מיטל אלטער

דער מיטל־אלטער באַשטימט אַ תקופה אין דער אייראָפעישער געשיכטע, צווישן פארצייטנס און דער מאָדערנער צײַט. דערבײַ יאָרהונדערטן די קריסטנטום האָט געגרינדעט, און די פֿאַנאַטישע אַנטיסעמיטעט; אָבער אויך די קונסטן, די מוזיק, די אַרכיטעקטורשאפט און די צייכענונג.

די עקאָנאָמיע אַרויסגעוואָקסן פֿון פעאדאליזם (feudalism) צו די אָרבאַניזאַצייע.

דער מיטלאלטער ווערט צעטיילט אויף דריי תקופות: פרי מיטלאלטער (פונעם 5טן יארהונדערט ביז 1000), הויך מיטלאלטער (בערך פון 1000 ביז 1300) און שפעט מיטלאלטער (1300 - 1500).

St Michaels Church Hildesheim
13טן יולי

דעם 13טן יולי איז דער 194סטער טאג פון יאר (195סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 171 טעג .

אלזשיר

אַלזשיר (אראביש: الجزائر אַלזשאַזאַאיר, Al Jaza'ir [ælʤæˈzæːʔir], בערבעריש: , דזײַער ldzæjər), אפֿיציעל די פֿאָלקס דעמאקראטישע רעפובליק פֿון אלזשיר, איז אַ לאַנד אין צפון אַפֿריקע. ער איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם קאנטינענט אפריקע און דאס 11טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין פֿלאך מאס. זי גרענעצט זיך מיט טוניסיע צו צפון-מזרח, ליביע צו מזרח, ניזשער צו דרום-מזרח, מאלי און מאריטאניע צו דרום-מערב, א פאר קילאמעטער פון דעם מערב סאהארא צו מערב, מאראקא צו דרום-מערב, און דעם מיטלענדישן ים צו צפון.

זײַן הױפּטשטאָט איז אַלזשירס.

אלזשיר איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, אפריקאנער פארבאנד, אראבישער ליגע און אפעק.

ביאלאגישע קלאסיפיקאציע

ביאלאגישע קלאסיפיקאציע איז א סיסטעם וואס ביאלאגן ניצן כדי קלאסיפירן די פארשידענע ארגאניזמען. די סיסטעם איז א טייל פון טאקסאנאמיע.

די נאטירלעכע וועלט איז רייך איןארגאניזמען, דעריבער איז נייטיק צו קלאסיפירן זיי, אבער ס'איז נישט אלעמאל קלאר וויאזוי מ'זאל דאס טון. יעדער איינער פארשטייט די אונטערשייד צוויצן די פארשידענע באשעפענישן ווי פיש זענען אנדערש פון עופות, אבער א לעמפערט און א לייב זענען ענלעך. אבער אן אלגעמיינע קלאסיפיקאציע פון אלע באשעפענישן האט געפעלט.

אין דער מיטל אלטער פלעג מען קלאסיפירן די נאטירלעכע וועלט אין פיר קעניגרייכן: דומם, צומח, חי און מְדַבּר (מענטשן).

געטא

דאס ווארט געטא שטאמט פון איטאליעניש. אין דער מיטל אלטער אין איטאליע זענען געווען קליינע היימישע דערפלאך ווו יידן האבן געוווינט מיט אן אייגענער קולטור. די ערשטע געטא איז געווען אין ווענעדיג.

היינט ניצט מען דאס ווארט "געטא" מיט א צינישן אויסדרוק אנצוווייזן שטעט און דערפלעך וואו אידן וואוינען פון אייגן ווילן אונטער שטרענגע רבנישע אנווייזונגען ווי צום ביישפיל וויליאמסבורג, טאהש, קאשוי, נייטרא, בני ברק, מאה שערים אד"ג.

יאפאן

‫יאַפּאַן (יאפאניש: 日本, ניהאָן/ניפּאָן) איז אַן אינזל־לאנד אין מזרח אַזיע. עס איז פלאצירט אין צפון־מערב זייט פון דעם פאציפישן אקעאן, מזרח פון דרום קארעע, צפון קארעע, כינע און רוסלאנד. זײַן הױפּטשטאָט איז טאָקיאָ.

יאפאן איז אן ארכיפעלאג פון 6,852 אינזלען. די הויפט אינזלען האקיידא, האנשו, שיקאקא און קיושו באדעקן 97% פונעם לאנד שטח פון יאפאן.

