מוסד רב קוק

מוסד הרב קוק איז א מוסד וואס ר' יהודה לייב מיימון האט אויפגעשטעלט מיט דער הילף פון דער ישראלישער רעגירונג, אין שנת ה'תרצ"ו.

עס האט זייט איהר גרונדונג שוין געדריקט הונדערטער און טויזנטער ספרים און ביכער פון אלע סארט וואס כלל ישראל דארף.

עס זענען דא גאנץ עקסטרעמע פרומע אידן, נטורי קרתא מענטשן, וואס ווילן נישט אריין קוקן אין א ספר וואס זיי האבן געדרוקט, וויבאלד עס איז אויפן נאמען פון רב קוק.

ילקוט שמעוני

מדרש ילקוט שמעוני (אדער סתם ילקוט) האט געשריבן רבי שמעון הדרשן פון פראנקפורט. ער האט געשריבן זיין ספר אין שנת ה'ע

ילקוט שמעוני איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע ערליי מדרשים, אנגעהויבן פון ש"ס מדרשי הלכה ומדרשי אגדה, עס איז אויף גאנץ תורה נביאים כתובים, עס האט אין זיך זייער אסאך מדרשים וואס מען קען היינט נישט טרעפן ווי דער מדרש השכם און מדרש ויושע.

דער ילקוט איז צעטיילט אויף צוויי. דער טייל אויף חומש האט 963 סימנים; דער טייל אויף נ"ך האט 1085 סימנים.

מען קען אויך לערנען פון דארט פארשידענע גירסאות וואס ער ברענגט פון מדרשים וואס אין אונזערע ארגינאלע מדרשים איז עס אנדערש געשריבן.

עס איז א גרויסע מקור פאר בעלי דרשנים און מוסר זאגער'ס, אגב: דער בעל ראשית חכמה האט נישט געהאט קיין אנדערע מדרשים נאר דער ילקוט שמעוני, און אפילו ער ברענגט אראפ פון ש"ס און מדרש רבה האט ער עס אויך גענומען לויט דער גירסא וואס עס שטייט אין ילקוט שמעוני.

עס האט אויך פארשידענע מפורשים ווי דער זית רענן פון רבי אברהם אבלי סג"ל, מחבר פון "מגן אברהם". אויך האט עס געדרוקט מוסד רב קוק, זיי האבן צוגעצייכנט אלע שינוי נוסחאות פון אנדערע מדרשים.

אין אסאך דרוקן איז אריינגעדרוקט א גרויסער מבוא פון בצלאל לאנדא.

שלמה באבער צייגט אן אינעם מבוא פונעם ספר מדרש זוטא, אז דער ילקוט שמעוני האט נישט געהאט די מדרש רבה חמש מגילות, נאר די קליינע מדרשים, און יעדעס מאל ווען דער ילקוט שמעוני צייכנט אן מדרש שיר השירים אבער מדרש רות מיינט דאס איינע פון די מדרשים.

מדרש הגדול

דער מדרש הגדול איז א גרויסער מדרש, ערהאט געדינט אין תימן און ביי אמאליגע ספרד'ישע אידן אלס זייער הויפט מדרש.

ער איז מסודר אויף די פרשיות פון דער תורה, ער איז געשריבן מיט א פליסיגן גרינגען לשון הקודש, ענדליך ווי די תימנער אידן שרייבן, ער האט כמעט נישט קיין ארמית רוב פון דארט איז אויף לשון הקודש, עס געפינט זיך דארט אסאך זאכן געשריבן אנדערש ווי אנדערע מדרשים, עס ווערט פאררעכנט ווי גאר א אלטער מדרש.

יאהרן לאנג איז עס געווען אין א כתב יד, תימנער און ספרד'ישע אידן האבן דערין געלערנט פון כתב יד, ביז מוסד רב קוק האט עס איבערגעדרוקט מיט זייערע גוטע נוצבארע הגהות, שיינע אותיות. עס אנטהאלט פינף בענדער. יעדער חומש א באנד.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.