מסכת סנהדרין

מסכת סנהדרין איז די פערטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות, די מסכתא רעדט בעיקר ארום פון די אידישע משפטים. זי האט 11 פרקים.

די מסכתא האט גמרא אין סיי תלמוד בבלי סיי תלמוד ירושלמי.

נעמען פון די פרקים אין דער מסכתא

  1. דיני ממונות בשלשה
  2. כהן גדול
  3. זה בורר מוכר יותר בשם זבל"א (ראשי תבות של זה בורר לו אחד)
  4. אחד דיני ממונות
  5. היו בודקין
  6. נגמר הדין
  7. ארבע מיתות
  8. בן סורר ומורה
  9. הנשרפין
  10. אלו הן הנחנקין
  11. חלק

אינהאלט פון דער מסכתא

מסכת סנהדרין אנטהאלט די סדרי משפטים און בעיקר די סדרי דיני נפשות, אויכט די סוגיות ווער ס'איז ראוי צו זיין א דיין, וויאזוי אויסצופארשן די עדים, וואספארע שטראף מען איז גוזר פאר וועלכע עבירה.

אבא שאול

אבא שאול איז געווען א תנא, וואס ווערט אראפ געברענגט צוואנציג מאל אין דער משנה.

די זיבן מצוות בני נח

די זיבן מצוות בני נח זענען די מצוות וואס גאט האט געגעבן נאך פאר מתן תורה צו אלע פעלקער און גוים פון דער גארער וועלט אריינגערעכנט די יידן. מען לערנט דאס ארויס פון די ברכות וואס גאט האט געווונטשן נח נאכן מבול ווען נח איז ארויס פון דער תיבה. דעמאלט איז נאך נישט געווען א יידיש פאלק און דערפאר לערנט מען ארויס פון די ברכה, מצוות פאר אלע גוישע פעלקער.

די זעקס מצוות וואס שטייען אין דער תורה זיינען:

זיך פרוכפערן און מערן.

זיך צעשפרייטן און אנפילן די ערד.

קאנטראל אויף די חיות.

מעגן עסן פלייש.

נישט עסן פלייש צוזאמען מיט די בלוט.

נישט מארדען.וַיְבָרֶךְ אֱלֹהִים, אֶת-נֹחַ וְאֶת-בָּנָיו; וַיֹּאמֶר לָהֶם 1) פְּרוּ וּרְבוּ, 2) וּמִלְאוּ אֶת-הָאָרֶץ. 3) וּמוֹרַאֲכֶם וְחִתְּכֶם, יִהְיֶה, עַל כָּל-חַיַּת הָאָרֶץ, וְעַל כָּל-עוֹף הַשָּׁמָיִם; בְּכֹל אֲשֶׁר תִּרְמֹשׂ הָאֲדָמָה וּבְכָל-דְּגֵי הַיָּם, בְּיֶדְכֶם נִתָּנוּ. 4) כָּל-רֶמֶשׂ אֲשֶׁר הוּא-חַי, לָכֶם יִהְיֶה לְאָכְלָה: כְּיֶרֶק עֵשֶׂב, נָתַתִּי לָכֶם אֶת-כֹּל. 5) אַךְ-בָּשָׂר, בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ. 6) וְאַךְ אֶת-דִּמְכֶם לְנַפְשֹׁתֵיכֶם אֶדְרֹשׁ, מִיַּד כָּל-חַיָּה אֶדְרְשֶׁנּוּ; וּמִיַּד הָאָדָם, מִיַּד אִישׁ אָחִיו--אֶדְרֹשׁ, אֶת-נֶפֶשׁ הָאָדָם. שֹׁפֵךְ דַּם הָאָדָם, בָּאָדָם דָּמוֹ יִשָּׁפֵךְ: כִּי בְּצֶלֶם אֱלֹהִים, עָשָׂה אֶת-הָאָדָם. וְאַתֶּם, פְּרוּ וּרְבוּ; שִׁרְצוּ בָאָרֶץ, וּרְבוּ-בָהּ. בראשית ט'

די חז"ל האבן פאראנדערשט אביסל די מצוות, ווי פאלגנד:

נישט שעלטן גאט'ס נאמען.

נישט מארדן א מענטשן.

נישט רויבן א מענטשן אדער די פארמעגנס פון א מענטשן.

