מעריב (צייטונג)

מעריב איז א טעגליכער צייטונג וואס ערשיינט אין ארץ ישראל אויף עברית שפראך. זי איז די צווייטע פארשפרייטסטע צייטונג אין ישראל, נאך ידיעות אחרונות.

ביזן סוף 2010 איז איר רעדאקטאר געווען יואב צור. היינט איז דער רעדאקטא אבי משולם.

איר בעל הבית איז דער גרויסער מיליאנער עופר נמרודי בשותפות מיט זאקי ראקיב, וואס איז דער היינטיקער פארזיצער.

עס איז היינט צוטאגס א טאבלויד פארמאט אבער איז אמאל געווען א רעספעקטירטער בראד שיט.

Maariv
דער לעגענדארער בית מעריב אין תל אביב ווי עס איז הויפטקווארטירט זייער רעדאקציע מיטן שילד פון זייער סימבאל דערויף.

גרינדונג

עס איז ארגינעל געגרינדעט געווארן אין 1948 דורך אן ארבייטער פון ידיעות אחרונות וואס האט זיך צוקריגט מיטן ידיעות'ער בעל הבית און דאס ארויסגעבן אויף די אווענט דעריבער הייסט דאס מעריב, נאך די תפילת מעריב.

יידישע צייטונגען
Statue of Len Ganeway reading (Brookgreen Gardens, Pawleys Island, South Carolina)

אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | בקהילה | גלאבס | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער אלגעמיינער זשורנאל | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר | זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פנים אל פנים | פנים חדשות | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום

Ynet

וויינעט Ynet איז דער אינטערנעט פארטאל פון דער טאג צייטונג ידיעות אחרונות איינער פון די גרעסטע מאדערן העברעאישע טאג צייטונגען. עס פלעגט ארויס קומען אין אראביש אויך אבער מער נישט.

די ארטיקלן און נייעס איז אסאך פון דער געדרוקטער צייטונג אבער עס האט אויך פיל וואס איז נישט פון צייטונג, און אסאך מער ארגינעלע שטאף וואס פאראינטערסירט מער אינטערנעט ליינער ווי איידער צייטונג ליינער.

זיי האבן אין ענגליש אויך.

זייער הויפט קאנקורענץ איז וואלא, דער אינטערנעט פארטאל פון מעריב (צייטונג), זייער הויפט קאנקורענץ אין דרוק.

וויינעט אויף העבעריש דינט מער ווי א געמיינדע פארטאל.

וויינעט נייעס דינט מער ווי א צייטונג צו פארציילן די נייעס אין ענגליש פאר אידן ארום די וועלט, וואס זענען פארבינדן דורך דעם אינטערנעט.זיי שטעלן אויך צו RSS פיעד פון אידישע נייעס ווען עס איז ברעיקינג איבער דער גאנצער וועלט.

מעריב

מעריב (לשון הקודש: תפילת ערבית) איז די תפילה וואס אידן דאווענען ביי דער נאכט.

די תפילה האט דער ערשטער געדאווענט יעקב אבינו אויפן וועג ווען ער איז אנטלאפן פון עשו קיין פדן ארם, אינעם ארט בית אל, אזוי ווי דער פסוק זאגט אין פרשת ויצא, "וַיִפגַע בַּמָקוׁם", דרשענען חז"ל אז יעקב אבינו האט געדאווענט מעריב.

חז"ל זאגן אז די תפילות זענען קעגן די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש, ווייל אין די תפילות ווערן דערמאנט די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען יעדן טאג, און די פסוק זאגט וּנְשַלמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ, דאס מיינט מיר וועלן מקריב זיין שטירן מיט אונזערע לעפצין, און תפילות ערבית איז קעגן די געדערים אין פעטנס (חלבים און אימורים) פון די קרבנות וואס האט געברענט א גאנצע נאכט, ווייל קיין שום קרבן האט מען נישט געטארט מקריב זיין ביינאכט.

אויך זאגן חז"ל אז אט די תפילה איז א רשות, דאס מיינט אז נאר אויב מ'וויל קען מען דאס דאווענען, אנדערש ווי די תפילות שחרית און מנחה וואס איז א חובה.

אבער אין שולחן ערוך שטייט אז כלל ישראל האבן זיך עס מקבל געווען ווי א חובה, דעריבער מוז מען עס דאווענען.

מעריב (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:

די תפילה וואס יידן דאווענען ביינאכט

מעריב (צייטונג)

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.