מוניציפאליטעט

א מוניציפאליטעט איז א רעגירונג פירנדע ווירטשאפט, איבער א שטאט, שטעטל, אדער א מאל א דארף. אפטמאל ווערט א מוניציפאליטעט געפירט דורך א בירגערמייסטער מיט א שטאטראט.

  1. א שטייגער ווי א ווילידזש איז אין א טאון
  2. א טאון איז אין א קאונטי


אזוי קען דאס געמאלט זיין אויף מערערע אופנים מיר האבן נאר געגעבן א ביישפיל לויט דעם אמעריקאנער באגריף.

אורי לופאליאנסקי

אורי לופּאָליאַנסקי (געב. 1951) איז געווען דער בירגערמייסטער אין דער ירושלימער מוניציפאליטעט פון ירושלים פון 2005 ביז 2009. ער האט אויפגעשטעלט, און איז דער פארזיצער פון, די יד שרה געזעלשאפט וואס באזארגט געצייג פאר מענטשן וואס ליידן פון דעפעקטיווקייטן.

ער איז א חרדישער ייד. און א שטארקער פארעהרער פון הרב יוסף שלום אלישיב.

בירגערמייסטער

בירגערמײַסטער אדער מעיאָר (ענגליש: mayor, העברעיִש: ראש העיר) איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון דער מוניציפאליטעט וואס איז פאראנטווארטלעך אויף אלע שטאטישע אגענטורן - פאליציי, פייערלעשער, סאבוויי אא"וו.

אין מדינת ישראל ווערט יעדע 5 יאר איינגעארדנט וואלן אין יעדער שטאט ווער זאל זיין דער קומענדיקער בירגערמייסטער.

(אין ניו יארק סיטי פלעגט דאס זיין דער אידישער ביליאנער מייקל בלומבערג. יעצט איז ביל די בלאזיא דער בירגערמייסטער.)

אין אסאך שטעט אין ענגלאנד איז דער בירגערמייסטער נישט קיין פירער פון דער מוניציפאליטער נאר דאס איז א צערעמאנישער טיטל.

חדרה

חדרה איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט אין ישראל, אויפן ברעג פונעם מיטלענדישן ים. זי ליגט 45 ק"מ פון חיפה (אין צפון) אן תל אביב (אין דרום). חדרה האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1952. די שטאָט איז אַ מיטגליד פון פארום 15.

די שטאט האט א באפעלקערונג פון 77,100 וואס איז כולל אסאך אימיגראנטן זייט 1990, מערקווערדיק פון עטיאפיע און דער געוועזענער סאוועטן פארבאנד.חדרה איז געגרינדעט אין 1891 דורך יידן פון ליטע.

מען האט געבויט די גרויסע שול אין חדרה צווישן די יארן 1936 - 1940.

טירת כרמל

טירת כרמל איז א שטאט, אין חיפה דיסטריקט, אין ישראל. די שטאט געפונט זיך אויף דעם מערב עק פון כרמל בארג. שאסיי 4 פארט אריבער נעבן שטאט, צו צפון קיין חיפה.

אויף די פלאץ ווי טירת כרמל געפונט זיך, איז ביז די מלחמת השחרור, געווען אן אראביש דארף, מיטן נאמען א-טירא. דורכאויס ראיאטן און די מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט, האבן די איינוווינער אטאקירט יידישע צילן אין די געגנט. ביז ווען די הגנה, האט אין אן אנגריף אנגעפירט דורך פיסגייער זעלנער, און שיפן פון ים פלאט, איינגענומען די דארף אין 16טן יולי 1948, און די איינוווינער זענען אנטלאפן.

אין 1949, איז אויפגעשטעלט געווארן צוויי מעברות (איבערגאנגס לאגערן), אויפן שטח פון די אראבישע דארף. אין 1951 איז אויפגעשטעלט געווארן, די טירת כרמל לאקאלע ראט, וואס די צוויי מעברות זענען שפעטער צוגערעכנט געווארן צו די מוניציפאליטעט. אין יאר 1992, איז טירת כרמל איינערקענט געווארן, אלס א שטאט.

לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט טירת כרמל א באפעלקערונג, פון 18,800 איינוווינער, ריכטיג פאר סעפטעמבער 2009.

דער בירגערמייסטער איז אריה טל, ערוויילט אין יאנואר 2009.

יהוד-מונוסון

יְהוּד-מוֹנוֹסוֹן איז דער נאָמען פון דעם מוניציפאליטעט וואס באזארגט שטאָטישע באַדינונגען פֿאַר דער שטאָט יהוד און דעם יישוב פון נווה־מונוסון.

יפו

יפו איז אן אלטע פארט שטאָט דרום פון היינטיגן תל אביב. זי איז פון די עלטסטע פארט שטעט אין דער וועלט. היינט איז זי א טייל פון דער תל אביב מוניציפאליטעט.

ביז דעם צווייטן וועלט קריג איז יפו געווען אן אראבישע שטאט, וואס די אצ"ל האט איינגענומען, די צפון טייל דערפון אין אפריל 1948, און די הגנה די איבריגע טיילן פון דער שטאט, און די אראבער האבן מערסטנטייל פארלאזט די שטאט, דורכן ים קיין עזה.

דורכאויס דער מלחמה און פריער, האבן די איינוווינערס אין יפו אסאך פראבלעמען געמאכט פאר די יידן אין יפו און תל אביב. ביי די פאגראמען זענען יידן אומגעקומען, אראבישע צילשיסער פלעגן שיסן אויף יידישע פארבייגייער, אין דער דערנעבנדיקער תל אביב.

אין יאר 1951 האט די ישראל רעגירונג, באשטעטיקט די פאראייניגונג, פון תל אביב-יפו, פאר איין שטאט. די שטאט תל אביב איז פריער געווען א פראווינצער שטאט פון יפו, און יעצט איז יפו, א געגענט אין תל אביב.

אין די לעצטע פאר יאר, גיט די תל-אביבער שטאטראט אויס אסאך געלט, אויף אויפצוהאלטן היסטארישע ערטער אין יפו, נאכדעם וואס יארן לאנג האט מען עס פארנאכלעסיקט, און געבויט דארט אויף אלטע פלעצער, געביידעס, וואס נעמען אוועק פונעם היסטארישן ווערט פונעם געגנט.

יפו געפונט זיך אין צענטער פון ישראל, און א היסטארישער פארט, וואס האט געברענגט דערצו, אז די אלע שטעט אין דער געגנט פון גוש דן, זאלן דארט אויפגעשטעלט ווערן, ווי תל אביב, רמת גן, פתח תקוה, בני ברק, חולון, בת ים, און נאך אסאך.

ירושלים

‫ירושלים (העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון דער שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.

די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650-840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים.

די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".

די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער.

די צאָל פֿון דער פֿײַכטקייט איז ארום 60% .

ריכטיק אויף סוך 2011, איז דאָ אין ירושלים 804,355 בירגער.‏

די בירגערשאַפֿט מערט זיך, אין אַ צאָל פֿון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זײַנען צומישט:

צווישן זיי 497,000 (62%) וואָס זײַנען ײִדן.

281,000 (35%) זײַנען מוסולמענער אַראַבער.

14,000 (1.8%) זײַנען קריסטן.

די פּראָפּאָרציאָנעלקייט צווישן מענער און פֿרויען איז : 1015 פֿרויען, צו 1000 מענער.דער בירגערמײַסטער איז היינט משה ליאן. די שטאטראט האט 31 מיטגלידער.

ירושלימער מוניציפאליטעט

ירושלימער מוניציפּאַליטעט איז די מוניציפאליטעט פון ירושלים וואס איז פאראנטווארליך צו אנפירן די לאקאלע באדארפענישן ווי דערציאונג, וואוילזיין, פונדאמענט, ריינקייט, געזונט אד"ג.

