מורה נבוכים

מורה נבוכים איז א ספר אויף חקירה, דער מחבר איז דער רמב"ם.

איבערזעצונגען

דער ספר האט ער ארגינעל געשריבן אין די יודישע אראבישע שפראך וואס מ'האט דאן דארט גערעדט.

דער ערשטער איבערזעצונג אויף לשון הקודש איז געמאכט געווארן, אויף די פארלאנג פון די יודן אין פראנקרייך, דורך רבי שמואל אבן תיבון וואס ער האט דאס אנגעהויבן נאך ביים לעבן פונעם רמב"ם און געענדיגט צוואנציג יאהר דערנאך.

דאס איז געשריבן אויף אביסל א שווערע שפראך, אבער איז די מערסטע פארשפרייט און הייסט די מערסטע מדוייק.

אביסל נאכדעם האט רבי יהודה אלחריזי געמאכט אן אייגענעם איבערטייטש אויפן פארלאנג פון די שפאנישע יודן, א גרינגערן ווי פון אבן תיבון, אבער ווי עס הייסט איז עס נישט אזוי פונקטליך איבערגעזעצט.

אבא מארי

ר' אבא מארי ב"ר משה מלוניל איז דער מחבר פון דעם ספר מנחת קנאות א ספר קעגן חקירה און קעגן לערענן מורה נבוכים.

ער האט געלעבנט אין די צייטן פון ר' שלמה ב"ר אדרת דער רשב"א.

זיין לעצט נאמען איז געווען אשטרוק אדער ווי מען רופט איהם אן אשטרוק, ער האט געוואוינט אין מונשפלייער, אין זיינע צייט האבן אסאך מענטשן אויפגעהערט צו לערנען תורה, מען האט זיך פארטיפט אין חקירה, און אין די לערנען פון אריסטו מיט זיינע ביכער, מען האט זיך אזוי ווייט דערין אריין געלייגט ביז מען האט געהאט פארשידענע קשיות אויף גאט, מען האט כופר געווען אין די תורה, אין חידוש העולם.

דעריבער האט איהם דער רשב"א געבעטן ער זאל מעורר זיין זיין מדינה, און אויפן אינצטיוו פונעם רשב"א האט ער מחבר געווען דעם אינטערעסאנטן ספר קעגן דעם מורה נבוכים, מנחת קנאות, עס איז געווארן געדרוקט אין פרעסבורג שנת ה'תקצ"ח עס האט א הסכמה פונעם חת"ם סופר.

אמונת השם

אמונת השם - גלייבן אין אייבערשטן - איז פון די פרינציפן עקרים פון יידישקייט, דער רמב"ם רעכענט דאס דער ערשטער פון די שלושה עשר עיקרים וואס ער האט אוועק געשטעלט.

לויט פארשידענע ראשונים (רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך), ווערט אמונת השם פאררעכענט צווישן דעם צאָל פון תרי"ג מצות, דאגעגען אנדערע ראשונים (בה"ג, רבי סעדיה גאון) האלטן, אמונת השם איז נישט אין צאָל פון די תרי"ג מצות, און װי דער רמב"ן ערקלערט זייער מיינונג, דער צאָל תרי"ג מצות באציט זיך נאר צו פליכטונגען וואס דער אייבערשטער האט פארפליכטערט ייִדישע קינדער צו טון אדער פֿאַרבאָטן פון טון, דאגעגן אמונת השם וואס דער אייבערשטער האט געלאזט וויסן, וואס דאס איז דער פֿאַקטאָר און ווארציל וואס פון דעם ווערט געבוירן און וואקסט ארויס די מצוות, ווערט נישט מיטגעציילט אין צאָל פון די תרי"ג מצות. שאין מנין תרי"ג מצות אלא גזירותיו יתעלה שגזר עלינו לעשות או מנענו שלא נעשה, אבל האמונה במציאותו יתעלה שהודיע אותה אלינו וכו' הוא העיקר והשורש שממנו נולדו המצות לא ימנה בחשבון..

אמונת השם האלט אין זיך פארשידענע צווייגן: גלייבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן, גלייבן אין זיין איינציגקייט, און דער פֿאַרבאָט צו גלויבן אין אַן אנדערן געטליכן עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן.

