מיטל מזרח

דער מיטל מזרח (ײװא אויסלײג: מיטל מיזרח) איז דער ראיאן צוישן די מערב לענדער פון אייראפע און די לענדער פון ווייטן מזרח אין אזיע. דער ראיאן נעמט אריין רוב אראבישע לענדער מיט מדינת ישראל, אבער דער טערמין איז נישט קיין הארטע און נעמט אפטמאל אריין אנדערע לענדער אויך.

אין אלגעמיינע שפראך ווערט אריינגערעכנט די מדינות: באחריין, מצרים, איראן, איראק, מדינת ישראל, ירדן, קואווייט, לבנון, אמאן, קאטאר, סאודי אראביע, סוריע, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, תימן.

צומאל ווערן אויך אריינגערעכנט אפגאניסטאן, ציפרוס, און טערקיי. אין פריערדיגע יארן איז געווען טרעפליך אויך אריינצורעכענען ליביע, טוניסיע, און מאראקא. היינט ווערן די לענדער מערסטנס נכלל אין צפון אפריקע.

GreaterMiddleEast2
מאפע

זעט אויך

אינטערנאציאנאלער טעלפאן-קאד

דער אינטערנאציאנאלער טעלפאן-קאד, גערופן געוויינלעך לאנד-קאד (ענגליש: country code), איז א נומערישער קאד וואס מען ניצט ביים אנדרייען א טעלעפאן נומער אין א פרעמד לאנד.

ווען מען שרייבט א טעלעפאן נומער שרייבט מען א פלוס סימבאל (+) פארן לאנדקאד. דאס באצייכענט אז מען דארף אנדרייען דעם אינטערנאציאנאלן פרעפיקס פונעם לאנד פון וואס מען דרייט אן.

איראן

איראַן (פערסיש: ایران‎), פריער באוואוסט מיטן נאמען פערסיע, אפיציעל די איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן, איז א לאנד אין מערב אזיע. איראן איז אן איסלאמיש לאנד, אויף דער שיאיטישער שטרעמונג פון איסלאם.

זײַן הױפּטשטאָט איז טעהראן.

איראן גרעניצט זיך מיט איראק און טערקיי אין מערב, מיט ארמעניע און אזערביידזשאן אין צפון־מערב, מיט קאזאכסטאן און רוסלאנד איבערן קאספישן ים, מיט טורקמעניסטאן אין צפון־מזרח, מיט אפגאניסטאן און פאקיסטאן פון מזרח, און אין דרום מיטן פערסישן איינגאס. מיט א שטח פון 1,648,195 קוואדראט ק"מ, איז איראן דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם מיטל־מזרח און דאס 17ט גרעסטע אין דער וועלט.

מער ווי 78 מיליאן מענטשן וואוינען אין איראן, דאס 17ט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.

איראן פארמאגט גאר אסאך נאטירלעכע אוצרות פון אויל קוואלן און ריזיגע זאפאסן פון נאטורליכן גאז, איראן פארמאגט אויך אסאך מינעראל מינעס.

איראן איז די היים פון איינער פון דער וועלט'ס עלטסטע ציוויליזאציעס. די איראנישע מעדן האבן פאראייניגט דעם שטח אין אן אימפעריע בערך אין די ג'ש' יארן. איראן האט דערגרייכט דעם שפיץ פון זיין מאכט ביי דער אכאמענישער אימפעריע (די ערשטע פערסישע אימפעריע) אונטער כורש אין די ג'ת' יארן. די אימפעריע איז געווען שפרייט פון די באלקאן לענדער אין מערב ביזן אינדוס טאל אין מזרח, די גרעסטע אימפעריע אין דער וועלט. די אימפעריע איז איינגעפאלן נאך די מלחמות מיט אלעקסאנדער דער גרויסער.

שפעטער זענען געקומען די פארטישע אימפעריע, און דערנאך די סאסאנישע אימפעריע, ווען איראן איז ווידער אמאל געווארן איינער פו די פירנדע אימפעריעס פון דער וועלט, צוזאמען מיט דער ביזאנטישער אימפעריע.

אין יאר 622 האבן ראשידון מוסולמענער אינוואדירט פערסיע, און ביז 651 האבן זיי איינגענומען דאס לאנד, און האבן געענדערט די רעליגיע פון זאראאסטריזם צו איסלאם. דערנאך האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער איסלאמישער גאלדענער תקופה און האט פראדוצירט א סך באאיינפלוסלעכע וויסנשאפטלער, געלערנטער, קינסטלער און דענקער. אין 1501 האט אנגעהויבן די סאפאווישע דינאסטיע, וואס האט פראמאווירט שיא איסלאם ווי די אפיציעלע רעליגיע.