כרם אברהם

כרם אברהם איז א געגנט אין ירושלים, וואס גרענעצט גאולה, דעם שנעלער פלאץ און תל ארזה. דער נאמען שטאמט נאך א וויינגארטן, וואס אן אראבער פון חברון האט דארט געהאט, און אויף אראביש האט יענער געהייסן אלכאלילי, וואס מיינט גאטס פריינט, וואס די יידן האבן געטייטשט פאר אברהם אבינו.

אין 1851 האט דער בריטישער קאנסול פון ירושלים, דזשיימס פין, אפגעקויפט דעם שטח, און אים געגעבן פאר יידן כדי זיי זאלן באארבעטן דעם שטח, שפעטער האט ער פארקויפט דעם שטח פאר זיינע ארבעטער, און זיי האבן דארט אויפגעשטעלט די שכונה.

די גאסן פון דער געגנט הייסן נאך די נביאים (הושע, עמוס, עובדיה, נחום, צפניה). פון יאר 2007 האט די ירושלימער מוניציפאליטעט, דורכגעפירט רענאוואציע ארבעט אויף די געסלעך. די געגנט איז היינט באוווינט בעיקר מיט רעליגיעזע מענטשן.

עטרות

עטרות איז א געגנט אין צפון ירושלים, וואס געפונט זיך אויפן וועג קיין ראמאללא.

געגרינדעט אין 1912, דורך 10 מענטשן, אבער פארלאזט ביים אויסבראך פון דער ערשטער וועלט מלחמה, די איינוווינער האב נישט געוואלט מאביליזירן צו דער טערקישער ארמיי. נאך דער מלחמה זענען אנגעקומען אנדערע ארבעטער, און אין 1919, האבן זיי אנגעהויבן קאלטיווירן די שטח, עס איז א שווערע שטח פון שטיין, האבן זיי געהאט אסאך פראבלעמען, ווי אויך א מאנגל אין וואסער. צו דעם אלעם איז די קבוצה געווען ארומגענומען מיט שטעטלעך, און דערפער, וואס זענען פול געווען מיט אראבער, וואס זיי פלעגן גנבנען, ביי די תרפ"ט ראיאטן, האבן זיי געפילט ווי ווייט זיי געפונען זיך, און אליין צווישן שונאים.

דורכאויס די אראבישע ראיאטן, האט עטרות פיל געליטן, אין מאורעות תרצ"ו-תרצ"ט זענען פינעף מיטגלידער אומגעקומען, אין א דארף פון 24 פאמיליעס. אויך האבן די אראבער פרובירט מערערע מאל צו אטאקירן דאס דארף, אבער וואלונטירן פון ירושלים, צוזאמען מיט די איינוווינער, האבן באוויזן אפצושטויסן די פיינט.

דער קלימאקס פונעם דארף איז געווען 1948, ווען עס האבן געוווינט 48 פאמיליעס אין עטרות.

דער בריטישער מאנדאט האט באשלאסן אין 1920, אויפצובויען א פליפעלד נעבן דארף, וואס מען האט גערופן אויף פארשידענע נעמען קאלאנדיע, אדער עטרות, אדער ירושלים לופט פעלד. פארדעם האבן זיי גענומען שטח פונעם קאלאניע, צו קענען אויפשטעלן א לאנדונגס ליניע. אויך איז אויפגעשטעלט געווארן א נוטרים בריגאדע צו באשיצן, די פליפעלד, און זיי האבן געוווינט אין דארף.

ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האבן די יידן פרובירט באשיצן דאס דארף, אין אנהייב האבן די יידן געווארן איינענמען די פליפעלד, די הגנה אבער האט באפוילן זיך צוריק ציען, קיין ירושלים. די אראבער האבן איינגענומען דאס דארף, ווי זיי האבן אלעס געגנבט, און זיי האבן חרוב געמאכט דאס פליפעלד. יארדאניע, האט אין די שפעטערע יארן באשלאסן, עס צו מאכן פאר א נאציאנאלע פליפעלד פון יארדאניע, און זיי האבן עס איבערגעבויט, אויף די חרוב געווארענע דארף און אויפן בית עולם.

נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה, איז עטרות איינגענומען געווארן, אין די מוניציפאליטעט פון ירושלים. די שטאטראט האט באשלאסן אויפצושטעלן דארט אן אינדוסטריע געגנט, און די פליפעלד האט ישראל איבערגעבויט, אבער די פראבלעם פון די שכנים איז נישט אוועק, און די פאבריקן האבן שטענדיק געהאט צו ליידן פון אראבישע וואנדאלן, אין די על אקצא אינטיפאדע, זענען אסאך פאבריקן אוועק פון געגנט.

דאס פליפעלד איז מער נישט אין באנוץ, צוליב פאליטישע צוועקן, פאלעסטינער זען אין עטרות זייער אינטערנאציאנאלע פליפעלד.

היינט געפינט זיך דארט דער גרעסטער אינדוסטריע פארק אין ירושלים.

קיעוו

קיעוו (אוקראיניש: Київ) איז די הויפטשטאט פון אוקראינע. עס וווינען דארט אומגעפער 2.7 מיליאן איינוווינער. קיעוו איז פון די עלצטע שטעט אין מזרח-אייראפע.

כאטש גאנץ אוקראינע ווערט פארעכנט ווי איינע פון די דריטע וועלט לענדער, קען דאס אבער נישט געזאגט ווערן אויף קיעוו. אין אלגעמיין איז דאס לעבן אין קיעוו זייער גוט, קיעוו איז גאנץ א מאדערנע שטאט, זי פארמאגט גאר שיינע גאסן, אבער פון די אנדערע זייט פארמאגט קיעוו קווארטלען און זייטיגע גאסן וואס זענען ווי די אמאליגע צוריקגעבליבענע שטעטטעל, די בעסטע פאר א טויריסט פון אויסלאנד איז זיך געפונען אין צענטער פון שטאט, ספעציעל אין דער הויפט גאס "כערסטשאטיק", דאס איז ווי מען זאגט אין מאנהאטן די פיפטע עוו. עס וויבערלט מיט מענטשן און מאדערענע געשעפעטן פיר און צוואנציג שעה א טאג, עס איז געפלאסטערט מיט שיינע בענק ביי די זייטן, בלומען און ביימער ארום, און הערליכע בנינים.

פון די מאדערנע האטעלן אין שטאט זענען הייעט האטל, דער פרייעמר האטעל, האטל ליבעט, האטל רוס, אפערע האטעל, אויך לעבן די עראפארט איז דא א האטעל. אין די לעצטע צייטן האט זיך געמאכט א גרויסע ביזנעס וואו מענטשן דינגען ארויס שטובער פון ספעציעלע קאפאניס, דאס איז אסאך ביליגער ווי א האטאל און אסאך באקוועמער ווייל מען באקומעט עטליכע שטובער ווי א בעד ראם, א קיך, א ליווינג רוים פאר די זעלבע פרייז.

שלום עליכם, דער גרויסער אידישער שרייבער, האט געוואוינט דא. אין זיינע ביכער ער רופט זי "יהופץ".

קראקע

קראָקע (פויליש: Kraków) איז פון די עלצטע און גרעסטע שטעט אין פוילן. די שטאָט איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 7טן יאָרהונדערט, און געווען די הויפטשטאָט פון פוילן פון 1038-1596.

קריית ביאליק

קריית ביאליק איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איינע פון די שטעט אין די קריות, פון חיפה מעטראפאליטען שטח. אין יאר 1950 געווארן א לאקאלע ראט, און אין 1976 געווארן א שטאט.

