ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

היסטאריע

דאס קאפיטל פון יידן אין ספרד איז שוין איבער טויזנט יאר אלט. עס איז איבעראל אנגענומען אז אנגעהויבן האט זיך עס מיט די פיר גדולים וועמען פיראטן האבן אוועקגערויבט פון דער שיף, און האבן זיי פארקויפט, און דורך זיי האט זיך אנגעהויבן דאס אידישע לעבן אין ספרד.

ספרדים איז א באצייכענונג אויף יידן וואס קומען פון שפאניע, וואס זייער טרעדיציאנאלע שפראך איז געווען לאדינא, און וואס האבן פון פון דארטן אימיגרירט נאכן גירוש שפאניע פון יאר 1492 איבער דער גאנצער וועלט, בעיקר צו לענדער ווי איטאליע, האלאנד גריכלאנד דרום פראנקרייך (דער געגנט וואס אין מיטל אלטער איז געווען אנגערופן פראווענס, און איז דעמאלט געווען א באזונדער לאנד פון פראנקרייך) די באלקאן לענדער אין אייראפע און אויך אין טערקיי. אוואו זיי זיינען געגאנגען האבן זיי אדאפטירט אסאך עלעמענטן פון די לאקאלע קולטורן.

ספרדישע געגענטער

היסטאריע

אלול

אלול איז דער זעקסטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן, (און דער צוועלפטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי).

אלעד

אלעד איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט אין ישראל וואס פארנעמט א שטח פון 2,756 דונאם. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א לאקאלע ראט אין 1998, אום 23סטן נאוועמבער 2007 איז איר סטאטוס געטוישט צו א שטאט.אלעד איז א יישוב מיט א חרדישן כאראקטער. אין אנהייב איז זי נאר געווען א וואוינונגס שטאט אבער מיט דער צייט האט אנטוויקלט דער מסחר און אינדוסטריע. אין חודש יוני 2006, האט דער היים מיניסטער באשטעטיגט אוועקצושטעלן נאך 250 דונאם צום שטעטל פאר'ן צוועק פון אויפשטעלן אן אינדוסטריעלע זאנע.

דער ערשטער הויפט פון דער לאקאלער ראט איז געווען רב צוריאל קריספל. צוליב סכסוכים צווישן אים און די שטאטס רבנים, הרב שלמה זלמן גראסמאן און הרב מרדכי מלכה, האבן די חרדישע פארטייען ש"ס און יהדות התורה פארגעשטעלט אלס קאנדידאט צביקה כהן.

אום כ"ט שבט ה'תשס"ח האט די שטאט אלעד געפייערט ווערן אויפגענומען אלס א שטאט, און צביקה כהן איז געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון דער שטאט.

צו די 2008 מוניציפאלישע וואלן, האט קאנדידירט פאר בירגערמייסטער יצחק שלום עידן אונטערן פֿאן פון דער ש"ג ליסטע פון אלע חרדישע פארטייען (חסידים, מתנגדים, ספרדים) און איז געווארן געוויילט מיט 75.8% פון די שטימען.ביי די 2013 מוניציפאלישע וואלן, האבן קאנדידירט ישראל פרוש און צוריאל קריספל פאר בירגערמייסטער; פרוש איז געווארן געוויילט.

ביתר עילית

ביתר עילית ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן ביתר.

עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן הייזער מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט די גרעסטע לויטער חרדישע שטאט פון דער גאנצער וועלט.

זייער הויפט ציל איז נישט אריינלאזן קיין פרייע איינאונער דארטן זיך צו באזעצן כדי צו לעבן און אויפציען די קינדער לויט די הייליגע פירונגען פון די תורה אידישקייט וואס איז אנגענומען ביי חרדים.

קנאים קומען נישט אהין וואוינען צוליב דעם וואס עס געפינט זיך פון דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע און ווערט פארעכנט אלס אקופירטע געביטן אין יהודה ושומרון אויף דעם מערב ברעג. און דער גאנצער ציל פארוואס עס איז געלונגען אויפצושטעלן אזא שיינע שטאט פאר לויטער חרדים. און אויך נעבן קבר רחל ביים כביש מנהרות וואס מען דארף דארטן דורך פארן קומענדיג פון ירושלים זענען שוין אומגעקומען על קידוש ה' צענדליגע אידן פון שיסערייען.

ביתר דינט אויך אלס שטאטס צענטער פאר די פילע אידישע התנחלות געגענטן ארונגס און ארום ווי גוש עציון און אפרת נס הרים און נאך קליינער זידולינגען פון די מער עקסטרעמע מתנחלים, וואס קומן קיין ביתר איינקויפן און זיך באנוצען מיט אלע שטאטישע באדינונגען.

