מקווה


א מקווה איז א פֿארזאמלונג פֿון וואסער וואו מען קען זיך טובל'ן.

  • בײַ אלע טובל'ט זיך א פרוי (היינט צו טאג, נאר נאך דער חתונה) מיט א ברכה און מיט דעם ווערט זי ריין נאך די טומאת נדה אדער ווען זי איז געווען א יולדת.
  • אויך איינער וואס איז זיך מגייר דארף זיך טובל'ן אין א מקוה.
  • כלים (געשיר, בעשטעק, טעפ) וואס א גוי האט געמאכט אדער וואס מען קויפט פון א גוי, טובל'ט מען מיט א ברכה פֿאר'ן נוצן מיט עסן.
  • ביי ספרדים און חסידים גייען די מענער אויך אין א מקוה יעדן טאג, אדער מדין טבילת עזרא.

מען קען זיך טובל'ן סיי אין א מקוה, א זאמלונג פון רעגנוואסער (מי גשמים), סיי אין א מעין, א קוואל. פראקטיש רופט מען ביידע היינט א מקוה.

אין א מי גשמים מקוה טוישט זיך נישט דאס וואסער, דעריבער שאפט דאס א פראבלעם ווי אזוי צי האלטן די מקוה ריין. כדי צו לייזן דעם פראבלעם מיט צוויי אדער מער "בורות". דאס רעגנוואסער ווערט געזאמלט אין א גרויסער ציסטערנע געגראבן אין דער ערד; דאס איז דער ערשטער בור. אבער מען טובל'ט נישט אין דעם בור נאר אין א צווייטן בור, וואס איז געמאכט ווי א גרויסער באד אדער א קליינער שווימבאד. די צוויי בורות זענען באהאפטן דורך "השקה", דאס איז א גרויסער לאך וואס באהעפט די בורות. אנדערע מאכן נישט השקה נאר זריעה, לויטן חזון איש. דעם בור טבילה פילט מען אן מיט נארמאלן וואסער און מען קען אים הייצן צו א באקוועמען טעמפעראטור.

און ס'איז דא וואס מאכן דערנעבן א "בור אצל בור" און דאס אליינס צוטיילט מען אין צוויי, וואס ווערט גערופן "בור על גבי בור".

באזונדער איז דא א העכערער בור וואס ווערט גערופן "אוצר", וואו מ'האלט דאס רעגנוואסער. און דאס איז אין פאל פון נויט, אויב עס גייט נישט קיין רעגן א שטיק צייט.

Mikveh22
א מקוה אין טירת צבי
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם

מקוה איד

מקווה איד איז דער טיטל פון איינעם וואס גיבט זיך אפ מיט די מקווה, נעמט די איינטריט געלט, רייניגט די מקוה, אויך איז איינגעפירט אז דער מקוה איד האט א שטיקל געוועלבל וואס פארקויפט תשמושי קדושה און וויין מיט בראנפן א.ד.ג.

אין א נשים מקווה הייסט די פרוי וואס גיט אכט אויף די טבילות א טיקערין.

מקוואות אין ישראל און חוץ לארץ

אין ישראל איז בויען מקוואות א רעליגיע דינסט וואס דאס לאנד דארף פארזארגן. די איינוואוינער פון א יישוב האבן א רעכט צו פאדערן מ'זאל בויען א מקווה, און היינט האט כמעט יעדער יידישער יישוב אין ישראל א מקווה. עטלעכע ארגאניזאציעס זענען טעטיק אין דעם געביט, די הויפט פון זיי איז דער "מרכז הארצי לטהרת המשפחה" (נאציאנאלער צענטער פאר טהרת המשפחה) וואס הרב אפרים זלמן היילפרין האט געגרינדעט.

אין חו"ל איינער פון די וויכטיקסטע אויפגאבעס פון יעדער יידישער קהילה איז בויען און אויסהאלטן מקוואות.

בית דין

בית דין צדק (אדער אין ר"ת בד"ץ) איז א יידישע רעליגיע געריכט וואס פסקנ'ט לויט די יידישע הלכה איבער הויפט בדיני ממונות. די דיינים ווערן אויסגעקליבן דורך פריעריגע רבנים נאך וואס זיי ווערן אויסגעפרוווט מיט אן עקזאם.

אין א בית דין דארף זיין דריי דיינים.

די גרויסטע באוווסטע בתי דין אין מדינת ישראל זיינען:

עדה החרדית

בעלזא

אגודת ישראל

דגל התורה

רבנות הראשי

בית מדרש

בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען עקסטער פון א שול. אין א שול דארף מען זיין שטארק נזהר נישט אויסצורעדן קיין שום דברים בטלים.

געמיינדע

געמיינדע איז א א פארזאמעלונג פון מענטשן אין איין גרופע. זיי קענען זיין פארשפרייט אין אנדערע עקן וועלט אבער אויב עפעס א געמיינזאמער אידיאל אדער לעבנסשטייגער פאראייניקט זיי ווערן. זיי גערופן אלס א געמיינדע.