אין 1906 איז געגרינדעט געווארן פערסיע'ס ערשטער פארלאמענט אונטער א קאנסטיטונאציאנעלער מאנארכיע. דעם 1טן אפריל 1979 האט די איראנישע רעוואלוציע אויפגעשטעלט אן איסלאמישע רעפובליק.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט אין לאנד איז טעהראן, וואס דינט ווי דער קולטורעלער, קאמערציעלער און אינדוסטריעלער צענטער פונעם פאלק.

די אפיציעלע שפראך איז פערסיש, און די וואלוטע איז דער איראנישער ריאל.

איראן איז געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער אין 1945, און איז אויך א מיטגליד אין דער אפעק ארגאניזאציע.

אראביש

אַראַביש (אַראַביש: العربية) איז א סעמיטישע שפראך און האט א שייכות מיט אנדערע סעמיטישע שפראכן ווי העברעיש און אראמיש. מער ווי 280 מיליאן רעדן אראביש אלס מוטערשפראך, כמעט אלע אינעם מיטל מזרח און צפון אפריקע, און נאך 250 מיליאן אלס צווייטער שפראך. אראביש האט געבארגט ווערטער פון אנדערע שפראכן, כולל העברעיש, פערסיש און סיריש.

די אראבישע שפראך האט 28 אותיות, און ווערט געשריבן פון רעכטס אויף לינקס.

צווישן די ווערטע וואס שטאמען פון אראביש זענען אלגעברע, אלקאהאל, צוקער און מאגאזין.

ארץ ישראל

ארץ ישראל איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח וואו יידן האבן געוואוינט אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש. ארץ ישראל איז כולל די היינטיקע לענדער מדינת ישראל, א גרויסער טייל פון יארדאניע און לבנון, און א טייל פון סיריע.

לויט דער תורה זענען פארן מצוות התלויות בארץ, דאס הייסט, געוויסע מצוות וואס מען האלט נאר אין ארץ ישראל.

באזעצונג

א באזעצונג אדער זידלונג (העברעאיש: התנחלות, וואס טייטש אַרבּן) איז א יישוב וואס איז אין א מחלוקת צו דאס איז לעגעטים, למשל די יידישע יישובים אריבער דער גרינער ליניע אין די געגנטער פון יהודה און שומרון און די גולן הויכן וואס גרעניצן זיך מיט ישראל.

זיי זענען געווענלעך א קליינע אינטימע קהילה, וואו יעדער לעבט צוזאמען באחדות מיט א געמיינזאמען ציל.

באכריין

באכריין (בערבית: אראביש: مملكة البحرين, קעניגרייך פון באכריין) איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פלאך וואסער צווישן זיי, קאטאר איז צו דרום, אריבער דעם באכריינער איינגאס. אין 1986 איז געעפנט געווארן א שאסיי בריק איבער דעם וואסער צווישן באכריין און סאודי אראביע, מעל המים, און מען פלאנירט עפענען אן ענלעכן בריק צו קאטאר.

באכריין האט די גיכסטע וואקסענדע עקאנאמיע אין דער אראבישער וועלט.

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל (באדייטן).

מדינת ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט מדינת ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך מדינת ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער מדינת ישראל דעמאקראטיש וואס איז טיילווייז קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

געוויסע פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.

ליביע

ליביע (אראביש: ‏ليبيا, בערבעריש: ליביאַ) איז אַ לאַנד אין צפון אַפֿריקע. זי גרעניצט דעם מיטלענדישן ים צו צפון, עגיפטן צו מזרח, סודאן צו דרום־מזרח, טשאד און ניזשער צו דרום, און אלזשיר און טוניסיע צו מערב.

איר הױפּטשטאָט איז טריפּאָלי. אנדערע גרויסע שטעט זענען בענגהאַזי, מיסוראטאה און על בייַדאַ.

ליביע איז דאס פערטע גרעסטע לאנד אין אפריקע לויט שטח, און דאס 17טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, און באדעקט כמעט 1,800,000 קוואדראט ק"מ. זי האט א באפעלקערונג פון 6.4 מיליאן מענטשן. ליביע איז איינע פון דער וועלטס צען רייכסטע נאפט פראדוצירער לענדער.

