נביאים

דער ארטיקל דיסקוטירט די צווייטע אפטיילונג פון תנ"ך. טאמער זוכט איר מענטשן וואס האבן נבואה, זעט נביא.

נביאים איז דער נאמען פון דער צווייטער אפטיילונג פון תנ"ך, וואס איז כולל די געשיכטע פון עם ישראל אין ארץ ישראל ביז צום חורבן בית המקדש און די נבואות פון די נביאים. א נביא הייסט איינער וואס הערט און גיט איבער דאס ווארט פונעם באשעפער.

מען לייענט די הפטרה פון נביאים בציבור שבת, יום טוב און תעניתים נאך קריאת התורה.

לויטן רמב"ם, ווערן די ספרים פון תנ"ך צעטיילט אויף דריי דרגות פון קדושה וואס ווענדט זיך ווי אזוי מ'האט זיי געשריבן. משה רבינו האט געשריבן די תורה על פי ד', די ספרים פון נביאים זענען געשריבן מיט נבואה, און די ספרים פון כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.

די ספרים פון נביאים ווערן צעטיילט לויט זייער ענין:

די ספרים פון נביאים

נביאים איז כולל אכט ספרים. די מסורה ווער האט זיי מחבר געווען שטייט אין דער גמרא (מסכת בבא בתרא יד-טו):

ס'איז דא תרגום פון יונתן בן עוזיאל אויף נביאים.

בית דין

בית דין צדק (אדער אין ר"ת בד"ץ) איז א יידישע רעליגיע געריכט וואס פסקנ'ט לויט די יידישע הלכה איבער הויפט בדיני ממונות. די דיינים ווערן אויסגעקליבן דורך פריעריגע רבנים נאך וואס זיי ווערן אויסגעפרוווט מיט אן עקזאם.

אין א בית דין דארף זיין דריי דיינים.

די גרויסטע באוווסטע בתי דין אין מדינת ישראל זיינען:

עדה החרדית

בעלזא

אגודת ישראל

דגל התורה

רבנות הראשי

הלכה

הלכה איז דער אידישער באגריף וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט ביים לעבן און ביים טויט. עס איז א מאדערן ווערסיע פון תרי"ג מצוות.

עס איז דא א 4 טיילן שלחן ערוך: חושן משפט געלט און האנדל. יורה דעה - כשרות. אורח חיים טעגליכע פירונגען. און אבן העזר - מאן און ווייב.

לעצטענס איז דא דער משנה ברורה וואס זענען פארשריבן אלע מאדערן הלכות.

עס איז דא וואס זענען צווישן איין מענטש און אנדערן. און צווישן גאט אין דעם מענטש.

יהושע

דער ארטיקל דיסקוטירט יהושע בן נון. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יהושע (באדייטן).יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלקער, און צוטיילט ארץ ישראל פאר די צוועלף שבטים.

יהושע בן נון איז ווארשיינליך געבוירן געווארן אין מצרים, און איז אלט געווען 42 יאר בשעת יציאת מצרים.

ער איז געווען דער משרת פון משה און זיין געטרייסטער תלמיד, און כאטש וואס ער האט נישט באלאנגט צו די משפחה פון משה רבינו, האט אים גאט באשטימט אלס דער איינציגער פאסיגער איבערצונעמען די פירערשאפט פון כלל ישראל.

ער האט קודם געהייסן הושע און ווען משה רבינו האט אים געשיקט צו זיין פון די מרגלים, האט ער אים צוגעלייגט אן אות צו זיין נאמען יהושע אלס א ברכה אז גאט זאל זיין צו זיין הילף (דער טייטש פון י-ה הושע).

יידישקייט

ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט.

יידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג, וואס לויטן רמב״ם ווערט גערעכנט אויף 13 פרינציפן. איינער פון די יסודות איז די תורה, געגעבן דורך משה רבינו, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער 14.5 מיליאן יידן.

משה רבינו

משה רבנו איז געבוירן אין מצרים צו עמרם און יוכבד. אלס קינד פון דריי חדשים האט מען אים אריינגעלייגט אין וואסער צוליב פרעה'ס גזירה אויסצוהרגענען אלע ניי-געבוירענע יינגלעך.

לויט די מאנאטעיזע רעליגיע טראדיציע איז משה רבינו געוועזן דער שליח פון גאט צו איבערגעבן די עשרת הדברות צו די יידן אין בארג סיני.

נביא

דער ארטיקל רעדט וועגן יידישע נביאים און איבערן באגריף פון נבואה אין יידישקייט, פאר אנדערע גלויבונגען זעט נביא (אלגעמיין)א נביא איז איינער וואס ווערט געשיקט דורך גאט איבערצוגעבן פאר די מענטשן די ווערטער פון אייבערשטן.

