ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים. נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא (וואס האט געראטעוועט די יידן פון עגלון), יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא (בבא בתרא י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

משנה תורה

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רמב"ם'ס ספר. פאר א צווייטן נאמען פאר ספר דברים אין חומש, זעט ספר דברים.משנה תורה איז א מאנומענטאל ספר אויף הלכה וואס דער רמב"ם האט פארפאסט. דאס ספר נעמט ארום אלע הלכות וואס ווערן אדורכגערעדט פון חז"ל. דאס איז דאס ערשטע הלכה ספר געשריבן לויט ענינים אין נישט אויפן סדר פון ש"ס.

די משנה תורה איז געשריבן אין 14 ספרים, און דעריבער הייסט זי אויך דער "יד החזקה" (יד איז גימטריא 14).

אין משנה תורה ברענגט נישט דער רמב"ם קיין שום מקורות, נאר די נושאי כלים, ווי למשל דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו, זיכן אויס א מקור פאר יעדער הלכה פון דעם רמב"ם.

דער רמב"ם האט געשריבן די משנה תורה אין עגיפטן פון ד'תתק"ל ביז ד'תתק"ם.

נביאים

דער ארטיקל דיסקוטירט די צווייטע אפטיילונג פון תנ"ך. פאר מענטשן וואס האבן נבואה, זעט נביא.נביאים איז דער נאמען פון דער צווייטער אפטיילונג פון תנ"ך, וואס איז כולל די געשיכטע פון עם ישראל אין ארץ ישראל ביז צום חורבן בית המקדש און די נבואות פון די נביאים. א נביא הייסט איינער וואס הערט און גיט איבער דאס ווארט פונעם באשעפער.

מען לייענט די הפטרה פון נביאים בציבור שבת, יום טוב און תעניתים נאך קריאת התורה.

לויטן רמב"ם, ווערן די ספרים פון תנ"ך צעטיילט אויף דריי דרגות פון קדושה וואס ווענדט זיך ווי אזוי מ'האט זיי געשריבן. משה רבינו האט געשריבן די תורה על פי ד', די ספרים פון נביאים זענען געשריבן מיט נבואה, און די ספרים פון כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

די ספרים פון נביאים ווערן צעטיילט לויט זייער ענין:

נביאים ראשונים, וואס איז כולל ספר יהושע, ספר שופטים, ספר שמואל און ספר מלכים. די ספרים באשרייבן די היסטאריע.

נביאים אחרונים, וואס איז כולל ספר ישעיה, ספר ירמיה, ספר יחזקאל און תרי עשר. די ספרים אנהאלטן די נבואות וואס האבן א צוועק אויך פאר די שפעטער דורות. תרי עשר איז א ספר וואס איז כולל די נבואות פון די צוועלף נביאים: הושע, יואל, עמוס, עובדיה, יונה, מיכה, נחום, חבקוק, צפניה, חגי ,זכריה און מלאכי.

עגלון

עֶגְלוֹן איז דער נאמען פון א מלך פון מואב וואס ווערט דערמאטנ אין תנ"ך אין ספר שופטים, פרק ג'.

עגלון האט געמאכט א בונד מיט עמלק און עמון‏ כדי איבערהערשן אויף שטחים אין די מזרח און מערב זייטן פונעם טייך ירדן, און אויך טיילן פון דעם שטח פון שבט בנימין. עגלון האט פארשקלאפט די בני ישראל פאר 18 יאר‏, ביז אהוד בן גרא האט אנגעפירט א רעוואלוציע קעגן אים, און האט באוויזן צו הרגענען אים מיט כיטרע ניצנדיק א טאפלשארפן שווערד.

לויט חז"ל‏‏ איז עגלון מלך מואב געווען דער פאטער אדער זיידע פון רות‏‏‏, צוליב דעם וואס ער איז אויפגעשטאנען פון זיין טראן ווען אהוד בן גרא האט גערעדט צו "דבר א-להים אליך המלך" (דער אייבישטער האט גערעדט צו אייך מלך), און מיט דעם וואס ער האט געערט דעם אייבישטן, האט ער זוכה געווען אז זיין זון זאל זיין זיין נאכפאלגער אויפן טראן‏ און פון אים איז ארויסגעקומען רות המואביה און דוד המלך.

פלשתים

די פלשתים זענען געווען א פֿאלק אין די תנ"ך צייטן וואס האבן געוואוינט אין דרום ארץ ישראל ביים בארטן פונעם מיטלענדישן ים.

אין ספר בראשית שטייט אז דער מלך פון די פלשתים איז געווען אבימלך און זיין שעף פון גענעראל שטאב האט געהייסן פֿיכול.

די פינף עיקר שטעט פון די פלשתים זענען געווען: עזה, אשקלון, אשדוד, עקרון און גת. (ספר שופטים)

פרשת נשא

נָשׂא איז די צווייטע סדרה אין ספר במדבר, און די לענגסטע סדרה אין דער תורה, מיט 176 פסוקים.

מען לייענט פרשת נשא דעם שבת נאך שבועות, אדער אמאל דעם שבת פאר שבועות.

די סדרה הייבט און מיט ציילן די בני לוי, די משפחות פון גרשון און מררי.

דערנאך ווערט געברענגט אז מען דארף שיקן יידן וואס זענען טמא מחוץ למחנה.

די פרשה פון גזל הגר.

די דינים פון א סוטה

די דינים פון א נזיר.

די מצווה פון ברכת כהנים.

די קרבנות פון די צוועלף נשיאים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.