ספר דברים

דברים איז דער פינפטער ספר פון חומש.

דער סדר פון פרשיות אין ספר דברים

אין ספר דברים איז דא 11 פרשיות:

  • דברים
  • ואתחנן
  • עקב
  • ראה
  • שופטים
  • כי תצא
  • כי תבוא
  • נצבים
  • וילך
  • האזינו
  • וזאת הברכה
בית המקדש

בית המקדש (וואס איז טייטש הייליג הויז) איז געוועזן דער ארט וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאר זיינע יידישע קינדער זיי זאלן מאכן פאר אים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - זיי זאלן מאכן פאר מיר א מקדש, און איך וועל רוען אין זיי , און איז געוועזן דער ארט ווו די אידן האבן געטון די עבודה (גאט'ס דינסט) פון מקריב זיין קרבנות און זינגען פאר גאט.

ברכת המזון

ברכת המזון אדער בענטשן, איז די מצוה פון לויבן גאט נאכן עסן א כזית ברויט.

די מצוה פון בענטשן שטייט אין די תורה, ספר דברים ח', וְאָכַלְתָּ, וְשָׂבָעְתָּ וּבֵרַכְתָּ אֶת-יְהוָה אֱלֹהֶיךָ עַל-הָאָרֶץ הַטֹּבָה אֲשֶׁר נָתַן-לָךְ

- איבערזעצונג: און איר וועט עסן און זיך אנזעטיגן און נאכער זאלט איר בענטשן דעם אייבירשטן אייער גאט אויף די גוטע לאנד וואס ער האט אייך געגיבן.

חז"ל זאגן אז פון די דאזיגע פסוק זעהט מען אז מען דארף זאגן דריי ברכות, ברכת הזן, ברכת הארץ און ברכת ירושלים. דאס זענען די ערשטע דריי ברכות פון בענטשן, הזן את הכל, על הארץ ועל המזון און בונה ברחמיו ירושלים.

די ברכה פון הָאֵל אָבִינוּ מַלכֵּנוּ, איז נישט פון די ארגינעלע מצוה, דאס האט שפעטער רבן גמליאל ובית דינו נאכן חורבן בית שני אין יבנה מתקן געווען. ווי עס ווערט אנגערופן ברכת הטוב והמטיב, צוליב וואס די ארגינעלע נוסח פון די ברכה איז בלויז געווען "ברוך אתה ה' אמ"ה הטוב והמטיב". די ברכה איז ספעציעל געווידמעט פאר די גענאדע וואס גאט האט באותו זמן געטאן, ווען די טויזענטער דערמארדעטע אידן פון די שטאט ביתר וואס זענען געלעגן פאר א וויילע אומבאערדיגט, האט מען געקענט באערדיגן און זיי זענען נישט פארשטונקען געווארן.

פון די הרחמן'ס און ווייטער, דאס האט מען צוגלייגט אין די צייטן פון די גאונים, דארט מעג מען צולייגן אייגענע געבעטן.

די ערשטער נוסח פון ברכת המזון איז געווען פון אברהם אבינו ווען ער האט אנגעפיטערט זיינע געסט, האט ער נאכן עסן זיי געהייסן זאגן די ווערטער "בָּרוּך אֵל עוֹלָם שֶאָכַלנוּ מִשֶלוֹ".

די ערשטע דריי ברכות האבן זיך שטענדיג געטון פארענדערן לויטן מצב פון די אידן, צום ביישפיל די ברכה פון נודה לך, וואס דאנקט גאט פאר געבן ארץ ישראל, איידער די אידן זיינען אריין קיין ארץ ישראל אין די צייטן פון משה רבינו איז די ברכה נישט געווען א לויב, ווייל מ'איז דאך נאך נישט געווען אין ארץ ישראל, נאר די נוסח איז געווען א געבעט. די זעלבע מיט רחם, איז נישט געווען ספעציפיש איבער ירושלים און דער ביהמ"ק נאר אין אלגעמיין איבער השראת השכינה.

די ענדגילטיגע נוסח וואס מיר זאגן היינט איז מתקן געווארן ווי פאלגענד:

הזן, דורך משה רבינו ביי די נידערן פון די מן. די ווערטער "כאמור פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון", זענען דא וואס לאזן עס אויס, ווייל דאס קומט דאך פון תהלים. אבער עס זענען דא וואס זאגן אז די ווערטער האט יא משה רבינו געמאכט, נאר דוד המלך האט עס בלויז אריינגעשטעלט אין תהלים.נודה, דורך יהושע בן נון נאכן איינעמען ארץ ישראל.רחם, איז ציטייטלט, די חלק וואס רעדט פון ירושלים האט מתקן געווען דוד המלך, וואס איז געווען די ערשטער אידישער קעניג פון ירושלים, און די חלק פון דער ביהמ"ק האט מתקן געווען שלמה המלך, וואס האט געבויט דער ביהמ"ק. דעמאלטס האט די געבעט געמיינט אז ירושלים און דער ביהמ"ק זאלן אנהאלטן. היינט מיינט עס עס זאל ווידער באנייט ווערן.

