּנֵי דָוִיד, אֲשֶׁר נוֹלַד-לוֹ בְּחֶבְרוֹן: הַבְּכוֹר אַמְנֹן, לַאֲחִינֹעַם הַיִּזְרְעֵאלִית, שֵׁנִי דָּנִיֵּאל, לַאֲבִיגַיִל הַכַּרְמְלִית ספר דברי הימים (פרק א')

וּמִשְׁנֵהוּ כִלְאָב, לַאֲבִיגַיִל אֵשֶׁת נָבָל הַכַּרְמְלִי; ספר שמואל ב' (פרק ג')

דרומדיקע גשור

דאס דרומדיקע קעניגרייך גשור איז געווען פון דרום זייט פון די שטעט פון די פלשתים. דאס לאנד ווערט דערמאנט אין ספר יהושע‏ ווי איינע פון די לענדער וואס יהושע בן נון האט נישט איינגענומען.

אין ספר שמואל‏ ווערט דערמאנט, אז ווען דוד המלך האט געוואוינט אין צקלג, ווען ער איז געזעסן אונטער אכיש דער קעניג פון גת, האט ער געפירט מיט זיי א מלחמה.

הרב יהודה קיל אין דער פירוש דעת מקרא אויף יהושע שרייבט, אז לויט דעם אלטן נאמען פון דער הויפטשטאט פון די חורים וועלכער איז געווען "גשור", קען זיין אז דאס פאלק "גשור" פון דרום זענען געווען פון די חורים.

מיכל

מיכל איז געווען די טאכטער פון שאול המלך. זי ווערט דערמאנט אין תנ״ך אין ספר שמואל.

ביי דער מלחמה מיטן פלישתי גלית, האט שאול צוגעזאגט, ווער עס וועט אים באזיגן, וועט באקומען מיין טאכטער פאר א פרוי.

קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט אנצוהייבן מיט אזא מעכטיגן גיבור חיל ואיש מלחמה ווי גלית נאר דער קליין געוויקסיגער דוד'ל, וועמען זיין פאטער ישי האט געשיקט צו זיינע ברידער.

ווען דוד איז אנגעקומען אהין אויפן פראנט, און געהערט ווי דער גלית לעסטערט גאט, האט ער באשלאסן אז ער וועט פירן מלחמה, און וועט אים אומברענגען.

נאכדעם וואס דוד האט געווארפן דאס שטיינדל וואס האט אומגעברענגט גלית'ן, האט אים שאול געשטעלט אויפן מיליטער און ער שטארק מצליח געווען. האבן אלע מיידלעך געזונגען פאר דוד'ן, און דאס האט אויסגערופן דעם צארן פון שאול.דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער ביטערער שטרייט צווישן דוד און שאול המלך.

שאול האט פארשפראכן דוד'ן מקיים צו זיין זיין הבטחה און אים געבן זיין עלטערער טאכטער מירב, למעשה האט ער איר געגעבן צו עדריאל המחולתי פאר א ווייב.

מיכל, די יונגערע טאכטער, האט ליב באקומען דוד'ן. דאס האט געפאָלן שאול'ן, ער האט מסכים געווען איר צו געבן דוד'ן, בתנאי אז ער וועט ברענגען אלס נדן הונדערט ערלות פון פלישתים. דוד מיט זיינע מענטשן האבן גע'הרג'ט צוויי הונדערט פלישתים און געברענגט זייערע ערלות. דערנאך האט דוד טאקע חתונה געהאט מיט מיכל.

מיכל איז געווען טריי צו דוד, ווען מען האט באלאגערט זייער הויז כדי צו טויטן דוד, האט זי אים ארויסגעלאזט דורכן פענסטער.

שפעטער אז שאול'ס שטרייט מיט דוד האט זיך פארשארפערט, האט מען צוגענומען מיכל און איר אוועקגעגעבן פאר פלטי בן ליש. ערשט נאך שאול'ס טויט, ווען דוד האט שוין געקעניגט, האט ער איר צוריקגענומען..