דער ארגינעלער באדייט פון נביא אין לשון קודש איז איינער וואס איז געשטעלט איבערצוזאגן און איבערגעבן די ווערטער פונעם זאגער. אהרן הכהן ווערט אנגערופן דער נביא פון משה רבינו.

גאט זאגט צו משה: נָבִיא מִקִּרְבְּךָ מֵאַחֶיךָ כָּמֹנִי, יָקִים לְךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ: אֵלָיו, תִּשְׁמָעוּן ספר דברים (פרק יח)

ספר יהושע

ספר יהושע איז דער ערשטער ספר פון די (אכט ספרים פון) נביאים אין תנ"ך. דער ספר באשרייבט ווי די יידן האבן זיך באזעצט אין ארץ ישראל, פון ווען זיי זענען אריין ביז צום טויט פון יהושע בן נון, וואס איז געווען דער מנהיג פון דעם יידישן פאלק נאך די פטירה פון משה רבנו.

ספר יונה

ספר יונה איז איינע פון די ספרים פון תרי עשר אין נביאים. דאס ספר דערציילט ווי דער אייבישטער האט געהייסן יונה זאגן א נבואה פאר די איינוואוינער פון נינוה. יונה איז אנטלאפן אויף א שיף. עס האט אויפגעברויזט א שטורעם און די מאטראסן האבן געווארפן יונה אין ים. דארט האט א פיש אויפגעגעסן יונה ביז זיי זענען אנגעקומען אין נינוה וואו די פיש האט אים אויסגעשפיגן. דעמאלסט האט יונה געזאגט די איינוואוינער פון נינוה אז דער אייבישטער וועט זיי באשטראפן פאר זייערע עבירות. אבער זיי האבן תשובה געטאן און זיי זענען געראטעוועט געווארן פונעם שטראף.

מען איז מפטיר גאנץ ספר יונה יום כיפור ביי מנחה.

ספר יחזקאל

ספר יחזקאל איז דער ספר אין נביאים ווי עס געשריבן די נבואות פונעם נביא יחזקאל.

ספר יחזקאל איז אייגנארטיג דערמיט וואס יחזקאל הנביא האט באקומען זיינע נבואות אינדרויסן פון ארץ ישראל, שוין זייענדיג אין גלות. זיינע נבואות רעדן טאקע פיל ארום מיט טרייסט פארן אידישן פאלק אינעם צוקונפט, די מלחמות און מפלה פון פארשידענע פעלקער, מלחמת גוג ומגוג, משיח און תחיית המתים. אויך זענען א גרויס טייל פון די נבואות אין ספר יחזקאל פארנומען מיטן דריטן בית המקדש, עס געבט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי מען וועט עס בויען, די פונקטליכע מאס פון אלע אירע אפטיילונגען, און אלע איינצלהייטן פונעם צוקונפטיגן בית המקדש ממש ביזן קלענסטן דעטאל.

די ערשטע נבואה אינעם ספר איז א נבואה וואס יחזקאל האט באקומען אויפן חוץ לארץ'דיגן באדן באלד ביים אנהויב פונעם גלות. ער האט דאן געזען אזעלכע אפענע הימלישע גילויים וואס מען טרעפט נישט אין גאנץ תנ"ך. מען איז דאס מפטיר שבועות נאך די קריאת התורה פון קבלת התורה.

ספר ירמיה

ספר ירמיה איז דער ספר אין נביאים, דער צווייטער אין נביאים אחרונים, וואס ענטהאלט די געשיכטע פונעם נביא ירמיהו און זיינע נבואות, וועלכע זענען מערסטנס ווארנונגען צום יידישן פאלק איבערן חורבן ירושלים צוליב זייערע שלעכטע מעשים. די נבואות זענען געזאגט געווארן אין די לעצטע יארן פונעם ערשטן בית המקדש, פון די צייטן פון יאשיהו און ווייטער דורכאויס די תקופה פונעם חורבן.

אין ספר ירמיהו איז אויך באשריבן די לעצטע יארן פון מלכות יהודה, איר אונטערגאנג און דער חורבן בית המקדש. עס פארציילט די געשיכטע פון יהויקים, יכניה און צדקיהו, און דער טראגישער ענדע פונעם יידישן הערשאפט אין ארץ ישראל מיטן טויט פון גדליהו בן אחיקם.

ספר ישעיה

ספר ישעיה איז דער ספר אין נביאים וואס ענטהאלט די נבואות פונעם נביא ישעיהו. אין גרעסטן טייל זענען די נבואות טרייסטונגען און חיזוק צום יידישן פאלק, זיי דערצייילן וויאזוי עס וועט אויסזען לעתיד לבא, די מעלות פון כלל ישראל, און איר גלאררייכן צוקונפט.