די שטאט איז גערופן אויפן נאמען און אנדענק פון חיים נחמן ביאליק. אין קריית ביאליק וווינען 36,300 איינוווינער, געשאצט לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר יאר 2009.

די שטאט גרענעצט חיפה פון דרום, קריית מוצקין פון מערב, געגנטלעכע ראט זבולון, פון מזרח, און געגנטלעכע ראט מטה אשר פון צפון. די שטאט איז אכט און א האלב קילאמעטער לאנג, און צווישן דריי קילאמעטער, און 400 מעטער ברייט. די מוניציפאליטעט פון שטאט איז אויף א שטח פון 8,000 דונאם.

די ערשטע געגנט איז געגרינדעט געווארן דורך עולים פון דייטשלאנד, און אנהייב איז דאס געווען די נאמען "געגנט פון דייטשע עולים".

ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז די שטאט באמבאדירט געווארן, וויבאלד די שטאט געפונט זיך נאנט צו די חיפה נאפט ראפינעריעס. ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האבן אראבער אסאך געשטערט די איינוווינער.

אין די 1950ער יארן, איז געגרינדעט געווארן אן איבערגאנגס לאגער (מעברה), וואס אין 1960, איז געווארן א טייל פון דער שטאט.

ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, האבן עטליכע ראקעטעס געטראפן די שטאט, און פאראורזאכט שאדענס אין פארמעגן.

קרית אתא

קִרית אתא איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איז די גרעסטע שטאט פון די קריות, מיט אריבער 50,000 איינוווינער. די ערשטע געגנט איז געגרינדעט געווארן 1925, און אנערקענט אלס שטאט אין 1969. דער בירגערמייסטער איז יעקב פערעץ.

קרית מוצקין

קרית מוצקין איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל. זי געפונט זיך צפון פון חיפה, און איז איינע פון די שטעט וואס מאכן אויס די קריות, די מעטראפאלין פון חיפה. זי געפונט זיך אויפן ים פלאך, דרום פון עכו, פון דרום געפונט זיך קרית חיים און קרית שמואל, געגנטן וואס געהערן אן חיפה מוניציפאליטעט. צפון מערב געפינט זיך קרית ים און פון מזרח קרית ביאליק, וואס שאסיי נומער 4 טיילט אפ צווישן די צוויי שטעט.

לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר 2008, וווינען אין קרית מוצקין 39,700 איינוווינער. אין דער שטאט געפונען זיך 20 בתי מדרשים, און צוויי מקוואות, אן אשכנזישער הויפט רב, און א ספרדישער הויפט רב.

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1934, דורך חיפה מיטל קלאס פארדינער, זיי האבן געגרינדעט א פאראייניקונגס בונד פון איינוווינער, וואס איז געווארן אפגעשאפן אין יאר 1960. זיי האבן זיך גערופן מוצקין, אויפן נאמען פון א ציוניסט, מיטן נאמען ליא מוצקין. אין 1941, איז די געגנט געווארן א לאקאלע ראט, און אין 1976, געווארן א שטאט.

די אינערן מיניסטעריום, האט מערערע מאל געמאלדן פלענער, צו פאראייניקן שטעט אין דער געגנט, ווי קרית מוצקין און קרית ביאליק. אדער פאראייניקן אלע שטעט אין קריות, צו איין גרויסער שטאט, אדער גאר פאראייניקן שטעט צו חיפה. עס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ביז היינט.

דער היינטיקער בירגערמייסטער הייסט חיים צורי, און אין שטאטראט דינען 15 מאנדאטן.

ישראל באנען האט א באן סטאנציע אין דער שטאט, אויף דער נהריה-חיפה-תל אביב רוטע.

ראדעוויץ

47°50′33″N 25°55′9″E

ראַדעװיץ (רומעניש: Rădăuţi , רעדעוץ; דייטשיש: Radautz, ראַדאַוץ; אונגאריש: Radóc; פויליש: Radowce, ראַדאווצע; אוקראיניש: Радівці, ראַדיווצי) איז א מוניציפאליטעט אין שאץ פראווינץ, רומעניע מיט א באפֿעלקערונג פון 27,759 אײַנוואוינער.

