ספר במדבר

בַּמִּדְבָּר איז דאָס פֿערטע ספֿר פֿון חומש; דער נאָמען שטאַמט דערפֿון, װאָס דער ערשטער פסוק הײבט זיך אָן מיט די װערטער „וידבר ה’ אל משה במדבר סיני“; טײל אַמאָליקע מפֿרשים האָבן עס גערופֿן אויך „וידבר“; אין דער משנה יומא פרק ז’ הײסט עס, „חומש הפֿקודים“ (פֿון „פקד“ „צײלן“), װײַל אין אים װערט געבראַכט די צײלונג פֿון די ייִדן אין דער מדבר; אין אײראָפעאישע שפראַכן רופֿט מען עס מיטן לאטײנישן נאָמען „נומערי“, צאָלן: אין דאָרטן ספֿר זענען פֿאַראַן אַ רײ ספֿורים, די משנה פֿון די מרגלים, די מחלוקה פֿון קורח, די מעשׂה בלעם, די מלחמות פֿון סיחון און עוג, מעשׂה מרים, װי אױך די געאָגראַפֿישע גרעניץ פֿון ארץ–ישׂראל. עס זענען דאָרטן פֿאַראַן אױך די דינים פֿון נזירות. ציצית, סוטה, טומאה, ערי מקלט און אַנדערע. זע „חומש

דער סדר פון פרשיות אין ספר במדבר

אין ספר במדבר איז דא 10 פרשיות:

ארבע פרשיות

די ארבע פרשיות זענען די פיר ספעציעלע פרשיות וואס מען ליינט אין דער תורה נאך דער וואכנדיגער סדרה אין די שבתים, פון דעם שבת ווען מען בענטשט חודש אדר ביז דעם שבת ווען בענטשט חודש ניסן. למשל, דעם שבת פאר פורים ליינט מען פרשת זכור, וואס האט א שייכות מיט פורים.

במדבר

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:

ספר במדבר

פרשת במדבר

פינחס

דער ארטיקל דיסקוטירט א פערזענלעכקייט אין תנ"ך. טאמער זוכט איר די פרשה אין ספר במדבר, זעט פרשת פינחס.פינחס - איז געווען דער זון פֿון אלעזר און אן אייניקל פֿון אהרן הכהן.

פינחס ווערט דערמאנט אין דער תורה אלס קנאי וואס האט געהרגעט זמרי בן סלוא, דער נשיא פון שבט שמעון, און כזבי בת צור, די טאכטער פון א מדינישן פירשט, בשעת דעם חטא פון פעור אין שיטים, אינעם פערציגסטן יאר נאך יציאת מצרים. נאכער איז פינחס אויסגעוועלט געווארן אלס א חשובער כהן ("ונתתי לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם"). נאך זײַן פאטער'ס פטירה איז ער געווארן זן ממלא מקום אלס כהן גדול. פינחס איז געווען קאמאנדאנט איבער 12,000 סאלדאטן אין דער מלחמה קעגן מדין.

לויטן מדרש איז פינחס געווען איינער פון די צוויי מרגלים וואס יהושע בן נון האט געשיקט אויסשפיאנירן יריחו איידער מ'האט איינגענומען די שטאט. זײַן ארבטייל איז געווען אין הר אפרים אין "גבעת פינחס" אויף זײַן נאמען (יהושע, כ"ד, ל"ג).

לויט חז"ל האט ער געדינט אלס כהן גדול אין די יארן פון דעם שופט יפתח הגלעדי. צוליב חילוקי דעות צווישן זיי האט מען נישט מתיר נדר געווען דעם נדר וואס יפתח האט געמאכט מקריב זײַן זײַן טאכטער, חז"ל האבן קריטיזירט סײַ פינחס און סײַ יפתח וועגן דעם.

פרשת בהעלותך

בהעלותך איז די דריטע סדרה אין ספר במדבר.

די סדרה הייבט און מיט דער פרשה פון אנצינדן די מנורה.

דערנאך ווערט געברענגט ווי משה רבנו האט געווידמעט די לויים פאר דער עבודה אין דעם משכן.

אויך ווערט געברענגט דער סדר פון די מסעות פון די יידן אין דעם מדבר.

דערנאך די פרשה פון די מתאוננים.

ביים סוף פון דער סדרה ווערט געברענגט די מעשה ווען מרים האט געליטן צרעת.

פרשת בלק

בלק איז די זיבעטע סדרה אין ספר במדבר.

אין חוץ לארץ, אין א יאר ווען שבועות געפאלט פרייטיק-שבת, לייענט מען די סדרות חוקת און בלק צוזאמען.

פרשת במדבר

פרשת במדבר איז די ערשטע סדרה אין ספר במדבר. די סדרה איז די דריט לענגסטע פון אלע סדרות מיט 159 פסוקים. כמעט אלע יאר לייענט מען פרשת במדבר דעם שבת פאר שבועות.