דברים

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:

ספר דברים

פרשת דברים

דברים נחמדים

דברים נחמדים איז א ספר געשטעלט אויף משניות און גמרא פארפאסט דורך רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו, באקאנט אלס דער בני יששכר.

הושענא רבא

הושענא רבא איז דער לעצטער טאג פון דעם יו"ט סוכות, עס מיינט "פילע הושענא'ס" צוליב די פילע געבעטען וואס מען זאגט ביים דאווענען אין דעם דאזיגן טאג, מיט דעם ווארט "הושענא".

אין צייטן פון בית המקדש האבן כהנים ארום שפאנצירט די מזבח מיט בינטלעך ערבות זינגענדיג געזאנגען.

אלס א געדענקעניש צום ביהמ"ק שפאנצירט מען ארום דעם באלעמער מיטן לולב און אתרוג זיבן מאל זאגנדיג א באזונדערע "הושענא" געבעט יעדעס מאל באזונדער. אויפן באלעמער שטייט מען מיט זיבן ספרי תורות. אין צאנז בלאזט מען שופר צווישן יעדע רינג.

דער טאג ברענגט מיט זיך א פארכטיגע געמוט אזוי ווי ימים נוראים, עס איז אנגענומען אז דער טאג איז דער גמר דין פון די נייע יאר וואס הייבט זיך אן אום ראש השנה, דעריבער וואונטש מען זיך מיטן וואונטש "א גוט קוויטל" וואס ווייזט אויף די ענדגילטיגן וואונטש צום נייעם יאר.

דאס דאווענען איז אויפן ימים נוראים סטיל, דער בעל תפלה טוט אן א קיטל, די ניסוח איז די זעלבע ווי ימים נוראים, טייל האבן דעם מנהג צו זאגן שיר המעלות ממעמקים נאך ישתבח, איידער קריאת התורה זאגן טייל די שלש עשרה מדות און דעם זעלבן יהי רצון ווי די ימים נוראים.

געוויסע חסידישע רבי'ס האלטן עמאציאנאלע רעדעס צו ערוועקן אידן צו טאן תשובה .

מען נעמט א בינטל מיט 5 ערבות וואס רופט זין "הושענות", אין מ'קלאפט דאס אויף דער ערד.

פון דא נעמט זיך דאס שפריכווארט "ווערד ווי אויסגעקלאפטע הושענות" צוליב וואס מען ניצט נישט איבער די זעלבע הושענות נאכדעם וואס מ'האט שוין געקלאפט דערמיט.

משיח

דער ארטיקל רעדט וועגן משיח אין אידישקייט, פאר אנדערע רעליגיעס זעט משיח (אלגעמיין)משיח אדער מלך המשיח איז דער מענטש וואס איז לויט דער אידישער רעליגיע ערווארטעט צו ברענגען די גאולה שלימה און אויסלייזן די אידן פון גלות. גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז איינס פון די פונדאמענטאלע טיילן אין אידישקייט.

משנה תורה

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רמב"ם'ס ספר. טאמער זוכט איר א צווייטן נאמען פאר ספר דברים אין חומש, זעט ספר דברים.משנה תורה איז א מאנומענטאל ספר אויף הלכה וואס דער רמב"ם האט פארפאסט. דאס ספר נעמט ארום אלע הלכות וואס ווערן אדורכגערעדט פון חז"ל. דאס איז דאס ערשטע הלכה ספר געשריבן לויט ענינים אין נישט אויפן סדר פון ש"ס.

די משנה תורה איז געשריבן אין 14 ספרים, און דעריבער הייסט זי אויך דער "יד החזקה" (יד איז גימטריא 14).

אין משנה תורה ברענגט נישט דער רמב"ם קיין שום מקורות, נאר די נושאי כלים, ווי למשל דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו, זיכן אויס א מקור פאר יעדער הלכה פון דעם רמב"ם.

דער רמב"ם האט געשריבן די משנה תורה אין עגיפטן פון ד'תתק"ל ביז ד'תתק"ם.

נביא

דער ארטיקל רעדט וועגן יידישע נביאים און איבערן באגריף פון נבואה אין יידישקייט, פאר אנדערע גלויבונגען זעט נביא (אלגעמיין)א נביא איז איינער וואס ווערט געשיקט דורך גאט איבערצוגעבן פאר די מענטשן די ווערטער פון אייבערשטן.

דער ארגינעלער באדייט פון נביא אין לשון קודש איז איינער וואס איז געשטעלט איבערצוזאגן און איבערגעבן די ווערטער פונעם זאגער. אהרן הכהן ווערט אנגערופן דער נביא פון משה רבינו.

גאט זאגט צו משה: נָבִיא מִקִּרְבְּךָ מֵאַחֶיךָ כָּמֹנִי, יָקִים לְךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ: אֵלָיו, תִּשְׁמָעוּן ספר דברים (פרק יח)

ספר מלכים

ספר מלכים איז דער פערטער באנד אין תנ"ך פון די "נביאים ראשונים". דער ספר הייסט מלכים וויבאלד עס רעדט ארום די אלע אידישע מלכים, פון דער קעניג שלמה המלך (וואס האט געקעניגט נאך זיין טאטן דוד המלך) ביז צדקיהו דער לעצטער קעניג פון מלכות בית דוד פארן חורבן בית ראשון (ג'של"ח). דער ספר פארטוט זיך סיי מיט מלכי יהודה און סיי מיט מלכי ישראל.

