מיליטער

מיליטער (פון לאטיין: militaris) אדער ארמיי איז א ארגאניזאציע וואס פארבאנדט אלע קעמפערס אין א מדינה, א מיליטער איז אונטערגעבויגן צו דער רעגירונג און צו אירע געזעצן. דער צוועק פון דער מיליטער איז צו שיצן דאס לאנד.

די וואס דינען אין א מיליטער הייסן סאלדאטן, די סאלדאטן זיינען צעטיילט אין באזונדערע קארפוסן ווי פוס-מיליטער, לופט-מיליטער, ים-מיליטער, רעזערוויסטן מיליטער, פאנצער מיליטער, ארטילעריע אא"וו. אחוץ די סאלדאטן פון ניצן וואפן, זענען דא די וואס באדינען די וואפן, און די וואס פירן טאנקען און אנדערע מאשינען.

די ארמיי זענען בעיקר אויף דער יבשה, און ניצן אמאל העליקאפטערס. דאס ים מיליטער קעמפט מיט שיפן. דאס לופט מיליטער קעמפט מיט עראפלאנען.

19טן פעברואר

דעם 19טן פעברואר איז דער 50סטער טאג פון יאר אין דער אכטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 315 טעג (316 אין אן עיבור־יאר).

20סטן אויגוסט

דעם 20סטן אויגוסט איז דער 232סטער טאג פון יאר (233סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 133 טעג.

26סטן סעפטעמבער

26 אין סעפטעמבער איז דער 269סטער טאג פון יאר (270סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 96 טעג.

31סטן יולי

דעם 31סטן יולי איז דער 212טער טאג פון יאר (213טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר; ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 153 טעג.

9/11

סעפטעמבער 11 איז דער טאג אין וועלכע אמעריקע האט געליטן איר שוידערליכסטן טעראר אטאקע אין איר היסטאריע. פיר פליגער זענען געווארן פארכאפט דורך אראבישע מוסלמענער טעראריסטן פון דעם אל קאידא ארגאניזאציע. צוויי פון די פליגער זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי וואלקנקראצער פון דעם וועלט האנדל צענטער אין דאונטאון מאנהעטען, אראפברענגענדיג ביידע בנינים ווייניגער ווי צוויי שעה דערנאך. דער דריטער פליגער איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטעגאן בנין אין וואשינגטאן, און דער פערטער איז אראפגעברענגט געווארן דורך די פאסאזשירן אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוועניע.

קרוב צו דריי טויזנט מענטשן זענען געשטארבען פון דער אטאקע.

9/11 איז נישט בלויז א דאטום. עס איז א באצייכענונג צו די תקופה אין וועלכן מיר לעבן אצינד: טעראר און איסלאמישע פונדעמאנטאליזם. קיין שום לאנד איבער דער וועלט איז היינט נישט באווארענט פון דעם טעראר געפאר.

באמבע

באמבע איז א צוזאמענגענומעכץ פון אויפרייס אויפרייס מאטעריאל אריינגעלייגט אין א שאכטל אדער אנדער זאך וואס מען רייסט אויף נוצנדיג א ספעציעלן צינדער.

דאס האט מען ערפינדן בעיקר צו נוצן דורך מיליטער. עס איז אבער אויך דא ציווילע באנוץ פון דעם, בעיקר אויף איינצוווארפן גרויסע געביידעס אויף צו איבערבויען, אדער אויפהאקן גרויסע בערג כדי צו בויען אויף דעם בארג.

געווער

געווער אדער וואפֿן איז געצייג וואס ווערט באנוצט צווישן מענטש קעגן מענטש, אדער צו פאנגען חיות, און זיך באשיצן פון זיי, אמאל איז געווער בעיקר באשטאנען פון, שטיין. און אויך פון קופער, אייזן, און אנדערע מעטאלענע כלים. ביז ווען מען האט אויסגעפונען אויפרייס פולווער.

די כינעזער האבן דערפינדן שיספולווער אין די אוראלטע צייטן. מיט פולווער האט מען אנגעהויבן צו שאפן ביקסן און פיסטוילן צו כאפן בעלי חיים, אבער אויך צו שיסן אנדערע מענטשן.

במשך די יארן האט מען דערפינדן נייע געווער. אין 1884 האט מען דערפינדן דעם מאשינביקס, וואס קען שיסן א סך קוילן גאר גיך.

