מערב

מערב איז די זייט ווי די זון גייט אונטער יעדער ביי דער נאכט.

  • עס קומט פון די ווארט ערב וואס מיינט ביינאכט.
  • אויף א מאפע אדער וועג ווייזער איז דאס געווענליך די פון לינקס.

די מערבֿ־טייל פֿונעם וועלט (באַזונדערש אין רוימישער צייט) הייסט די מערבֿ־זייט.

West
אויפן בילד זעט מען א קאמפוס מיט מערב קאלירט אנדערש

זע אויך

1טן אפריל

דעם 1טן אפריל איז דער 91סטער טאג פון יאר (92סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 274 טעג.

אין די מערב לענדער איז דער טאג באקאנט אלס שפאס טאג.

25סטן מערץ

דעם 25סטן מערץ איז דער 84סטער טאג פון יאר (85סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 281 טעג.

אייראפע

אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.

אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.

אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.

לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:

דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:

אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.

די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.

אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.

די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.

באקינגהאמשיר

באקינגהאמשיר (ענגליש: Buckinghamshire) איז א גראפנשאפט אין ענגלאנד, וואס גרענעצט די צערעמאניע־גראפנשאפטן בעדפארדשיר צו צפון־מזרח, נארטהאמפטאנרשיר צו צפון, אקספארדשיר צו מערב, בארקשיר צו דרום, גרויסלאנדאן צו דרום־מערב און הארטפארדשיר צו מזרח. באקינגהאמשיר באדעקט א שטח פון 1,874 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט־שטאט איז איילסבורי. די הויפט טייכן אין באקינגהאמשיר זענען דער טעמז און דער גרויסער אוז.

אין באקינגהאמשיר געפינט זיך בלעטשלי פארק, וואו די בריטישע האבן געארבעט ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה צו דעקאדירן דייטשע מיליטערישע מעלדונגען און וואו מען האט אויפגעשטעלט קאלאסוס, דער ערשטער פראגראמירבארער עלעקטראנישער קאמפיוטער אין דער וועלט.

בעלארוס

בעלארוס (בעלארוסיש: Беларусь; רוסיש: Белору́ссия, Белару́сь; פויליש: Białoruś) (אויך באקאנט אלס ווייסרוסלאנד אדער רייסן), איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרענעץ. זיינע גרענעצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. די הויפטשטאט איז מינסק. אנדערע גרויסע שטעט זענען באברויסק, בריסק, האמעל, הראדנא, וויטעבסק און מאהילעוו. א דריטל פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער.

די באפעלקערונג פון לאנד איז 9,849,000.

דייטשלאנד

דײַטשלאַנד (דייטשיש: Deutschland דױטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטאַטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין 1871. פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. עס האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 קוואדראט קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט. באָן, וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד, האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען, אבער היינט זיינען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין. די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע.

דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין (אי-יו) נאך דעם פאראייניקטן קעניגרייך. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע.

נאָך די פאַרייניקטע שטאַטן, איז דייַטשלאַנד די צווייט מערסט פאָלק־אימגראציע ציל אין דער וועלט.‏דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע (אן גרענעצן) און האט אדאפטירט די איירא (די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע) אום 1999.

הארטפארדשיר

האַרטפֿארדשיר (ענגליש: Hertfordshire) איז א גראפנשאפט אין דרום ענגלאנד. האַרטפֿארדשיר גרענעצט באקינגהאמשיר צו מערב, בעדפארדשיר צו צפון, קעמברידזשיר צו צפון־מזרח, עסעקס צו מזרח און גרויסלאנדאן צו דרום. האַרטפֿארדשיר באדעקט היינט א שטח פון 1,643 קוואדראט ק"מ.

די גראפנשאפט שטאט איז הארטפארד.

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

לאנדאנער איבערגרונט

דער לאנדאנער איבערגרונט (ענגליש: London Overground) איז א פארשטאטישע באן נעטווארק אין לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך, געגרינדעט אין 2007. די איבערגרונט באדינט א גרויסן טייל פון גרויסלאנדאן און הארטפארדשיר, און האט 112 סטאנציעס אויף עטלעכע ליניעס: די צפון לאנדאן ליניע, מזרח לאנדאן ליניע, מערב לאנדאן ליניע, וואטפארד ליניע, גאספל אק צו בארקינג ליניע, די לי וואלי ליניעס און די ראמפארד-אפמינסטער ליניע.

דער איבערגרונט ווערט באצייכענט מיטן קאליר אראנזש, וואס ווערט געניצט אין איבערגרונט רונדל און און אויף דער טיוב מאפע.

ליטע

ליטע (ליטװיש: Lietuva ליעטוּװאַ) איז אַ לאַנד אין צפֿון־אײראָפּע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט איז װילנע.

פלאצירט ביים דרום-מזרח בארטן פונעם באלטישן ים,האט ליטע גרענעצן מיט לעטלאנד צו צפון, בעלארוס צו דרום-מזרח, פוילן, און רוסלאנד (קאלינינגראד) צו דרום-מערב.