זי פארמאגט אויך גרויסע מדבריות.

דער דיקטאטארישער פרעזידענט איז געווען מואמאר קאדאפי וואס ער האט איבערגענומען די פירערשאפט, נאך א מיליטערישן איבערקערעניש, אין סעפטעמבער 1969.

דעם 15טן פעברואר 2011 האבן אנגעהויבן ריזיקע דעמאנסטראציעס אין ליביע, ערשט אין דער שטאט בענגאזי און דערנאך אין אנדערע שטעט, אין די שפורן פון אויפשטאנדן אינעם מיטל מזרח. איינער פון די צוועקן איז געווען צו פארטרייבן קאדאפי פון זיין אמט. ביי די דעמאנסטראציעס זענען הונדערטער בירגער און מענטשן פון די זיכערהייט קראפטן געהרגעט געווארן. די דעמאנסטראציעס האבן זיך דערברייטערט אין א בירגערקריג, ווען אסאך בירגער זענען אומגעקומען. באשלוס 1973 פון דעם זיכערהייטס ראט פון די פאראייניקטע פעלקער, אום 17טן מערץ 2011, האט געגעבן רשות צו לענדער צו נעמען אלע מיטלען צו פארזיכערן די פרידע פון די בירגער אין ליביע. דעם 19טן מערץ, נאך אן אולטימאטום א טאג פריער דורכן אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא, האט אנגעהויבן אן אינטערנאציאנאלע אטאקע אויף ליביע. דעם 20סטן אקטאבער 2011, נאך א חודש פון קעמפן, האבן די רעוואלוציאנערן איינגענומען די לעצטע פעסטונג פון קאדאפי און זיין געבורט־שטאט סירטע. קאדאפי האט מען געהרגעט ווען ער האט פרובירט אנטלויפן פון דער שטאט.

ֿ

מערב אזיע

מערב אזיע (אויך גערופן דרום־מערב אזיע) איז דער טייל פון אזיע וואס שליסט איין דעם מיטל מזרח. דער ראיאן ציט זיך מערב פון אפגאניסטאן און תימן. רוב פון די לענדער זענען איסלאמיש.

מערב ברעג

דער מערב ברעג (יהודה און שומרון) אויכט באוווסט ווי יהודה ושומרון איז א לאנד ארומגענומענע און איינגעשפארטע טעריטאריע אויפן מערב ים ברעג פון דעם ירדן טייך אין דעם מיטל מזרח.

נאך דער אויפלעזונג פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין 1922, איז די טערעטאריע געווען א טייל פון דעם בריטישן מאנדאט אויף פאלעסטינע.

די 1948 אראבישער-ישראלישער מלחמה (מלחמת השחרור) האט צושטאנד געברענגט די עטעבאלירונג פון ארץ ישראל אויפן פריערדיגן מאנדאט, אבער די עזה פאס איז געווארן פארכאפט דורך מצרים.

די מערב ברעג איז געווארן פארכאפט און אנעקסירט דורך יארדאניע, און די 1949 וואפן שטילשטאנד אפמאך האט דעפענירט אירע גרעניצען.

פון 1948 ביז 1967, איז דער גאנצער געגנט געווען געפירט פון יארדאניע, כאטש יארדאניע האט נישט אפיציעל אויפגעגעבן בעלות דערויף ביז 1988.

עס איז געווארן פארכאפט דורך ארץ ישראל נאך א אטאקע פון ירדן ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה

זי איז נישט געווארן אנעקסירט דורך ארץ ישראל, מיטן אויסנאם פון מזרח ירושלים.

דער מערב ברעג איז איצטערט באטראכט אלס אונטער אינטערנאציאנאלער געזעץ עס זאל זיין א טעריטאריע אן קיין טייל פון סיי וואסארא שטאט.

סאודי אראביע

סאודי אראביע אדער סאודיע (אפיציעל קעניגרייך פון סאודי אראביע), איז אן אראביש לאנד אין מערב אזיע וואס נעמט איין דעם גרעסטן טייל פון דעם אראבישן האלבאינזל. דאס לאנד האט א שטח פון 2,150,000 ק״מ2 און איז מיט דעם דאס גרעסטע לאנד אינעם מיטל מזרח, דאס 5ט-גרעסטע לאנד אין אזיע און דאס 2ט-גרעסטע לאנד אין דער אראבישער וועלט נאך אלזשיר. סאודי אראביע האט גרענעצן מיט יארדאניע און איראק צו צפון און צפון־מזרח, קואווייט, קאטאר, באכריין און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן צו מזרח, אמאן צו דרום־מזרח, און תימן צו דרום. דער איינגאס פון אקאבע טיילט עס פון ישראל און עגיפטן. דער פערסישער איינגאס ליגט צפון־מזרח און דער ים סוף צו מערב. זי האט א באפעלקערונג געשאצט צו 28 מיליאן, און זי באדעקט א שטח פון 2,149,690 קוואדראט ק"מ. די איינציקע אפיציעלע שפראך איז אראביש.