פון צווישן די ספרי הנביאים פארמאגט ספר ישעיה די מערסטע צאל נבואות.

ספר מלאכי

מיינט איר דער נביא מלאכי?

ספר מלאכי איז דער לעצטער ספר פון די תרי עשר סעקטע. דער ספר הייסט נאכן דער נביא מלאכי וואס געבט איבער די נבואות פונעם ספר.

ספר מלכים

ספר מלכים איז דער פערטער באנד אין תנ"ך פון די "נביאים ראשונים". דער ספר הייסט מלכים וויבאלד עס רעדט ארום די אלע אידישע מלכים, פון דער קעניג שלמה המלך (וואס האט געקעניגט נאך זיין טאטן דוד המלך) ביז צדקיהו דער לעצטער קעניג פון מלכות בית דוד פארן חורבן בית ראשון (ג'של"ח). דער ספר פארטוט זיך סיי מיט מלכי יהודה און סיי מיט מלכי ישראל.

דער ספר איז געשריבן געווארן סוביעקטיוו פון א רעליגיע אויסבליק, וואס באשולדיקט אלע געפאר־פאסירונגען צו די זינד פון די אידן פאר גאט. אויך איז דער ספר פּרָא מלכות יהודה און אנטקעגן מלכות ישראל.

די הויפט טעמעס אין דער ספר ערקלערט:

פארוואס האט זיך מלכות ישראל צעטיילט פון מלכות יהודה.

וועלכע קיסרים האבן געקעניגט אין מלכות יהודה און וועלכע אין מלכות ישראל.

ווי אזוי איז חרב געווארן מלכות יהודה און מלכות ישראל.

ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים.

נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן גע'משפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא (וואס האט געראטעוועט די יידן פון עגלון), יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא (בבא בתרא י"ד) האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט גע'משפט'ט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.

ספר שמואל

ספר שמואל איז דאס דריטע ספר אין נביאים. דאס ספר דערציילט די געשיכטע פון כלל ישראל אין דער תקופה פון שמואל הנביא, שאול המלך, און דוד המלך. דער אנהויב פון ספר שמואל קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף דעם פערזענליכן לעבן פון שמואל, פון די געשיכטע פון זיינע עלטערן און זיין געבורט, און ווייטער זיין לעבן און שאפן דורכאויס זיינע יארן אלס שופט און מנהיג פון כלל ישראל.

שמואל

שמואל איז דער נאמען פון נביא און פֿון ספֿר שמואל, אין װעלכן עס װערן באַשריבן די ספּורים װעגן שמואל הנביא (אין שמואל א').

דער נאָמען פֿון שמואל הנביא איז געװען בײ ײדן זײער געערט װי משה רבנו און אהרן הכהן און אין תהלים צ״ט װערן זײ דרײ דערמאָנט צוזאמען („משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו”).

תורה

תורה (תּוֹרָה) א לשון קודש ווארט וואס מיינט "לערנען", "אנווייזונגען" אדער "געזעצין". עס איז דער צענטראלער און די מערסטע וויכטיגסטע דאקומענט פון אידישקייט פארהייליגט דורכאויס אלע דורות. עס איז געשריבן אין לשון הקודש. אויך באדייט די ווארט "תורה" אלע געזעצין ווי אזוי א רעליגיעזער איד דארף זיך אויפפירן, אריינגערעכנט, משנה, תלמוד, מדרש און הלכה.

תורה איז א טייל פון תנ"ך.

תנ"ך

תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

5 - חמשה חומשי תורה

8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון

4 - נביאים ראשונים

3 - נביאים אחרונים

1 - תרי עשר

11 - כתוביםדער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

תרי עשר

תְּרֵי עשׂר איז איינער פון די פיר און צוואנציק ספרים אין תנ"ך. דער נאמען פונעם ספר (תְּרֵיסָר, צוועלף אין תרגום לשון) באדייט די צוועלף נביאים וואס זייערע קורצע נבואות זענען צוזאמגעשטעלט אין איין ספר כדי זיי זאלן נישט פארלוירן גיין (אין דעם לשון פון תלמוד בבלי מסכת בבא בתרא יד, ב: "איידי דזוטר מירכס" - א זאך וואס איז קורץ ווערט פארלוירן).

דער ספר קומט אין תנ"ך נאך ספר יחזקאל (אזוי האבן די בעלי המסוֹרָה אוועקגעשטעלט) און ווערט אריינגערעכנט אין דעם אפטייל נביאים אחרונים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.