ספר יהושע

ספר יהושע איז דער ערשטער ספר פון די (אכט ספרים פון) נביאים אין תנ"ך. דער ספר באשרייבט ווי די יידן האבן זיך באזעצט אין ארץ ישראל, פון ווען זיי זענען אריין ביז צום טויט פון יהושע בן נון, וואס איז געווען דער מנהיג פון דעם יידישן פאלק נאך די פטירה פון משה רבנו.

אינהאלט פון ספר

דער ספר פארציילט די געשיכטע פונעם יידישן פאלק פון די פטירה פון מות משה רבנו ביז יהושע'ס פטירה. מ'קען טיילן דעם ספר אויף פיר חלקים:

  • פרקים א'-ה': דאס יידישע פאלק איז אריין אין ארץ ישראל און גרייט זיך צו איינצונעמען דאס לאנד.
  • פרקים ו'-י"ב: דער נצחון פון די יידן איבער די כנענים.
  • פרקים י"ג-כ"א: ארץ ישראל ווערט צעטיילט צווישן די שבטים.
  • פרקים כ"ב-כ"ד: דער סוף פון יהושע'ס לעבן.

אין דעם ספר זענען דא 655 פסוקים. לויטן גוישן טייטש פון תנ"ך ווערט דאס צעטיילט אויף 24 קאפיטלעך.

וועגן דעם ספר

חז"ל זאגן אז יהושע האט געשריבן דעם ספר אליין.

די שומרוינער (כותים) גלויבן בלויז אין דער תורה און אין ספר יהושע.

דרומדיקע גשור

דאס דרומדיקע קעניגרייך גשור איז געווען פון דרום זייט פון די שטעט פון די פלשתים. דאס לאנד ווערט דערמאנט אין ספר יהושע‏ ווי איינע פון די לענדער וואס יהושע בן נון האט נישט איינגענומען.

אין ספר שמואל‏ ווערט דערמאנט, אז ווען דוד המלך האט געוואוינט אין צקלג, ווען ער איז געזעסן אונטער אכיש דער קעניג פון גת, האט ער געפירט מיט זיי א מלחמה.

הרב יהודה קיל אין דער פירוש דעת מקרא אויף יהושע שרייבט, אז לויט דעם אלטן נאמען פון דער הויפטשטאט פון די חורים וועלכער איז געווען "גשור", קען זיין אז דאס פאלק "גשור" פון דרום זענען געווען פון די חורים.

דרך עדותיך (דינאוו)

דרך עדותיך איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר בני יששכר.

הגדה של פסח

די הגדה של פסח שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה.‏הגדה של פסח איז דער טראדיציאנאלע נוסח באנד, וואס מען זאגט ביים 'סדר נאכט' די ערשטע נעכט יו"ט פסח. די אומצאליגע הגדות, וואס זענען היינט אומשאצבארע אנטיק און סחורה, איז די עלצטע געדרוקטע ספר אינעם יודישער היסטאריע.

מען זאגט די הגדה פסח ביים סדר, באזירט אויפן פסוק "והגדת לבנך", כדי צו פארציילן די כראניקאלן פון יציאת מצרים.

די הגדה הייבט אן מיט קידוש, דער ערשטעט פון די פיר כוסות. נאכדעם פרעגט א קינד (אדער אלע קינדער) די מה נשתנה און דער פאטער (אדער ווער עס פירט דעם סדר) זאגט איבער מגיד. מען טרינקט דעם צווייטן כוס, מעט עסט די כזית מצה, און מרור. דערנאך עסט מען די סעודה און מען בענטשט אויפן דריטן כוס. דערנאך איז מען ממשיך די הגדה מיטן צווייטן טייל פון הלל און נשמת און מען טרינקט דעם פערטן כוס. ס'איז א מנהג צו זינגען פארשיידענע פיוטים און געזאנגען ביים סוף פונעם סדר.

טארנאפאל

טאַרנאפאל (אוקראיניש: Тернопіль טערנאפיל; רוסיש: Тернополь טערנאפאל; פויליש, דייטש און ענגליש Tarnopol) איז א שטאט אין מערב-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם טייך סערעט, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו.

טאַרנאפאל איז די הויפטשטאט פון דער טאַרנאפאלער גובערניע.

יהושע

דער ארטיקל דיסקוטירט יהושע בן נון. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יהושע (באדייטן).יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלקער, און צוטיילט ארץ ישראל פאר די צוועלף שבטים.

יהושע בן נון איז ווארשיינליך געבוירן געווארן אין מצרים, און איז אלט געווען 42 יאר בשעת יציאת מצרים.

ער איז געווען דער משרת פון משה און זיין געטרייסטער תלמיד, און כאטש וואס ער האט נישט באלאנגט צו די משפחה פון משה רבינו, האט אים גאט באשטימט אלס דער איינציגער פאסיגער איבערצונעמען די פירערשאפט פון כלל ישראל.

ער האט קודם געהייסן הושע און ווען משה רבינו האט אים געשיקט צו זיין פון די מרגלים, האט ער אים צוגעלייגט אן אות צו זיין נאמען יהושע אלס א ברכה אז גאט זאל זיין צו זיין הילף (דער טייטש פון י-ה הושע).

יהושע (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:

יהושע בן נון

ספר יהושע

דער תנא רבי יהושע

נביאים

דער ארטיקל דיסקוטירט די צווייטע אפטיילונג פון תנ"ך. טאמער זוכט איר מענטשן וואס האבן נבואה, זעט נביא.נביאים איז דער נאמען פון דער צווייטער אפטיילונג פון תנ"ך, וואס איז כולל די געשיכטע פון עם ישראל אין ארץ ישראל ביז צום חורבן בית המקדש און די נבואות פון די נביאים. א נביא הייסט איינער וואס הערט און גיט איבער דאס ווארט פונעם באשעפער.

מען לייענט די הפטרה פון נביאים בציבור שבת, יום טוב און תעניתים נאך קריאת התורה.

לויטן רמב"ם, ווערן די ספרים פון תנ"ך צעטיילט אויף דריי דרגות פון קדושה וואס ווענדט זיך ווי אזוי מ'האט זיי געשריבן. משה רבינו האט געשריבן די תורה על פי ד', די ספרים פון נביאים זענען געשריבן מיט נבואה, און די ספרים פון כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

די ספרים פון נביאים ווערן צעטיילט לויט זייער ענין:

נביאים ראשונים, וואס איז כולל ספר יהושע, ספר שופטים, ספר שמואל און ספר מלכים. די ספרים באשרייבן די היסטאריע.

נביאים אחרונים, וואס איז כולל ספר ישעיה, ספר ירמיה, ספר יחזקאל און תרי עשר. די ספרים אנהאלטן די נבואות וואס האבן א צוועק אויך פאר די שפעטער דורות. תרי עשר איז א ספר וואס איז כולל די נבואות פון די צוועלף נביאים: הושע, יואל, עמוס, עובדיה, יונה, מיכה, נחום, חבקוק, צפניה, חגי ,זכריה און מלאכי.

פרשת וזאת הברכה

וזאת הברכה איז די לעצטע סדרה אין ספר דברים. מען לייענט די סדרה שמחת תורה. אין חוץ לארץ געפאלט שמחת תורה קיינמאל נישט שבת, ממילא לייענט מען קיינמאל נישט ״וזאת הברכה״ שבת.

צבי אלימלך שפירא

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם בני יששכר, רב אין דינאוו. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט צבי אלימלך שפירא (באדייטן).רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תקמ"ג - י"ח טבת ה'תר"א), רב אין דינאוו, דער בני יששכר.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.