ר' יצחק פינדרוס, א ליטווישער איז געווען בירגערמייסטער ביז ה'תשס"ח. אין די וואלן אין תשס"ח איז מאיר רובינשטיין, א ברעסלאווער חסיד, אריין. ער האט געווינען די וואלן מיט א קאליציע פון אלע חסידים, און מיט די ספרדים פון ש"ס

ברוקלין

ברוקלין (ענגליש: Brooklyn) איז איינע פון די פינף באראס אין ניו יארק סיטי, וואס געפינט זיך אינעם שטאַט ניו יארק אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. ברוקלין האט עטלעכע בריק און טונעל פארבינדונגען מיט דער בארא פון מאנהעטן אריבער דעם איסט ריווער, און די וועראזאנא נערויס בריק פארבינדט ברוקלין מיט סטעטן איילאנד.

ברוקלין איז געווען א זעלבסשטענדיגע שטאט ביז 1898 ווען זי האט זיך פאראייניקט מיט די אנדערע באראס און געווארן א טייל פון ניו יארק סיטי.

דערינען זענען אויך פאראן די גרעסטע אידישע געגנטער פון דער וועלט; וויליאמסבורג פאר אונגארישע אידן פונעם חסידישן שטראם ; קרוין הייטס פאר חבד'סקער אידן; בארא פארק פאר אלגעמיין אונגערישע און פוילישע חסידישע אפשטאמיגע אידן. און פלעטבוש פאר ליטווישע און ספרדים מיט מאדערן ארטאדאקס אידן.

הר המנוחות

הר המנוחות איז דער בארג נעבן גבעת שאול געגנט אין מערב ירושלים, עס איז דער הויפט בית החיים פאר ירושלים.

דאס בית עולם האט מען געעפנט אין יאר 1951, ווען מען האט נישט געהאט קיין צוטריט צו הר הזיתים. ס'איז איינגעטיילט צווישן די פרושים ח"ק, חסידים ח"ק און ספרדים ח"ק.

צווישן די וואס ליגן אין דעם חלקת הרבנים אין הר המנוחות זענען דער בעלזער רב און הרב משה פיינשטיין.

ט

ט' (טית, ארויסגערעדט ״טעס״) איז דער ניינטער אות פון אלף בית.

היינט רעדן אויס רוב יידן א ט' ווי לאטיינישן t, גלייך ווי א תּ, אבער ספרדים רעדן אויס א הארטן ט', ענלעך צו אראביש. ט איז איינער פון די דטלנ"ת אותיות וואס מען רעדט אויס מיטן צונג. ט איז א קאנסאנאנט אן א קלאנג.

אין גימטריא ט = 9. אויך אין גימטריא שרייבט מען ט"ו = 15 און ט"ז = 16.

ט איז איינער פון די שעטנ"ז ג"ץ אותיות וואס די סופרים שרייבן מיט דריי תגים.

טבריה

טבריה איז א שטאט אויפן ברעג פונעם ים כנרת אין אונטער גליל אין צפון זייט פון מדינת ישראל.

הורדוס אנטיפאס האָט מיסד געװען טבריה ווי זײַן הױפּטשטאָט אינעם גליל.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אומגעפער אין יאר ג'תת"פ, דארט האבן געוואוינט דער תנא בן עזאי און אויך א טייל פון די אמוראים וואס האבן מסדר געווען תלמוד ירושלמי: רבי יוחנן און ריש לקיש.

חז"ל זאגן אז טבריה איז געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת.‏הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים.

אין 2018 האט מען געוויילט רון קובי בירגערמייסטער פון טבריה.

י' אייר

היום חמשה ועשרים יום שהם שלשה שבועות וארבעה ימים לעומר.

מקווה

א מקווה איז א פֿארזאמלונג פֿון וואסער וואו מען קען זיך טובל'ן.

בײַ אלע טובל'ט זיך א פרוי (היינט צו טאג, נאר נאך דער חתונה) מיט א ברכה און מיט דעם ווערט זי ריין נאך די טומאת נדה אדער ווען זי איז געווען א יולדת.

אויך איינער וואס איז זיך מגייר דארף זיך טובל'ן אין א מקוה.

כלים (געשיר, בעשטעק, טעפ) וואס א גוי האט געמאכט אדער וואס מען קויפט פון א גוי, טובל'ט מען מיט א ברכה פֿאר'ן נוצן מיט עסן.

ביי ספרדים און חסידים גייען די מענער אויך אין א מקוה יעדן טאג, אדער מדין טבילת עזרא.מען קען זיך טובל'ן סיי אין א מקוה, א זאמלונג פון רעגנוואסער (מי גשמים), סיי אין א מעין, א קוואל. פראקטיש רופט מען ביידע היינט א מקוה.