געווער ווערט איינגעטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס.

קאנווענציאנאלע געווער

קאלט געווער ווי מעסערס, שפיזן, פייל און בויגן.

הייס געווער: רעוואלווערן, ביקסן, לייכטע אויטאמאטישע ביקסן. שווערע געווער ווי מארטאר, ארטילעריע, שווערע אויטאמאטישע ביקסן. באמבעס, אויפרייס מאטעריאל, מינעס.

מעכאניזירטע מאשינען וואס טראגן געווער, ווי קריגס עראפלאנען, טאנקען, געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט, שיפן ווי סובמארין, צושטער שיפן.נישט קאנווענציאנאלע וואפן: כעמישע וואפן, ביאלאגישע וואפן, יאדערישע וואפן.געווער איז ווארשיינליך אלט ווי די מענטשהייט, מען טרעפט אין דער תורה, ווי קינדער פון למך האבן געמאכט געווער, און קין איז געהרגט געווארן דורך א פייל און בויגן.

פעציפסטן זען אין געווער, א נעגאטיווע און שלעכטע זאך, מיליטעריסטן האלטן זיך שטאלץ דערמיט, אין ישראל פלעגט די ארמיי מאכן מארשן, זיך צו ווייזן און אויפטון מיט זייער געווער, ביז מען האט עס אפגעשאפן.

גענעראל

א גענעראַל איז א גאר הויכראנגיקער אפיציר, און אין אסאך פעלער די העכסטע ראנג, אין סמערהייט מיליטערן אין דער וועלט.

דער טיטל איז אריין אין באנוץ, אין די ארמייען פון 17טער י"ה. דאס ווארט, איז גענומען פון לאטיינישו ווארט generalis גענעראליס, וואס מיינט אלגעמיין. אין מיליטערישער שפראך מיינט עס הויפט אפיציר אויפן אלגעמיינעם מיליטער, וואס רעכנט אריין פיסגייער, ארטילעריע, רייטער אא"וו. אין דעם ים פלאט, איז די ראנג גלייך וואס איז גלייך צו גענעראל, אדמיראל.

דייטשלאנד

דײַטשלאַנד (דייטשיש: Deutschland דױטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטאַטן וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן אן אפיציעל לאנד אין 1871. פאר דעם איז עס געווען צעטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז דאס 7טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. עס האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 קוואדראט קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז דער הויפטשטאט און דער גרעסטער שטאט. באָן, וועלכע איז אמאל געווען דער הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד, האט פארמאגט א טייל פון די רעגירונגס ביוראען, אבער היינט זיינען זיי אריבערגעצויגן געווארן צו בערלין. די פרינציפאלע שפראך איז דייטשיש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביקע.

דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינעריי און מאשינעריי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז דאס צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין דעם אייראפעאישן פאראיין (אי-יו) נאך דעם פאראייניקטן קעניגרייך. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע.

נאָך די פאַרייניקטע שטאַטן, איז דייַטשלאַנד די צווייט מערסט פאָלק־אימגראציע ציל אין דער וועלט.‏דייטשלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע (אן גרענעצן) און האט אדאפטירט די איירא (די בשותפותדיקע אייראפעישע וואלוטע) אום 1999.

הויפטשטאט

די הויפטשטאט פון א לאנד איז דער צענטער פון דער רעגירונג. בדרך כלל איז זי די שטאט וואו ס'געפינט זיך רוב אינסטיטוציעס פון דער רעגירונג, למשל די ביוראס פון דער רעגירונג, די וואוינונג פון דעם פרעזידענט אדער דעם הויפט פון דער שטאַט, די הויפט געריכטן און די קאמאנדע פון דער מיליטער. אויך די אמבאסאדארן פון פרעמדע לענדער וואוינען דארט. אפטמאל איז די הויפטשטאט די גרעסטע שטאט פון לאנד.

אין א פעדעראל לאנד רופט מען דאס ארט פון דעם שטאַט'ס רעגירונג די הויפטשטאָט פונעם שטאַט.

ליסטע פון הויפטשטעט

מלחמה

א מלחמה אדער קריג איז אז צוויי אדער מערערע פארטייען לענדער מענטשן שלאגן זיך ארום.

א ברידער קריג (אדער בירגער קריג) איז א קריג צווישן צוויי פארטייען אינעם זעלבן פאלק.