די הויפטשטאט איז ריאד.

סייקס-פיקא פארשטענדעניש

דער סייקס-פיקא פארשטענדעניש פון 1916 צווישן פראנקרייך און דעם פאראייניגטן קעניגרייך, וואס צווישן אנדערע ווערן צוטיילט די לענדער פונעם בריטישן מאנדאט, און דעם פראנצויזישן מאנדאט, ביי דער ענדע פון דער ערשטער וועלט מלחמה.

לויטן פארשטענדעניש איז איראק יארדאניע פאלעסטינע, אונטער דעם בריטישן מאנדאט, סיריע לבנון, אונטערן פראנצויזישע מאנדאט.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

עגיפטן

עגיפטן (אמאליקע מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

עזה פאס

עזה פאס אדער עזה־שטרײַף איז א ברעג ים לאנגער שמאלער באדן לעגאויס דעם מיטלענדישן ים, גרעניצענדיג זיך מיט עגיפטן אויף איר דרום-מערב און ארץ ישראל צו איר צפון-מזרח.

עס איז בערך 25 מייל לאנג און 4 ביז 7 און א האלב מייל דאס ברייט. וואס צוזאמן איז דאס דער טאטאלער שטח פון 360 קוואדראט ק"מ (139 קוואדראט מייל).

אינעם עזה פאס וואוינען אומגעפער 1.8 מיליאן פאלעסטינער.

די טאריטאריע נעמט איר נאמען פון דער שטאט עזה וואס איז איר הויפטשטאט.

עס האט א 1.4 מיליאן איינוואוינער, וואס אלע זענען זיי פאלעסטינער.

די פאס פאר זיך און די פאפולאציע דערין זענען געפירט דורך די פאליסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט, כאטשיג איצט נאכן קריזיס דארטן ווי די כאמאס מיליטאנטען האבן אומגעווארפן די קאנטראל פון פאטאך אום יוני 2007.

ישראל טוט נאכאלץ קאנטראלירן די לופט העכער עזה פאס און אויך די ים פארקער פון שיפן וואס קומען און גייען.

עס איז איצט נישט אנערקענט דורך קיינעם אז עס געהערט פאר עפעס א זעלבסטשטענדיג לאנד.

דעם 27סטן דעצעמבער 2008, נאך א פארלענגערטער תקופה ווען מ'האט געשאסן ראקעטן פונעם עזה פאס אין איר טעריטאריע, האט מדינת ישראל אנגעהאיבן די געגאסענע בליי אפעראציע קעגן דער חאמאס הערשאפט מיטן ציל פון ברענגען א יסודותדיקע ענדערונג אין דעם זיכערהייט מצב אין ישראל. דורכאויס דער קריגפירונג האבן גערעגנט ראקעטן אויף יישובים אין ישראל פונעם עזה פאס.

דעם 14טן נאוועמבער 2012, האט צה"ל אנגעפאנגען די עמוד ענן אפעראציע אינעם עזה פאס, נאך א פארצויגענער תקופה פון שיסן אין די יישובים אין דרום ישראל אין די פריערדיקע וואכן.

ערשטע וועלט-מלחמה

די ערשטע וועלט־מלחמה, אדער דער ערשטער וועלט קריג, איז געווען א גלאבאלע מלחמה וואס האט אויסגעפלאצט אין אייראפע אין חודש אב ה'תרע"ד ביז ה' כסלו ה'תרע"ט ; 28סטן יולי 1914 - 11טן נאוועמבער 1918. די מלחמה האט זיך אנטוויקלט צו א וועלט קריג וואס האבן זיך מיטגעטייליגט 135 פעלקער פון האלבן גלאבוס פון פינף קאנטינענטן.

דער קריג האט פארענדערט די גרענעצן אין אייראפע. און האט צוגעבריינגט צו מער ווי 16 מיליאן געהרג'עטע, 40% פון זיי ציווילע בירגער, און 20 מיליאן פארווונדעטע.