אפיקורס

אן אפיקורס לויטן רמב"ם איז איינער וואס גלייבט נישט אין איינע פון די דרייצן עיקרי אמונה ווי זיי זענען אוועקגעשטעלט געווארן לויטן רמב"ם אין הלכות יסודי התורה. אבער אנדערע ראשונים האבן נישט איינגעטיילט די אמונה אין דירעקט דרייצען עקרים.

עס זענען דא אפיקורסים וואס גלייבן אין גאט אבער נישט אין תורת משה מסיני. צוליב דעם, אידן פון די רעפארם און קאנסערוואטיווע באוועגונגען ווערן ביי די פרומע פארעכנט אלץ אפיקורסים טראץ דעם וואס זיי גלייבן אפטמאל אין גאט, און פירן זיך מיט פילע פון די אידישע הלכות און מנהגים.

אריסטא

אַריסטא (גריכיש: Ἀριστοτέλης אַריסטאטעלעס; 384- ביז 7טן מערץ 322-) איז געווען פון די װעלט־גרעסטע פילאסאפן. ער האט געלעבט אין די צייטן פון די חכמי המשנה, ער האט זיך געטראפען מיט שמעון הצדיק דער כהן גדול, און איז זייער באאיינדרוקט געווארן פון זיין גרויס קלוגשאפט. ער איז געווען דער לערער פון אלעקסאנדער דער גרויסער.

אריסטא איז געווען א גרויסער דענקער, רוב השקפות און שיטות וואס שטאמען פון די אלטגריכישע פילאסאפן און רוימישע פילאסאפן שטאמען פון אים, עס ווערט דערמאנט א סך ספרים וואס ער האט מחבר געווען.

ה'רמ"ח

ה'רמ"ח (5248) – אדער אין קורצן רמ"ח – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט ‏פארן 18טן סעפטעמבער, 1487, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: ‏ 5טן סעפטעמבער, 1488. ה'רמ"ח איז א פשוט יאר (מיט בלויז איין חודש אדר) מיטן קביעות גכה, וואס איז לאנג 354 טאג. דאס איז דאס פינפטע יאר צו שמיטה.

העברעאיש

העברעאיש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט העברעאיש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש (עברית ישראלית) איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

כדי צו קענען לייענען תנ״ך וויאזוי עס איז געווארן געשריבן דארף מען קענען (אלט-)העברעאיש, און אויך אראמיש.

הערשי שניצלער

הערשי שניצלער איז א ספיריטואליסט און א סצענאר שרייבער.

ער איז א זון פון אייזיק שניצלער פון מאנסי, נעפע פון דעם זינגער מיכאל שניצלער איז היינט א שטיקל בעל תשובה.

זיין טאטע ר' אייזיק האט גענומען זייער שווער דעם טויש פון זיין זון און איז געווארן א פארברענטער וויזשניצער חסיד פון מאנסי רבין, דאס איז געווען א גרויסער טויש פון טאטען זייענדיג א סאטמאר'ער וואס האלט נישט פון קיין רעביס. האט ער איינגעזעהן אז טאמער א קינד זעהט אינדערהיים אז די טאטע איז זיך נישט מבטל פאר קיין איין איד, גייט דאס ארויס פון קאנטראל.

הערשי, אחוץ דעם וואס ער איז צו שטארק א געפיליגער איז ער א זייער פארשטענדליכער און היבש קלוגער אינגערמאן

ער איז געווארן צוגעצויגן צו די ספרדים ווען ער איז נאך נישט געווען בר מצוה

זיין שארפע מוח איז געווען א שם דבר, ער האט געשריבן קארעספאדענס אלס אינגע בחור מיט ר' עובדי' יוסף וואס האט אים געענטעפרט,

ער איז שפעטער געגאנגן דאווענען אין א ספרדישע שוהל נאנט צו זיין הויז, און געווארן דער בעל קורא דארט

ער איז געווארן א ליטוואק ביי די 15-16 און ער האט געלערנט אין סאוט פאלסבערג ישיבה און לויט איין גירסא אין טאראנטא אויך

ביי די 18 האט ער שוין געקענט די מורה נבוכים, כוזרי, און אלע אנדערע אויסעווייניג, און איז שוין געווען צומישט, ביזן עק אז קיין איין רב אדער תלמוד חכם האט שוין נישט געקענט איינשטילן זיינע ספיקות און קשיות אין די יסודות האמונה.

ביי די 20 האט ער חתונה געהאט קיין סי געיט צו משפחת י. י. לעפקאוויטש.