דער גרעסטער אינזל איז האנשו. עס איז א שטארק אנטוויקלט לאנד מיט דער דריטער גרעסטער פראדוקט ווערדע אין דער וועלט. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז העכער פון 126 מיליאן מענטשן.

אין דעם מיטל אלטער זענען געווען אין יאפאן סאמוריי און שאגון, ענלעך צו ריטער און לארדן אין אייראפע.

ירושלים

‫ירושלים (העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון דער שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.

די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650-840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים.

די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".

די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער.

די צאָל פֿון דער פֿײַכטקייט איז ארום 60% .

ריכטיק אויף סוך 2011, איז דאָ אין ירושלים 804,355 בירגער.‏

די בירגערשאַפֿט מערט זיך, אין אַ צאָל פֿון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זײַנען צומישט:

צווישן זיי 497,000 (62%) וואָס זײַנען ײִדן.

281,000 (35%) זײַנען מוסולמענער אַראַבער.

14,000 (1.8%) זײַנען קריסטן.

די פּראָפּאָרציאָנעלקייט צווישן מענער און פֿרויען איז : 1015 פֿרויען, צו 1000 מענער.דער בירגערמײַסטער איז היינט משה ליאן. די שטאטראט האט 31 מיטגלידער.

לאטיינישער אלפאבעט

דער לאטיינישער אלפאבעט, אויך גערופֿן גלחישער שריפֿט, איז הײַנט די מערסטע באַניצטע אלפאבעטישע שריפט סיסטעם אין דער וועלט. ער האט זיך אַנטוויקלט פֿון דעם מערבד'יגן גריכישן אַלפֿאַבעט און די אור-אלטע רוימען האבן אים פֿונאַנדערגעבויט צו שרײַבן די לאטיינישע שפראך.

אין די מיטל-אלטער, האט מען אים אַדאָפּטירט פאר די ראמאנשע שפראכן, די גראָדע אפּשטאמלינגען פון לאטיין, ווי אויך צו די קעלטישע, דײַטשישע, באַלטישע, און טייל סלאווישע שפראכן, און ענליך צו רוב שפראכן פון אייראפע.

מיט דער אייראפעישער קאלאניזאציע צוזאמען מיטן קריסטליכן מיסיאנעזירן, האט זיך דער לאטיינישער אלפאבעט פארשפרייט אין אנדערע קאנטינענטן און איז געווארן געניצט פאר אלערליי שפראכן. אזוי אויך שרייבט מען היינט אויך טערקיש מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

מאלדאווע

‫מאָלדאװע (Republica Moldova, רוסיש: Република Молдова) איז אַ לאנד-איינגעשלאסן לאַנד אין דרום-מזרח אייראפּע, צווישן רומעניע צו מערב און אוקראינע צו צפון, מזרח און דרום. איר הױפּטשטאָט איז קעשענעוו.

ווערנט דער מיטל אלטער, רוב פון דער היינטיגער טעריטאריע פון מאלדאווע איז געווען א טייל פון דער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. אין 1812, האט די רוסלענדישע אימפעריע אנעקסירט דעם מזרח טייל פון דער פרינציפאליטעט און געגעבן א נאמען בעסאראביע. צווישן 1856 אין 1878, האט מען צוריקגעגעבן דעם דרום טייל צו מאלדאוויע. אין 1859 איז זי געווארן פאראייניגט מיט וואלאכיע צו פארמירן די מאדערנע רומעניע.

מאלדאווע איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער אין מערץ 1992.

מארקא פאלא

מאַרקא פאלא (1254 - 8טן יאנואר 1324) איז געווען א ווענעדיגער סוחר און אויספארשער. ער איז געווען פון די ערשטע אייראפעישע אויסצופארשן מזרח אזיע.

ער איז געפארן אויף א רייזע פון 25 יאר מיט זיין פאטער און פעטער ווערנט דער מאנגאלישער דינאסטיע. אין כינע האט ער באזוכט דעם מאנגאלישן הערשער קובליי כאן.

מיטלענדישער ים

דער מיטלענדישער ים איז א ים פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיט לאנד — פון צפון זייט אייראפע, פון דרום אפריקע און פון מזרח אזיע. ער באדעקט א שטח פון 2.5 קוואדראט קילאמעטער, און איז באהאפטן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורך דעם שמאלן דורכגאס פון גיבראלטאר וואס איז ברייט אינגאנצן 14 קילאמעטער, און שיידט אפ גיבראלטאר און שפאניע אין אייראפע פון מאראקא אין אפריקע.