די ערשטע סיבה פאר'ן קריג איז געווען דער מארד פון ארכהערצאג פראנץ פערדינאנד אין סאראייע דורך א סערבישער בירגער.

דער נאמען ערשטער וועלט קריג (ענגליש: The First World War 1914-1918) איז שוין געווארן גערופן נאך פאר דעם צווייטן וועלט קריג.

די מלחמה האט פאסירט אין עטליכע שלאכט-ערטער, די הויפט שלאכטן זיינען געוועזן:

מערב פראנט: פראנקרייך

מזרח פראנט: רוסלענדישע אימפעריע

באלקאנישע פראנט

דרום פראנט: ארץ ישראל און מיטל מזרח

איטאליענישער פראנטדי צוויי קעמפער זייטן:

פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך, פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע, רוסלאנד, איטאליע.

דייטשלאנד, טערקיי, עסטרייך אונגארישע אימפעריע, בולגאריע.אויך זענען געווען שלאכטן אין כינע און אין אפריקע. מ'האט זיך געשלאגן אויך אין ים און אין דער לופט.

די ערשטע וועלט מלחמה איז געווען די ערשטע מלחמה וואו מ'האט געניצט גאנץ ברייט טאנקען, עראפלאנען און סובמארינען.

ביים סוף פון דער מלחמה, פיר הויפט אימפערישע מאכטן—די דייטשע, רוסלענדישע, אטאמאנישע און עסטרייך־אונגארישע אימפעריעס—האבן אינגאנצן אויפגעהערט. פון די ערשטע צוויי זענען געבליבן לענדער מיט קלענערע טעריטאריעס, און די אנדערע צוויי האט מען אינגאנצן צעבראכן.

עטלעכע אפמאכן האבן געצייכנט די ענדע פון דער מלחמה, דער הויפט פון זיי דער אפמאך פון ווערסיי. די מאפע פון צענטראל־אייראפע האט מען געמאלט מיט עטלעכע נייע מדינות.

מיט דער האפנונג פון פארמיידן נאך אזא קאנפליקט האט מען אויפגעשטעלט די פעלקער ליגע.

ערשטע לבנון מלחמה

די ערשטע לבנון מלחמה האט אויסגעבראכן דעם 4טן יוני 1982, נאך א טעראר פרווו, וואס א פאלעסטינער טעראר גרופע האט געשיקט א בריוו באמבע צו שלמה ארגוב. הגם די גרופע וואס האט דורכגעפירט די אטאקע, זענען געווען קעגנער פון פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, איר אנפירער איז אבו נידאל איז עס פארעכנט אלס די שטרוי וואס האט געבראכן דעם רוקן פונעם קעמל. עס ווערט אויך גערופן אין העברעיש, "מלחמת שלום הגליל", אדער פרידן פארן גליל קריג.

פאלעסטינער

פאלעסטינער איז דער באצייכענונג, אויף מענטשן וואס שטאמען אפ פון פאלעסטינע, אין די בריטישע טערמין, ווערן אלע איינוווינער אין פאלעסטינע באצייכענט מיטן נאמען, ווי יידישע פאלעסטינער, אראבישע פאלעסטינער.

דער מקור פונעם נאמען, שטאמט פון די רוימער, וואס האבן גערופן די געגנט סיריע פאלעסטינע, און די נאמען איז פארבליבן ביז 1948, ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן, און די מערב ברעג, איז אנאקסירט געווארן צו יארדאניע.

זינט 1964 ווען דער פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, איז געגרינדעט געווארן, און שפעטער פארגעזעצט דורך יאסיר אראפאט, איז דער טערמין באנוצט געווארן צו באצייכענען, אלע מענטשן וואס שטאמען אפ פונעם היסטארישן פאלעסטין, איינער פון די הויפט צילן זייערע איז געווען, אנערקענונג פון דער וועלט אין אזא פאלק.

זעט אויך פאלעסטינע פליטים.

פאראייניגטע אראבישע עמיראטן

די פאראייניגטע אראבישע עמיראַטן איז א לאנד אין מדבר, אין דרום מזרח אראבישער האלבאינדזל,

געפונט זיך אין דרום מערב אסיע. רייך געווארן פון נאפט. דאס לאנד איז א פעדעראלע, און האט זיבן עמיראטן (קעניגרייכן-פראווינצן). אבו דאבי, דוביי, אדזשמאן, פאדזשיירע, ראס על חיימע, שארדזשא, אום על קיווין.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.