נישט פארהייראטן און האבן געשלעכט מיט פארבאטענע פאמיליע מיטגלידער, משכב זכר אדער משכב בהמה.

נישט דינען פרעמדע געטער.

איינארדענען געזעצן און ריכטער וואס זאלן פארזיכערן דאס איינהאלטן די מצוות.

נישט צו עסן א גליד פון א באשעפעניש ווילאנג עס האט נאך דאס מינדעסטע לעבעדיגקייט אפי' עס איז גע'שחטן.תנו רבנן שבע מצות נצטוו בני נח: 1) דינין 2) וברכת השם 3) עבודה זרה 4) גילוי עריות 5) ושפיכות דמים 6) וגזל 7) ואבר מן החי מסכת סנהדרין נו א

לויטן מדרש, זעקס פון די מצוות זענען שוין באפוילן געווארן פאר אדם הראשון אין די זיבעטע איז צו געקומען פאר נח.

פאר אדם הראשון איז פארבאטן געווען צו עסן פלייש אין אלגעמיין, ביז גאט האט עס ערלויבט פאר נח און בלויז פארבאטן צו עסן אבר מן החי.

די מצוה פון זיך מערן און פרוכטבארן איז נישט פאררעכנט אלס איינע פון די זיבן מצוות ווייל עס איז נישט געבליבן פאר אייביג, ווי נאר די אידן האבן מקבל געווען די תורה אויפן בארג סיני איז עס אריבער צו בלויז די אידן.

זיי מוזן נישט זיך אוועק געבן דאס לעבן אויף די מצוות, וויבאלד זיי זענען נישט פארפליכטער אין די מצוה פון קידוש השם.

דניאל

דניאל איז דער פערזענליכקייט פון ספר דניאל אין תנ"ך. ער ווערט באטיטלט אלס דניאל איש חמודות.

דניאל איז געווען אן אפשטאמיגער פון מלכות בית דוד, און האט געלעבט אין די צייטן פון חורבן בית ראשון און גלות בבל. ביים חורבן, זייענדיג נאך א קינד, האבן אים די בבליים געבראכט צום קעניגליכן פאלאץ אין בבל צוזאמען מיט זיינע חברים, חנניה מישאל עזריה, אלע קינדער פון מיניסטארן פון מלכות יהודה, כדי צו נוצן זייער חכמה און פארשטאנד אין טכסיסי מלכות. דארט האט דניאל ארויסגעוויזן זיין קלוגשאפט און געטליכקייט דורך פותר זיין חלומות און אנטפלעקן הימלישע מראות, און ער איז געווארן דערהויבן אלס דער חשוב'סטער מיניסטער און מקורב למלכות.

נאכן אונטערגאנג פונעם בבל'ישן קעניגרייך, האט דניאל ממשיך געווען צו דינען אלס קעניגליכער ראטגעבער פארן פערסישן קעניג דריוש. אומפארגינערישע מיניסטארן אינעם פאלאץ האבן כסדר געזוכט וויאזוי אים צו באזייטיגן, און באשולדיגט מיט פארשידענע בלבולים. ביי איין פאל האט מען אים אריינגעווארפן אין א לייבן גרוב און דניאל איז ארויסגעקומען פון דארט גאנץ און איז גארנישט געשעדיגט געווארן פון זיי.

יוסיפון שרייבט אז אין זיינע עלטערע יארן האט דניאל זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטן אלס קעניגליכער ראטגעבער און געשטעלט זרובבל אלס שטעלפארטרעטער, און זייט דעמאלט האט ער געלעבט א שטילן און פשוט'ן לעבן אין דער שטאט שושן. עס איז דא א מיינונג אין חז"ל, אז התך דער שליח פון אסתר המלכה אין דער מגילה, איז באמת געווען דניאל, נאר מען האט אים שפעטער גערופן התך ווייל מען האט אים אראפגענומען פון זיין גרויסקייט.

חז"ל זאגן אין מסכת סנהדרין אז דניאל איז געווען ראוי צו זיין דער מלך המשיח.