דער דורכשניט טיף פונעם ים איז 1500 מעטער, און דער טיפֿסטער פונקט איז 5,267 מעטער אין דער קאליפסא טיף אינעם יאנישן ים.

אמאל איז ער געווען די חשבסטע רוטע פאר סוחרים אין קדמונישע צייטן, מיט מסחר צווישן בבל, מצרים, גריכנלאנד, טערקיי און רוים.

די לענדער מיט בארטנליניעס אויפן מיטלענדישן ים זענען איטאליע, אלבאניע, אלזשיר, באסניע און הערצעגאווינע, גריכנלאנד, טוניסיע, טערקיי, ישראל, לבנון, ליביע, מאלטא, מאנאקא, מאנטענעגרא, סיריע, סלאוועניע, עגיפטן, פראנקרייך, ציפערן, קראאטיע און שפאניע. דערצו, האבן אויך דער עזה פאס און די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס גיבראלטאר און אקראטירי און דעקעליע בארטנליניעס אויפן ים.

סיטי פון לאנדאן

די סיטי פון לאנדאן (ענגליש: City of London שטאט פון לאנדאן) איז א קליינער שטח אין גרויסלאנדאן, ענגלאנד וואס איז אריגינעל געווען די שטאט לאנדאן. זי האט דעם סטאטוס פון א שטאט אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך שוין פון אדם הראשון'ס צייטן. דער סיטי'ס גרענעצן האבן זיך כמעט נישט געענדערט זייט דער מיטל אלטער. דער שטח פון דער סיטי איז 1.12 קוואדראט מייל (2.90 קוואדראט ק"מ), און דערפאר איז מען געוואוינט צו רופן די סיטי דעם Square Mile (קוואדראט מייל).די סיטי ווערט גערעכנט א טייל פון צענטראל לאנדאן. זי האט א באפעלקערונג פון 8,000, אבער טאג טעגלעך ארבעטן דארט 300,000 מענטשן.

די סיטי ווערט געפירט דורך דעם לארד בירגערמייסטער פון לאנדאן און דער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע.

ספר

אַ ספר איז געשריבענע בלעטער וואָס מען האָט פאַרבונדן צוזאַמען, וועגן אַ הייליקער טעמע פון תורה. אַ וועלטלעכע זאַמלונג פון בלעטער הייסט אַ בוך.

פארצייטנס, פאר ווען עס איז דערשינען געווארן א דרוקעריי, האט מען געשריבן אויף שטיינער, נאכער אויף מגילות. היינט קען מען ליינען ביכער מיט עלעקטרישע ביכער ווי צום ביישפיל די וויקיפעדיע ווערט פארעכנט אלס א דיגיטאלישער בוך.

היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען, און מען שעפט וויסנשאפט און אנדערע פארוויילונג פון אנדערע מיטלען, ווי טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער אא"וו.

איינער וואס פארקויפט ספרים הייסט א מוכר ספרים

ביי די פרומע געמיינדע איז די נייע אויבעדערמאנטע טעכנאלאגישע מיטלונגען פארבאטן, און דערפאר די ספרים באנעמען נאך ביי זיי א חשוב'ן פלאץ אין זייער לעבן.

ביי די אידן האט בכלל ספרים שטענדיג פארנומען א וויכטיג פלאץ, אין די ביכער ווערן אידן גערופן עם הספר דאס הייסט א פאלק וואס פארטיפט זיך אין ספרים, און שעפן זייער וויסנשאפט און אלעס וואס זיי האבן פון ספרים, אפילו אין די מיטל אלטער ווען די פעלקער זענען געווען אויסגעטוען פון יעדע סארט וויסנשאפט, איז אבער ביי אידן אייביג געבליבן דאס קוקן אין ביכער און אין ספרים.

ספרדים

מיינט איר שפאניע?

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

עגיפטן

עגיפטן (אמאליקע מצרים), אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן (אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע), איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1,010,408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט ה'תרפ"ב (1922).

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר ה'תשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר ה'תשל"ט (1979), נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

פאריז

פאַריז (פראַנצויזיש: Paris פאַרי) איז די הויפטשטאט פון פראנקרייך. זי איז די גרעסטע שטאט אין אייראפע נאך לאנדאן, און די 20סטע אין באציאונג איבער דער גארער וועלט. די שטאט פאריז, צווישן אירע אלטע גרענעצן פון 1860, האט א שטח פון 105 קוואדראט ק"מ און א געשאצטע באפעלקערונג פון 2,193,031 (יאנואר 2007).