ביי א קריג אויף דער יבשה הייסט יעדע פארטיי א מיליטער, ביי א ים קריג הייסט יעדע פארטיי א פלאט, און ביי א לופט קריג הייסט יעדע פארטיי א לופטפלאט.

ס'קומט צו א קריג ווען צוויי מדינות האבן א געראנגל וואס זיי קענען נישט לייזן דורך דיפלאמאטישע מיטלען.

סאלדאט

א סאלדאט אדער זעלנער איז איינער וואס איז איינגעצויגן געווארן צו אן ארמיי כדי צו היטן די מדינה פון די ארמיי.

די סאלדאטן זיינען צעטיילט אין באזונדערע קארפוסן ווי פוס סאלדאטן, לופט סאלדאטן א.א.וו.

פאן

א פֿאָן איז א שטיקל געוועבטער שטאף וואס פלאטערט אויף א זייל אדער סיי ווי ארויפגעלייגט, בדרך כלל אנצווייזן א צייכן פון אידענטיטעט אלס סימבאל פון א מדינה אדער פארטיי א.א.וו.

פון אנפאנג אן איז איר עיקר ציל געווען צו נוצן דאס פון די זעלנער אין מיליטער זיך צו אינדעטיפיצירן אלס זייער לאנד אין מלחמה צו קענען קאראדענירן דעם שלאכט דורך וויסן ווער איז דער שונא און ווער פון די אייגענע.

היינט צוטאגס טוען פענער אויך דינען אלס קאמוניקאציע צו אריבערפירן מעסעדזשעס אדער עדווערטייזונג, אדער צו באצירען אבער דער עיקר דינסט איז אידענטיפיקאציע מיט שטאלץ ארויסציווייזן לאיאליטעט און פאטריאטישקייט. די עלטסטע פאן וואס איז נאך אין באנוץ אויף דעם ציל איז די דענמארק פאן נאך פון פערצנטן יארהונדרערט.

פאקיסטאן

פּאַקיסטאַן (אורדו: پاکِستان; פארמאל: איסלאמישע רעפובליק פון פאקיסטאן) איז א לאנד אין דרום אזיע מיט מער פון 160 מיליאן איינוווינערס. עס איז דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט פון דער באפעלקערונגס פונקט. צו דרום האט פאקיסטאן א בארטן לאנג 1,046 ק"מ אויפן אראבישן ים און דעם איינגאס פון אמאן; עס גרענעצט איראן און אפגאניסטאן צו מערב, אינדיע צו דרום און כינע צו צפון־מזרח.

פאקיסטאן באדעקט א שטח פון סה״כ 880,940 ק״מ2 (איינשליסנדיק די טעריטאריעס אזאד קאשמיר און גילגיט באלטיסטאן). אזוי איז פאקיסטאן דאס 34סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. פאקיסטאן האט די זיבעטע גרעסטע מיליטער אין דער וועלט.

די הויפטשטאט פון פאקיסטאן איז איסלאמאבאד, און די גרעסטע שטאט איז די פארט־שטאט קאראטשי, די געוועזענע הויפטשטאט פון לאנד. דער פריערדיקער פרעזידענט איז געווען פערוועז מושאראף. דער היינטיקער פרעזידענט איז אסיף אלי זארדארי.

ביז 1971 האט פאקיסטאן געהאט צוויי טיילן, מזרח פאקיסטאן און מערב פאקיסטאן, אבער אין 1971 האט זיך מזרח פאקיסטאן אפגעשיידט און דערקלערט זיין אומאפהענגיקייט, און געווארן דאס לאנד באנגלאדעש.

אין 1973 האט פאקיסטאן איינגעפירט א נייע קאנסטיטוצע וואס האט אויפגעשטעלט א פעדעראלע רעגירונג באזירט אין איסלאמאבאד וואס באשטייט פון פיר פראווינצן און פיר פעדעראלע טעריאטאריעס. לויט דער נייער קאנסטיטוציע דארפן אלע געזעצן שטימען מיט איסלאם אזוי ווי עס שטייט אין קאראן.

פראנקרייך

פֿראַנקרײַך (פראַנצויזיש: France פֿראַנס), אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק (פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פֿראַנסעז), איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגלישן קאנאל און דעם צפון ים אין צפון, און פונעם ריין אין מזרח ביזן אטלאנטישן אקעאן אין מערב.