הויפט זייט/ז' אלול

ה'תשכ"ו – נפטר געווארן משה קוסעוויצקי, פון די גרויסע חזנים

ה'תשל"א – נפטר געווארן רבי ראובן מרגליות, מחבר פון „מרגליות הים" אויף מסכת סנהדרין און נאך 50 ספרים (געב' ה'תר"ן)

משיח

דער ארטיקל רעדט וועגן משיח אין אידישקייט, פאר אנדערע רעליגיעס זעט משיח (אלגעמיין)משיח אדער מלך המשיח איז דער מענטש וואס איז לויט דער אידישער רעליגיע ערווארטעט צו ברענגען די גאולה שלימה און אויסלייזן די אידן פון גלות. גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז איינס פון די פונדאמענטאלע טיילן אין אידישקייט.

סדר נזיקין

סדר נזיקין איז כולל 10 מסכתות. נזיקין איז טייטש שאדנס, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט דינים בין אדם לחברו.

דער סדר איז צעטיילט אין 10 מסכתות:

מסכת בבא קמא

מסכת בבא מציעא

מסכת בבא בתרא

מסכת סנהדרין

מסכת מכות (אויף יידיש רופט מען די מסכתא „מלקות")

מסכת שבועות

מסכת עבודה זרה

מסכת עדיות

מסכת אבות איז עוסק אין דברי מוסר פון חז"ל

מסכת הוריותאויף אלע מסכתות איז דא גמרא סיי בבלי סיי ירושלמי, אחוץ עדיות און אבות.

סמבטיון

סמבטיון אָדער סאַמבאַטיאָן אין מדרש (בראשית רבה פרק י"א) דערציילט אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון טייך סמבטיון, וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבערגיין דער טייך, און נאר שבת איז דער טייך רוהיג. און ווען די צייט וועט קומען וועט משיח זיי אָפברענגען פון דארטן, ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.

דער טײַך הײסט „סמבטיון“ (פֿון וואָרט „שבת“, „סאַבאַט“) און „סנבטיון“. די אַגדה וועגן דאָזיקן טײַך איז פֿאַראַן אין מסכת סנהדרין ס”ה אין נאָמען פֿון תנא רבי עקיבֿא. אָבער די לעגענדע וועגן טײַך איז געווען פֿאַרשפרײט נאָך פֿריער (פֿלאַוויוס אין מלחמות ספֿר ז', פליניוס). וועגן דעם, אַז אין יענער זײַט סמבטיון געפינען זיך די עשרת השבֿטים, איז פֿאַראַן אין ירושלמי סנהדרין פרק י' „אחת לפנים מנהר סמבטיון“. שפעטער ווערט די לעגענדע געבראַכט אין דעם ספור פֿון אלדד הדני.

אין די שבת זמירות „מה יפֿית“ און „יום שבת קודש“ ווערט דערמאָנט דער סמבטיון.אין פֿיל צײַט האָבן פֿאַרשײדענע ייִדישע רײזנדער געפרוּאווט צוצוקומען צום טײַך סמבטיון און צו געפֿינען די עשרת השבֿטים.

פרטים בײַ לאַזאַר אין זײַן בוך „עשרת השבֿטים“, אויך אין ערוך השלם פֿון קאהוט (ערך „סמבטיון“).

עס איז באקאנט דער בריוו וואס דער שבת האט געשיקט צום ספרדישן חכם אבן עזרא, און דארט ווערט דערמאנט דער טייך סמבטיון.

היינט צו טאג, מיט די אלע סאפיסטיקירטע סאטעליטן טעלעסקאפען, נאוויגאציע סיסטעמען עראפלאנען און דראנען, ווייסט מען נישט צו זאגן פון אזא מין טייך וועלכעס ווארפט שטיינער. מ'ווייסט אויך נישט צו זאגן פון אזא מין באגריף ווי הרי חושך, וואס אדער איז דאס פארשוואונדן פון די היינטיגע חכמים און טעכנעלאגיעס, אדער איז דאס לויט די טראדיציע א העכערער באגריף, וואס מיר, פליישיגע אויגן קענען נישט זען.

עיבור יאר

אן עיבור יאר איז א יאר (אין דעם יידישן לוח) ווען מען לייגט צו נאך א חודש אדער (אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר) ווען מען לייגט צו נאך א טאג. דער צווען פון צולייגן א חודש אדער א טאג צום יאר איז צוצופאסן דעם קאלענדאר יאר מיטן אסטראנאמישן יאר.