דער סיין טייך פליסט אדורך דעם עלטסטן טייל פון פאריז. ארום פאריז געפינען זיך א סך וועלדער.

פאריז איז געגרינדעט געווארן אינעם 3טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג דורך א קעלטישן פאלק, די פאריזיאי, פון וועמען די שטאט האט איר נאמען. אינעם 12טן יארהונדערט איז פאריז געווען די גרעסטע שטאט אין דער מערב־וועלט, א בליענדיקער האנדל־צענטער, און דער היים פונעם אוניווערסיטעט פון פאריז, איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראפע. אינעם 18טן יארהונדערט, איז פאריז געווען די הויפט ארט פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, און זייט דעמאלסט איז פאריז א וויכטיקער צענטער פון פינאנץ, האנדל, מאדע, וויסנשאפט און די קונסטן, און אויך דער צענטער פון פאליטיק און פארקער.

דער פאריזער ראיאן האט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון €612 ביליאן (ריכטיק פאר 2012), וואס איז מער ווי 30 פראצענט פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון גאנץ פראנקרייך, און אזוי ווערט ראנגירט פון די פינף רייכסטע ראיאנען פון אייראפע. פאריז איז דער באנקירן און פינאנץ צענטער פון פראנקרייך, און דארט געפינען זיך די הויפטקווארטירן פון 30 פירמעס אינעם פארטון גלאבאל 500.

אין פאריז געפינט זיך דער מערסט־באזוכטער קונסט מוזיי אין דער וועלט, די לואוורע, ווי אויך אנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אנדענקפונקטן אין פאריז שליסן איין דעם נאטרעדאם דע פאריז קאטעדראל און דעם אייפל טורעם. אין 2014 האבן 22.4 מיליאן טוריסטן באזוכט פאריז, די שפיץ פון אלע טוריסטן צילן. פאריז איז אויך באקאנט פאר מאדע און רעסטאראנען. מערסטן פון די הויפט אוניווערסיטעטן אין פראנקרייך געפינען זיך אין פאריז, ווי אויך די צייטונגען לע מאנד, לע פיגארא און ליבעראשיאן.

פאריז איז א וויכטיקער באן, שאסיי און לופט־טראנספארט קנופ, באדינט דורך די צוויי אינטערנאציאנאלע פליפעלדערף פאריז-שארל דע גאל און פאריז-ארלי. די פאריז מעטרא, וואס האט געעפנט אין 1900, האט א לענג פון 200 ק"מ און באדינט 9 מיליאן פאסאזשירן טאג טעגלעך. פאריז איז דער קנופ פונעם נאציאנאלן שאסיי נעצווערק, און איז ארומגענומען מיט דריי ארום־שאסייען.

דער היינטיקער בירגערמייסטער פון פאריז איז אן הידאלגא, געוויילט צום אמט דעם 5טן אפריל 2014. זי איז די ערשטע פרוי צו זיין בירגערמייסטער פון פאריז.

רמב"ם

רבי משה בן מיימון, באקאנט מיט די ראשי תיבות רַמְבַּ"ם, (י"ד ניסן ד'תתצ"ח - כ' טבת ד'תתקס"ה) איז געווען פון די גדולי הפוסקים פון אלע דורות, פון די חשובע פילאסאפן פונעם מיטל־אלטער, און א דאקטער.

שווייץ

די שװײץ (דייטשיש: die Schweiz; פראַנצויזיש: Suisse; איטאליעניש: Svizzera; רומאנטש: Svizra) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע וואס איז א פעדעראלע רעפובליק פון 26 קאנטאנען. זי גרענעצט דייטשלאנד צו צפון, פראנקרייך צו מערב, איטאליע צו דרום און עסטרייך און ליכטנשטיין צו מזרח.

די שווייץ איז א נייטראל לאנד וואס האט נישט באטייליגט אין קיין מלחמות זייט 1815.דער אפיציעלער נאמען פון דער שווייץ איז די שװײצער קאָנפֿעדעראציע (לאטיין: Confoederatio Helvetica). די שווייץ האט פיר אפיציעלע שפראכן: איטאליעניש, דייטש, פראנצויזיש, און רומאנטש.

איר הױפּטשטאָט איז בערן, און די גרעסטע שטאט איז ציריך.

אין דער שווייץ געפינען זיך ביוראען פון עטלעכע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס, כולל די פאראייניגטע פעלקער.

שווייץ איז באקאנט פאר איר וואונדערבארע לאנדשאפט, מיט א סך בערג און אזערעס.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.