אין א מי גשמים מקוה טוישט זיך נישט דאס וואסער, דעריבער שאפט דאס א פראבלעם ווי אזוי צי האלטן די מקוה ריין. כדי צו לייזן דעם פראבלעם מיט צוויי אדער מער "בורות". דאס רעגנוואסער ווערט געזאמלט אין א גרויסער ציסטערנע געגראבן אין דער ערד; דאס איז דער ערשטער בור. אבער מען טובל'ט נישט אין דעם בור נאר אין א צווייטן בור, וואס איז געמאכט ווי א גרויסער באד אדער א קליינער שווימבאד. די צוויי בורות זענען באהאפטן דורך "השקה", דאס איז א גרויסער לאך וואס באהעפט די בורות. אנדערע מאכן נישט השקה נאר זריעה, לויטן חזון איש. דעם בור טבילה פילט מען אן מיט נארמאלן וואסער און מען קען אים הייצן צו א באקוועמען טעמפעראטור.

און ס'איז דא וואס מאכן דערנעבן א "בור אצל בור" און דאס אליינס צוטיילט מען אין צוויי, וואס ווערט גערופן "בור על גבי בור".

באזונדער איז דא א העכערער בור וואס ווערט גערופן "אוצר", וואו מ'האלט דאס רעגנוואסער. און דאס איז אין פאל פון נויט, אויב עס גייט נישט קיין רעגן א שטיק צייט.

עדה החרדית

די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדערט יאר צוריק, בראש פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל מחבר פון שלמת חיים. דער גאב"ד היינט איז הרב יצחק טובי' ווייס, דער ראב"ד איז הרב משה שטערנבוך, דער יו"ר וועד הכשרות איז הרב נפתלי הלברשטאם און דער אלגעמיינער פארוואלטער איז גבריאל צבי פאפנהיים מנכ"ל וועד הכשרות.

איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביי די פרומע אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנה'ס קעגן די ציונים.

דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.

שפעטער איז דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער גאב"ד.

אין יאר ה'תשל"ט ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.

אין יענער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות.

נאך דעם בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געוארן גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים, נאך אים איז געווען גאב"ד הרב דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר ה'תשס"ב, היינט איז דארט רב הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א.

צווישן דער הנהלה איז יארן געווען גרשון שטעמער און שלמה פאפנהיים. דער לאנגיעריגער סופר פונעם בית דין פון דער עדה איז געווען רבי מנחם דאווידאוויטש.

פורת יוסף

פורת יוסף איז א ספרדישע ישיבה גדולה אין ירושלים וואס ווערט באטראכט אלס די ״פֿאָנשיף״ פון דער ספרדיש-חרדישער ישיבה וועלט. די ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין תרפ״ג אינעם יידישן קוואַרטאַל פון ירושלים.

פלעטבוש

פלעטבוש איז א פרומע אידישע ארטאדאקסישע געגענט אין ברוקלין נעבן בארא פארק.

עס זענען דארט נישטא קיין סאך חסידים; בעיקר זענען זיי דארטן מאדערן ארטאדאקסן און ליטווישע מיט ספרדים.

קרית אונסדארף

קרית אונסדארף איז א פרומע געגנט אין ירושלים סווערט געפירט דורכ'ן רב הרב פנחס אהרון הורוויץ, דער זוהן פון דער אלטער רב און ווער ס'האט עס געגרינדעט משה הורוויץ ראש ישיבת באר שמואל אין ניו יארק, זוהן פון הגאון רבי יוסף יונה הורוויץ רב פון אונסדארף (Huncovce) אין סלאוואקיי.

עס איז בעיקר באזעצט מיט ליטווישע בני תורה, אויך חסידים און אביסל ספרדים - אלעס צוזאמען ארום 400 פאמיליעס.

די הויפט גאס איז זלמן סאראצקין גאס וועלכע פירט אריין אין קרית מאטערסדארף. דער קווארטאל גרעניצט זיך אויך מיט קרית צאנז און קרית בעלז.

קרית שמונה

קרית שמונה איז א שטאט פלאצירט אינעם צפון ארץ ישראל טייל נעבן דעם גרעניץ מיט לבנון.

איר נאמען א שטאט פון אכט איז נאך 8 קעמפער וואס זענען אומגעקומען ביים פארטיידיקן יענעם געגנט אין דעם ערשטן וועלט קריג, ביי די תל-חי פאגראמען, וואו יוסף טרומפעלדאר איז אומגעקומען.

עס איז געבויט אויף די חרבנות פון אן אמאליגען אראבישן דארף פון בעדואינער.

היינט צוטאגס וואוינען דארטן 22,000 אידן.

איין דריטל דערפון איז אינגער ווי 19 יאר.

רוב זענען ספרדים פון מאראקא.

ש"ס פארטיי

ש"ס פארטיי (ראשי תיבות: שומרי-תורה ספרדים) איז א פרומע ספרדישע פאליטישע פארטיי אין כנסת-ישראל. איר גייסטליכער פירער איז הרב עובדיה יוסף.