ליטע איז א מיטגליד פון נאט"א, דעם ראט פון אייראפע און דעם אייראפעישן פארבאנד. איר באפעלקערונג איז 3.6 מיליאן. דעם 1טן יאנואר 2015, האט ליטע אדאפטירט די איירא ווי איר אפיציעלע וואלוטע און איז געווארן דער 19טן מיטגליד אין דער אייראזאנע.

די גרעסטע שטעט אין ליטע זענען:

װילנע

שאַװל

יורבורג

קאוונע

ניו יארק

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט ניו יאָרק פון די פאַראייניקטע שטאַטן. טאמער זוכט איר די שטאָט ניו יאָרק, זעט ניו יארק סיטי.דער ניו־יאָרק שטאַט (New York) איז איינער פון די פופציק שטאטן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. ער איז א חלק פון דעם מיטל־אַטלאַנטישן אָפּטייל. זיין הויפטשטאט איז אלבאני. ניו יארק איז דער דריטער מערסט באפעלקערטער שטאַט אין די פאראייניקטע שטאטן. ניו יארק גרענעצט ניו דזשערסי און פענסילוועניע צו דרום, און קאנעטיקעט, מאסאטשוסעטס און ווערמאנט צו מזרח. ניו יארק האט אויך אן אינטערנאציאלן גרענעץ מיט די קאנאדישע פראווינצן אנטעריא צו מערב און קוויבעק צו צפון.

די הויפטשטאט פונעם שטאַט איז אלבאני. אנדערע וויכטיגע שטעט זענען ניו יארק סיטי, באפאלא, ראטשעסטער, יאנקרס אין סיראקוז.

דער היינטיגער גובערנאטאר פון ניו יארק איז ענדרו קוואמא.

סארי

סאַרי (ענגליש: Surrey) איז א גראפנשאפט אין דרום־מזרח ענגלאנד. סאַרי גרענעצט האמפשיר צו מערב און דרום־מערב, בארקשיר צו צפון־מערב, גרויסלאנדאן צו צפון, קענט צו מזרח, מזרח סאסעקס צו דרום־מזרח און מערב סאסעקס צו דרום. סאַרי באדעקט א שטח פון 1,663 קוואדראט ק"מ.

די היסטארישע גראפנשאפט שטאט איז גילדפארד.

עגיפטן

עגיפטן (אמאליקע מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

ענגלאנד

ענגלאנד איז דאס גרעסטע און מערסט באפעלקערטע באשטייטיילע לאנד אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. זיינע איינוואוינער זענען 83% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די יאדערלאנד טעריטאריע פון ענגלאנד פארנעמט דאס דרום'דיג צוויי דריטל פונעם גרויסבריטאניע אינזל און האט יבשה גרענעצן מיט סקאטלאנד צו צפון און וויילס צו מערב; די ים גרענעצן זענען דער צפון ים, אירישער ים, אטלאנטישער אקעאן און ענגלישער קאנאל.

ענגלאנד איז געווארן א פאראייניגטע שטאַט אין דעם 10טן יארהונדערט. דער נאמען 'ענגלאנד' שטאמט פון די אנגלען, א דייטשיש פאלק וואס האט באזעצט די טעריטאריע אין די 5טער און 6טער יארהונדערטער. די הויפטשטאט פון ענגלאנד איז לאנדאן, וואס איז די גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און אויך (לויט רוב מאסן) די גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעאישן פאראיין.

ענגליש

ענגליש איז אַ מערב־גערמאנישע שפּראַך וואס שטאמט פון גרויסבריטאניע װאָס װערט היינט גערעדט אלס א מוטער שפראך דורך אַרום 380 מיליאָן פּערזאָנען.

די שטאַטן ווו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך זיינען: גרויסבריטאניע, אירלאנד, קאנאדע, ניו זילאנד, אינדיע, פאקיסטאן, מאלטא, די פיליפינען און סינגאפור, און געציילטע שטאטן אין אפריקע. די פאראייניגטע שטאטן און אויסטראליע האבן נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש ניצט מען ענגליש.

היינטצוטאג איז ענגליש די איינציגסטע וועלט שפראך. ענגליש האט אסאך ווערטער; דאס אקספארד ענגליש ווערטערבוך ברענגט מער ווי 250,000 ווערטער.

ענגליש איז אפיציעל אנערקענט מיט דריי באזונדערע דיאלעקטן, דער אמעריקאנישער, דער בריטישער און דער קאנאדישער.

כאטש ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, קומט 60% פון זיין וואקאבולאר פון לאטיין.

ענגליש איז די דריטע גרעסטע מוטערשפראך אין דער וועלט, נאך כינעזיש און שפאניש, און די מערסט פארשפרייטע צווייטשפראך. ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך פון די פאראייניגטע פעלקער, דעם אייראפעישן פארבאנד און גאר א סך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס. 70% פון רעדער פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש.

עסעקס

עסעקעס (ענגליש: Essex) איז א גראפנשאפט אין מזרח ענגלאנד, וואס גרענעצט קענט צו דרום אריבער דעם טעמז, קעמברידזשיר און סאפאלק צו צפון, הארטפארדשיר צו מערב און גרויסלאנדאן צו דרום־מערב. עסעקס באדעקט א שטח פון 3,670 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז טשעלמספארד.