דיין

א דיין (און ביי א געריכט הייסט ער אויך: ריכטער) איז דער וואס באשטימט צום לעצט דער דין פון א קאנפליקט צווישן צוויי לייט.

הלכה

הלכה איז דער אידישער באגריף וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט ביים לעבן און ביים טויט. עס איז א מאדערן ווערסיע פון תרי"ג מצוות.

עס איז דא א 4 טיילן שלחן ערוך: חושן משפט געלט און האנדל. יורה דעה - כשרות. אורח חיים טעגליכע פירונגען. און אבן העזר - מאן און ווייב.

לעצטענס איז דא דער משנה ברורה וואס זענען פארשריבן אלע מאדערן הלכות.

עס איז דא וואס זענען צווישן איין מענטש און אנדערן. און צווישן גאט אין דעם מענטש.

זוהר

זוהר ("שיין"), איז דער מיסטישער פארהייליגטער קבלה צענטראלער גרונד ספר, אויף א אראמישן שפראך געמישט מיט מאדערענע לשון קודש ווערטער און טערמינען. עס איז א זאמעלונג ווי די סיסטעם פון די גמרא, געקליבענע מדרשים און מוסר בשם דעם תנא ר' שמעון בן יוחאי מיט זיינע חברים און תלמידים, און נאך תנאים און אמוראים, אויף חומש לויט די סדרות פון די וואך, וואס פארציילט געהיימעניסן וויאזוי די וועלט פירט זיך, די נאטור פון גאט, און וויאזוי ער האט באשאפן אלץ, שכר ועונש, גלות וגאולה, גן עדן, נשמה און נאך באגריפן פון די תורה, ארויסגעגעבן דורך ר' משה די-ליאון פון 12'טן יארהונדערט.

זוהר אויף וויקיטעקסט

שיעורים אין זוהר אונליין

נחלת צבי, זוה"ק אויף יידיש, אמסטערדאם תע"א.

חז"ל

חז"ל (ראשי תיבות: חכמינו זכרונם לברכה) זענען די רוחניותדיקע מנהיגים פון כלל ישראל פונעם אנהייב בית שני ביז דעם אנהייב פון די גאונים.

געווענליך ווען מען זאגט חז"ל מיינט דאס די אלע גדולים וואס האבן איבערגעטייטשט תנ"ך און וואס זייער ווערק איז אריין אין די משניות, גמרא און נאך.

דורותווייז מיינט דאס פון די אנשי כנסת הגדולה ביז חתימת התלמוד.

חז"ל נעמען איין:

די סופרים

די זוגות

די תנאים

די אמוראים

די רבנן סבוראי

חזנות

חזנות איז ווען מ'זאגט שטיקלעך דאווענען אויף א מוזיקאלישן אופן.

יום כיפור

יום כיפור איז דער הײליקסטער ייִדישער פֿײַער–טאָג און תענית אין דעם 10טן טאָג אין חודש תשרי (י' תשרי). עס הײבט זיך אָן מיט דער נאַכט פֿון 9טן אױפֿן 10טן פֿון תשרי. אין חומש ויקרא (כ״ג) װערט װעגן דעם געזאָגט אַז דער 10טער טאָג אין 7טן חודש (תשרי) איז יום הכּפּוּרים, דער טאָג פֿון פֿאַרגעבן די זינד. ועניתם את נפֿשותיכם, מען טאָר נישט טאָן קײן אַרבעט, שבת שבתון העכסטער רו–טאָג. אין חומש ויקרא ט”ז װערט געזאָגט, אַז אין דעם טאָג איז דער כּהן גדול אַרײַנגעגאַנגען אין קודש הקדשים צו בעטן פֿאַר זיך און פֿאַרן עם ישראל.

ביים דאווענען איז יום כיפור אויסגעצייכנט מיט צוויי זאכן: ביי יעדער תפילה זאגט מען ווידוי, און ס'איז דא נאך א תפילה, נעילה, וואס א גאנץ יאר דאווענט מען נישט.

ביים ליינען די תורה אינדערפרי רופט מען אויף זעקס מענטשן (אחוץ ווען ער געפאלט שבת, דעמאלסט רופט מען אויף זיבן אזוי ווי יעדן שבת).

ישיבה

א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".

מנהג

מנהג איז א פיראַכץ וואס אידן האלטן אייביג אן, אפילו זיי פארשטייען נישט דעם טעם און ציל דערפון פשוט ווייל מען וויל זיך האלטן ווי מער אריגינעל און ווי ווייניגער אסימילירט אינעם היינטיקען מאדערנעם פאקט פון ציוויליזאציע. [פֿעלט אַ מקור]הגם רוב מאל איז מנהגים איינגעפירט צו ארויסברענגן געוויסע מחשבות און גוטע מדות אינעם איד.[פֿעלט אַ מקור]

מנחה

מיינט איר קרבן מנחה?

מנחה איז די תפילה וואס אידן דאווענען פאר-נאכטס.