ס'איז דא נאך קאלענדארן וואס האבן אן עיבור יאר (אבער נישט אלע, למשל דער מוסולמענישער קאלענדאר האט נישט קיין עיבור יאר.

קידוש לבנה

קידוש לבנה איז א תפילה וואס יידן זאגן יעדן חודש ווען די לבנה איז געווארן גענוג גרויס כדי מ'קען האבן הנאה פֿון איר ליכט. דער מנהג איז לכתחילה צו זאגן קידוש לבנה שבתע־נאכט.

ס'זענען דא פֿארשידענע מנהגים ווען מ'קען אנהייבן „מחדש זײַן די לבנה", ד.ה. זאגן די תפילה „קידוש לבנה". אשכנזים און מאראקאנער יידן האלטן אז מען מעג שוין זאגן דרײַ טעג נאכ'ן מולד, לויטן חזון איש ווארטן מען פֿינף טעג. ספרדים און חסידים פירן זיך לויטן מחבר און ווארטן זיבן טעג. די לעצטע צײַט וואס מ'קען זאגן קידוש לבנה איז ממש אינמיטן דעם חודש, ד.ה. 14 טעג 18 שעה 22 מינוטן נאכ'ן מולד, ווען די לבנה הייבט אן צו ווערן קלענער. אויך נאך א ליקוי לבנה איז מען נישט מחדש די לבנה, ווייל דאס פאסירט ווען די לבנה איז פול.

אחוץ די ברכה (מסכת סנהדרין) איז אויך דער מנהג צו זאגן פארשידענע קאפיטלעך תהלים און אנדערע פסוקים וואס ווערן געברענגט אין מסכת סופרים.

רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי

רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

רבי אלעזר ברבי צדוק

רבי אלעזר בן רבי צדוק, אדער רבי אליעזר בן רבי צדוק איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט צוואנציג מאל אין משניות.

ער איז געווען א זון פון דעם גרויסן תנא רבי צדוק.

רבי יהושע בן חנניה

רבי יהושע ווערט אריבערגעפירט אהער, פאר אנדערע באדייטן זעט רבי יהושע (באדייטן)רבי יהושע בן חנניה איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט הונדערט און איין און ניינציג מאל אין משניות.

וואו עס שטייט אין משניות רבי יהושע סתם מיינט מען רבי יהושע בן חנניה.

רבי יהושע בן קרחה

רבי יהושע בן קרחה איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פיר מאל אין משניות.

רבי יוסי הגלילי

רבי יוסי הגלילי איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט זיבן און צוואנציג מאל אין משניות.

רבי עקיבא

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען א תנא וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט פינף און דרייסיג מאל אין משניות

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען איינער פון די גרעסטע תנאים. ער האט געלעבט אין דער צייט פון חורבן בית שני, פון דעם דריטן דור פון תנאים, אין דער צייטן פון דער בר כוכבא רעוואלוציע. אין תלמוד ירושלמי איז זיין נאמען געשריבן רבי עקיבה.

ער איז איינער פון די פיר וואס זענען געשטארבן ביים עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר.רבי עקיבא איז געהרגעט געווארן על קידוש ה' ערב יום כיפור, אום ט' תשרי, בערך אין יאר ג'תתצ"ו, זיבעציג יאר נאכן חורבן.

רבי עקיבא האט געלייגט זיין סטעמפל אויף א ברייטער שיכטע פון אידישע ענינים. זיין נאמען דערשיינט בערך 1,500 מאל אין תלמוד בבלי. ער וורעט גערעכנט אלס א מוסטער פון מסירות נפש פאר תורה. ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות. די רוימען האבן אים געפייניגט ביז זיין טויט אלס שטראף ווייל ער האט געלערנט תורה ברבים.

זײַנע תלמידים זענען געווען: רבי מאיר, רבי יהודה ברבי אלעאי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אלעזר בן שמוע, רבי יוסי, רבי נחמיה און רבי יוחנן הסנדלר.

רבן יוחנן בן זכאי

רבן יוחנן בן זכאי איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט זעקס און צוואנציג מאל אין משניות.

רבן שמעון בן גמליאל

רבן שמעון בן גמליאל (דער צוויטער) איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט הונדערט און אכט מאל אין משניות.

שמעון בן שטח

שמעון בן שטח, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.