שאנכיי

שאנכיי (כינעזיש: 上海) איז די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין כינע און איינע פון די גרעסטע מעטראפאליטאנע שטחים אין דער וועלט, מיט העכער פון 20 מיליאן מענטשן. שאנכיי געפינט זיך אויף כינע'ס מזרח בארטן ביים מויל פונעם יאנגצע טייך. זי ווערט אדמיניסטריט אלס א מוניציפאליטעט פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע מיט פראווינצן סטאטוס.ארגינעל א פֿישעריי און טעקסטיל שטאט, איז שאנכיי געוואקסן צו חשיבות אין דעם 19טן יארהונדערט צוליב איר גינסטיקער פארט פלאץ און ווי איינע פון די שטעט געעפנט צו פֿרעמדן האַנדל דורך דעם 1842 אפמאך פון נאנקין. די שטאט האט געבליט אלס א צענטער פאר מסחר צווישן מזרח און מערס, און איז געווארן א פֿיל־נאציאנאלער מיטלפונקט פון פינאנץ און באשעפֿטיגונג ביז די 1930ער. פֿונדעסטוועגן, שאנכיי'ס וואוילטאג איז געווארן אפגעהאקט נאכן 1949 כינעזישן ברידערקריג און דאס אויפֿהערן פון פרעמדע אינוועסטירונג. די עקאנאמישע רעפארמען אין 1990 האבן גורם געווען אינטענסיווע אנטוויקלונג און פינאנצירונג אין שאנכיי, איז די שטאט געווארן אין 2005 דער וועלט'ס מערסטער באשעפטיגסטער פֿראכט פארט.ביי חרדי'שע אידן איז דאס אממערסטנס באקאנט צוליב דעם וואס דער וועלט בארימטער מירער ישיבה האט זיך דארטן אויפגעהאלטן אין פארלויף פון דער צווייטער וועלט מלחמה יארן ווען די וועלט האט געפלאקערט און אזוי ארום זענען זיי געראטעוועט געווארן פון א (כמעט) זיכערן טויט.

היינט איז שאנכיי דער גרעסטער צענטער פון האנדל און פינאנץ אין דער כינעזישער יבשה, , און איז געשילדערט געווארן אלס "פארשטעלונג" פון דער וועלט'ס גיכסטערע וואקסנדיגע עקאנאמיע.

שלום אש

שלום אַש (ה'תרנ"ב, 1טן נאוועמבער, 1880, קוטנע, פוילן - ה'תשי"ז (1957), בת ים) איז געווען א יידישער שרייבער.

ער איז מחונך געווארן אין רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אין חדר און אין ישיבה, און אין יארן ארום האט ער ערהאלטן אויך אַן אלגעמיינע ערציהונג. אין יאר ה'תשט"ו, נאך דער צווייטער וועלט קריג, איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין בת ים.

ווען ער איז געווען 20 יאר אלט האט ער זיך באזעצט אין ווארשע און האט אנגהייבן שרייבן אויף העברעיש, אבער נאכער האט ער גשריבן נאר אויף יידיש.

נאך זיין שטארבן האט בת ים-מוניציפאליטעט אפגעהיטן זיין הויז.

תל אביב-יפו

תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.

מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.

איר באפעלקערונג אין סוף 2011 איז א געשאצטע 404,750 איינוווינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל. אין תל אביב געפינען זיך די בערזע, די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן, און די גרויסע ישראל צייטונגען.

געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט.

ביי דער אומאפהענגיקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.

אין אַנדערע שפראַכן

This page is based on a Wikipedia article written by authors (here).
Text is available under the CC BY-SA 3.0 license; additional terms may apply.
Images, videos and audio are available under their respective licenses.