פון דארט און ווייטער פארציילט ער אליין אויף די סי.ען.ען. אינטערוויאו

ער האט געהאלפן שרייבן דעם סקריפט פון "מענדי", א פילם איבער א פאר חסידישע סאטמארער אפגעפארענער.

ער איז געווען לאנגע יארן אין אינדיע. היינט וואוינט ער אין בושוויק נעבן וויליאמסבורג פאר פריי רענט און דינט אלס שומר פון א געביידע פאר קאנסטראקשאן.

ער איז זייער ספיריטואל און באנוצט זיך פון צייט צו צייט מיט לעגאלע דראגס אויפהייטערן זיין געמוט.

ער איז א פייערדיגער חסיד פון ר' מרדכי שטיינער פון מאנסי.

התבודדות

התבודדות איז אזא ריטואל אז מען גייט אין א ליידיגן עלנדן פלאץ ווי א וואלד אדער א מדבר, ווייט אוועק פון אנדערע מענטשן און מען מאכט א חשבון הנפש צו גאט, מען רעדט צו גאט, און מען טראכט צו זיך אליינס איבער די עבירות און תשובה פארנעמעונגען מיט וידוי לויט די פערזענהליכער וואונטש.

אייגענטליך איז התבודדות צוטיילט אין צוויי חלקים, איינס איז דער התבודדות וואס דער שפיץ איז "התבוננות", דאס הייסט מען זאל צוקומען צו טיעפע ענינים פון מחשבה, וואס מען קען דערצו נישט צוקומען נאר אויב מען אנטלויפט פון מענשטן און מען טיילט זיך אפ פון זיי. דאס איז בדרך כלל די כוונה ווען מען זעהט די ווארט אין אמאליגע מוסר ספרים. דער צווייטער חלק איז התבודדות וואס דער שפיץ איז תפלה ותחנונים, מען זאל מתפלל זיין צו גאט, וואס מען קען נישט מתפלל זיין צו גאט מיט די ריכטיגע דביקות נאר אויב מען אנטלויפט פון מענטשן און מען טיילט זיך פון זיי אפ. און דאס ווערט בדרך כלל פראטקיצירט ביי ברסלבער חסידים.

התבודדות ווערט דערמאנט אין אסאך ספרים פון אמאל, די ערשטע ספרים דערמאנען אז אסאך פירושים, אסיום (דאס איז איינע פון די כתות פון כלל ישראל וואס התבודדות און אפגעזונדערקייט איז געווען זיין הויפט ציל, ווערט דערמאנט אין ספר יוסיפון און אין אנדערע ערשטע ספרים, זיין האבן געגריקט סיי מיט די פירושים און סיי מיט די צדוקים), און אויך פילוזאפים פלעגן אסאך גיין אליין, אין מדבריות, וועלדער פעלדער, זיין אפגעזונדער פון דער וועלט און זיך קאנצעטרירען אויף מחשבה און הויכע ענינים.

אזוי ווערט עס דערמאנט אין מורה נבוכים און אין חובת הלבבות, אויך שפעטער ביי די חסידים ווערט התבודדות דערמאנט אלס א מיטל ווי אזוי דערנענטער ווערן צו השי"ת, ווי דער נועם אלימלך אין זיין צעטיל קטן, רבי צבי מזידוטושב אין זיין ספר סור מרע ועשה טוב.

יודישע אראביש

יודישע אראביש (אראביש: عربية يهودية‎) איז א גרופע שפראכן מיט וואס יודן האבן זיך באניצט אין די מזרח לענדער דערנאך וואס די מוסולמענער האבן זיך אנגעהויבן דארט אויסצושפרייטן.

אסאך ספרים האבן די ארטיגע גדולים געשריבן אויף די דאזיגע אראביש.

צב"ש: דער כוזרי, חובת הלבבות און מורה נבוכים. אזוי אויך האט ר' סעדיה גאון בעיקר געשריבן זיינע ספרים אויף דער שפראך וואס מע האט גערעדט.

א הויפט איבערזעצער פון דער שפראך אויף לשה"ק איז געווען משפחת איבן תבון.

יידישקייט

ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט.

יידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג, וואס לויטן רמב״ם ווערט גערעכנט אויף 13 פרינציפן. איינער פון די יסודות איז די תורה, געגעבן דורך משה רבינו, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער 14.5 מיליאן יידן.