שלחן ערוך

שולחן ערוך איז דער אידישער בלופרינט ווי אידן זאלן זיך פירן לויט די געבאטן פון דער תורה. דעם שולחן ערוך האט געשריבן רבי יוסף קארו (גערופן דער "מחבר") בערך אין יאר ה'ש, און מען האט אים געדרוקט צום ערשטן מאל אין ה'שכ"ה מיט הגהות פון רמ"א.

אין מערסטען פעלער פירן זיך די אשכנזים לויט די פסקים פון דעם רמ"א, און די ספרדים לויט דעם מחבר.

עס איז דא פיר טייל אין שלחן ערוך, אזוי ווי אין טור:

אורח חיים - טעגליכע פירונגען, מיט 697 סימנים.

יורה דעה - איסור והיתר ד.ה. וואס איז אסור און וואס איז מותר. צ.ב. שחיטה, כשרות, שעטנז א.א.וו; מיט 404 (ת"ד) סימנים.

חושן משפט-געלט און האנדל, מיט 427 סימנים

אבן העזר - מאן און ווייב, מיט 178 סימנים

עס איז אויסגעשטעלט צו לערנען דעם יעדן טאג שולחן ערוך אין 30 חלקים.

רבי יוסף קארו שרייבט אין דער הקדמה פונעם שולחן ערוך אז ער האט דאס איינגעטיילט אויף חלקים, און ער וויל אז יעדער זאל לערנען דערין יעדן טאג א חלק, ביז סוף חודש זאל מען האבן געפארטיגט אלע פיהר חלקים פון שולחן ערוך. עס ווערט געברענגט אין ספר כתר שם טוב אז דער בעל שם טוב האט געזאגט מען זאל לערנען שולחן ערוך אפילו בלויז שולחן ערוך אליין אן די מפרשים, און אפילו מען קען דערפון נישט פסק'ענן שאלות, זאל מען כאטש וויסן א מקור אין די הלכה פון דער זאך.

דער שולחן ערוך איז דער וועג ווייזער פארן פרומער איד, דאס וואס עס ווערט דארט גע'פסק'נט דאס איז מחייב דעם איד, דער חיד"א ברענגט אז די גאונים אין די צייטן פונעם בית יוסף האבן געוואוסט ווער עס פירט זיך אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך דער פירט זיך ווי דריי הונדערט פוסקים, ווייל דער בית יוסף האט אנגענומען זיין פסק אזוי ווי דריי הונדערט פוסקים.

אין אונגארן ווען די נעאלאגן האבן געוואלט איבערמאכן די פרומע אידן, איז דער סלע המחלוקת געווען צו מען זאל אנעמען אלץ וואס שטייט אין שו"ע, צו דאס איז מחייב דער איד אדער נישט, ווען די נעאלאגן האבן אנגענומען מיט א מערהייט "אין לנו חלק ונחלה בבהקארו" דאס הייסט מיר פאלגן נישט דאס וואס ר' יוסף קארו זאגט, דאן האבן די תלמידי חת"ס אפגעמאכט אז מען טאר נישט זיצן צוזאמען מיט זיי, אויף דעם באזיס האט מען אויפגעשטעלט די ארטאדאקסישע קאנצעליי קעגן די נעאלאגישע קאנצאליי.

תורה

תורה (תּוֹרָה) א לשון קודש ווארט וואס מיינט "לערנען", "אנווייזונגען" אדער "געזעצין". עס איז דער צענטראלער און די מערסטע וויכטיגסטע דאקומענט פון אידישקייט פארהייליגט דורכאויס אלע דורות. עס איז געשריבן אין לשון הקודש. אויך באדייט די ווארט "תורה" אלע געזעצין ווי אזוי א רעליגיעזער איד דארף זיך אויפפירן, אריינגערעכנט, משנה, תלמוד, מדרש און הלכה.

תורה איז א טייל פון תנ"ך.

תחנון

תחנון איז א תחינה וואס מען זאגט יעדן טאג אין דער וואכן נאך דער הויכע שמונה עשרה ביי שחרית און מנחה.

חסידים און רוב ספרדים זאגן שלש עשרה מדות פאר תחנון. דער עיקר תחינה וואס מען זאגט איז קאפיטל ו' פון תהלים לויט די אשכנזים אדער קאפיטל כ"ה לויט די ספרדים.

די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון:

שבת

יום טוב

חול המועד

א טאג וואס מען זאגט הלל. (ראש חודש, חנוכה, פורים.)

חמשה עשר בשבט

ל"ג בעומר

לויט רבנות הראשית לישראל - יום העצמאותאויך זאגט מען נישט קיין תחנון ווען מען דאווענט מיט א חתן, א פאטער פון א קינד וואס האט א ברית דעם טאג, א סנדק אדער א מוהל

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.