נביאים

דער ארטיקל דיסקוטירט די צווייטע אפטיילונג פון תנ"ך. טאמער זוכט איר מענטשן וואס האבן נבואה, זעט נביא.נביאים איז דער נאמען פון דער צווייטער אפטיילונג פון תנ"ך, וואס איז כולל די געשיכטע פון עם ישראל אין ארץ ישראל ביז צום חורבן בית המקדש און די נבואות פון די נביאים. א נביא הייסט איינער וואס הערט און גיט איבער דאס ווארט פונעם באשעפער.

מען לייענט די הפטרה פון נביאים בציבור שבת, יום טוב און תעניתים נאך קריאת התורה.

לויטן רמב"ם, ווערן די ספרים פון תנ"ך צעטיילט אויף דריי דרגות פון קדושה וואס ווענדט זיך ווי אזוי מ'האט זיי געשריבן. משה רבינו האט געשריבן די תורה על פי ד', די ספרים פון נביאים זענען געשריבן מיט נבואה, און די ספרים פון כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

די ספרים פון נביאים ווערן צעטיילט לויט זייער ענין:

נביאים ראשונים, וואס איז כולל ספר יהושע, ספר שופטים, ספר שמואל און ספר מלכים. די ספרים באשרייבן די היסטאריע.

נביאים אחרונים, וואס איז כולל ספר ישעיה, ספר ירמיה, ספר יחזקאל און תרי עשר. די ספרים אנהאלטן די נבואות וואס האבן א צוועק אויך פאר די שפעטער דורות. תרי עשר איז א ספר וואס איז כולל די נבואות פון די צוועלף נביאים: הושע, יואל, עמוס, עובדיה, יונה, מיכה, נחום, חבקוק, צפניה, חגי ,זכריה און מלאכי.

רחל

די מאמע רחל איז געווען דאס באליבטע ווייב פון יעקב. זי האט געהאט צוויי קינדער:יוסף און בנימין.

רמות

רמות אלון איז א געגנט אין ירושלים וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1974 ווי איינע פון די 5 געגנטן צו אויסשפרייטן ירושלים אויף א גרויסן פארנעם, און מיט דער צייט האט זיך עס שטארק אנטוויקלט און היינט האט עס איינוואינער ווי א מיטל-שטאט אין ישראל מיט 40,000 איינוואוינערס.

ס'צוטיילט זיך אין 6:

רמות א'

רמות ב'

רמות ג'

רמות ד'

רמות 06 (שכונת רמות ה' איז אינמיטן א האנדל צענטער)

רמות פולין, רמות אונגוואר, תפארת רמות, און נוף רמות זיינען אלץ איין געגנט מיט פרומע איינוווינער.דער נאמען רמות שטאמט פון דעם פסוק (ספר שמואל א' כ"ה) "וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו ויקברוהו בביתו רמה" וואס לויט דער טראדיציע איז דאס דער העכסטער בארג אין ירושלים. דרום זייט פון רמות איז פלאצירט דער קבר שמואל הנביא.

אין רמות פולין געפינען זיך די גערער ישיבה תפארת משה בצלאל און די ליטווישע ישיבה נתיב הדעת.

שאול המלך

שָׁאוּל בֶּן קִישׁ איז געווען דער ערשטער יידישער קעניג. זיין מאנארכיע עפאכע איז דאטירט צו די צווייטע העלפט פונעם 11טער יארהונדערט פ"ק. רוב די באקאנטע דערציילונגען וועגן שאול באווייזן זיך אין ספר שמואל. נאר די דערציילונג וועגן שאול'ס טויט ביי הר הגלבוע ווערט דערמאנט אויך אין ספר דברי הימים.

מרגלא בפומיה דדוד המלך על שאול המלך חמיו: "שאול בחיר השם, משיח יהוה, וצדיק גמור ושכינה עמו" (הרמ"ע מפאנו מאמר מאה קשיטה).

שמואל

שמואל איז דער נאמען פון נביא און פֿון ספֿר שמואל, אין װעלכן עס װערן באַשריבן די ספּורים װעגן שמואל הנביא (אין שמואל א').

דער נאָמען פֿון שמואל הנביא איז געװען בײ ײדן זײער געערט װי משה רבנו און אהרן הכהן און אין תהלים צ״ט װערן זײ דרײ דערמאָנט צוזאמען („משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו”).

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.