מאטעמאטיק

מאַטעמאַטיק איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט צאלן און פארמען. מאטעמאטיק מיינט רעכענען, ציילן, און מעסטן. די אפטייל וואס באשעפטיגט זיך מיט פארמען און מאסן הייסט געאמעטריע. די וועג צו אויסגעפינען מאטעמאטיקס-פראבלעמען ווערט געטון דורך פארמולען.

דער וואס באשעפטיקט זיך מיט מאטעמאטיק, צי ווי א לערע אדער ווי א האבי, הייסט א מאטעמאטיקער.

אין אקאדעמיע, איז מאטעמאטיק אן אפטייל פון די פינקטלעכע וויסנשאפט. מיט די לערע קען מען פארשן פיזיק, כעמיע, אסטראנאמיע, סטאטיסטיק און נאך. אויך אין דעם לעבנסשטייגער ניצט מען זיך מיט מאטעמאטיק אויף האנדל און ביזנעס.

קארל פרידריך גאוס (1777–1855) האט גערופן מאטעמאטיק "די מלכה פון די וויסנשאפטן".

מאטעמאטיק איז אינטערעסירט אין נומערן, סטרוקטור, פארעם און ענדערונג. מען שטודירט זיי מיט לאגיק צו שאפן אלגעמיינע כללים פון וואס מען קען אויסלערנען נייע רעזולטאטן.

מאטעמאטיק אנטוויקלט זיך דורך דריי כאראקטעריסטיקן: אבסטראקציע, גענעראליזאציע און דערווייז.

מאטעמאטיק איז א לעבנסנייטיקער געצייג אין פארשידענע געביטן, איינשליסנדיק נאטור-וויסנשאפטן, אינזשעניריע, מעדיצין און געוויסע סאציאל וויסנשאפטן ווי עקאנאמיק און פסיכאלאגיע. פראבלעמען וואס שטאמען פון אנדערע וויסנשאפט צווייגן זענען א קאטאליזאטאר פאר נייע מאטעמאטיקע אויסגעפינען, און טיילמאל אפילו נייע מאטעמאטישע געביטן.

אנגעווענדעטע מאטעמאטיק, די צווייג פון מאטעמאטיק וואס באהאנדלט די אנווענדונג פון מאטעמאטישן וויסן צו אנדערע פעלדער, אינספירירט און ניצט נייע מאטעמאטישע אויספינדונגען, ברענגנדיק די אנטוויקלונג פון נייע מאטעמאטישע דיסציפלינען, ווי למשל סטאטיסטיק און שפיל טעאריע. אויך פארנעמען זיך מאטעמאטיקער מיט ריינע מאטעמאטיק, אן קיין שום קלער פון אן אנווענדונג.

מלחמת השם

מלחמות ה' איז א בריוו וואס עס האט געשריבן רבי אברהם בן הרמב"ם, ווי ער נעמט זיך אהן פארן כבוד פון זיין טאטע דער רמב"ם.

אין זיינער צייט האט מען געלייגט אין חרם ווער עס ווערט לערנען דעם ספר מורה נבוכים, ווייל מען האט געזעהן אז מען הייבט אהן צו לערנען אין חקירה, און מען טרעפט דארט זאכן וואס דורך דעם וועט מען אפלאזאן מקיים זיין די מצות פון די תורה, דער רשב"א מיט אנדערע גדולי ישראל האבן דאן אויסגערופען א חרם אז מען טאר נישט עוסק זיין אין מורה נבוכים, דערויף האט געשריבן רבי אברהם דער זיהן פון רמב"ם ווי ער פאר ענטעפערט זיין טאטע.

עס איז איבערגעדרוקט געווארן דורך רבי ראובן מרגליות, מיט הערות.

פילאסאפיע

פֿילאָסאָפֿיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט, מענטשהייט, און דאס לעבן. למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן (עטיק) דער ווארט פילאסאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא (ליב-האבער) און סאפיא (חכמה), ד.ה. דאס ליבשאפט פון חכמה.

קהל עדת ירושלים

ישיבת המתמידים (אדער ווי זי הייסט היינט קהל עדת ירושלים) איז א ירושלימער חבורה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א בעלזער חסיד ר' יוסף אייכלער ז"ל און ר' אברהם לייב קליין ז"ל. דערנאך איז איר ראש חבורה געוועזן רבי לייב מינצבערג ז"ל.