די מיטאג תפילה ווערט אזוי אנגערופן, דאס האט מתקן געווען יצחק אבינו. דער זמן איז פון א האלבע שעה נאך חצות (דאס ווערט גערופן מנחה גדולה ביזן זמן פון דאווענען מעריב וואס דאס ווענט זיך אינעם לענג פונעם טאג (שעות זמניות) זומער איז עס שפעטער ווינטער איז עס פריער. עס ווערט געברענגט א דיעה צו דאווענען אין דעם זמן פון מנחה קטנה, וואס הייבט אן צוויי און א האלב שעה'ן פארנאכט.

די תפילה איז איינגעטיילט אזוי:

קרבנות

אשרי

שמונה עשרה, און עלינו, ביי אסאך קהילות זאגט מען תחנון ביי מנחה פונקט ווי ביי שחרית.די מעלה פון מנחה

אין די הייליגע ספרים שטייט אז מנחה איז די גרעסטע תפילה פון טאג, אליהו הנביא ביים הר הכרמל איז נישט געענטפערט געווארן נאר ביז ווען עס איז געקומען דער זמן פון תפילת מנחה און ער האט דאן מתפלל געווען איז ער גענטפערט געווארן.

משניות

משניות איז א זאמלונג פון הלכות פון די צייטן פון די תנאים רעדאקטירט דורך ר' יהודה הנשיא אין אנפאנג פון דעם 3טן יארהונדערט.

משניות איז איינגעטיילט אויף 6 סדרים, און יעדע סדר איז צעטיילט אין פרקים, און יעדע קאפיטל איז צעטיילט אין משנה'עס. דאס זיינען די 6 סדרים:

סדר זרעים - פארטוט זיך אין הלכות בנוגע ערדפלאנצונג (11 מסכתות‎).

סדר מועד - פארטוט זיך אין הלכות שבת און יום טוב (12 מסכתות‎).

סדר נשים - פארטוט זיך אין הלכות קידושין און גירושין (7 מסכתות‎).

סדר נזיקין - פארטוט זיך אין דיני ממונות און משפט (10 מסכתות‎).

סדר קדשים - פארטוט זיך אין הלכות וועגן דער מקדש און וועגן קורבנות (11 מסכתות‎).

סדר טהרות - העוסק בעניני טהרה (12 מסכתות‎).דער אנפאנג פון דער ערשטער מסכתא איז:מאימתי קורין את שמע בערבין: משעה שהכהנים נכנסין לאכול בתרומתן, עד סוף האשמורת הראשונה, דברי רבי אליעזר. וחכמים אומרין, עד חצות. רבן גמליאל אומר, עד שיעלה עמוד השחר. מסכת ברכות (פרק א')

רב

א רב (לשון רבים: רבנים) איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהל'ישע ענינים לטובת דעם ציבור.

שבעה

אין יידישקייט איז שבעה (אויסגערעדט: שיווע) די וואך פון טרויער פעריאד, וואס די זיבן קרובים אין די משפחה פון דעם נפטר זיצן אויף דער ערד און קלאגן אויף דעם טויטן, און אידן קומען זיי טרייסטן.

דער אנגענומענער נוסח וואס מע זאגט פאַרן אבל בעפארן ארויסגיין איז: המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים. איהר זאלט קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער.

לויט די הלכה טאר מען אין די טעג נישט ארויסגיין פון שטוב, נישט לערנען, זיך שערן, וואשן אדער האבן סעקס.

שוחט

איינער וואס טוט אומברענגן באשעפענישן לויט די תורה'דיקע פארשריפטן.

תורה

תורה (תּוֹרָה) א לשון קודש ווארט וואס מיינט "לערנען", "אנווייזונגען" אדער "געזעצין". עס איז דער צענטראלער און די מערסטע וויכטיגסטע דאקומענט פון אידישקייט פארהייליגט דורכאויס אלע דורות. עס איז געשריבן אין לשון הקודש. אויך באדייט די ווארט "תורה" אלע געזעצין ווי אזוי א רעליגיעזער איד דארף זיך אויפפירן, אריינגערעכנט, משנה, תלמוד, מדרש און הלכה.

תורה איז א טייל פון תנ"ך.

תלמוד תורה

תּלמוד תּורה אָדער חדר, איז אַ מוסד פאַר קינדער פון 3 ביז 13 יאָר אַלט, וואָס מען לערנט דאָרט כמעט אַ גאַנצן טאָג נאָר לימודי קודש, חומש משניות און גמרא - עיון און בקיאות.

די עלטערן ברויכן צו צאָלן שולע געלט. אַזעלכע עלטערן וואָס האָבן נישט צו צאָלן, צום מערסטנס, גיט מען זיי נאך, און מען לערנט זייערע קינדער אומזיסט.

תפילה

תפילה איז פונעם לשון קודש'דיגן ווארט "פילל - האפן און בעטן". אויך איז דאס א לשון פון באהעפטן, זיך אנהענגען אויפן אייבערשטן. אין (מזרח-) אידיש הייסט דאס דאַװנען אדער דאַווענען (אין מערב-יידיש הייסט דאס אָרען).

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.