דער ספר איז געשריבן געווארן סוביעקטיוו פון א רעליגיע אויסבליק, וואס באשולדיקט אלע געפאר־פאסירונגען צו די זינד פון די אידן פאר גאט. אויך איז דער ספר פּרָא מלכות יהודה און אנטקעגן מלכות ישראל.

די הויפט טעמעס אין דער ספר ערקלערט:

פארוואס האט זיך מלכות ישראל צעטיילט פון מלכות יהודה.

וועלכע קיסרים האבן געקעניגט אין מלכות יהודה און וועלכע אין מלכות ישראל.

ווי אזוי איז חרב געווארן מלכות יהודה און מלכות ישראל.

עשרת הדיברות

עשרת הדברות זיינען די גרונדענע געזעצן פון די תורה וואס לויט די יידישע טראדיציע זיינען זיי געזאגט געווארן דירעקט דורך גאט צו די יידישע פאלק ביים מעמד הר סיני (אנדערש ווי די גאנצע תורה וואס גאט האט געזאגט נאר צו משה רבינו).

די עשרת הדיברות האט מען געשריבן אויף צוויי טאוולען (לוחות הברית) און אריינגעלייגט אין דער ארון הברית, וואס איז שפעטער געלעגן אין בית המקדש ביי דעם קודש הקדשים.

די ערשטע 5 דברות אין בין אדם למקום, און די לעצטע 5 דברות איז בין אדם לחבירו.

פרשת דברים

פרשת דברים איז די ערשטע סדרה אין ספר דברים.

מען לייענט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב (דאס הייסט, ד' אב, ו' אב, ח' אב אדער ט' אב). טייל קהילות האבן דעם מנהג ביים לייענען די תורה שבת צו לייענען דעם פסוק ״איכה אשא לבדי …״ מיטן איכה ניגון.

פרשת ואתחנן

פרשת ואתחנן איז די צווייטע סדרה אין ספר דברים.

מען לייענט פרשת ואתחנן דעם שבת נאך תשעה באב (דאס הייסט, י"א אב, י"ג אב, ט"ו אב אדער ט"ז אב).

פרשת וזאת הברכה

וזאת הברכה איז די לעצטע סדרה אין ספר דברים. מען לייענט די סדרה שמחת תורה. אין חוץ לארץ געפאלט שמחת תורה קיינמאל נישט שבת, ממילא לייענט מען קיינמאל נישט ״וזאת הברכה״ שבת.

פרשת וילך

וילך איז די ניינטע סדרה אין ספר דברים. זי איז די קלענסטע סדרה אין דער תורה מיט 30 פסוקים. ווען ראש השנה געפאלט מאנטיג אדער דינסטיק לייענט מען וילך באזונדער (״בג המלך פת וילך״) שבת שובה (דעם שבת נאך ראש השנה). ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק אדער שבת לייענט מען נצבים-וילך צוזאמען דעם שבת פאר ראש השנה.

פרשת כי תצא

פרשת כי תצא איז די זעקסטע סדרה אין ספר דברים. די סדרה האט די מערסטע צאל מצוות פון אלע סדרות אין דער תורה.

מען לייענט פרשת כי תצא דעם צווייטן שבת פון חודש אלול,(דאס הייסט, ט' אלול, י"א אלול, י"ג אלול אדער י"ד אלול).

שמע ישראל

שמע ישראל איז דער פסוק אין ספר דברים וואס זאגט עדות אויף אן איינציגע גאט און איז איינע פון די גרונט-פרינציפן אין די יודישע אמונה.

מען זאגט עס ביי קריאת שמע צוויי מאל א טאג און ווי אויך פארן גיין שלאפן. אויך זאגט מען דאס פארן טויט, בפרט ווען איינער ווערט געהארגעט אויף קידוש השם.

אין די ספר תורה שרייבט מען די אותיות עי"ן און דל"ת גרויס.

שנה ראשונה

שנה ראשונה איז דאס ערשטע יאר נאך דער חתונה. לויט דער תורה אין דעם יאר דארף מען פריילעך מאכן די ווייב און אפגעבן צייט פאר איר. אין דעם יאר פירט מען זיך צו זיך נישט דערווייטערן פון שטוב אויף דאטשע א.ד.ג.

אין פריערדיקע צייטן, האט א מענטש נישט געדארפט גיין דינען אין מיליטער ווען ער איז געוועזן אין דעם שנה ראשונה. כִּי-יִקַּח אִישׁ, אִשָּׁה חֲדָשָׁה--לֹא יֵצֵא בַּצָּבָא, וְלֹא-יַעֲבֹר עָלָיו לְכָל-דָּבָר: נָקִי יִהְיֶה לְבֵיתוֹ, שָׁנָה אֶחָת, וְשִׂמַּח, אֶת-אִשְׁתּוֹ אֲשֶׁר-לָקָח ספר דברים כ"ד.

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.