פרשת חקת

חוקת איז די זעקסטע סדרה אין ספר במדבר.

אין חוץ לארץ, אין א יאר ווען שבועות געפאלט פרייטיק-שבת, לייענט מען די סדרות חוקת און בלק צוזאמען.

פרשת מטות

מטות איז די ניינטע סדרה אין ספר במדבר. די סדרה הייבט אן קאפיטל ל' פסוק ב' און קאנטשעט קאפיטל ל"ב פסוק מ"ב.

בדרך כלל ליינט מען פרשת מטות צוזאמען מיט דער נעקסטער פרשה, מסעי. נאר זעלטן זענען די צוויי סדרות באזונדער, אין אן עיבור יאר, ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק, ד"ה א יאר מיטן קביעות השג אדער החא. אויך אין ארץ ישראל, ווען פסח געפאלט שבת, ד"ה א יאר מיטן קביעות בשז אדער גכז. אזוי וועט אויסקומען אז מען ליינט פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב.‏

פרשת מסעי

מסעי איז די צענטע און לעצטע סדרה אין ספר במדבר. די סדרה הייבט אן קאפיטל ל"ג פסוק א' און קאנטשעט ביים סוף פונעם ספר קאפיטל ל"ו פסוק י"ג.

בדרך כלל ליינט מען פרשת מסעי צוזאמען מיט דער פריעדיקער פרשה, מטות. נאר זעלטן זענען די צוויי סדרות באזונדער, אין אן עיבור יאר, ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק, ד"ה א יאר מיטן קביעות השג אדער החא. אויך אין ארץ ישראל, ווען פסח געפאלט שבת, ד"ה א יאר מיטן קביעות בשז אדער גכז. אזוי וועט אויסקומען אז מען וועט קענען ליינען פרשת דברים דעם שבת פאר תשעה באב.‏ביים סוף פונעם ליינען, וואס איז דער סיום פון ספר במדבר, זאגט דער עולם הויך "חזק חזק ונתחזק".

פרשת נשא

נָשׂא איז די צווייטע סדרה אין ספר במדבר, און די לענגסטע סדרה אין דער תורה, מיט 176 פסוקים.

מען לייענט פרשת נשא דעם שבת נאך שבועות, אדער אמאל דעם שבת פאר שבועות.

די סדרה הייבט און מיט ציילן די בני לוי, די משפחות פון גרשון און מררי.

דערנאך ווערט געברענגט אז מען דארף שיקן יידן וואס זענען טמא מחוץ למחנה.

די פרשה פון גזל הגר.

די דינים פון א סוטה

די דינים פון א נזיר.

די מצווה פון ברכת כהנים.

די קרבנות פון די צוועלף נשיאים.

פרשת פינחס

פינחס איז די אכטע סדרה אין ספר במדבר. פינחס איז די צווייטע לענגסטע סדרה, מיט 168 פסוקים.

פרשת קרח

קרח איז די פינפטע סדרה אין ספר במדבר.

די סדרה באשרייבט דאס מחלוקת פון קרח קעגן משה רבינו.

שפעטער ווערט געברענגט אסאך דינים וואס האבן א שייכות מיט כהנים, למשל, די מתנות כהונה: ביכורים, תרומה גדולה, בכור און תרומת מעשר.

פרשת שלח

שלח אדער שלח לך איז די פערטע סדרה אין ספר במדבר.

רוב פון דער סדרה באהאנדלט די מרגלים וואס משה רבנו האט געשיקט אויסשפיאנען דאס לאנד פון כנען. צום סוף האט דער אייבערשטער גוזר געווען אז די יידן זאלן בלייבן אין מדבר פערציג יאר ביז אלע וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים זענען געשטארבן און נאר זייערע קינדער זענען אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל.

נאך דעם ווערט געברענגט די נסכים, די פרשה פון נעמען חלה, און ציצית.

צענזוס

צענזוס מיינט א ציילונג פון די באפעלקערונג. די יו. ען. רעקאמענדירט פאר אלע לענדער צו מאכן א צענזוס יעדע 5 יאר. אין אמעריקע, מאכט דאס אמעריקאנע צענזוס ביורא א צענזוס נאר יעדע 10 יאר.

אין דעם חומש ספר במדבר ווערט דערמאנט צוויי מאל א צענזוס פונעם יידישן פאלק. די תורה זאגט (פרשת כי תשא) אז ווען מען ציילט די יידן נעמט מען פון יעדן איינעם א האלבן שקל, און מען ציילט די שקלים צו דערגיין די צאל פון דער באפעלקערונג.

תרומה גדולה

תרומה גדולה איז א מצווה אין דער תורה צו געבן א כהן א טייל פון דעם שניט. ביז מען שיידט תרומה פון דעם שניט הייסט ער טבל. אפטמאל ווען מען זאגט "תרומה" מיינט מען "תרומה גדולה".

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.