לאנדאן סטאנסטעט פליפארט געפינט זיך אין עסעקס.

טילבורי איז איינער פון די הויפט פארטן אין עסעקעס.

פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן בלויז די פֿאַראײניקטע שטאַטן—איז אַ פעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפּובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאָלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט האוואי איז אין דעם פּאציפישן אָקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אָקעאן און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפישן און אינעם קאראאיבישן ים.

דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

די פאראייניגטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאָן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאָן קוואדראט מײל), איז דאָס דריטע אָדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאָטאלן שטח, און דאָס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאָן אײנוואוינער, דאָס דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".

דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די אמעריקאנישע רעוואלוציע. דעם 4טן יולי 1776 האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט, וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.

במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.

די עקאָנאָמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאָנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאָן דאָלאר – 19% פונעם גלאָבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פּאריטעט, פון 2011.די עקאָנאָמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטורליכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטער אינפראסטרוקטור, און הויכן פּראדוקטיוויטעט;. דאָס לאנד איז נאָך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס. עס גיט ארויס 39% פון דער גלאָבאלער מיליטערישער אויסגאבע, און איז א פּראָמינענטע עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטליכער פאָרשונג און טעכנאָלאָגישער אינאָוואציע.

פראנקרייך

פֿראַנקרײַך (פראַנצויזיש: France פֿראַנס), אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק (פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פֿראַנסעז), איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגלישן קאנאל און דעם צפון ים אין צפון, און פונעם ריין אין מזרח ביזן אטלאנטישן אקעאן אין מערב.

פראנקרייך גרענעצט (זייגערווייז פון צפון) בעלגיע, לוקסעמבורג, דייטשלאנד, די שווייץ, איטאליע, מאנאקא, אנדארא און שפאניע. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו ענגלאנד דורכן קאנאל טונעל.

פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם אייראפעישן פארבאנד אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך רוסלאנד און אוקראינע.

זעקס הונדערט טויזנט (600,000) ייִדן וווינען הײַנט צוטאָגס אין פֿראַנקרײַך, און 7 מיליאָן אַראַבער װױנען דאָרט אױך.

עס האט די דריטע גרעסטע יידישע באפעלקערונג נאָך ניו יאָרק און ארץ ישראל.

פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן.

פראנקרייך איז א דעמאקראטישע רעפובליק און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער נײַנטער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.

פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז עס א מיטגליד אין דער גרופע 8 און א סטאבילער מיטגליד אין דעם זיכערהייט ראט פון די פ"פ.

קענט

קענט (ענגליש: Kent) איז א גראפנשאפט אין דרום־מזרח ענגלאנד, וואס גרענעצט עסעקס צו צפון אריבער דעם טעמז, גרויסלאנדאן צו צפון־מערב, סארי צו מערב און מזרח סאסעקס צו דרום־מערב. קענט באדעקט א שטח פון 3,736 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז מיידסטאן. קענט גרענעצט פראנקרייך דורכן קאנאל טונעל.

דאווער איז איינער פון די הויפט פארטן אין קענט.

שפאניע

שפּאַניע (שפאניש: España עספאַניאַ) איז א לאנד אין דרום־מערב אײראָפּע אויפן איבערישן האלבאינזל. צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפן מיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פון גיבראלטאר. פון צפון האט שפאניע א גרענעץ מיט פראנקרייך און אנדארע, און פון מערב מיט פארטוגאל און מיטן אטלאנטישן אקעאן. די טעריטאריע פון שפאניע נעמט איין די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים, לעבן דעם מזרח בארטן פונעם האלבאינזל, און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן, לעבן דעם בארטן פון אפריקע.

שפאניע איז אַ מיטגליד לאַנד פונעם אייראפעישן פארבאנד. איר הױפּטשטאָט איז מאַדריד. זייט 1975 איז שפאניע א קאנסטיטוציאנעל קעניגרייך, און איר קעניג איז כואן קארלאס דער ערשטער.

די הויפט שפראך איז שפאניש, אבער אין א טייל פונעם לאנד רעדט מען קאטאלאניש. די מערסטע פארשפרייטע רעליגיע איז קאטאליציזם.

שפאניע באדעקט א שטח פון 504,030 קוואדראט ק"מ, און איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין מערב אייראפע, נאך פראנקרייך. זי האט א באפעלקערונג פון 43 מיליאן מענטשן.

מיט בערך טויזנט יאר צוריק האט זי געהערט צו די מוסלעמענער, און עס האט דאן געהייסן אנדאלוזיע מיט קארדאווע אלס די הויפט-שטאט.

אין יאר ה'רנ"ב האט קעניג פערדינאנד פארטריבן אלע אידן פון שפאניע, און איינגעפירט די טרויעריגע בארימטע אינקוויזיציע.

שפאניע איז היינט א דעמאקראטיע, מיט דער 13טער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.