די ישיבה גדולה און דער עיקר אקטיוויטעט געפינט זיך אין ירושלים, "מנחת יצחק" געגנט. אויך האט זי נאך שולן צעשפרייט אין ירושלים, פון זיי די צוויי גרויסע שולן, איינע אין די אונגארישע הייזער און איינע אין די ווארשעווע הייזער. היינטצוטאג האבן זיי אויך שולן אין די דרויסנדיקע שטעטלאך וווּ די ירושלימער האבן זיך אריבער געצויגן, ווי בית שמש, ביתר עילית אא"וו.

ראציאנאליזם

ראציאנאליזם הייסט דאס פארעכענען דעם ראציאנאל אלץ דער העכסטער און חשוב'סטער קוואל פון וויסנשאפט. אנשטאט אפעלירן צו געפיל אדער מאראל, אדער די חושים, אפעלירט ראציאנאליזם צו קאלטע לאגיק און אינטעלעקטואלער סברא.

די מאדערנע מערב-וועלט אידעאלאגיע שטייט אויף די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם. דאס הייסט, אז פאר אלעס זוכט מען א ראציאנאלען ערקלערונג געבויט אויף לאגיק און פאקטן, און מען שטייט אוועק פון ערקלערן געשעענישן אויף א ניסים'דיגער, אומנאטירלעכן אופן. אזוי אויך שטופט ראציאנליזם אפ אמונות טפילות צוליב וואס זיי זענען נישט געבויט אויף די באקאנטע געזעצן פון נאטור.

באקאנטע ראציאנאליסטישע פילאזאפער זענען געווען רענע דעקארט, ברוך שפינאזא, גאטפריד לייבניץ און אימאנועל קאנט.

רמב"ם

רבי משה בן מיימון, באקאנט מיט די ראשי תיבות רַמְבַּ"ם, (י"ד ניסן ד'תתצ"ח - כ' טבת ד'תתקס"ה) איז געווען פון די גדולי הפוסקים פון אלע דורות, פון די חשובע פילאסאפן פונעם מיטל־אלטער, און א דאקטער.

רשב"א

רבי שלמה בן אברהם אדרת (רשב"א) (ד'תתקצ"ה - ה'ע, 1235 - 1310) איז געבוירן אין דער שטאט בארצעלאנע אין שפאניע.

ער ווערט גערעכנט דער גרעסטער גדול אין תורה אין שפאניע אין דער תקופה פון די ראשונים. זיין השפעה איז געווען סיי אלס פוסק און סיי אלס מפרש פון דער גמרא. זיינע תשובות זענען געווען דער יסוד צום שולחן ערוך.

דער רשב"א געווען א תלמיד פונעם רמב"ן, וואס האט אים אויסגעלערנט די צוגאנג צו ש"ס און הלכה, און אויך קבלה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבנו יונה גירונדי.

ער האט זיך שטארק אקעגנגעשטעלט קעגן לערנען פילאזאפיע. זיינע בריוו זענען צוזאמגעשטעלט אין דעם חיבור "מנחת קנאות" דורך רבי אבא מארי בן משה בן יוסף מלוניל (היינט: מארסיי אין פראנקרייך), וואס קריטיקירט דעם מורה נבוכים פונעם רמב"ם. צוזאמען מיט אנדערער רבנים פון זיין צייט האט ער געלייגט א חרם קעגן די וואס לערנען פילאזאפיע פאר דער עלטער פון 25.

שמואל איבן תיבון

שמואל בן יהודה איבן תיבון (1150 - 1230) איז געווען א יידישער פילאסאף און דאקטער. ער איז מערסט באוואוסט פאר זיינע איבערזעצונג פון אראביש אויף לשון קודש פון די ספרים פונעם רמב״ם.

שמואל איבן תיבן איז געווען דער זון פון דעם בארימטן איבערזעצער יהודה בן שאול אבן תיבון.

ער איז געבוירן געווארן אין פראוואנס, דרום פראנקרייך. ער האט פארטייטשט דעם רמב״ם׳ס מורה נבוכים אויף לשון קודש ווען דער רמב״ם האט נאך געלעבט.

ער איז נפטר געווארן אין מארסיי ביי דער עלטער פון 80 יאר, און מען האט געפירט זיין גוף קיין ארץ ישראל צו קבורה אין טבריה.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.