פראנקרייך גרענעצט (זייגערווייז פון צפון) בעלגיע, לוקסעמבורג, דייטשלאנד, די שווייץ, איטאליע, מאנאקא, אנדארא און שפאניע. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו ענגלאנד דורכן קאנאל טונעל.

פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם אייראפעישן פארבאנד אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך רוסלאנד און אוקראינע.

זעקס הונדערט טויזנט (600,000) ייִדן וווינען הײַנט צוטאָגס אין פֿראַנקרײַך, און 7 מיליאָן אַראַבער װױנען דאָרט אױך.

עס האט די דריטע גרעסטע יידישע באפעלקערונג נאָך ניו יאָרק און ארץ ישראל.

פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן.

פראנקרייך איז א דעמאקראטישע רעפובליק און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער נײַנטער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.

פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז עס א מיטגליד אין דער גרופע 8 און א סטאבילער מיטגליד אין דעם זיכערהייט ראט פון די פ"פ.

פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן

דער פרעזידענט פון די פֿאראייניגטע שטאטן (ענגליש: President of the United States, אינקורצן POTUS) איז דער געוויילטער ראש מלוכה און הויפט פונעם עקזעקוטיוו פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט פירט דעם עקזעקוטיוו און די פעדעראלע רעגירונג, און ער איז דער הויפט קאמאנדיר פון דער מיליטער פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.

דער אמט פון פרעזידענט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע איז דער העכסטער אמט אָנצוקומען אין לאנד. (אין רוב אנדערע לענדער איז דער פרעמיער מיניסטער דער פירער און קאמאנדיר איבער אלעם.) ער ווערט באטראכט אלס דער מאכטפולסטער פערזאן אין דער וועלט.

צו ווערן פרעזידענט דארף מען דערווייל זיין א געבוירענער אין לאנד און מינימום 35 יאהר, (ארנאלד שווארצענעגער האפט צו טוישן דאס געזעץ צו קענען לויפן פאר פרעזידענט). אין 1951 איז דאס געזעץ אריין אין קראפט איבער די צוימינג פון דינען נישט מער ווי צוויי טערמינען (ד.מ. צוויי מאל 4 יאר)

צה"ל

צה"ל (ראשי תיבות: צבא ההגנה לישראל טייטש: ישראל פֿאַרטײדיקונגס אַרמײ) איז דער נאמען פון דעם ישראלישן מיליטער. זי איז אוועקגעשטעלט געווארן צוויי וואכן נאך וואס מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן, אין מיטן מלחמת העצמאות.

לויטן געזעץ אין ישראל דארף יעדער בירגער וואס האט פֿולע 18 יאהר, דינען ווי א סאלדאט אין צה"ל, מענער דרײַ יאָר און פרויען בלויז צוויי.

ישיבה בחורים מעגן אימער אָפשטופן זייער באדינונג ווי לאַנג זיי זיצן און לערנען. מיידלעך קענען זיך באפרייען, ביים דעקלערן אז זיי זענען רעליגיעז.

צה"ל איז געשטעלט אויף צוויי סארטן זעלנער, זעלנער אלס פליכט, און זעלנער אין רעזערוו. די רעזערוו איז די פאקטישע רוקנביין פונעם ישראל מיליטער,

רעגירונג

רעגירונג איז די אינסטיטוציע וואס באשטימט אלע דורכפירונגען אין א מדינה. די רעגירונג איז אחראי אויף די באַוואָפנטע מאַכטן ווי דער מיליטער, פאליציי א.א.וו. (וואס הייסט "די אויספירער אויטאריטעט"), און אין געוויסע דעמאקראטישע מדינות, (ווי צ.ב. מדינת ישראל) באשטימט זי אויך די געזעצן פון דער מדינה (וואס הייסט "געזעצגעבער אויטאריטעט")

אין א פארלאמענט-רעגירונג, שטייט די רעגירונג אונטער דעם פארלאמענט, אזוי אז אויב רוב פון די מיטגלידערס אינעם פארלאמענט שטעלן זיך קעגן דער רעגירונג, פאלט באלד די רעגירונג אונטער און דער פרעזידענט קלייבט אויס איינע פון די מיטגלידערס אין דעם פארלאמענט אויפשצוטעלן א נייע רעגירונג.

די רעגירונג קאנטראלירט פארשידענע טעטיקייטן, למשל האנדל, בילדונג און מעדיצין.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.